די שוואכע קאטשקע מיט'ן שטארקן הערש...

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

די שוואכע קאטשקע מיט'ן שטארקן הערש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

פארגאנגענע וואך בין איך געפארן אויף א פארנומענע ראוד אין די מאונטענס, און ווארטנדיג פאר א גרין לייט, האב איך באמערקט אז ביי די זייט אויף די גראז, זיצן עטליכע קאטשקעס און עסן געמיטלעך, און אין די זייט היבש אפגערוקט פון זיי, געפונט זיך א הערש און עסט אויך פון די גרינע גראז.

ווען א קאר אונטער מיר האט זיך אויך אפגעשטעלט ווארטנדיג אויפן לייט, און האט געמאכט אזא נויז מיט'ן זיך אפשטעלן, האט זיך די קאטשקע אביסל דערשראקן, און אויפגעהויבן אירע פליגלן זיך גרייטנדיג צו פליען פון דא.

אבער ווען זי האט אויפגעהויבן אירע פליגלן האט זיך דער הערש אינדערזייט דערשראקן, און געהויבן פיס און אנטלאפן פונעם סצענע ווי פון פייער, מורא האבנדיג פון דאס ערגסטע.

עס איז געווארן גרין, און איך מיט די קאר אונטער מיר האבן געדרוקט די ברעיק און פארלאזט דעם פלאץ. עד כאן המעשה.

די סצענע האט מיר (אפשר אויך ביי די דרייווער פון די אונטערשטע קאר) אביסל נישט צורו געלאזט.

עפעס מאכט נישט קיין סענס דא!!!

די שוואכע קאטשקע הייבט נאר אויף אירע דינע פליגלן, און דער גרויסער שטארקער הערש פארלאזט דאס פלאץ שנעלער ווי אן אויגן בליק. הפלא ופלא!!!

אריינטראכטענדיג דערין, איז מיר אביסל שווער געווארן פארוואס עס שטייט "הוי עז כנמר" און נישט הוי עז כצבי"? ווען א הערש זעצט ח"ו אריין אין א קאר וועט ער מאכן שאדן און שעדיגן די קאר און צומאל אויך ח"ו די פאסאנדזשירן. משא"כ א נמר'ל ווען ער טרעפט אן א קאר וועט דער קאר ניטאמאל באקומען א קריץ...

נאר דער אמת איז אז א דער שטארקע הערש ווייסט נישט אז ער איז שטארק. ער ווייסט נישט אז ער פארמאגט גאר מאכטפולע כוחות און קען צוברעכן וואס ס'שטייט אים אין וועג. נו אז ער ווייסט נישט אז ער האט כוחות וועט ער זיך נישט איינשטעלן אין קיין שום געפאר ווייל לויט זיין ידיעה האט ער דאך נישט קיין שום גבורה. און אז דער שוואכער קאטשקע אין די זייט פון אים הייבט פליגלן, ווייסט ער נישט אז ער האט זיך נישט פון וואס צו דערשרעקן. וואס ער טוט יא איז: לויפן!!! וואס דאס ווייסט ער יא אז ער קען און דאס נוצט ער טאקע זיך צו ראטעווען פון זיין פלאנטער. און דערפאר שטייט "רץ כצבי".
א מענטש האט כוחות און זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט דערפון, און דערפאר נוצט מען אמאל אנדערע טאקטיקן זיך צו פטר'ן פון פארשידענס וואס קומען אונטער פון וועלכע מ'זוכט זיך ארויסצודרייען אויס מורא אז עס קען אים שאטן.

