ווי גוט איז צו זיין א סאטמערער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

ווי גוט איז צו זיין א סאטמערער

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 26, 2014 3:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:מחותן די ווייסט מיסתמע אז רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן פון קיין בייק'ס, פארוואס ווייס איך נישט ווער בין איך אריינצורעדן.


די תגובה האט מיר מעורר געווען א אלטע תמיה אויף סאטמער,

עס איז אייביג געווען איינגעפירט אז ווען אימער א איד האט געהאט א שאלה אין הלכה/מנהג/השקפה האט ער פראבירט עס אליינס מברר צו זיין, און אויב האט ער עס נישט געקענט מברר זיין איז ער געגאנגען צו זיין רבין/רב/דיין/תלמיד חכם אז יענער זאל אים מאכען די ריסורטויש אין אים זאגן את המעשה אשר יעשון,

און אזוי פירט זיך נאך היינט צוטאגס רוב וועלט, {כמעט} יעדער האט זיין קהלה/ישיבה/דיין/רב/רבי ווי ער באלאנגט און מען פראבירט זיך צו פירען ע"פ שו"ע ומסורה יעדער לויט ווי ער זעט איין פאר ריכטיג, די לעבעדיגע רבי'ס/דיינים/ורבנים געבן איבער פאר די וואס זענענן מקבשי דעתם את המעשה אשר יעשון און מען דעם הייבט זיך עס אן און מיט דעם ענדיגט זיך עס...

אבער אין סאטמער איז אנדערש, אין סאטמער האט קיינער נישט קיין "אייגענע" מיינוג, קיינער פון די "לעבעדיגע" האבן נישט קיין רעכט פאר אייגענע החלטות.. אלעס גייט מיט די זעלבע ניסוך: די רבי האט יא אדער נישט געהאלטען דערפון..
פון "שמירות שבת ביז עסן בארשט מיטעל נאכט" פון "פארען מיט א בייק ביז איסורי כריתות" פון "זינגען מודה אני שבת אחר יו"ט ביז פארן אויף אר"י" אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט וואס די רבי וואלט געטיען, עס איז נישט דא קיין מנהגים, עס איז נישט דא קיין שו"ע, עס איז נישט דא קיין אייגענע מסורה, און עס איז נישט רעכט צו מאכען א אייגענע בירור הלכה אויף קיין שום ענין.. גארנישט גארנישט. אלעס הייבט זיך מיטען זמירות דברי יואל און ענדיגט זיך מיט די פאליש זיצער וואס געדענקן פינקטליך משנתו הבירה פון רביה"ק זי"ע, און נאר מיר אין סאטמער האבן מיר די פאני אומפארשטענדליכע לייען אויף אינזער ת"ת לעדער-העד "בהסתיידות כ"ק אדמור זיע"א" כאילו עס איז א חלק פון די שש זכירות וואס מען דארף האלטען פאר די אויגען.


#אומפארשטענדליך


אבער עס האט מורא'דיגע ריווח אויך, די ריווח איז מער ווי די מילתה דתמיה.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג מאי 27, 2014 1:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 26, 2014 3:29 pm

מחותן האט געשריבן: און נאר מיר אין סאטמער האבן מיר די פאני אומפארשטענדליכע לייען אויף אינזער ת"ת לעדער-העד "בהסתיידות כ"ק אדמור זיע"א" כאילו עס איז א חלק פון די שש זכירות וואס מען דארף האלטען פאר די אויגען.


#אומפארשטענדליך

חס ושלום, האסט שוין פארגעסען? 'בהתייסדות כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע'
מ'שטייט נאך אין די שבעה פון הרה"ח ר' עזריאל, און שוין האסטו פארגעסען

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 3:39 pm

מחותן האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:מחותן די ווייסט מיסתמע אז רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן פון קיין בייק'ס, פארוואס ווייס איך נישט ווער בין איך אריינצורעדן.


