פארזעצונג: דער גימלי גליידער-פינעף סעקונדעס פאר א קאטאסטראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

פארזעצונג: דער גימלי גליידער-פינעף סעקונדעס פאר א קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

אן אמת'ע געשיכטע וואס איז פארלאפן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

1983 יולי 23
עיר קאנאדע פלייט 143

איין טאג פריער איז דער פליגער געפלויגן פון טאראנטא קיין עדמענטאן וואו דער עראפלאן איז אריבער רוטינע אונטערזוכונגען, און פון דארט איז עס געפלויגן קיין מאנטרעאל.

איין טאג שפעטער דער 23סטער איז דער עראפלאן ארויסגעפלויגן פון מאנטריאל צוריק קיין עדמענטאן מיט א אפשטעל אין אטאווע.
5:48 נאכמיטאג האט דער פילאט באב פיערסאן באקומען ערלויבעניש זיך צו הייבן און ויסעו געפארן, מיט די גרעסטע פאוער האט זיך דער עראפלאן גענומען הייבן.

דער רייזע איז אדורך רעלאטיוו רואיג, דער עראפלאן האט געלאנדעט אין אטאווא אום 6:58 ווי אינדשענירן האבן איבערגעקוקט דעם גאזאלין טאנק און אלע פה אחד האבן געזאגט אז עס איז דא דארט די והותר פאר די רייזע.
און אזוי האט מען זיך געהויבן אין די לופטן....

הארט נאך אכט אזייגער העכער די הימלען פון דעם רויטן לעיק אין אנטעריא, די פאסאזשירן האבן נארוואס געענדיגט צו עסן די מיעל , און די פלייט אטענדענטס זענען ארומגעגאנגען סערווירן דעם עולם מיט געשמאקע נארהאפטיגע טרינקען מיט זייער באקאנטע פאלשע חנופה....

ווען פלוצלונג האט דער פיילאט דערזען אז עפעס א לעמפל בליצט און געוויסע אומפארשטענדליכע קוידס האבן זיך אויפגעשריבן אויפן קאמפיוטער באגלייט מיט א סעריע פייפערייען, דער גרויסער עראפלאן (א באואינג 767) איז דאן געווען 41,000 פיס אין די לופטן ביי א שנעלקייט פון 539 מייל פער שעה, האלטנדיג פונקט אינדערמיט פון די 1,768 מייל רייזע.

לויט די פליגערס קומפיוטער איז נאך געווען גענוג און נאך גאזאלין פאר די גאנצע רייזע אבער עטליכע געז פאמפס האבן געוויזן פרעשור פראבלעמען.

דער פיילאט האט אפיר געזוכט דעם פליגערס "באואינג אנווייזונגס ביכל" און זיך גענומען בלעטערן ביז ער האט געפונען דעם פשט דערין אז דער גאזאלין פאמפ אין דער טאנק פונעם לינקן פליגל ליידט פון עפעס א קאמפליקאציע און קען נישט אנפיטערן די מאטארן, אבער ער האט אפגעאטעמט לייכטער זעענדיג אז די כוח פון גראוויטי קען ערזעצן דעם פאמפ און דורך דעם וועט דער מאטאר ווייטער באקומען די פיול אפילו אויב דער פאמפ גייט א גאנג.

דו ווייסט, האט ער קאמענטירט צום קא פיילאט, "איך וואלט נישט גענומען די לופט....." נאך בעפאר ער האט פארענדיגט דעם זאץ איז ער איבערגעהאקט געווארן דורך דעם קאמפיוטער וואס האט ארויסגעלאזט אפאר הויכע פייפערייען און דאן האבן זיך אנגעצינדן א גאנצע רייע לעמפלעך אזש די גאנצע קאקפיט איז בלאכטן געווארן.

די פילאטן האבן נישט געוואוסט וואס דאס מיינט און וואס צו טון.
מיר מוזן זאפארט גיין קיין וויניפעג, האט זיך דער פילאט אנגערופן....
המשך יבא אי"ה
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

די ביסט אינגאנצען משוגע געווארן ? דא לאזטע מיך ביי 41.000 פיס אין די לופטן??? שוין זאלסטע פארזעצן אבער שוין
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

private האט געשריבן:די ביסט אינגאנצען משוגע געווארן ? דא לאזטע מיך ביי 41.000 פיס אין די לופטן??? שוין זאלסטע פארזעצן אבער שוין
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

דו פלאנסט אונז איבער צולאזן אזוי איבער גאנץ שבת?