למשל א מלמד פארציילט מיר אז זייענדיג איינמאל אין קלאס, האט זיך א יונגל מתחצף געווען צו אים, און דער מלמד האט זיך זייער פארלוירן, און האט אנגעהויבן זיך פארענטפערן אז דער מנהל איז שולדיג, דער מענדזשער איז שולדיג. ער ווארפט אראפ פון זיך די שולד, ווייל דער יונגל האט אים יעצט דערלאנגט א פסק. נאך אזא מעשה וואלט איך אים געזאגט, הערש טייערער די קאטשקע האט זיך מתחצף געווען צו דיר, ער האט אויפגעהויבן זיינע פליגלן, נו וואס האסטו מורא? דו ביסט דאך אסאך שטערקער פון אים! ער קען דיר גארנישט טון! ווער נישט אזוי דערשראקן.

און דאס קען מען אייביג נוצן! ווען א מענטש ווערט געקלאפט פון איינעם, דארף ער נישט ווערן אזוי דערשראקן! ווער זאגט אז ער איז שטערקער פון דיר???!!! דו ביסט גענוג שטארק און עס וועט דיר גארנישט פאסירן.
לעצט פארראכטן דורך פיטום אום דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מוראדיגער געדאנק הרב פיטוום.

שטייט אין ספה"ק לבית סלאנים להודיע לבני האדם גבורתיו, דער מענטש זאל וויסן זיינע אייגענע גבורות, זיינע אייגענע כוחות.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שיינע געדאנק, אבער עס שטימט דאך נישט אויפן רץ כצבי, ווייל די תנא זאגט דען א "פאלטשע עצה"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זייער א שיינע נושא, און גאר שיין ארויסגעברענגט.

איין קליינע הערה, עס שטייט, הוי עז כנמר, וקל כנשר. רץ כצבי, וגבור כארי. אבער דיין פוינט איז גוט ריגארדלעס.

לכתחילה האקט
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שיינע געדאנק, אבער עס שטימט דאך נישט אויפן רץ כצבי, ווייל די תנא זאגט דען א "פאלטשע עצה"?

דער תנא רעכענט אויס די מעלות לויט וואס יענער ווייסט! דער הערש ווייסט נאר אז ער קען לויפן. אויסרעכענען א מעלה וואס יענער ווייסט נישט און יענער וועט זיך נישט באנוצן דערמיט איז בכלל נישט קיין אויפטוה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די געדאנק איז בכל אופן גוט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
קדש הילולים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדש הילולים »

פאלט מיר ביי א געדאנק, אפשר מהאי טעמא איז די עונש פון עובר זיין אויף די ג׳ שבועות ״הרינו מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה״. וויל יודן אין גלות דארפן דאך זיין אזויווי די הערשן, אז אפילו זיי האבן כח צו מורד זיי אין די אומות וואס פייניגן זיי, זאלן זיי נישט וויסן פון דעם נאר זיך מכניע זיין פאר גזירות הקב״ה. איז אויב ח״ו מען איז עובר אויף דעם, קומט דער עונש אז מען ווערט געשטראפט אזויווי די הערשן, צו ארויסנעמן א מוסר השכל. בד״א.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גוטע, אמת'ע, טיפע, געדאנק
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א געדאנק ממש א טשאטשקע
אז מ'קען ציטערען אויך פון א קאטשקע
פיטום, קיעפ איט אפ
צו ניצען דעם קאפ
מיט דיין שריפט זיין מהנה
פון די איבערלעבענשען דיינע
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

זייער שיין ארויסגעברענגט איך און אזא פאל וואלט גענימען א הויפן בילדער, איך גלייך נאטור
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

פיטום וואונדערבאר! אמת'ע טיפע געדאנק.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

@ פיטום
יא זייער א שיינעם ריעון און מוסר השכל
אבער! די מערסטע וואס איך באווינדער און וואס עס געפעלט מיר פון דיין שינעם דרוש איז:
אז די נעמסט וואס די זעסט און טייטשסט עס אויס לטובה און נעמט ארויס די מוסר השכל דערפון,
אשריך!
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

פיטום א שיינע געדאנק!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס פאלט אייך ביי אז טאמער דער קאר שטויסט זיך אהן אין א לעמפערט וועט עס ניטאמאל באקומען א קראץ?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”