ברודערליך, לאמיר זינגען ידיד נפש

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

ברודערליך, לאמיר זינגען ידיד נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס''ד

דער באקאנטער חסיד ר' מענדיל פוטערפוס ע''ה איז אמאל געזעסען ביי א פאברענג מיט נאך חבד'סקער יונגעלייט,און עוסק געווען בדברי תורה וחסידות,מ'זינגט און מלויבט דעם איינציגען באשעפער בדיבוק חברים,משקה גיסט זיך,ארויף ברענגעדיג די אידען צו א העכערע וועלט ,א וועלט וואס איז נישט פארהאן דארט קיין גשמיות ,נאר בלתי ה' לבדו ,א וועלט אפגעזינדערט פונעם חומריות הגוף,ווען כל כולו שרייט צמאה לך נפשי,קמה לך בשרי,טי רא רא רא רא ראם .....


ר' מענדיל זיצט מיט די אויגען פארמאכט און הייבט אן פארציילען א מעשה וואס ער האט ער אליין געהערט פונעם בעל העובדה,א איד וואס אריבער די ביטערע רוסישער גלות אינעם אייז קאלטען סיביר,און אט איז וואס האט פאסירט.


מען האט מיך גענומען קיין סיביר ,בלויז פארען חטא פון פארשפרייטען תורה ומצוות ,ס'איז געווען איין נאכט ווען די טרויערדיג באקאנטע נ.ק.וו.ד. האבען זיך איינגעבראכען ביי מיר אין דירה ,מיר געגעבען א כאפ און ארויף געשטעלט אויפען באן קיין סיביר ,מען האט מיר ניטאמאל געגעבען א געלעגענהייט מיטצונעמען אביסעל ספרים צו שטילען דאס הונגער פינעם זעהל, און ווער רעדט נאך פון עפעס עסען,מען האט מיר אריין געשטעלט אין עפעס א כאטקע ,ווי מ'האט נישט געזעהן קיין נברא פאר מיילען לאנג ,און אט דא האב איך געמיזט פארברענגען מיינע טעג,די איינציגסטע זאך וואס מיר האבען געקענט וויסען איז געווען די טעג פון וואך לויטען זון און דעם מולד הלבנה ,אזוי האבען מיר כאטש געוויסט ווען שבת און יו''ט פאלט אויס,אבער צו פראווענען די טעג האב איך נישט געהאט מיט וואס ,נישט קיין חלות,נישט קיין פיש,נישט קיין שופר ,נישט קיין מצות ,נישט קיין סידור אדער חומש ,ווי אויך נישט קיין ד' מינים ,ממש גארנישט ,און פארשטייט זיך אז דאס האט צוגערענגט צו אביסעל עצבות נישט קענענדיג מקיים זיין דעם בורא'ס געבאט.


איין שבת נאמיטאג ווען איך בין מיר געזעסען ביי מיר אין לעכעל ,פאר'צער'ט און דערביטערט,האבען מיטאמאל דערגרייכט צו מיינע אויערען א קול פון א זיסע תנועה ,דאס ערשטע מאל וואס איך הער א מענטשליכע שטומע אין די געגענט ,כ'האב אנגעהויבען נאכגיין דעם קול ביז ס'איז מיר אנטלפעקט געווארען אן אלטע איד זיצט אויף א שטאם פון א בוים, די קאפ געווארפען אויף ארויף ,די אויגען פארמאכט,די הענט כלפי מעלה און מיט השתוקקות זינגט ער ידיד נפש ,מיט אזא התלהבות,און מיט א נעימות,האב איך מיר אוועק געזעצט נעבען עם און אנגעהויבען מיט זינגען ,פילענדיג ווי דער גאנצע בריאה זינגט מיט,איי משוך עבדך אל רצונך.... כי זה כמה נכסוף נכספתי....אז תתחזק...הגלה נא ופרוס חביבי עלי....