די תגובה האט מיר מעורר געווען א אלטע תמיה אויף סאטמער,

עס איז אייביג געווען איינגעפירט אז ווען אימער א איד האט געהאט א שאלה אין הלכה/מנהג/השקפה האט ער פראבירט עס אליינס מברר צו זיין, און אויב האט ער עס נישט געקענט מברר זיין איז ער געגאנגען צו זיין רבין/רב/דיין/תלמיד חכם אז יענער זאל אים מאכען די ריסורטויש אין אים זאגן את המעשה אשר יעשון,

און אזוי פירט זיך נאך היינט צוטאגס רוב וועלט, {כמעט} יעדער האט זיין קהלה/ישיבה/דיין/רב/רבי ווי ער באלאנגט און מען פראבירט זיך צו פירען ע"פ שו"ע ומסורה יעדער לויט ווי ער זעט איין פאר ריכטיג, די לעבעדיגע רבי'ס/דיינים/ורבנים געבן איבער פאר די וואס זענענן מקבשי דעתם את המעשה אשר יעשון און מען דעם הייבט זיך עס אן און מיט דעם ענדיגט זיך עס...

אבער אין סאטמער איז אנדערש, אין סאטמער האט קיינער נישט קיין "אייגענע" מיינוג, קיינער פון די "לעבעדיגע" האבן נישט קיין רעכט פאר אייגענע החלטות.. אלעס גייט מיט די זעלבע ניסוך: די רבי האט יא אדער נישט געהאלטען דערפון..
פון "שמירות שבת ביז עסן בארשט מיטעל נאכט" פון "פארען מיט א בייק ביז איסורי כריתות" פון "זינגען מודה אני שבת אחר יו"ט ביז פארן אויף אר"י" אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט וואס די רבי וואלט געטיען, עס איז נישט דא קיין מנהגים, עס איז נישט דא קיין שו"ע, עס איז נישט דא קיין אייגענע מסורה, און עס איז נישט רעכט צו מאכען א אייגענע בירור הלכה אויף קיין שום ענין.. גארנישט גארנישט. אלעס הייבט זיך מיטען זמירות דברי יואל און ענדיגט זיך מיט די פאליש זיצער וואס געדענקן פינקטליך משנתו הבירה פון רביה"ק זי"ע, און נאר מיר אין סאטמער האבן מיר די פאני אומפארשטענדליכע לייען אויף אינזער ת"ת לעדער-העד "בהסתיידות כ"ק אדמור זיע"א" כאילו עס איז א חלק פון די שש זכירות וואס מען דארף האלטען פאר די אויגען.


#אומפארשטענדליך


כ'גיי נישט ענטפערן אויף אלעם, אבער אזויפיל, אין יעדע נארמאלע פלאץ גייט מען נישט גיין אקעגן א זאך וואס דער אייגענער רבי האט געזאגט, און אין סאטמאר איז מען עטוואס מער פארנומען דערמיט צוליב די פראקציעס אין סאטמאר, אבער בדרך כלל א זאך וואס שטייט אין די ספרים אדער ער האט געזאגט ברבים איז נישטא קיין חילוקי דעות, און יעדער אנדערע חסידות וואלט געווען פשוט וברור אז מ'איז זיך פארדעם מוסר נפש פינטל.

בנוגע די זמירות און פאליש זיצערס אידאך סתם אבי גערעדט, די הנהגה פון סאטמאר, עטליעסט פון די צוויי קהלות גדולות, זענען מער ווייניגער פארנומען מיט די תורת פון רבי'ן און זיין שיטה, נישט מיט וואס די פאליש זיצערס האבן צו זאגן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 26, 2014 3:39 pm

עס איז נישט ווייל איך וויל אז מען זאל פרעגן די היינטיגע רבי'ס, איך בין בכלל נישט קיין חסיד, מיר זענענן בעלזע פון דערהיים.
מיר באדערט אז ווען אימער מען רעדט איו סאטמער פון סיי וואס, ענדיגט זיך עס מיט א שארט קארט וואס הייסט: רבי ז"ל, און דערנאך הייבט זיך אן די דיבאטע ווער עס האט די "ריכטיגע" מיינוג פון רבין זי"ע.

