לאמיר מאכן נאך א געים!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

לאמיר מאכן נאך א געים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

ערב שבת קבלת התורה (יתרו)


יא מיר גייען הערן די עשרת הדברות די וואך, און מיר גייען זיך מקבל זיין עס אויסצופירן פארשטייט זיך, אבער דאכטציך פאריאר האב איך עס אויך געהערט פונעם בעל קורא, און מען האט אויך גערופן דעם שבת, שבת קבלת התורה, איין מינוט איך דערמאן מיך יעצט טאקע צוויי יאר צוריק אויך, און דריי יאר צוריק אויך, נו וואס דארף מען יעצט נאכאמאל? ס'נישט די זעלבע תורה? יעדע יאר דארף מען עקסטער מקבל זיין די תורה? און פארגעס נישט, מיר האבן דערנאך א שבועות אויך, און מען שרייט אויס נעשה ונשמע יאר יערליך, נו, איין מאל איז נישט גענוג? מען מוז יעדע יאר נאכאמאל? דערנאך האבן מיר א פורים וואס איז קימו וקבלו, וואס גייט דא פאר? מען רעדט דא פון עקסטערע תורות ח''ו? און מען מוז יעדע שטיק צייט נאכאמאל עס מקבל זיין? איך וואלט ליבערשט געזאגט אז מען זאל מאכן אז ביי די דריי יאר מען טראגט אין חדר, זאל מען פארליינען פארן קינד די עשרת הדברות, און דאס קינד זאל זאגן נעשה ונשמע, און א כפרה פאר די קרעפלעך שבועות, און לאז שבת יתרו געמאכט, פורים לאז זיין פרייליך, פארוואס דארף מען איעדע פאר חדשים זיך פריש מקבל זיין?


בערל איז א קלוגע בחור וואס לערנט אין ישיבה, ער האט גאר א גוטן קאפ, פון די שארפסטע קעפ אין די כיתה, אבער עס האט זיך ביי אים אנטוויקלט א געשמאק צו שפילן שך, יעדן מיטאג פלעגט ער זיך זעצן ביי א טיש, אראפגעשטעלט דעם שך ברעטל, צוטיילט די פאזיציעס פאר יעדן אויפן שך ברעטל, און זיך פארקנייטשט דעם שטערן, און ביז געציילטע מינוט האט ער געמאכט פונעם צד שכנגד א גל של עצמות, און ווי פארשטענדליך עס האט זיך גענדיגט מיט א שך מאט, ער איז געווארן פון די בעסטע שך שפילער'ס אין ישיבה, קיינער קען אים נישט געווינען כמעט, דער מאכט עס ממש אין אפאר שאט'ס.

אבער דער חצקל אויך גאנץ א קלוג בחור'ל, ער געבט נישט אויף, כסדר זעצט ער זיך צו, און ער שפילט מיט דעם בערל, און יעדעס מאל האלט ער אז דאס מאל גייט ער עס מאכן, ממש א געשמאק צוצוקוקען וויאזוי אלע בחורים שטייען ארום מיטן ציגערעטל אין האנט, און יעדער פאקט אריין זיין מח אין דעם געים, יעדער פרובירט אריינצוווארפן זיינע קענטעניסן, און דער בערל רוקט אזוי אראפ חצקל'ס פערדל, אראפ מיטן לויפער, נעמט נישט קיין צוויי מינוט אין חצקל'ס שעכין טרעפט זיך דאס פלאץ צווישן די אומגעקומענע, און עס ווערט באלד באשטעטיגט אז שך מאדט!
און עס ווערט יעדע מאל עקסטער א גאנצע דעבאטע וויאזוי האט עס בערל געמאכט, וואסערע טריט פון חצקל האט אים אראפגעטראגן צפון, וואס האט זיך חצקל בא'נערישט, און מען ארבעט דאס אויס איינער מיטן צווייטן עס קען זיך דאכטן אז מען בא'האנדל'ט דא די שווערסטע סוגיא אין ש''ס.

און דא קומט שוין דעם רוטינע קשיא אלעמאל, בערל פרעגט חצקל, ווילסט נאך א געים?
און אט קומט די ענטפער פון חצקל ווי אלעמאל, יא! לאמיר מאכן נאך א געים!!!

אן אומפארשטענדליכער חצקל, דו האסט דאך שוין געזעהן מיט דעם בערל גייט עס נישט, וואס פרובירסטו נאכאמאל? דו האלטסט טאקע דו קענסט אים געוואונען? וואס איז דיין ציל פון נאך א געים? אזוי פרעגן אים אלע חבירים.
אין אט קומט די תשובה פון חצקל, הער זאגט ער, די פאריגע געים האט בערל טאקע געוואונען, אבער יעצט שפילט מען א נייע געים, ווער זאגט ער גייט יעצט געוואונען? איך האב געזעהן פונקטליך ווי איך בין נישט גוט געגאנגען פאריגע מאל, און יעצט ווייס איך שוין ווי נישט צו גיין, איך לייג שוין מער נישט דעם פערדל דארטן, און די טארעם וועל איך לייגן אויף א בעסער פלאץ, און יעצט וועט מען עס מאכן.

