אומ-מענטשען!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אומ-מענטשען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אסאך איז געזאגט געווארן איבער דעם און וויפיל מ'זאגט איז נישט גענוג ווייל געוויסע דערהערן נישט און כאפן נישט אז ווען מ'רעדט און מ'שרייט מיינט מען זיי!

זיצט א איד ביים דאווענען און אינמיטן אומגעראכטן קומט א זאפטיגע האפטשו, די ערשטע זאך וואס מ'טוט איז מ'כאפט א פאפיר און מ'ווישט און רייניגט אלעס. וואס טוט מען נאכדעם מיטן פאפיר? מ'לייגט עס אונטערן סידור. און דערנאך?? אהה.. ווענדט זיך ווער... די גרופע פון וואס מיר רעדן וועלן לאזן די פאפיר אויפן טיש האלב פארקלעבט צום סידור אז דער וואס קומט זיך אראפזעצן נאך אים זאל אויך הנאה האבן פונעם זאפטיגן האפטשו וואס די באשעפער האט אים געשאנקן.
און די זעלבע איז מיט די אידן וואס טרונקן אויס זייער קאווע אבער לאזן איבער די גענוצטע גלעזל אויפן טיש אז יעדער זאל האבן די טשאנס בטעות איבערצודרייען די גלעזל און שמוציג ווערן.
אט די זעלבע סארט אידן וועלן דאווענען שטילע שמונה עשרה אביסל העכער ווי יעדן אז אלע שכנים אין די ד' פרסה זאלן הערן ווען זיי האלטן ביי א 'צ' אדער א 'ס'...
איר קענט די סארט אידן וואס אנשטאט צו פארן אינעם גראדן לעין וועלן זיי גייען אינעם לעין וואס מ' דארף זיך דרייען און אין די לעצטע רגע אריינשניידן אין די לעין? יא יא, ס'איז די זעלבע משפחה. איר קענט די אידן וואס וועלן זיך שטעלן אויף א טו וועי און בלאקן די גאס ניטאמאל זיך קומערענדיג מיט די טרעפיק וואס זיי מאכן אן ווייל פארוואס זיך יא קומערן?
אט די אלע אידן זענען אני ואפסי אידן וואס די וועלט פאנגט זיך אן ביי זיין אינגראו טאו נאגל און ענדיגט זיך ביי זיין קאפל שפיץ. טראכט קיינמאל נישט פון קיין צווייטן און רעכנט זיך נישט קיין טראפ מיט די איבריגע מענטשען וואס דרייען זיך אויף דעם עולם.

איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל די אךע אידן אריין לייגן אין איין בלאק, זאלן זיי אלע וואוינען צוזאמען און דאווענען אין איין שול.
חחח... זאל ער פארקן די קאר און די שכן זיינע זאל פארקן ממש ביי זיין נאז און די צויייטע שכן זיינע זאלן פארקן ממש ביי זיין וויידל. שמוציג זאל זיין טלית ווערן ווען ער מאכט די עטיפה און די ציצית שפרינגען אריין אין די קאווע גלעזל וואס זיין געטרייע שכן האט איבערגעלאזט. ביים עפענען די סידור זאל ער טרעפן א חתונה פון פאפירן וואס האבן זיך באטייליגט ביי א פלו געליטענע נאז. פלאצן זאל ער ווען ער שטייט ביי שמונה עשרה זאל זיין שכן קעקעצען ביי ולמלששששינים ותתתתמגר. די פאנדרעיזער וואס קומט נאך געלט זאל זיך צובייגן ביז זיין נאז אריין און אים אראפדרייען דעם קאפ בשעת ווען זיין מויל שמעקט פון פארברענטע ראבער. זאל ער אריין וואקן אין קאווע שטיבל און זיך אויסגליטשן ווייל איינער האט נישט נאכגעווישט נאך זיך. זאלן די אידן זיך אויסלערנען אז די וועלט פאנגט זיך נישט אן און ענדיגט זיך ביי זייער בעקיטשע גארטל. מ'דארף לעבן און טראכטן פון יענעם!!

ואת האאלףף..
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

געלעגער האט געשריבן:אט די זעלבע סארט אידן וועלן דאווענען שטילע שמונה עשרה אביסל העכער ווי יעדן אז אלע שכנים אין די ד' פרסה זאלן הערן ווען זיי האלטן ביי א 'צ' אדער א 'ס'...

דאס דארף מען אויפהענגן אין אלע גאסן...
מז"ט.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מזל טוב א שמחה!
א גרויסע שמחה!
טו, טו טו טו, טו טו טו טו!!