דו שרייבסט פיין!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

אויסערן מיניסטער, א גוטע שרייבער און א גוטע שפראך

#קיפ איט אפ

בד"וו ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג?
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איך זאג נישט גארנישט צו, אבער בלי נדר זונטאג מאנטאג
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

אה! ב"ה קען מען צוגיין צום שבת רואיג.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

אויסי מאכסט מיר טראכטן אז די ביזט די אנדערע ניק פון אב זקן...
ששש....דיר גארנישט געזאגט
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

א גוטע וואך, אויסערן מיניסטער, אלץ א גאר שטארקער נאוועל לאווער וויל איך דיר זאגן, אז דו האסט גאר גוט אנגעהויבן, קיפ איט אפ
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

זיי האבן געלאזט וויסן פארן וויניפעג קאנטראל טורעם זייער פלאן.

עיר קאנאדע 143 איר זענט ערלויבט צו פליען אין ריכטונג פון וויניפעג, איז געקומען דער אנטווארט, איר דארפט לאנדן אויף ראנוועי 31.
דאן איז געקומען די פראגע, איר דארפט עפעס הילף? וואס פאר א פליגער אין טראבל מיינט דאס א קבלת פנים פון א מחנה פאליס און פייערלעשער, ניין אויפן מינוט נישט, איז געקומען דער אנטווארט פונעם פיילאט.

די ווארענונגען האבן געהאלטן אין איין שרייען פאר נידריגע גאזאלין און דער פילאט האט הילפסלאז פרובירט צו אנצונדן די פאמפס וואס פאמפן אריין געז אין די מאטאר, אבער אן ערפאלג.

ער האט געלאזט רופן דעם הויפט פלייט אטענדענט און אים איבערגעגעבן די סיטואציע, אבער עטליכע מינוט דערויף איז שוין די איצטיגע באריכט געווען ווערטלאז, די איינציגסטע זאך וואס איז יעצט געשטאנען אויפן קאמפיוטער איז געווען "באנג", קיינער פון די מענטשן דארט האט נישט געהערט אמאל אזא טערמין.....

נאכן איבערקוקן אלעס האט דער פיילאט באשטעטיגט אז דער לינקער מאטאר איז געשטארבן פאר הונגער נאך גאזאלין, זייער יעצטיגן הייעך איז געווען 28,000 פיס.
די פילאטן האבן זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א קאמפליצירטער לאנדונג אבער פארט אזאנס וואס איז מעגליך, דער קא-פילאט האט זיך פארבינדן מיט די וויניפעג קאנטראל טורעם צו פארלאנגען די פריערדיקע אנגעבאטענע "הילף".

פון מינוט צו מינוט איז די סיטואציע געווארן קלארער און קלארער אז דער פראבלעם שטעקט נישט אין די מאשינערי נאר אין די גאזאלין אבער דאס איז געווען א וואונדער וויסנדיג אז זיי האבן נאך גענוג גאזאלין.

מיט א שרעק האט זיך דער פיילאט צוגעהערט ווי דער לינקער מאטאר דער איינציג פארבליבענער פונקציאנירנדער מאטאר, ווערט צוביסלעך שטילער און שטילער..... אויסהויכנדיג זיין נשמה מיט א לאנגער און מרה שחורהדיגען מעכאנישער זיפץ.

אלע לעקטערלעך, מאשינען, ווייזערס, קאמפיוטערס וואס האבן זיך אזוי אנגעשטרענגט צו ארבעטן ביז אפאר מינוטן פריער זענען אלע געווען שווארץ, די איינציגסטע קול וואס מען האט געהערט איז געווען פון די גרויסע פענס וואס ליגט אין די מאטאר וואס האט זיך געדרייט פון די ווינט.

דער 767 איז געווען איינע פון די ערשטע עראפלאנען צו האבן אן "עלעקטראנישן פלייט אינסטרומענט סיסטעם" וואס האט געארבעט דורך די עלעקטריציטעט וואס איז פאבריצירט געווארן דורך די פליגערס מאטאר, און אויב זענען די מאטארן טויט דאן.... איז נישטא קיין מאשינערי.

דער באדייט דערפון איז, אז אן די מינדעסטע עלעקטריציטעט קען מען נישט מניפולירן דעם עראפלאן, נישטא קיין קאמפיוטער נישטא קיין רודער צו קירעווען צו די זייטן נישטא קיין קראפט צו הייבן און נידערן דעם פליגער, אין קורצן, דער פליגער האט געהאט בערך די זעלבע מעגליכקייטן ווי א פאלנדער שווערער ציגל.....