נאך עטליכע שעות פון אמת'דיגע קורת רוח עפענט דער אלטער זיינע אויגען און קוקט מיר אן ,און זאגט,איך בין שוין דא דרייסעג יאר אין דעם מדבר שממה אן קיין ספרים און אן קיין אידישקייט ,דער איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביים לעבען איז דער ידיד נפש,זאג מיר אפשר האסטו עפעס א דבר שבקדושה מיט געברענגט דא אהער,פארצייל איך עם אז ווען מ'האט מיר אוועק געריסען פון שטוב האב איך פראבירט צו כאפען מיינע תפילין ,דעם של ראש האבען די רשעים פון מיר צוגענומען אבער עס איז געלונגען צו באהאלטען דעם של יד אונטערען ארעם און אזוי עס אריין געשווערצט,דער איד קוקט מיר אן מיט בענקעניש און זאגט,איך בעט דיר לאז מיר מארגען צופרי אנטון דעם של יד ,איך וויל קענען ליינען קריאת שמע כאטש מיט האלב א פאר תפילין,אודאי בין איך מסכים זאג איך עם,און א גאנצע נאכט זענען מיר געזעסען און פארברענגט בדברי חסידות און ניגונים ווארטענדיג ס'זאל ווערען טאג ,גלייך ביים נץ האב איך עם דערלאנגט דעם של יד און מיט טרערען טוט ער עס אן און ליינט קרי''ש מיט אזא השתפחות הנפש אזש די ערד אונטער אונז האט געציטערט ,און ווי נאר ער האט געענדיגט יצאה נשמתו הטהורה האבענדיג ערפילט איר תפקיד אויף די וועלט.



רופט זיך אן ר'מענדיל פוטערפוס פאר די חסידים ארום עם,אמת טאקע ווען איך האב נישט קיין ספרים ,איך האב נישט קיין ווייב ,נישט קיין קינדער ,נישט זעהן נאך א איד פאר דרייסיג יאר ווייס איך ניט צו איך וואלט געקענט זינגען ידיד נפש מיט אזא געפיל ווי דער איד אין סיביר האט געזינגען,אבער אז איך בין יא געזונט,איך האב יא געזונטע קינדערליך,איך האב יא מאכלי שבת,מצוות און אלע אנדערע דברים שבקדושה ,איך קען זיצען מיט ידידים און פארברענגען,זאל איך ניט זינגען ידיד נפש ?


טייערע ברידערליך, מיר גייען אריין אינעם יו''ט וואס די תורה בעפעלט אונז צו זיין בשמחה,והיית אך שמח ,ס'איז א זמן שמחתינו ,ווען מ'גייט זיצען אין סוכה געטס א טראכט,ב''ה איך האב א סוכה ,איך האב ד' מינים ,מיינע קינדער און בני בית זענען אנגעטון און בגדי מלכות ,די מאכלים זענען געשמאק און בע'טעם'ט,געלויבט דער פון אויבען אז יעדער איז געזונט,איך שעפ נחת פון מיינע שעפעלעך,בין איך נישט גליקליך ? קומט זיך נישט א שבח פארען איינציגען באשעפער וואס האט אונז אלעס געגעבען און געט אונז נאך און נאך ,מה אשיב לה',מיט וואס קען איך דיר טאטע באצאלען,כל תגמילהו עלי,דו געסט דאך מיר אלעס ,אלעס וואס איך האב איז דיינס ,וואס דו האסט מיר געשאנקען א מתנת חינם ברוב רחמיך,נאר וואס יא, הלל קען איך פאר דיר זינגען ,על כל החסד אשר עשית, ואשר אתה עתיד לעשות, עמי, ועם כל בני ביתי.