און נאך אריינגעברענגט יעדעם אין די שמחה אריין מיט דיינע ליידן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

געלעגער האט געשריבן:
איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל די אךע אידן אריין לייגן אין איין בלאק, זאלן זיי אלע וואוינען צוזאמען און דאווענען אין איין שול.
חחח...

ואת האאלףף..

גוט גוט!!

אבער על שארפטאן: ראסיסט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מאזעל טאף! סארא גרויסע שמחה!

מתוק! דיין פעדערל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:מאזעל טאף! סארא גרויסע שמחה!

מתוק! דיין פעדערל


איי געלעגער די ביסט גיט!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ג-ע-ל-ע-ג-ע-ר !!!


פארען מזל"ט ווינטש קוקטס אינעם באשטימטען אשכול.
(ס'האט זיך געווייקט א וואך צייט אינעם דרעפט פאס....)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קיינמאל נישט געטראכט אז פון די אידן קען ארויסקומען אזא גוטס....

געלעגער, זעה אז נאך אידן זאלן דיר אויפרעגן...

מזל טוב צו דיין עשרת אלפים דערגרייכונג, זאלן דיינע מעשים טובים וואס דו טוסט מיט אונז אלע דיר ביישטיין צו זוכה זיין צו אלעס גוטס ווי עס איז דיין וואונטש, ועשרת אלפים ככר כסף בראשם!! ס'עפעס כסף? זהב!! א גאלדענעם הארץ קומט זיך זהב!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ואת האלף? אפשר מיינסטו עלף טויזנט

פיין געשריבן, עכט געלעגער סטיל!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווי די בעלי קורא'ס וואס נאכן אויסרעכנען די בני המן אין א ראי' קומט אזא אטעמ'לאזע עשההההרת....
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוין דערשראקן סי געווען נאך א גילוי.
ב"ה נאר דעס..

געלללללעגער (בניגון ואת האלללף)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

מיסטעריעז האט געשריבן:קיינמאל נישט געטראכט אז פון די אידן קען ארויסקומען אזא גוטס....

געלעגער, זעה אז נאך אידן זאלן דיר אויפרעגן...

מזל טוב צו דיין עשרת אלפים דערגרייכונג, זאלן דיינע מעשים טובים וואס דו טוסט מיט אונז אלע דיר ביישטיין צו זוכה זיין צו אלעס גוטס ווי עס איז דיין וואונטש, ועשרת אלפים ככר כסף בראשם!! ס'עפעס כסף? זהב!! א גאלדענעם הארץ קומט זיך זהב!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איי ווי נעמט מען נאך אזאנע שרייבערס ווי געלעגער!!!!
זאג מיר נאר ווי דו דאוונסט און איך שטעל דיר אהין יעדן טאג טישוס אונטער דיין סידור, כהעל דיר צושיקן משולחים מיט א ראבער גרוך אבער דו זאלסט נאר שרייבן!!! שרייב וויטער געלעגער, מיר ליינען עס מיט גאר גרויס פארגעניגן, איך וויל נישט קיין תירוצים בשו"א.
מזל טוב!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

אונגעהויבען ליינען מיט א געפיל אז דא איז געווען א גילו און סגייען פליען קעפ... שפעטער ביים הטשיו האב איך שוין עכט נישט געכאפט על מה זה יצא ״האף״ אבער מיטען מזל טוב אין די ענדע איז אלעס קלאר געווארען. זאל השם יתברך דיר באצאלען אויף די אלפי אלפים מיט אלע גוטע ברכות על שלישים ורבעים... ומשלם שכר....וכו...
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

געלעגער

איך געלעגער מיר דדא אזוי פון דיינע אויסדרוקן

איינער קען מוחל זיין אויפרעיגן געלעגערן אפטער? ס'צאלטסעך אויס


---
מז"ט פארן ואת האאאללללף

איטס מאטש עפריציעטעד יאר הארד ווארק
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וועם גייט דען אן צי די ארטיקעל איז די פועל יוצא דופן פון א ווירקליכע פאסירונג וואס האט געמאכט אונזער געלעגער לאזן די מוח סטרינעס לויפן אויף קרוז קאנטראל בשעת די פינגער טאנצען צים טאקט פון א כוואליע שטורעמישע מילצן אויפקראכענדע אויסדר‏יקן... 


שמעק פון ראבער, שמעק!! אבער געלעגערן זאלסטו לאזן פירקלען אווי אין פרידענס צייטן. איא?