לדגומה די תגובה מיט וואס איך האב געפענט די אשכול {וועגן פארען מיט בייקס}, אנשטאט רעדן די מעלות וחסרונות דערפון, און צו מען טרעפט בהלכה והשקפה א פראבלעם דערמיט, געבט מען א זאג אז רבי ז"ל האט נישט געהאלטען דערפון.. "א זאך וואס ער האט נישט אפגעשריבען און עס איז נישט דא אויף טעיפ, און עס איז תולי בדעת בני אדם" יעצט הייבט זיך אן וואס ער האט אמת'דיג געהאלטען און וואס ער האט אמת'דיג נישט געהאלטען און מיט דעם בלייבט עס...

מיט אזא מהלך קען מען ארויסגעבן נאך תרי"ג מצוות וואס זאל נאך זיין הארבער ווי סיי וואס וויבאלד די רבי ז"ל האט נישט געהאלטען דערפון.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מאי 26, 2014 3:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג מאי 26, 2014 3:40 pm

וועסט מיר מוחל זיין אבער דאס האט אונז די רבי ז"ל די ב"מ געלערענט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 3:41 pm

מחותן, אויב איר האט נישט געלערנט אין סאטמאר האט איר בכלל נישט ארויס דעם ענין פון א "שייגעץ בייק", כמאמאר העולם גיי לערן מיט א גוי ברטנורא...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 26, 2014 3:45 pm

לאמיררעדן פון די נושא.. ברענג אהער א באגלייבע טשעין איש מפי איש וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט איבער א "שגץ בייק"..

קענסט עס נישט אהער ברענגן, ווייל יעדער אין סאטמער זאגט וואס אים שמעקט וואס עס זאל האבן געווען דעתו הבירה,
די ווארט "רבי ז"ל" איז א נייע אום אפגעשריבענע תורה וואס געבט די רעכט פאר סיי וועם צו זאגען וואס ער וויל אז די רבי זאל האבן געזאגט.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מאי 26, 2014 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג מאי 26, 2014 3:46 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:וועסט מיר מוחל זיין אבער דאס האט אונז די רבי ז"ל די ב"מ געלערענט

און!! ער האט געלאכט פון זמירות דבר"י כידוע
פארוואס ווייל מ'איז אריין אין א גיר פון שטותים והבלים
נישט דאס האט ער גמיינט מיטן זאגן אז ביי יעדע זאך דארף מען קוקן וויאזוי די פעטער האט זיך געפירט
--------
לגבי די נושא פון בייקס אזוי פארציילט דאכצעך מיר ר' י"י שטויבער
אבער איך האב געהערט א אנדערע סיבה
ווייל די רבי האט געהאלטן אז יעדע שפיל וואס מ'וואקסט נישט אויס דארפן נישט די קינדער שפילן
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט אויפגעהערט צו שפילו באל אין סאטמערע חדר (יא ! און די כ' יארן האט מען געשפילט באל אין חדר)
לעצט פאראכטן דורך יאנקעלע קליגער אום מאנטאג מאי 26, 2014 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג מאי 26, 2014 3:49 pm

א אויסגעדראשענע נושא..

ר' מחותן, ס'איז אזוי אזוי בלעק ענד ווייט, יש ויש, אבער ס'איז א שאד די צייט מאריך צו זיין.

שמעלקא טויב האט געשריבן:מחותן, אויב איר האט נישט געלערנט אין סאטמאר האט איר בכלל נישט ארויס דעם ענין פון א "שייגעץ בייק", כמאמאר העולם גיי לערן מיט א גוי ברטנורא...

:lol:
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 26, 2014 3:49 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:וועסט מיר מוחל זיין אבער דאס האט אונז די רבי ז"ל די ב"מ געלערענט

און!! ער האט געלאכט פון זמירות דבר"י כידוע
פארוואס ווייל מ'איז אריין אין א גיר פון שטותים והבלים
נישט דאס האט ער גמיינט מיטן זאגן אז ביי יעדע זאך דארף מען קוקן וויאזוי די פעטער האט זיך געפירט

ער האט געזונגען קה אכסוף אויך, כאטשיג דער רבי האט עס נישט געזונגען, ווען ער האט געגעסן די שהחיינו פירות פאר'ן המוציא, האט ער געזאגט - מיין טאטע איז אויך נישט געווען קיין שיסטער
כ'מיין ער פלעגט יא אריין צו קוקן פאר'ן דאווענען פארן עמוד אינם מחזור, אבער דאס איז מער געווען כדי מ'זאל איהם נישט אריין זינגען אינמיטן דאווענען, אויב פאר איינעם וועט זיך דאכטען אז ער האט משנה געווען כקוצו של יו"ד

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 26, 2014 3:54 pm

ווייטער מיט די inferiority complex... אפשר די קאמפלעקס איז א סאטמארע מנהג...