נאך עטליכע גאר שווערע און פיינליכע מאמענטן, שפירנדיג אז ביידע מאטארן פונקציאנירן נישט האט זיך דער אויטאמאטישער עמערדשענסי סיסטעם אנגעצונדן און איינגעשטעלטע באטאריען האבן מחיה מתים געווען עטליכע פון די מערסט קריטישע אינסטרומענטן, און א קליינער 'אר-עי-טי' (רעם עיר טורביין) איז ארויסגעקומען פון אונטער די פליגער צו צושטעלן אביסל כח צו קאנטראלירן דעם רודער און לאנדן דעם פליגער אן די מאטארן.

פלוצלינג דערהערט זיך א קראצענדיג קול פון די ראדיא, "143 מיר האבן פארלוירן אייער טראנספאנדער, פארבינד זיך שוין צוריק" (טראנספאנדער איז די כלי וואס טראנסמיטירט די ראדאר סיגנאלן וואס דאס ערמעגליכט פארן קאנטראל טורעם צו זען אויפן קאמפיוטער ווי דער פליגער איז און אים העלפן צו לאנדן וכדו').

ווי איך זע מיינט דער עולם אז דאס איז א נאוועל און א פאלשע געשיכטע, איך בין נישט צו גוט אין שרייבן אזאנע געשיכטעס, די מעשה דא איז אן אמתע מעשה.

המשך יבא אי"ה
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

מיר ווארטען אויף די המשך
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

טאקע א אמתע מעשה סע דא א דאקומענטרי פון דעם אין כ׳האב הנאה עס צו ליינען און יודיש. אינטערסאנט ווי אזא גרויסע עירפלען האט סורווייוט מיט אזוי סאך אישאס
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

העי דו זאגסט שוין אויס דער סוף מעשה.......
איך דארף קענען אנציען דעם עולם צי עס גייט יא קראכן אדער נישט
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

אויסי. לכבודך לייען איך נישט עלמא 'ס תגובה
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי קלוגער »

יוש שרעקעדיג.

נא געגאנגען! לאמיר לאנדען דעם פליגער...
אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן נמרץ »

ס'טשילס... איך זיץ ביי די ווינדאו וואס איז נעבן די מאטאר, איך האב טאקע בעמערקט ווי עס האט אויפגעהרט ארבעטן, אבער איך האב געמיינט אז ס'קומט אזוי, ביז איך האב מיר אינטערגעהערט ווי צוויי פלייט אטענדענטס שמיסן אז ס'דא א פראבלעם מיט די מאטער.. איך האב שנעל אנגעקאלט מיין מאמע זאגן אז... :shock:

אוי ס'איז נאר א באשרייבונג... :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p-
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער שיין, אויסערן מיניסטער, דו אנטוישסט אונז נישט זינט דיין אנקום.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפס, טאלאנטפול אונז אריינגעשלעפט אינעם פליגער אריין! דאס הארץ באכעט, לאמיר זעהן וואס איז געשען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יאפס, טאלאנטפול אונז אריינגעשלעפט אינעם פליגער אריין! דאס הארץ באכעט, לאמיר זעהן וואס איז געשען!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

לכאורה האט געשריבן:זייער שיין, אויסערן מיניסטער, דו אנטוישסט אונז נישט זינט דיין אנקום.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

געווענליך לאנדעט א פליגער מיט אסאך הילף פונעם קאנטראל טורעם, וואס אין די דאזיגע פאל האבן די פיילאטס גאר שיי געקענט חלומען דערפון אפשר דאס אויך נישט....

ווי אויך זעט דער פיילאט אויפן סקרין וויאזוי ער דארף לאנדן וואס הייסט? פשט איז אז אויפן סקרין איז דא צוויי אנגעצייכנטע רויטע ליניעס וואס דאס איז די ראנוועי און די פליגער איז צוויי אנדערע בלויע ליניעס אויפן סקרין, און אויב זעט מען אז די צוויי בלויע ליניעס זאלן זיין גראד מיט די צוויי רויטע מיינט דאס אז ער איז אין די גוטע דיירעקשן און אין די מיטלפונקט פונעם ראנוועי און סאיז סעיף צו לאנדן.