טענקיו געלעגער! כ'האב הנאה געהאט פון דיינע שורות!

-
מזל טוב צי וואס?! אה, צי דיין עס.אהו.11...

נו גוט, כעל מיך משתתף זיין מיטן ציבור און ווינטשען פון טיפסטען הארץ (פון מיין ווירטואלע הארץ) א 'מזל טוב אויף אלע באקן!'
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אזוינע אוממענטשן דא..

זיצט א מיטגעמאכטע אנגעווייטאגטע איד און גיסט זיך אויס דאס הארץ..

וואסערע רעאקציע באקומט ער?
מיסטעריעז האט געשריבן:געלעגער, זעה אז נאך אידן זאלן דיר אויפרעגן...
green האט געשריבן:איינער קען מוחל זיין אויפרעיגן געלעגערן אפטער? ס'צאלטסעך אויס
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:זאג מיר נאר ווי דו דאוונסט און איך שטעל דיר אהין יעדן טאג טישוס אונטער דיין סידור, כהעל דיר צושיקן משולחים מיט א ראבער גרוך!!!

זאגטס, "עטץ זענטס מענטשן???"
---------
מזל טוב געלעגער! שכח!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

וויל בעטן מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון די אומ-מענטשן

איך האב פראבלעמען מיטן בלאדפרעשער ווען מ'רעדט פון זיי....

האב איך ענק שוין אמאל פארציילט וואס מיר האט געטוהן איינער וואס באלאנגט צו וואוינען אין דעם בלאק וואס גלעגער ארגעניזירט?

איך שטיי אין פארקינ-גלאט-כשר קעגן דעם גרויסן שוהל אין ק"י, און פאר מיר בעקט ארויס א גראבע יוקאן ,און איך ווארט ער זאל מאכן א רעכטס און פארן ווייטער, און איך ווארט נאך יעצט. . . . איך ווארט און ווארט געדולדיג איך ווארט מיט א פת"ח ארוכה, און דער רירט זיךנישט.

איך פרוביר קוקן נענטער וואס גייט דארט פאר? ער האט זיך זיכער פארהאנקערט דעם שנויץ אינעם סיט בעלד, איך וועל אים געבן נאך א מינוט און איך ווארט ווייטער.

הכלל, איך זעה אין לדבר סוף, אינטער מיר שטייען שוין נאך פינעף מיט פייפערס און ס'טוט זיך א פייפעריי און געבלאזעריי, און דער שטייט די שטילע שמו"ע ווי נישט אים מיינט מען.

איך טוה א גוטן קוק און איך זעה נישט מער און נישט נאך מער, דער שטייט און שמועסט מיט איינעם מיט א שמייכל פון איין אויער ביזן צווייטן רוקן ביין... איך האב געמיינט אז דאס בלוט גייט מיר ארויף אין הוט.

איך גיב א קליין פייפל פשוט ווייל אין א עידן ריתחא האב איך נישט ליב צו רעאגירן, און דער גיט מיר אזא קוק אן אוואו איינער פרעגט: זאג נאר דו יאגסט דיך ערגעץ???

יא! איך יאג מיך! ניין איך יאג מיך נישט! זאג נאר דו האסט יארצייט ערגעץ אדער א יאר צייט??? א מין חוצפה און א עזות. דער האט געהאט געהעריג פלאץ צוריק אריינצופארן און דורך לאזן דעם ציבור און שמועסן רואיג. פארוואס קענען די געלעגער בלאקירטע מענטשן נאר שמועסן רואיג ווען איינער אומרואיג איז אין די געגנט??? גיי פארשטיי.

איך האב א לימוד זכות!

הערסט געלעגער, איך האב א לימוד זכות!

עמממ. עממ. איך האב עס פארגעסן... איך וועל מיך דערמאנען וועל איך דיר שנעל זאגן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

געלעגער, דאס איז גוט פאר א איי וועלט ארטיקל, נישט אויף למעשה, איך נעם נישט קיין לחץ, און מאך נישט שווער דאס לעבן, איך וועל זיך נישט לאזן מאדערנזירן!

איך וועל ווייטער כאראקען און שפייען שליים אויף דער ערד, און דערנאך פארווישן מיט די שיך, כמו שנים כתיקונן.

איך וועל ווייטער נוצן די מקוה האנטוך אנשטאט א טאשן טיכל, ווי אין די גוטע צייטן!

אינעם בור פון די מקוה וועל איך ווייטער קעמען די בארד, סטארעדזשען פאראייטערטע באנדאדזשן, און וכו'.., אוואו אין פרידנס צייטן.