צדיקים האבען געטיישט ,לא המתים יהללו קה ,פארוואס טאקע נישט? נאר א מת האט א עבר וואס ער האט געלעבט אויף די וועלט,און ער האט אן עתיד ביי תחית המתים,אבער א הוה האט ער נישט,משא''כ מיר לעבדיגע האבען א הוה און אויף דעם דאנקען מיר ,אז עס גייט אונז גוט יעצט ,איך לעב ,איך בין געזונט ,איך האב ב''ה פרנסה גענוג אויף צו העלפען א צווייטען אויך ,איך זעה נחת פון מיינע קינדער,שלום בית ,איך בין צופרידען ,און אויף דעס אלעס און אלע אנדערע זאכען וואס איך ווייס ניטאמאל אז דו ,ליבע טאטע טוסט פאר מיר,אויף אלעם דאנק איך דיר .


ממילא ברידער לאמיר זיך צומאכען די אויגען ,עפענען אונזערע הערצער און לאזען אונזערע שטים בענדער זינגען ידיד נפש פארען אב הרחמן,
איי משוך עבדך אל רצונך.... כי זה כמה נכסוף נכספתי....אז תתחזק...הגלה נא ופרוס חביבי עלי....וחוסה נא על בן אהובך...ירוץ עבדך כמו איל...איי טאטע זיסע,נפשי חולת אהבתך....נגילה ונשמחה בך....



און לאמיר אלע האבען א לעכטיגע און פרייליכע יו''ט.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

שכוח ר' גראם
א שטיק חיזוק און די ריכטוגע צייטץ
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ידיד נפש כל חי "א גראם" עס האט זיך צוגאסען א פלוס פון חיזוק אין מיינע גלידער יישר כוחכם!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

סביב העולם האט געשריבן:ידיד נפש כל חי "א גראם" עס האט זיך צוגאסען א פלוס פון חיזוק אין מיינע גלידער יישר כוחכם!
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעקט »

הערליך הערליך, צענומען די נשמה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער זייער שיין, יישר כח פארן עס אראפשרייבן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך הארציג!
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

דאס איז אן א גראם מיט אלע טעמים.
א דאנק פאר די מיה.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

געוואלדיג שיין
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אורייתא האט געשריבן:שכוח ר' גראם
א שטיק חיזוק און די ריכטוגע צייטץ
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שיין שיין, בארירט א סטרונע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

גאר שטארק!
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

קוים וואס איך פאל אריין דא, אבער פונקט דאס אנצוטרעפן... שכח גראמעלע
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א פי.די.עף.
אטעטשמענטס
טעימה נעימה - חג הסוכות תשע''ה.compressed.pdf
.
(47.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 178 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31206
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW, גראמעל אייזן שטארקע סיפור, און ווען עס ווערט נאך געשריבן מיט דיין הערליכע שפראך, עס דרינגט אריין עד דוכדוכה של נפש! און עס שרייט זיך ווי פון זיך אליינס ארויס פון האלז "איי טאטע זיסע,נפשי חולת אהבתך....נגילה ונשמחה בך...."!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק אייך אלע פארען ליינען און קאמענטירען,האטס א גוט יו"ט מיט שמחה!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

אזא גוטע טעם שוין לאנג נישט געשפירט, מגיימער עס אי"ה מארגן ארויספרינטן
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווארעם, רירענד.

יישר כח גראם פארן אראפשרייבן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען איך שרייב שיין מיין איך "שיין" הארציג גוט. נאגענד
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

גאר הארציג און רירענד! יישר כח.
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

געוואלדיגע ווערטער !!!!!!!!
יישר כוח ר' גראם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אגב דער מחבר פון ידיד נפש איז דיר בעל החרדים וועלכער האט אויך פארפאסט דעם געגועים׳דיגער ״חרדים״ שטיקלעך וואס ווערט געזינגען אין די סאטמארע הויפן שמחת תורה צווישן יעדע הקפה מיט גרויס התעוררות און השתפחות הנפש א ריכטיגער וגילוי ברעדה, דער חרדים איז געווען א שטארקער פאאעטישער מענטש מקען זעהן זייער אסאך ענדליכקייטן צווישן ידיד נפש אין די חרדים שטיקלעך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קארעקט האט געשריבן:הערליך הערליך, צענומען די נשמה
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”