רעכן מיר אויס וויפל מענטשן עסן בארשט מיטל נאכט, און וויפל פארן נישט אויף אר"י... און בעלז שרייבט מען אויך בהסתיידות כ"ק אדמור זיע"א און מסתם אסאך אנדערע אויך.

אין רובא דרובא הוראות טוט מען נישט ווי דער רבי האט געפסק'ט. דער רבי האט זייער מחמיר געווען בהוראה מגודל קדושתו און באשעפער העלף טאמער זאל מען ווען אלעס אננעמען... דארפסט איין משל? וויפל בחורים קענסטו וואס לייגן תפלין חוה"מ? א קלארע הוראה! וויפל מענטשן זאגן על מצוות מיט די ש"ר אויף די האנט? טאמער עפעס איז סטאמאר אויסגעצייכנט מיט וויפל מרעכנט זיך "נישט" מיטן רבינס הוראות.

סה"כ רעכנט מען זיך מיט מנהגים ווי למשל וועלכע ניגון צו זינגען אויף דרכך אלקינו אדער צו זאגן צוויי מאל יביא ביי ונתנה תוקף... וכהנה מנהגי ביהמ"ד. פארשטייט זיך אז אין עניני השקפה איז דער רבי אלס מייסד דער מכריע אין אלעם און דאס איז א עסטערע סוגיא פאר זיך. אבער פון דעם ביז דיין סטעיטמענט איז א ריזיגע גוזמא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 3:55 pm

דער ענין פון א שייגעץ בייק איז דא אין א דרשה פון רבי'ן ז"ל? נישט וואס איך ווייס, כ'מיין אז פון ביידע רבי'ס איז עס נישטא, און בכלל איז עס נאר געווען פאר קינדער אז מ'זאל נישט פארן דערמיט, אז א אינגערמאן וואס דארף פאר בריאות פארן מיט א בייק דאכט זיך איז נישטא קיין הוראות דערוועגן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 26, 2014 3:56 pm

מילכיגער האט געשריבן:וויפל מענטשן זאגן על מצוות מיט די ש"ר אויף די האנט? טאמער עפעס איז סטאמאר אויסגעצייכנט מיט וויפל מרעכנט זיך "נישט" מיטן רבינס הוראות.


ד"א
אפילו די אלע בחורים וואס האבן געלייגט תפילין ביים רבי'ן, האט ער בדרך כלל נישט געהייסן מאכן די ברכה אין די הענט

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג מאי 26, 2014 3:57 pm

מחותן, אנטשילדוגט
איין שאלה האב איך פאר אייך
וואס גייט זיין נאכדעם????

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 26, 2014 3:58 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:וויפל מענטשן זאגן על מצוות מיט די ש"ר אויף די האנט? טאמער עפעס איז סטאמאר אויסגעצייכנט מיט וויפל מרעכנט זיך "נישט" מיטן רבינס הוראות.


ד"א
אפילו די אלע בחורים וואס האבן געלייגט תפילין ביים רבי'ן, האט ער בדרך כלל נישט געהייסן מאכן די ברכה אין די הענט


גראדע מיין איך אז יא. אבער וואס איז א חילוק? דאס איז קלאר געווען זיין פסק און זיין מנהג און נאכאלס טוט רוב סטאמאר אנדערש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 26, 2014 3:59 pm

נישט האט געשריבן:מחותן, אנטשילדוגט
איין שאלה האב איך פאר אייך
וואס גייט זיין נאכדעם????


