ליקעריש האט געשריבן:גדול יהיה כבוד המעמד הזה!
א מעמד וואס איר ווילט נישט פארפאסן!!
נעקסט לעוועל!!!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ליקעריש האט געשריבן:גדול יהיה כבוד המעמד הזה!
א מעמד וואס איר ווילט נישט פארפאסן!!
ליקעריש האט געשריבן:גדול יהיה כבוד המעמד הזה!
א התרגשות דקדושה נעמט ארום תושבי קריתינו שטייענדיג ביים שוועל פונעם גרויסארטיגן דינער // ווי יאר יערליך וועט דער מעמד פארקומען מיט גרויס כבוד און פראכט // א רייכע מאלצייט וועט סערווירט ווערן אויפן פלאץ פאר אלע באטייליגטע // א פולער ארקעסטרא וועט מהנה זיין דעם ציבור אין שפיץ פון די סאמע העכסטע מוזיקאלישע פערזענליכקייטן // אן אינהאלטסרייכע פראגראם וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר לאנגע שעות לענגאויס די נאכט // פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן קומען פאר כדי צו קענען אקאמאדירן די רבבות המשתתפים // א פלאטע פון באסעס וועלן קורסירן אין אלע גאסן פון גרעיטער ניו יארק
למען אשפותינו: דער מעמד וועט געעפנט ווערן דורכן בארימטן מגיד מישרים ויושב ראש ר' מאיר משה בערקאוויטש // אוכל מתוך פסולת: שטורעמישע דברי הסברה 'א זויבער לעבן, וויאזוי?' וועט געהערט ווערן דורכן ספעציעלן גאסט רעדנער הרב מענדל טויבער // זבל תפארתך: פלאמפייערדיגע דברי ברכה והדרכת השנה ע"י אב"ד קהילתינו שליט"א // מעמד בוקע נקויים: פרקי תהילים פסוק בפסוק בהשתתפות הצדיקים הגאונים שליט"א // מאשפות ירים: מוזיקאלישע אויפטריט 'קופה של שרצים' דורך ר' שמואל זאנוויל הורוויץ מיטן ילד הפלא משה חיים גרין // מנקרים באשפה: אינפארמאטיווע פאנעל מיטן לאנגיעריגן דיספעטשער פון חברה אשפה ר' יעקב מאיר בראנדמארק // פשטו ידיהם בזבל: א מאמענט פון דאנקבארקייט און שעצונג פאר הנגידים האחים החשובים למשפחת יאנקאוויטש פאר זייער ברייטהארציגע נדבה אויף צוויי שפאגל-נייע בעזעם טראקס // תחתיים לזבלים: רירנדע פרעזנטאציע 'פארשמירט...' מיט ר' יצחק יעקב לאנגסאם // פסולת נקיה: א מזכרת נצח ווערט געשאנקען ווערן פאר די טויזנטער באטייליגטע - א געבענטשטע פלעשל מיסטער קלין
א מעמד וואס איר ווילט נישט פארפאסן!!
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
לאדיךארויס האט געשריבן:יאכעס, דו ביסט עס דער יאנקעל אויף וועם דיין געשיכטע ווערט פארציילט?
חחח... דיין היינטיגע דורכפאל פארציילסטו נישט פאר קיינעם, הא?
יאפס, היינט צופרי האב איך עספיעט צו זען ווי מוישע יאכעס פירט אויס זיין קנס פון מאכן די השקה.. נאר דערמאנט דערפון האט ער זיך שוין נאכן זיך אנטון די בגדים און פארקעמען די פיאות און דרייען די בארד מיטן ראבער בענדלע צווישן די ציין... דערמאנענדיג זיך פון זיין קנס איזער אזוי אויפגעשפרונגען אזש... חחח...
אלענפאלס, ער ברויך דאך אויפמאכן דעם שטאפער, איא? נו וויאזוי גייט מען עס אצינדער מאכן? צוריק זיך אויסטון איז קיין רעדע נישט, און אריינגיין מיט די בגדים..? המממ... למעשה האטער באשלאסן אז ער קען זיך נישט ארויסדרייען פון זיין שטראף שוין דעם ערשטן טאג, איזער שנעל אריינגעלאפן אין בור מיט די בגדים... (חחח... חחח...) ארויסגעצויגן דעם שטאפער, און דאן ארויסגעקומען פון בור ווען עמערס וואסער גיסן זיך פון אים..