דער ספר הכוונות להאר''י ז''ל פרעגט פארוואס דארפן מיר דאווענען יעדן טאג, מ'האמיר דאך שוין געדאווענט נעכטן אויך, וואס איז מען מחדש היינט? יעדן טאג דארף מען זאגן שלא עשני גוי? יעדן טאג דריי מאל שמונה עשרה? פארוואס נישט איינמאל פארן גאנצן לעבן אזא קנאקעדיגן דאווענען כמו שצריך, און פטור אן עסק?
זאגט דער ספר הכוונות להאר''י, יעדע טאג איז די שחרית אן אנדערע שחרית, בכלל נישט די זעלבע ווי נעכטן, דעס וואס מען האט נעכטן געדארפט מתקן זיין האט גארנישט מיט די היינטיגע, יעדע תפילה פון יעדן טאג האט זיך זיין תיקון וואס מען ברויך דערמיט מתקן זיין, אדער אויב מען מעג צולייגן, ס'איז א נייע געים!

יעדן טאג האבן מיר אלע א נייע שך געים, און מיר פלאנען צו געוואונען דעם געים ביי די ענדע פונעם טאג, אויב פאלט מען חלילה דורך מיינט נישט אז מער שפילט נישט חצקל קיין שך געים, ניין מען טראכט וואס בין איך שלעכט געגאנגען פאריגע מאל, און ביים יעצטיגען געים טוט מען מער נישט די אומאויסגעטראכטע שריט, מיר לייגן מער נישט דעם פערדל אויף יענעם פלאץ!

יעדן טאג א נייע געים, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית.

מיר האבן פאריאר אויך געזאגט נעשה ונשמע, מיר האבן פאריאר אויך געהערט דעם בעל קורא שבת יתרו ווי ער ליינט פאר די עשרת הדברות, מיר האבן פאריאר אויך געהאט דעם יו''ט פורים און מען האט זיך מקבל געווען דעם קימו וקבלו היהודיים עליהם ועל זרעם, און צוויי יאר צוריק אויך און אזוי ווייטער, עס איז די זעלבע תורה, אבער א נייע קבלה, יעדע פאר חדשים א נייע געים! אויב האבן מיר געוואונען דעם געים פון פאריגע מאל, נו דארף דאך אונז דעס געבן חשק צו שפילן נאך א געים, אבער מי יאמר זכיתי לבי, ווידער אויב האבן מיר ח''ו פארלוירן די געים, יעצט האבן מיר א נייע געים, א פרישע קבלה, און מיר וועלן דאסמאל גאר שטארק זיך אפהיטן, נישט צו גיין נאכאמאל דארטן ווי מ'איז פאריגע מאל געגאנגען נישט גוט.

נו זאל דער אייבערשטער העלפן, מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה מיט א אמת, און מיר זאלן געווינען דעם.... ענדיגט'ס אלע צו נו??????? איך הער נישט! העכער!!!!! נו נאך העכער!!!! אה אט אזוי, אמן!!!
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלום עליכם משה'לע, גאר א גוטע התחלה, בכל יום יהיו בעיניך כחדשים.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם משה'לע, גאר א גוטע התחלה, בכל יום יהיו בעיניך כחדשים.

יישר כח, זייער שיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אה יע.. דער האט אריינגעטרעטן מיט צוויי רעכטע פיס!
ישר כח משה'לע. האסט גערעדט צו מיין נשמה..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער שיין! שלום עליכם א נחת ווען איינער קומט אריין מיט אזא זאפטיגס
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

געלעגער האט געשריבן:זייער שיין! שלום עליכם א נחת ווען איינער קומט אריין מיט אזא זאפטיגס
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

הערליך אראפגעשריבן, שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם מיר ברויכן אזעלכע
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

green האט געשריבן:הערליך אראפגעשריבן, שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם מיר ברויכן אזעלכע
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

green האט געשריבן:הערליך אראפגעשריבן, שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם מיר ברויכן אזעלכע
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זעיער שיין!! ברוך הבא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעיער שיין!! ברוך הבא.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

משה'לע משה'לע
זאגסט דאך זוי גיט
שלום עליכם
מאכדעך באקוועם און לייג נישט אוועק דיין פעדער אזוי שנעל

זייער שיין מעורר געווען
א דאנק
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

דאנקע שיינע פאר אזא העפליכע אויפנאמע, וועל מיר זיך אויסטאן די מאנטל מיט די קאלאטשאן, די זיידענע הענטשוך וועל איך לאזן אנגעטוהן, ווארים איך דענק ווען מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז ער גייט זיי אויסטוהן האט ניט געטויגט, נישט געוואוסט אז דער עולם קען שך :)
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיינע שריפט
פון דיר טריפט
לשונות זיסע
מילי לטיבותא
וועלקאם אהער
שרייב נאך מער.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף!
עניני דיומא..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נודה לך האט געשריבן:ארויף!
עניני דיומא..
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

יעדער האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:ארויף!
עניני דיומא..


שכח פארן עס ברענגען !
שכח פאר @משה'לע מיר דארפן נאך...
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”