;l;p- ;l;p- ;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 26, 2014 3:59 pm

מילכיגער האט געשריבן:גראדע מיין איך אז יא. אבער וואס איז א חילוק? דאס איז קלאר געווען זיין פסק און זיין מנהג און נאכאלס טוט רוב סטאמאר אנדערש

כך אמר לי הר"ר אברהם שמחה פריעדמאן שליט"א, שכן היה אצלו, וכך היה ידוע לו בשאר הבחורים
די מעשה פון ר' שמעיה גרינבוין איז באוויסט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 4:00 pm

נישט האט געשריבן:מחותן, אנטשילדוגט
איין שאלה האב איך פאר אייך
וואס גייט זיין נאכדעם????


וועט ער אין באטראכט נעמען צו ער זאל טוישן רעליגיע...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מאי 26, 2014 4:01 pm

בנוגע די גאנצע נושא פון סאטמאר וויל איך נישט מגיב זיין, ווי איך האב שוין ערקלערט אז איך דעבאטיר נאר מיט וועם ס'איז נוגע, און ווער ס'וויל הערן, און מחותן טייערער איר האט קלאר געשטעלט אז איר פיט נישט דעם פראפייל.

בנוגע דעם שייגעץבייק, איז געווען א קול קורא שוין יארן צוריק, איך געדענק נישט צו ס'האט געהאט א דירעקטן מאמר פון רבי'ן אדער נאר פון די גבאים און מנהלים, אבער די סיבות דערצו זענען געווען 1. צוליב די סכנה, 2. ווייל דאס גיבט פאר א קינד די געלעגנהייט אנצוקומען ווייטער ווי סתם מיט א קליינעם ביגוויל און אמאל קען עס ברענגען צו גרויס עגמ"נ כידוע. 3. ווייל מ'וואקסט דאס נישט אויס, און אפילו אויב עס וועט זיין אמאל וויכטיג אין לעבן פאר געוויסע (ווי למשל איינער וואוינט אין א פלאץ ווי ס'איז יא דער סדר און מ'מוז דערצו אנקומען) קענען יענע דאס דעמאלס אדאפטירן, אבער דער רוב רובא וואס וואוינען אין די גרויסע שטעט און דארפן דערצו נישט אנקומען בלייבן געבינדן צו דעם ווי צו א שפילצייג, און עס ברענגט אסאך אומגינסטיגע רעזולטאטן.

אבער אן קיין הסברים לאמיך נאר ענדיגן מיט: עס איז זייער גוט צו זיין א סאטמארער. (ענטפער נאר ווייל דו האסט געפרעגט שיין)

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג מאי 26, 2014 4:02 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:מחותן, אנטשילדוגט
איין שאלה האב איך פאר אייך
וואס גייט זיין נאכדעם????


וועט ער אין באטראכט נעמען צו ער זאל טוישן רעליגיע...

פלצטי
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 26, 2014 4:09 pm

און נאך א פרט וועגן די בייקס אלס הוספה.

די נישט גיין מיט בייקס "אלס טאטעס" האט גארנישט מיט רבי'ן זי"ע. ווי ווייט איך ווייס גייען פאפא חסידים אויך נישט און באבוב זיכער נישט. דאס איז עפעס א געוויסע שיינע-איד'שאפט מיט וואס די ניו-יארקע (חוץ מאנסי) זענען געשלאגן...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 26, 2014 4:13 pm

מיליכיגער עס זעט אויס אז איר האט זיך שוין זייער לאנג נישט געדרייט אין סאטמער, און איר שיקט נישט אייערע קינדער אין סאטמער, די סטעמעינט: די רבי ז"ל האט... איז א האזהאלוד ענטפער אויף יעדע שאלה, און איבער דעים דרייט זיך ארום אלעס.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 26, 2014 4:15 pm

מילכיגער האט געשריבן:און נאך א פרט וועגן די בייקס אלס הוספה.

די נישט גיין מיט בייקס "אלס טאטעס" האט גארנישט מיט רבי'ן זי"ע. ווי ווייט איך ווייס גייען פאפא חסידים אויך נישט און באבוב זיכער נישט. דאס איז עפעס א געוויסע שיינע-איד'שאפט מיט וואס די ניו-יארקע (חוץ מאנסי) זענען געשלאגן...