אוי האבעך דעמאלטס געלאכט הויך אויפן קול, ווען פלוצלינג פיל איך א שמייס אונטער מיין רוקן... איך דריי זיך אויס זע איך א נארוואס געקרוינטער פאליציאנט מיט ס'קאפעלע אויפן שפיץ קאפ, (יא, אזא טונקל בלויע קאפל וואס די בעדערענע אידן האבן, וואס די האר דערפון איז אפגעשוירן און א קאר איזעס צען מאל איבערגעטרעטן...), ס'לינקע פאה אויפן אויער (ס'קוקט אויס מער שטרענג ווען בלויז איין פאה איז אויפן אויער), רויטע אנגעבלאזענע באקן און אלטע פורפל האנטוך מיט לעכער דערינען, אלס שמייסער (יא, די אלטע לעכעריגע האנטוכער שמייסן בעסער, האסט נישט געוויסט?)
איך קוק אים אן פארוואונדערט, זאגט ער, "דאס איז פארן רעדן אין ארום לאכן אין מקוה", און דערביי געט ער מיר א געלן טיקעט, "דאס איז פאר היינט, ביסט נישט ערלויבט אריינצולייגן קאצקע ציקער און מילעך אין דיין קאווע..."
מאכשעמאם אלע ציונים
ליקעריש האט געשריבן:גדול יהיה כבוד המעמד הזה!
א התרגשות דקדושה נעמט ארום תושבי קריתינו שטייענדיג ביים שוועל פונעם גרויסארטיגן דינער // ווי יאר יערליך וועט דער מעמד פארקומען מיט גרויס כבוד און פראכט // א רייכע מאלצייט וועט סערווירט ווערן אויפן פלאץ פאר אלע באטייליגטע // א פולער ארקעסטרא וועט מהנה זיין דעם ציבור אין שפיץ פון די סאמע העכסטע מוזיקאלישע פערזענליכקייטן // אן אינהאלטסרייכע פראגראם וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר לאנגע שעות לענגאויס די נאכט // פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן קומען פאר כדי צו קענען אקאמאדירן די רבבות המשתתפים // א פלאטע פון באסעס וועלן קורסירן אין אלע גאסן פון גרעיטער ניו יארק
למען אשפותינו: דער מעמד וועט געעפנט ווערן דורכן בארימטן מגיד מישרים ויושב ראש ר' מאיר משה בערקאוויטש // אוכל מתוך פסולת: שטורעמישע דברי הסברה 'א זויבער לעבן, וויאזוי?' וועט געהערט ווערן דורכן ספעציעלן גאסט רעדנער הרב מענדל טויבער // זבל תפארתך: פלאמפייערדיגע דברי ברכה והדרכת השנה ע"י אב"ד קהילתינו שליט"א // מעמד בוקע נקויים: פרקי תהילים פסוק בפסוק בהשתתפות הצדיקים הגאונים שליט"א // מאשפות ירים: מוזיקאלישע אויפטריט 'קופה של שרצים' דורך ר' שמואל זאנוויל הורוויץ מיטן ילד הפלא משה חיים גרין // מנקרים באשפה: אינפארמאטיווע פאנעל מיטן לאנגיעריגן דיספעטשער פון חברה אשפה ר' יעקב מאיר בראנדמארק // פשטו ידיהם בזבל: א מאמענט פון דאנקבארקייט און שעצונג פאר הנגידים האחים החשובים למשפחת יאנקאוויטש פאר זייער ברייטהארציגע נדבה אויף צוויי שפאגל-נייע בעזעם טראקס // תחתיים לזבלים: רירנדע פרעזנטאציע 'פארשמירט...' מיט ר' יצחק יעקב לאנגסאם // פסולת נקיה: א מזכרת נצח ווערט געשאנקען ווערן פאר די טויזנטער באטייליגטע - א געבענטשטע פלעשל מיסטער קלין
א מעמד וואס איר ווילט נישט פארפאסן!!
ליקעריש האט געשריבן:אין א צייט ווען די גאנצע וועלט פאלגט נאך מיט אנגסט די אנטוויקלונגען אין ארגענטינע ווען די אנגייענדע גואטאמאלא אגרעסיעס טוט אויפברענגען זארג און שוידער פאר יעדן, איז דער ארטיגער ראש הקהל ארויפגעקומען צווישן אנדערע אויף קול מבשר, און אין זיין רירנדע אינטערוויא געשילדערט וויאזוי עס האט אויסגעזען יענעם ביטערן נאכט ווען די גואטאמאלא בחורים האבן אנגעהויבן דעם בליץ-קריג מיטן ציל צו אינוואדירן דעם בית מדרש, און עווענטואל איבערווארפן די ראשי קהילה און אויפשטעלן אן אזויגערופענעם פאפעט-מוסדות .
...