העי שריי נישט, יא איך ווייס און ביזט טאקע גערעכט אז לויט ווי איך שרייב דא קען ער אנקומען אין די מיטלפונקט פונעם ראנוועי מיטן נאז אראפ און אריינקראכן טאקע אינעם מיטלפונקט....?
טאקע א שווערע פראבלעם און דערפאר האט דער בוכ"ע אריינגעגעבן שכל פאר די וואס האבן ערצייגט די פליגער אז די קאמפיוטער מעלדעט אים איין דורך פייפערייען אויב די נאז איז צו שטארק אויף אראפ אדער אויב איז עס צו שטארק אויף ארויף.

נאך איין קלייניגקייט, די ביסל מאשינערי וואס האט יא געארבעט איז געווען וועגן דעם קליינעם טורבין וואס איז געווען אונטער דער עראפלאן און האט צוגעשטעלט א קללין קוואל פון ענערגיע דורך זיך דרייען פון די ווינט, א שטייגער ווי אזא גרויסע טורביין וואס שטעלט צו עלעקטריציטעט אויף דער ערד.

און אונזער פלייט 143 שטייט דא אן די מינדעסטע פון די כלים.
דאס איז נאר געווען צו באגרייפן דעם מצב.

יעצט לאמיר אריינשטעקן די קאפ אין קאקפיט און זען וואס סקומט דארט פאר.

האלטן מיר איצטעט אז דער פליגער איז אומזעבאר אויפן סקרין קיין ברענשטאף איז נישטא אפילו א לעק און א שלעפער טראק קען מען נישט רופן ווי אויך זיך שטעלן אין די זייט מיט די העזערד לייטס ביז חברים קומט אן איז נישט קיין אפשען סאו....

דער פיילאט האט באגריפן די ערנסטע מצב און האט אריינגעזאגט אינעם ראדיא: "פלייט 143 צום צענטער (צענטער מיינט קאנטראל טורעם) דאס איז א מעידעי (א קאוד ווארט פאר א שטארקע קאטאסטראפע, נויט פאל) און מיר דארפן א וועג צום נאענטסטן ראנוועי שייך, ביידע מאטארן זענען טויט לכאורה צוליב א מאנגל אין געז, מיר זענען יעצט אויף עמערשענסי אינסטרומענטן און קענען בלויז געבן באגרעניצטע אינפארמאציע".

דעם קאנטראלער אינעם טורעם איז געווארן קאלט און ווארעם און מיט די רוהיגסטע קול וואס מעגליך האט ער ריפלייט: 143 מיר האבן גוט געהערט בלייבט אויף די ריכטונג ווי איר זענט יעצט.

זיי האבן גענומען דעם פליגערס עמערדשענסי אנוויזונגס ביכל און פרובירט צו זוכן כאטש עפעס א קליינע אנוויזונג איבער א מאטארלאזע לאנדונג אבער דאס איז געווען אזוי רחוק מן השכל אז שטייטצעך אז סאיז נישט ערשינען אין די גייד.

מיט כעס האט פיערסאן דער פיילאט אראפגעווארפן די ביכל אויפן ערד, אבער דאס האט אים מאמענטאל זילטש געהאלפן, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס א סטראטעגיע וויאזוי צו לאנדען דעם פליגער זיכערערהייט און נישט מאכן דא איין גרויסע בית הקברות מיט זיי ביינאזאם, אבער וויאזוי דאס צו טון האבן זיי נישט געוואוסט.

זיי זענען אזוי געזיצן אנגעצויגענערהייט אין די טונקעלע קאבינע און אבזערווירט די לאנגזאמע און שטילע נידערונג, בשעת זיי נוצן א קליינע צאל אינסטרומענטן באזרט אויף די טעכנאלאגיע פון פאר די צווייטע וועלט קריג צו פרובירן אראפברענגען דער עראפלאן אויף דער ערד.

די פיילאטן האבן נאך עטליכע מאל פרובירט צו אנצינדן די מאטארן אבער נאכן זען אז סהעלפט נישט האבן זיי בלית ברירה געדארפט פעיסן פאקט און לאנדן דעם פליגער אזוי.

וויאזוי???

המשך יבא אי"ה
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

ברר סקערי,,,,,,,
יעצט גיי מיר דארפן ווארטן נאך א וואך אין די לופטן?? יוששש......
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח אויסערן, מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די מעשה האביך שוין געליינט צוויי מאל אין סעריע פארזעצונגען אין פובליקאציעס
אבער אזוי גוט ווי די שרייבסט עס דא האביך דערווייל עס נאך נישט געליינט
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קיינמאל געליינט ביז יעצט. זייעא זייער אינטערעסאנט און גוט געשריבן, מיר ווארטן אויפן המשך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”