ווען איך הענג אויף מיין מאנטל אויף צען אנדערע, וועל איך ווייטער זיכער מאכן אז עטליכע פאלן אראפ אויף דער ערד, און גיין ווייטער, די יונגאטשעס דא וועלן מיך נישט אויפקלערן.

סאיז דא גענוג פלאץ אויף די גאס אין שטעטל, פאר די ביסל שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט אין מיין קאר, כרעד נישט יעצט פון די קליינע שמוץ וואס כווארף ארויספון די פענצטער אויף די הייוועי, כרעד פון די גרעסערע, וואס זאמלט זיך כסדר אן.

ביי א קידוש אדער שלום זכר גלייך איך צו נעמען די דעקלעך פון די סעלצער אדער גרעיפדזשוס אין מויל, אזוי אז שפעטער זאל יעדער געניסן פון מיר, אלעמאל אזוי געווען דער מנהג. די זעלבע זאך אויך, איידער איך פארגעס, ווען סליגט אינמיטן טיש פאטעיטא סאלאט אדער קאלסלאו וכדו' וועל איך פארשטייצעך נעמען דערפון מיט מיין לעפל, איינמאל נאכן צווייטן, (אגב, דאס איז א סגולה אז די גאנצע זאל געהערן פאר מיר).

עניוועי, די ליסטע איז לאנג...


-------------

מז"ט געלעגער, זאלסטע האבן אלעס גוטס, בני חיי ומזוני רויחי, וסייעתא דשמיא, וכט"ס.

איך שאץ אפ דיין ארבעט, האסט א געוואלדיגע זכיה.
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

צווייפעל האט געשריבן:מז"ט געלעגער, זאלסטע האבן אלעס גוטס, בני חיי ומזוני רויחי, וסייעתא דשמיא, וכט"ס.

איך שאץ אפ דיין ארבעט, האסט א געוואלדיגע זכיה.


אזאנס פיין אראפצישרייבן אן אנאליז אויף 'יענע' מיני אידן..
----
און צי דיר זאלץוואסער ביסט אויך נישט אוועק צי מאכען!!!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

צווייפעל. דיין וכו' גייסטו מסביר זיין ביי דיין עשרת אלפים אפשר?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

די מעוררים זענען היינט אונטערן רושם פון געלעגער'ס ארטיקל..
אטעטשמענטס
MBM.jpg
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

גלעגער,

געב נאר ארויס אין וועלכן בלאק די פלאנסט זיי אריינצושטעלן, איך וועל ענדערש אין טרעפיק אינעם עפ. די. אר. אונטערן זעלבן באמפער פאר צוויי שעה ווי איידער דארט אריבערצופארן,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

די הויכע שטילע שמונה עשרה האט מיך געכאפט
עס פאנגט זיך נישט מיט דעם, מען קומט אריין צום דאווענען שפעט און מען גייט רעדן מיט וועם אימער עס לאזט זיך רעדן מיט קיין שום איינגעהאלטנקייט נאר הויך ווי אין מקוה, אז די אידן וואס דאווענן שוין פון אנפאנג דאווענען קענען פארגעסן ווי זיי זענען, ענדליך נעמט מען זיך שוין דאווענען, מיט א ברען, הויך אויפן קול, נישט קיין חילוק צו די בעל תפילה לאזט יעצט אויס מלך מהולל בתשבחות צו ד' אחד אדער ווען יעדער שטייט שטיל אין ווארט אויפן בעל תפילה פון שחרית זאל צוגיין צום עמוד שפאצירט אינזער פריעדיגער הויך שמיסר האסטיק ארום דעם בית מדרש מיט קול חוצב להבות אז אז מען קען נישט דערהערן ווי מען האלט יעצט אין בית מדרש, ענדליך ביי קל אדון האלט מען שוין מיט יעדן, מען זינגט שיין מיט אבער די בעל תפילה מיט די מתפללים ווילן איבער זינגן איין פאל מער פון איינמאהל, אבער אזוי ווי ער האלט שוין מיט, און עס איז אים צולאנג איבערצוזינגן דעם פאל געט ער שריי מיט זיין בערישע קול אינמיטן זינגן המתגאה על חיות הקודש, אלעס גייט לויט זיין געשמאק און מאכט אומאיינגענעם די מתפללים און קיינער וואגט זיך נישט אים צו זאגן עפעס ווייל אויב יא איז אחת דתו מען גייט אריין אין זיין מויל........
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

@צווייפעל סטאאפ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”