אבער אין סאטמער זאגט מען אז עס האט מיטען רבין זי"ע, און פאפע ניצט עס נישט ווייל אויב סאטמער אין וומסב"ג ניצע עס נישט וועט סע פאפע זיכער נישט ניצען.
__
נעם לדוגמה די פול פעטיש עד וואס די בני נתן יוסף לייגען די לעצטע פאר יאר אריין בעפאר ל"ג בעומר, זאג מיר און וועלכע נאך חסידות מען וואלט געקענט אריין לייגען אזא עד..

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג מאי 26, 2014 4:22 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:אבער אן קיין הסברים לאמיך נאר ענדיגן מיט: עס איז זייער גוט צו זיין א סאטמארער. (ענטפער נאר ווייל דו האסט געפרעגט שיין)

;l;p-

----------------

בנוגע די עצם שאלה פון מחותן ס'ליגט צופלויגען אין מיינע זיכרון קעמערליך תשובות אויף אלע דיינע פראגען איך קען עס נאר נישט געהעריג מסדר זיין כשלחן הערוך ומוכן לאכול. אבער איין פוינט נאר ווי מיליכגער האר שוין ערווענט איז עס פונקט פארקערט, אין סאטמאר (ליין: צאנז) האט מען גע'חזר'ט מער ווי סיי וועלעכע חסידות נישט נאכצוטאנצן דעם רבי'ן נאר קוקן אין שו"ע, כמובן ביי עניני השקפה איז א אנדערע דין.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 4:24 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:בנוגע די גאנצע נושא פון סאטמאר וויל איך נישט מגיב זיין, ווי איך האב שוין ערקלערט אז איך דעבאטיר נאר מיט וועם ס'איז נוגע, און ווער ס'וויל הערן, און מחותן טייערער איר האט קלאר געשטעלט אז איר פיט נישט דעם פראפייל.

בנוגע דעם שייגעץבייק, איז געווען א קול קורא שוין יארן צוריק, איך געדענק נישט צו ס'האט געהאט א דירעקטן מאמר פון רבי'ן אדער נאר פון די גבאים און מנהלים, אבער די סיבות דערצו זענען געווען 1. צוליב די סכנה, 2. ווייל דאס גיבט פאר א קינד די געלעגנהייט אנצוקומען ווייטער ווי סתם מיט א קליינעם ביגוויל און אמאל קען עס ברענגען צו גרויס עגמ"נ כידוע. 3. ווייל מ'וואקסט דאס נישט אויס, און אפילו אויב עס וועט זיין אמאל וויכטיג אין לעבן פאר געוויסע (ווי למשל איינער וואוינט אין א פלאץ ווי ס'איז יא דער סדר און מ'מוז דערצו אנקומען) קענען יענע דאס דעמאלס אדאפטירן, אבער דער רוב רובא וואס וואוינען אין די גרויסע שטעט און דארפן דערצו נישט אנקומען בלייבן געבינדן צו דעם ווי צו א שפילצייג, און עס ברענגט אסאך אומגינסטיגע רעזולטאטן.

אבער אן קיין הסברים לאמיך נאר ענדיגן מיט: עס איז זייער גוט צו זיין א סאטמארער. (ענטפער נאר ווייל דו האסט געפרעגט שיין)


זייער גוט ארויסגעברענגט!

כ'וועל צולייגן נאך א פרט.

אין אנדערע פלעצער האט מען געשפילט באָל און אין סאטמאר נישט, ווייל דער רבי ווען ער האט מייסד געווען די תלמוד תורה האט ער געזאגט זייער קלאר אז זאכן וואס מ'וואקסט מיט דערמיט זאל מען נישט איינפירן, למשל ספאָרטס איז דא ביי קליינע אין ביי גרויסע, ווי אימער קעֶטש איז נישטא נאר ביי קליינע.

דער רבי האט נישט געהאט קיינע שיטות סתם אזוי, ער איז געווען א חכם קדוש וואס יעדע זאך האט געהאט זיין סיבה, נישט חק בלי טעם, און תלמידיו וחסידיו זענען שטאלץ זיך צו האלטן דערמיט, כ'זעה נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.

(אגב, יעדעס מאל ביי די בחירות אין אר"י לייגט מען נישט גאנצטע לאלעכער פון די חוב קדוש וואס מרן האט געחתמ'ט? איבעראל איז אזוי!)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט