'שמע מינה' - בר קמצא'ס וועג פון טראכטן און שפירן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

'שמע מינה' - בר קמצא'ס וועג פון טראכטן און שפירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שמע מינה – בר בר קמצא'ס וועג פון טראכטן און שפירן


יעדעס יאר לערן איך די גמ' אין גיטין מיט די מעשה פון קמצא ובר בר קמצא אין תשעה באב, כמנהג בתפוצות ישראל.

און דאס יאר אויך.

און יעדע יאר קומט אריין עפעס א נייע געדאנק, הגם עס שטייט אז מען זאל נישט לערנען בעיון, אבער ווי נישט ווי פאלט דאך עפעס ביי.

לערנענדיג דאס יאר די מעשה פון בר קמצא, האב איך מיך אפגעשטעלט גלייך אין אנהויב נייגעריגערהייט.

דער בעה"ב האט אן רחמנות ארויסגעפווארפען דעם בר קמצא בשעת אלע רבנים זענען דארט געזעצן און גארנישט געזאגט. זעענדיג דאס האט בר קמצא מחליט געווען ביי זיך אין גרויס כעס און ערגערניש, 'הואיל ויתבי והו יתבי רבנן ולא מחו ביה, שמע מינה קא ניחה להו. איזיל איכול בהו קורצה בי מלכא!'

איבערגעטייטשט. וויבאל אלע רבנים זענען דא געזעצן און זיי האבן נישט מוחה געווען, איז א ראיה אז זיי האלטן אויך ווי דער בעה"ב, אז מען דארף מיך פארשעמען, און סקומט זיך מיר מזאל מיך פארשעמען. נו נו, איך וועל נקמה נעמען פאר דעם, איך גיי שוין מלשין זייין אויף זיי, זיי וועלן האבן צו הערן פון מיר!

בר קמצא האט דא פארשטאנען צוויי שטארקע הנחות.
א. אז אויב די רבנים וואלטן געווען אויף זיין זייט און איהם געוויזן די חיזוק און סאפארט, וואלט נישט געווען די ווייטאג אזוי שטארק. דער בעה"ב האט מיך טאקע שטארק פארשעמט, אבער לכה"פ איז דער עולם אויף מיין זייט, און די ווייטאג איז נישט אזוי געפערליך. פאר דעם דארף מען נאכנישט גיין מלשין זיין. אבער היות די רבנים האבן נישט מוחה געווען, איז דאס א ראיה אז זיי זענען נישט אויף זיין זייט. נו אויף דעם דארף איך מיך אננעמען אויף מיין כבוד.
ב. עס מוז זיין אז די רבנים האבן קלאר געהאט די שטארקייט מוחה צו זיין אויפן בעה"ב, ווייל אויב זיי וואלטן נישט געהאט די שטארקייט, איז דאך נישטא קיין ראיה אז זיי זענען נישט אויף זיין זייט, זיי האבן נישט מוחה ווייל זיי זענען נישט גענוג שטארק צו גיין קעגען דעם שטארקען בעה"ב. אבער ניין, די רבנים האבן זיכער געקענט אויב זיי ווילן, און די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן דאס נישט געטון איז ווייל זיי זענען אויך קעגן איהם.

שטעלט זיך דא די שאלה, פארוואס טאקע האט בר קמצא מחליט געווען מיט אזא פשטות, אז די רבנים האבן נישט מוחה געווען ווייל זיי זענען קעגן איהם? אפשר האבן זיי נישט מוחה געווען טאקע דערפאר ווייל זיי האבן מורא געהאט פונעם בעה"ב, און אז מוועט זיי ארויסווארפען אזוי ווי בר קמצא. ווי נישט ווי, איז מבואר קלאר אין די משנה וגמ' אין סוטה (מא.:) אז בזמן בית שני איז ליידער געווען אסאך חנופה, ווי די משנה פארציילט דארט ווי מען האט מחניף געווען אגריפס המלך, און די גמ' פארציילט דארט אויף די עונשים וואס קומט זיך פאר חנופה. איז קען דאך טאקע זיין אז די רבנים האבן ליידער מחניף געווען דעם בעה"ב און דערפאר האבן זיי זיך נישט אנגענומען פאר בר קמצא'ן? אוודאי דער אינסטינקט פון א מענטש איז צו ווערן זייער באליידיגט ווען קיינער נעמט זיך נישט אן. אבער דא האט די גמ' גענומען די עקסטערע פאר ווערטער, וואס איז אייגענטליך א שטארקע יסוד בתורת הנפש, אז נישט די עצם זאך וואס האט פאסירט מצד דער בעה"ב וואס האט איהם פארשעמט, דאס האט גורם געווען זיין כעס און די נאכפאלגענדע קאנסיקווענצען, נאר דיירעקט דאס אז די רבנים האבן נישט מוחה געווען, וואס פון דעם איז א שטארקע ראיה אז זיי זענען אויך קעגן איהם. אבער פארוואס איז די נאטירליכע געפיל פון בר קמצא געלאפן אז די רבנים זענען קלאר יא גענוג שטארק ביי זיך מוחה צו זיין קעגן די בעה"ב?

ת"ב ביינאכט נאך איכה האב איך פראבירט צו מאכן שטיקל שמועס דערפון מיט מיינע שכנים וואס זיצן לעבן מיר אין ביהמ"ד. געווען אזאנע וואס האבן פראבירט צו ענפערן מיט שכל. אויב בר קמצא איז אזא תקיף אז ער קען זיך בעטן בפני כל הקהל אז מזאל איהם צורולאזן, און ווי אויך די גאנצע איבערקערענישט וואס ער האט געמאכט נאכדעם, מוז זיין אז עפעס קאנפידענס האט ער געהאט אין זיך, און ממילא האט ער אנגענומען פאר א דבר פשוט אז די רבנים האבן אויך גענוג שטארקייט און קאנפעדענס.

אבער איך האב מיך נישט באגניגענט מיט דעם. פון מיין ערפארונג ווייס איך, אז בדרך כלל ווען מענטשן מאכן החלטות אין לעבן, איז דאס לויט וויאזוי עס זעהט זיי אויס מער 'גלאטיג' און ווייניגער צומישט. מענטשן האבן נישט ליב אריינצוגיין אין טערעטאריע ווי מען גייט זיך אנטרעפן אין א 'דעד-ענד'. איך בין געווען משוכנע אז טראכטן אז די רבנים זענען שוואך, וואלט געמאכט בר קמצא מער צומישט אין לעבן. איך האב אבער דאס געוואלט מיטטלעבן אין זעהן וויאזוי דאס זעהט אויס, און זעהן אויב איך בין גערעכט.

האב איך געבעטן איינער פון מיינע שכנים אויב זיי ווילן וואלאנטירן און אויסשפילן 'בר קמצא' און זעהן וואס עס פאסירט אין זיין אינערליכע וועלט אויב איז ער מחליט די אנדערע וועג. מיצולעבן אזא מיטלעבעניש איז אנדערש ווי סתם שפעקעלירן אין שכל אייגענע השערות.

צווי חברה האבן זיך איינגעגעבן, און די שפיל האט זיך אנגעהויבן.

איך האב גענומען איינעם אויף אמאל, אבער מער ווייניגער איז די אויספיר געווען די זעלבע, ממילא איז נישט וויכטיג איבערצוגיין ביידע.

איך האב אנגעהויבן אריין צוברענגען אונזער 'בר קמצא' – פארשטייט זיך בדמיון – אינעם אטריום זאל ווי ס'איז אנגעפילט מיט מענטשן פון וואנט צו וואנט, ווען אין פארענט איז דא א אויבענאן פון דריי שטאק פון אלע רבנים פון מאנסי. דו שלעפסט דיך ארויף די שטיגען מלא התרגשות אז דו האסט געהאט די כבוד צו ווערן איינגעליידענט צו דעם גאר מאכטפולען סעודה, בשעת דו ווייסט טיף אין הארץ אז דו ביזט נישט אזוי 'איינס צו איינס' מיט דעם בעל הסעודה, העכסטענס טראכסטו צו דיר, אז דאס א מעגליכקייט פאר די בעה"ב צו מאכן שלום מיט דיר.

אבער דיין פרייד האלט נישט אן צו לאנג. ווי נאר דו טרעסט איבער דעם שוועל, זעהסטו גלייך אז ס'טויג נישט. דער בעה"ב ווערט רויט פון כעס און נעמט זיך שרייען אויף דיר מיט קולי קולות: 'טראג אפ פון דא! ווער האט דיר גערופן דו שטינקער איינער! גיי! שוין!'

דו פראבירסט זיך אביסל צו אריאנטירן נאך אזא שאק, און דו פאנגסט זיך אן צו בעטן, 'ביטע לאז מיר דא פארשעם מיך נישט, איך צאל דיר אויס די זאל. פליז שיק מיך נישט ארויס!' און דו פילסט דיך דערשטיקט פון טרערן, און דו ציטערסט אז דו זאלסט נישט אויספלאצען אין א געוויין בפני כל העדה.

אבער דער בעה"ב דער אכזר לאזט נישט נאך, 'גיי דיר שוין ארויס פון דא, שנעלער! גיי נישט ווי א באמאכטער!'

ס'איז שא שטיל אין זאל. קיינער גיט נישט ארויס קיין 'מוק' פון מויל.

און דו גייסט ארויס בפחי נפש.

יעצט פרעג איך אונזער בר קמצא, 'איז וואס איז דיין נאטירליכע ריאקציע צו דעם מעשה בשעת דו גייסט אראפ די טרעפ צום פארקינג לאט?'

פארשטייט זיך אז בר קמצא זאגט, אז די כעס ברענט, 'אלע רבנים זענען דארט געזעצן, און קיינער זאגט נישט קיין ווארט, איך בין עפעס א שטינקער? יעדער איז קעגן מיר, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיר. רשעים וואס זיי זענען. איך גיי זיי יעצט ווייזען וואס איך קען!'

אקעי. יעצט האב איך געבעטן הרב בר קמצא, 'פארגעס וואס דו האט יעצט געטראכט, און אנשטאטס דעם באמערק ווי ס'לויפט דיר דורך אזא איינפאל. הממ, דאס וואס די רבנים האבן נישט מוחה געווען איז פשוט געווען ווייל זיי האבן מורא זיך אנצוהביין מיט דעם פארשוין, און וועגן דעם האבן זיי זיך נישט אנגענומען פאר דיר. אבער באמת פילן די רבנים אזוי מיט מיט דיין צער אז ס'איז נישט צום באשרייבן'.

'וואס פאסירט אין דיר ווען דו זעהסט דיך אזוי טראכטן?'

'הממ', טראכט בר קמצא צו זיך, 'ספילט זיך זייער גוט, ס'מאכט טאקע מער סענס אז דאס איז ריכטיג, קען טאקע זיין אז זיי זענען טאקע אויף מיין זייט'.

'אקעי', זאג איך איהם,' יעצט גיי ווייטער אראפ די שטיגען, און גיי אריין אין פארקינג לאט, און גיי אריין אין דיין קאר און פאר אהיים, וויאזוי פילסטו יעצט בשעת דו טראכסט איבער די מעשה ביי דיר אין קאפ?'

'נעעעע, עפעס טויג נישט דא', גיט ער א מאך מיט די הענט, 'וואס גייט דא פאר, די רבנים קענען טאקע נישט האבן די שטארקייט און גיין ע"פ תורה און זאגן וואס איז ריכטיג און אויסגעהאלטן? וואספארא רבנים האביך דא? זיי זענען נישט ווערט מער ווי א 'פושקע סארדינס', איך קען מיך אויף זיי נישט פאלאזען אדער טראסטען'.

בר קמצא דערזעהט זיך דא פלוצלינג מיט אומטראסבארע רבנים. יא זיי זענען טאקע אויף זיין זייט, אבער מיט וועמען גיי איך דא צום טיש?

און בר קמצא גיט א פיר אויס,'פארטיג, איך גיי מיר מיין וועג, איך האב מער נישט צוטין מיט אזלעכע מיני רבנים, זייטס מיר אלע געזונט'.

איך האב פארשטאנען פון בר קמצא אז ער האלט באמת אז ער קען זיך גיין זיין וועג אליין אן קיינעמס דיעות. האב איך געוואלט זעהן וויאזוי ער גייט דאס במציאות מאכן.

'בר קמצא, זאג פאר די רבנים אפען און גראב, איך דארף ענק נישט האבן, איך קען לעבן אליינס'.

עמ..עמ... דאס האט זיך בר קמצא גענומען שטאפלען, 'ניין איך קען עס נישט זאגען. איך קען נישט לעבן אליינס, איך דארף א רבי וואס זאל מיר קענען זאגען וואס צו טון'.

'אהא, איז זאג פאר די רבנים אז דו גייסט טאקע יא נאכגיין זייערע פיסטריט'.

'ניין!' דאס קען איך אויך נישט זאגן, ווי קען איך זיי טראסטן?'

'איז וואס גייסטו טון יעצט?'

'איך ווייס נישט', זאגט בר קמצא, 'איך בלייב צומישט און צוחישט. איך ווייס נישט ווי צו גיין. אקעי בלית ברירה וועל איך מוזן אוועקוקען און זיך פארלאזן אויף זיי בלינדערהייט'.

'פיין' זאג איך איהם, 'איך וויל דו זאלסט דיך זעהן מארגען ווי דו האסט א סכסוך מיט יענעם פון 10000 שקלים, ווי גייסטו?'

'אוי וויי רבש"ע, ווי גיי איך טאקע, איך טראסט זיי נישט מיט קיין געלט'.

בר קמצא'ס מאגען האט זיך ממש במציאוות אנגעהויבן דרייען.

מיין אנדער בר קמצא האט ביי דעם שטאפעל שוין אנגעהויבן מולמעלען, 'שוין איך גיי שוין בעסער צו די רומיים!'

ביי דעם שטאפעל האב איך צירוק דערמאנט פאר בר קמצא וואס זיין ערשטע החלטה איז געווען, אז די רבנים האבן עכט יא שטארקייט, נאר זיי זענען קעגן איהם, 'ביי דעם החלטה איז אויך דא דיין צומישעניש אויף די רבנים?'

'ניין', ענפערט ער, 'אלעס איז קלאר, די רבנים האבן שטארקייט, ממילא זענען זיי קעגען מיר און איך גיי נקמה נעמען. אבער ווארט א מינוט, סדאך אבער נישט אמת, די רבנים זענען עכט יא מיט מיר, זיי האבן פשוט נישט די שטארקייט, דאס איז סאך מער מסתבר, אבער איך האב נישט ווי צו גיין, איך וועל העכצענס מוזן גיין פאר הילף מסדר צו זיין מיינע צומישענישן. מתבונן העלף מיר! ס'איז א דעד-ענד!'

איך האב אויפגעוועקט בר קמצא פון זיין שפיל און איך האב מיך באדאנקט פאר איהם. אלזא עס איז מיר שוין זייער קלאר, די סיבה וואס האט מעגליך געטריבן דעם עכטען בר קמצא צו מאכן זיין החלטה אז די רבנים האבן באמת יא די שטארקייט מוחה צו זיין, נאר זיי ווילן נישט ווייל זיי זענען קעגן איהם. מחליט זיין אז די רבנים זענען נישט גענוג שטארק, ברענגט ארויף אסאך אומזיכערקייטן, ספיקות און צומישענישען אין לעבן, ענדערש מאכן א 'שמע מינה' און גיין די 'גראדע' וועג.

אבער דער 'שמע מינה' האט געקאסט א טייערע פרייז.

דאס לעבן איז סיי וויי חרוב געווארען אויף אייביג מיטן חרוב מאכן דעם בית המקדש.

איז וועלכע צומישעניש לוינט זיך ענדערש.

* * *

מיר אלע מאכן אזענע מיני 'שמע מינה'ס' אין לעבן.

'יעדער האט מיך פיינט געהאט, מיין טאטע האט מיר כסדר קריטיקירט, 'ווייל איך בין דער משוגענער פון שטאט', קיין אנדערע הסבר איז דאך נישטא. אויב מען קריטיקירט מיר, שמע מינה, אז איך בין טאקע דער משוגענער'. פארוואס זאל איך נישט זיין דעפרעסט אויב קיינער האט מיך נישט ליב און קיינער דארף מיך נישט.'

אבער טראכט אריין, מיטן מאכן דעם שמע מינה, ביזטו מחליט אז דאס איז אמת, און דו ביזט טאקע משוגע, דיין מלמד אדער חבר האט די פילע מאכט און שטארקייט צו קובע זיין וואס דו ביזט.

אבער וואס איז אויב דו ביזט מחליט אז ליידער האט דיין מלמד אדער חבר, נישט געהאט אזעלכע פיינע מידות, אדער שוואך פאר זיך אליין נישט האבענדיג קאנטראל אויף זיך אליין, אבער דו אליינס ביזט א לויטערע טייערע נשמה, נארמאל ווי ביז גאר, פיל מיט טאלאנטען וואס ווארטען ארויסצוקמען.

דעמאלטס...

אוי וויי....

דעמאלטס, בלייב איך אליינס, צומישט, ווער סאפארט מיך? ווער זעהט מיר אלטס א מענטש? וועמען זאל איך טראסטען? וכו' וכו'

איז שוין באלד בעסער צו מחליט זיין אז מיין מלמד / חבר ווייסט וואס ער רעד! ער איז א שטארקע דורכגעטראכטע מענטש, און ער פארשטייט אז מיך טאר מען נישט ליב האבן. אפילו דאס מאכט מיר דעפרעסט און אנגעצויגען און מער צומישט אין לעבן.

אבער דעפרעסט און צומישט בלייב איך סייווי. דאס איז מיין אייגענע חורבן.

איז וועלעכע צומישקייט לוינט זיך ענדערשער?

מענטשעלע טרעף דיין אייגענע זיכערקייט אין דיר אליין. יעדער האט חסרונות, און דו אויך. דער רבש"ע האט די שטארקייט צו זאגען ווער דו ביזט עכט. ער קוקט דיר אן. ער היט דיר. ער האט דיר זייער ליב. די ביזט סעיף!
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מתבונן, דיין נאמען איז אזוי פאסיג אויף דיר. נעמסט א באקאנטע מעשה און דו מאכסט דערפון א גאנצע שמועס הערליך אראפגעלייגט מיט טיפע מחשבות... זייער אינטערעסאנט וויאזוי יעדנ'ס מחשבות לויפן אנדערש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW, הערליך שיין!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיינע נקודה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שיינע נקודה.

קליינע הערה:
מאך find & replace 'קמצא' מיט 'בר קמצא'.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

א פאסיגער נקודה! און א שיינער רעיון!
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מתבונן איך בין מורא'דיג נתפעל פון דיין טיפע וועג פון טראכטן. זייער שיין צולייגט!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חומר למחשבה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א געדאנק פון מתבונן
צו ליינען טוט לוינען

ארויסגעריקט פון זיין גאראדזש
אויף די גמרא א הערליכע טייטש

שמע מינה כי חכימא את
זיי אונז ווייטער מהנה מיט יעדען פרישען פשט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן טייערער.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

שכוח פון מתבונן, זאג נאר - ביסטו פון דיע וואס זענען בקי בחכמת הנפש?
זייער שיין!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

זייער שיין געשריבען.
רט. אנעים.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אנעים זמירות האט געשריבן:קליינע הערה:
מאך find & replace 'קמצא' מיט 'בר קמצא'.


פארראכטען.
מ'טראכט טיף, און די פשוטע זאכען פארזעהט מען... :roll:
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מתבונן wow וויזוי האסטו דאס געמאכט מיט זיי האסט געמאכט היפנאסיס?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מען קען זאגן אז אין יענע צייטן זענען די רבנים נאך געוועין שטארק, און זיי האבן מקיים געווען דעם לא תגירי מפני איש מיט אלע מפרשים, ממילה איז נישט איינגעפאלן פאר בר קמצא אז די רבנן האבן נישט מוחה געוועין ווייל זיי זענען שוואך, ווייל ס'נישט געוועין אזא זאך! ממילה איז ער צוגעקימען צו דעים קאנקלודזען!


חוץ מזה מתבונן ווען בר קמצא האט ווען אביסל מער סעלף עסטיעם וואלט ער זיך אינגאנצן אויסגעלאכט פון די מעשה....
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

מתבונן, פלאי פלאים, הערליך רייך באשריבן, מ'קען באשטעלן אן אפויטנמענט ביי דיר?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נישט האט געשריבן:מתבונן, פלאי פלאים, הערליך רייך באשריבן, מ'קען באשטעלן אן אפויטנמענט ביי דיר?
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

fiena nieas האט געשריבן:מתבונן wow וויזוי האסטו דאס געמאכט מיט זיי האסט געמאכט היפנאסיס?


דורך גיין גראד צום פינטל.

fiena nieas האט געשריבן:חוץ מזה מתבונן ווען בר קמצא האט ווען אביסל מער סעלף עסטיעם וואלט ער זיך אינגאנצן אויסגעלאכט פון די מעשה....


צו ווערן וויי געטון, איז א נאטירליכע אינסטינקט. דאס האט נישט מיט שוואכקייט. יעדע נארמאלע מענטש פילט זיך אפגעפאטשט ווען ער ווערט פארשעמט בפני כל הקהל, די שאלה איז אלעמאל וואס מאכט די מעשה 'ממש געפערליך און נישט צום אויסהאלטן'? ס'איז כמעט קיינמאל נישט די עצם זאך וואס פאסירט, נאר ארימיגע צוגעלייגטע פרטים וואס מאכן די אינצעדענט אויסזעהן געפערליכער ווי ס'איז.

בעסער געזאגט. אוודאי ביסוד הדברים דארף א מענטש קענען פארשטיין אז וואס עס פאסירט איז אזוי באשערט, ווי דער בעל החינוך שרייבט, אז ווען איינער טשעפעט דיר זאלסטו פארשטיין אז דאס באשערט מן השמים און דער טשעפעניאק איז נאר א שליח מן השמים. דאס איז אלסט דער מעשה זעלבסט. אבער ווען עס ריקט זיך אריין נאך זייטיגע פרטים ווערט דער מענטש נאך מער צומישט, און פון גרויס צומישקייט איז שווער אויפן מינוט צו אנערקענען און שלום מאכן מיט די מצב.

ביי בר קמצא'ס פאל איז חוץ די פארשעמונג, צוגעקומען די געפערליכע קושיא, פארוואס זענען נישט די רבנים מוחה? בעת לחץ וועט א מענטש פארענפערן די אלע זייטיגע קושיות אויף די גרינגסטע אופן וואס איז שייך, אפילו עס מאכט די גאנצע מעשה מער קאמפלעצירט. ווי איך האב מיך איבערצייגט איז טאקע סאך לייכטער און גראדער צו פארענפערן די קושיא אז די רבנים וואלטן געהאט די שטארקייט זיך אנצונעמען פאר איהם, אפילו דאס האט איהם נאך אפגעהאקט פון די געזעלשאפט, אבער אזא הנחה איז גראדער.

דאס איז פון די יסודות פון טראומע און שאק, אז דער מענטש, בפרט ווען ער איז יונג, האט נישט קיין געהעריגע תירוצים מסביר צו זיין וואס קומט דא עכט פאר, ממילא מאכט ער זיך אנדערע נישט ריכטיגע תירוצים וואס מאכן באמת דאס לעבן מער קאמפלעצירט און מוגבל.

איז אוודאי אויב בר קמצא איז זיכער מיט זיך, וואלט ער גרינגערהייט אויך געקענט פארענפערן די קושיא אויף די רבנים אויף א אנדערע וועג, ווייל ער וואלט געפילט זיכער מיט זיך אפילו עס איז דא צומישעניש כלפי די רבנים, אבער היות עס האט איהם געפעלט די אינערליכע זיכערקייט, איז ער געבליבן צומישט און ליידער גורם געווען דעם חורבן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

נשמה האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:מתבונן, פלאי פלאים, הערליך רייך באשריבן, מ'קען באשטעלן אן אפויטנמענט ביי דיר?


שיק אין אישי.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער שיין, איינגענעם צו לעזן. יישר כח בר קמצא... אופס "מתבונן"
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נאך נישט געענדיגט דאס גאנצע, אבער דאס איז עפעס סופער סופער! מתבונן האסט גוטע געדאנקען און א גוטן זאפטיגן פעדער!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קלאפ אין טיר!

קלאפ אין טיר!..

אה... ענדליך מאכט מען מיר אויף די טיר.... די קינדערלעך אויף'ן אנדערען זייט טיר קוקן מיך אן מיט גרויסע ציעפענטע אויגען, ווי צי פרעגען "מי שמך לאיש?.. כ'מיין, וואט די העק... ווער ביסטו?!"

כ'לאז זיי נישט לאנג טראכטען, כ'צייג זיי מיין קאפלינג אויפ'ן לינקע ארבעל, דארט שטייט געשריבען מיט אייוועלט אותיות "שמאטע".

זיי קוקען פארגאפט, זיי זענען יעצט מער צומישט ווי פריערט. זיי פרעגן זיך איינער דעם צווייטען "יאלא, חביבי, דו האסט א מושג ווער דער שמאטע איז, און וואס ער וויל?!"

דער שכן זיינער געבט מיך א מעסט אפ מיט א שנעלע בליק (איך פארליר מיך נישט, כ'שמייכעל ווייטער...). כ'הער ווי ער געבט א זאג פאר'ן שואל "ער איז אמאל איינגעשטאנען דא ביי אונז אין שטוב, כ'ווייס אבער נישט פארוואס ער איז יעצט צוריקגעקומען..."

הכלל, זיי האבן מחליט געווען מיר אריינצולאזן אין שטוב (פארשטייט זיך נאר נאכן אנגעבען געוויסע סימנים וואס האט זיי רי-עשורד אז כ'בין אויפ'ן ריכטיגען אדרעס).

כ'קום אריין אין שטובעל, און כ'זעה אז ס'צוגעקומען געוויסע טשאטשקעס אויף די ווענט... קענטליך אז די קינדער אין דעם שטוב האבן געוויזען פרישע חכמה'לעך און די עלטערען האבן באשלאסן עס צי פאראייביגען דורכ'ן עס אויפהענגען אויף פלעצער ווי די געסט וועלען עס מערקען (און האפענטליך אויסדריקען זייער רעאקציע וואס וועט מאכן די עלטערען שפירען א מיליאן טאלער...).

כ'שפאציר צוביסלעך דורך ס'מקום... כ'באטראכט אהער, כ'באטראכט אהין... כ'שטעל זיך אפ געבען א קלארערע בליק דא... א טיפערע בליק דארט...

אט מערט איך עפעס א קינצליכע שטיקעל... כ'קיק זיך צי נענטער און כ'זעה אז יא, ס'איז א שטיק "מאדרען ארט"! הערליך שיין! באמת ווינדערלעך! די ליניעס ציען זיך אזוי פראפעסיאנאל אהין און צוריק, ארויף און אראפ. רעכטס לינקס... די סצענע וואס דארף ארויסשרייען פון די ארטיקעל שרייט גאר גוט ארויס, און ס'קענטליק אז ס'ליגט דערין קאפ און מוח! דער ערפינדער רעדפון האט נישט אבי געקאטשקעט אין די וועלט אריין... ער האט הפנים געוויסט וואס ער וויל, און וויאזוי ער פלאנט עס צי מאכן!

מתבונן, די ארטיקעל איז מייסטערהאפטיג אראפ געשטעלט! ס'ליינט זיך גאר געשמאק און ציענד!

ישר כח!!

(אנטשולדיגט אלע חברים אויב כ'האב אייך געמאכט עפענען די אשכול בלויז צי זעהן אז איך האב מיך דערמאנט פון אייוועלט... סארי... אבער די אשכול איז מיר זייער געפאלן... שטעלצענק אויפ'ן קאפ!
[אדער וואוטס 'יא' פאר די #לייק קנעפל...{סארי וויכי, כ'האב גארנישט געזאגט. ביי}])
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

שמאטע!?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כ'בין נישט איבערגעצייגט, אז דאס איז פארלאפען, און צו עס וואלט געווען אזוי ביי מיר, אבער צוויי זאכען איז קלאר

1 מתבונן טראכט און שרייבט גיט

2 בר קמצא האט אלעמאל געהאט א טינא בלב אויף די רבנים.

ער האט געהערט וואס ער האט געוואלט הערן.

(גראדע האב איך געוואלט שרייבען א גאנצער אשכול וועגען דעם ענין פון ער הערט ניישט נאר ווואס ער וויל, אבער וואס זאל איך טאן אז כ'בין אבעסערע רעדנער ווי שרייבער)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בין איך אזוי אדורכשפאצירט מעוטף ומעוטר די האל פון ביהמ"ד אונטן אין די שטיבלעך וואו מ'דאווענט, ס'געשעהט צומאל ביי יענעם אבער דאס מאל בין איך געווען דער אריינגעכאפטער, ווען איינעמ'ס בגד האט געמאכט א בונד מיט א פרינדזשע פון מיין טלית, און איך בין געווארן אנטבלויזט תרתי משמע, נישט קיין בעפארצוגטע ענין, איך געב א קוק אבער יענער גייט זיך ווייטער כאילו לא היה טעות מצידו
.

געווענליך געט מען זיך א דריי אויס און מ'העלפט, וואס דאס גיט צו געשמאקקייט צום פיהלן אז מ'עקזיסטירט, אבער דא האט יענער...

זיך נישט וואוסענדיג געמאכט?
גראד איז מיר בייגעפאלן מתבוננ'ס ארטיקל, און איך האב פארשטאנען אז ס'איז מיר מער צום הארצן צו טראכטן אז יענער האט זיך דייקא נישט וואוסענדיג געמאכט פון וואס ער האט געטון, פארוואס?

יעצט קלער איך, אבער מתבונן וואלט מיר געהאלפן צו פארשטיין טיפער, פארוואס ס'האט זיך מיר ענדערש באשלאסן אז "יענער האט עס געטון פאר'דוקא" און ס'גייט איהם נישט אן, ס'פאסט נישט פאר זיין הויעכגעשעצטער כבוד צו מודה זיין אין א טעות וואס ער האט געמאכט פאר עפעס א אפגעפליקטער יונגערמאן, אזוי האט זיך מיר געוואלט טראכטן ווען איך האב געזעהן 'קלאר' אז ס'גייט איהם נישט אן. ס'גייט איהם נישט אן מיין בושה.

אבער כ'האב געכאפט פארוואס איך וויל אזוי זאגן...

ווייל אויב וועל איך זאגן אז יענער האט בכלל נישט געזעהן, בין איך דאך מודה אז ס'דא א מציאות אויף די וועלט אז מ'קען מיר טון אן אמת'ע עוולה, אבער ס'איז נישטא וועם צו באשולדיגן... קיינער איז נישט שולדיג... און דאס איז גורם אן אומזיכערקייט פאר מיך, צו מודה זיין אז עוולות קענען געטון ווערן דורך מענטשן און זיי האבן עס בכלל באמת נישט געמיינט, איך בלייב אליין מיט מיין ווייטאג, און איך מוז בעל כרחי אויפהייבן מיינע אויגן צום הימל, אז דער אייבערשטער זאל מיך היטן...

דאס איז סך א שווערערע זאך.

ס'איז סך גרינגער ווען ס'דא וועם צו באשולדיגן, אז יענער האט בכוונה נישט איבערגעבעטן, אזוי בלייב איך נישט אליין אויף די וועלט מיט מיין ווייטאג.

מתבוננ'ס ארטיקל האט מיר געשטעלט אויפן ריכטיגן בליק. אז, יא, ס'קען זיין אז יענער האט נישט געוואוסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”