טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

הונדערטער יונגעלייט הייבן יערליך אן צו פירן א סדר ביי זיך אין שטוב. וואלט געווען נישט א פאסיגער זאך אויב מען קען זיך ארויסהעלפן מיט טיפס איינער פאר די אנדערע, וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר די ערשטע יאר.
דאס רעכנט אריין:
* שיינע הגדות און מקורות וועלכע ס'לוינט זיך צו נוצן ווען מען דערציילט פאר די קינדער 'יציאת מצרים'
* וויכטיגע זאכן וואס ווערן געווענליך פארגעסן ביים ערשטן מאל פירן א סדר
* פראקטישע אנווייזונגען און גוטע איידיעס ווי אזוי די קאכן און הכנות זאלן געטון ווערן - צו פארלייכטערן פאר די וועלכע קריגן דעם גאנצן ארבעט אויפאיינמאל, אומערפארן.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

די ערשטע כלל איז די באקאנטע כלל: גיי נישט נאך די כללים!

וואס איך מיין צו זאגן איז, זיי נישט פארמאל, זיי נישט קיין אקטיאר אויף א פלעי - אומנאטורליך - וואס דארף יעדע רגע וויסן וואס טוט מען נעקסט. נאכ'ן דורכלעבן 25 סדרים במשך די יארן ליגט דיך שוין סייווי אין די ביינער וואס א סדר מיינט, יעצט לאז עס לויפן…

בנוגע וואס צו זאגן, הלמאי מען איז בכלל נישט אזא תלמוד חכם ווי דער טאטע… האב איך געהערט פון גאר א קלוגן איד א עצה בדוק ומנוסה, קוק יעדן טאג אריין אין סיי וועלכע ספר אדער הגדה פאר צוויי מינוט, די לעצטע פאר וואכן אדער טעג בעפאר פסח, און אויטאמאטיש וועסטו האבן וואס צו פארקויפן, עס גייט זיך אליינס ארויסגיסן! רואיג… לאז עס נאטורליך!….

און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…

פון הרב בערל טויבער שליט"א האב איך געהערט א עצה פאר דעם אויך: פסח ביינאכט שטעל דיך פאר אז זיי זענען נישט דיינע קינדער, כאילו דו "בעביסיטסט" איינעם'ס קינדער, פארשטייט זיך עס טאר נישט ארויסגיין פון די גדרים, אבער דו גיי אן מיט דיין עבודה, עס וועט זיין טופח על מנת להטפיח.

דאס האב איך שוין צוגעלייגט: וכאן הבן שואל. דער בעל הגדה זאגט, פון יעצט און ווייטער, ווען עס הייבט זיך אן די "זאגן" חלק, בארג דעם קינד, עס איז נישט דיינס. עס איז די באשעפערס! שריי נישט, רעג זיך נישט, לאז! דו מאך עס אינטערסאנט און צוציענד, זיי וועלן שוין מיטארבעטן אליינס.

פון א חבר מיינע האב איך געהערט אז נאך מה נשתנה ברעגט ער אריין "גרעיפ דזשוס" אייסעס געמאכט א טאג בעפאר פסח (מען דארף עס אינזיהן האבן), און קודם א האלבע שעה איז אלעס אונטער קאנטראל, נאכדעם פארט שוין אלעס מיט.

און געדענק, ווי מער מען קוקט זיך פאר, נישט קיין חילוק וואס, אפילו זאכן וואס מען קען נישט איבערזאגן פאר קינדער, אלץ בעסער געלונגט עס, אן קיין שום טיפס. פשוט האלט זיך רואיג און נאטורליך…
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך פרעג די זעלבע,

ישר כח גרויזי, איך פלאן אי"ה היי יאר צי מאכען די סדר אינדערהיים, די מערסט האט איך הנאה געהאט פון "און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

זייער גוט ארויסגעברענגט גרויזי.

כ'האב זיך איינגעפירט אז יעדעס יאר קויף איך איין עטליכע קארעלעך לכבוד פסח און אויך נאך קלענערע שפילצייג.
דערנאך גרייט איך צו פעקלעך, פון פסח'דיגע נאש, אביסל מאקעראנס און פאטעיטע טשיפס.

נאך די פיר קשיות ווען מ'הייבט אן צו זאגן און פארציילן די הגדה, ווערט אויסגעטיילט די פעקלעך און די שפילצייג,
לויט מיין ערפארונג העלפט דאס שטארק צו די רואיגקייט צום סדר.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
רבי הערשל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי הערשל »

איך קויף פאר די קינדערלעך יעדעס יאר א נייע הגדה מיט בילדער (היי יאר איז ארויסגעקומען א געוואלד מיט זייער גוטע הגדות פון הוצאות געוואלדיג), די עלטערע קוקען דאס ערב פסח נאך מה נשתנה געב איך דאס פאר די גאר יונגערע קינדער צו קוקען אז האלט זיי רואיג אויפן פלאץ , און ווען מען קומט אן צו אלו עשר מכות נעם איך דאס אין איך פארצייל זיי פון דעם לויט די בילדער.
אויף הי יאר האב איך שוין געלייגט א אויג אויף די ספר מאפילה לאורה געמאהל דורך גדי פולק, עס האט א געוואלד מיט קליינע דיטעילס וואס מען וועט זיי מיטן אייבערשטנס הילף האלטן געשפאנט...
און די הגדה 'מיין ערשטע הגדה'לע' פון 'הוצאות געוואלדיג' וואס דער מעלה דערפון איז די אלע בילדער זענען פון קליינע קינדער, ווי קליינע קינדער ארבעטן, קליינע קינדער גייען ארויס פון מצרים, קליינע מצרים באקומען די מכות, עס פירט אריין די קינדער אין זייער וועלטל...
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

איין טעות האט איינער געשריבן. יום הקדוש איז דאס הייליגסטע נאכט אין יאר, נישט פסח.
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

דע מה שתשיב האט געשריבן:* שיינע הגדות און מקורות וועלכע ס'לוינט זיך צו נוצן ווען מען דערציילט פאר די קינדער 'יציאת מצרים'


????
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
כ'האב שוין געזאגט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 10:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב שוין געזאגט »

גרויזאמער האט געשריבן:די ערשטע כלל איז די באקאנטע כלל: גיי נישט נאך די כללים!

וואס איך מיין צו זאגן איז, זיי נישט פארמאל, זיי נישט קיין אקטיאר אויף א פלעי - אומנאטורליך - וואס דארף יעדע רגע וויסן וואס טוט מען נעקסט. נאכ'ן דורכלעבן 25 סדרים במשך די יארן ליגט דיך שוין סייווי אין די ביינער וואס א סדר מיינט, יעצט לאז עס לויפן…

זייער קלאר אין אמת די 'פארמאל' הרגט די זאך, אבער דאס איז אינגאנצן נישט קיין סתירה מיט זיין גוט צוגעגרייט, דהיינו: מ'דארף זיך גוט און קלאר צוגרייטן וואס איך דארף אלץ אויפטון היינט ביינאכט וויאזוי כ'דארף רעדן צו די קינדער און פארשטייט זיך וויאזוי צו רעדן מיט די ווייב אליין, זיין קלאר מיט די עצות וואס ס'מאכט געשמאק די הייליגע סדר, און אזוי ווייטער, און פארשטייט זיך אז בשעת מעשה זאל ער נישט שטיין און מאכן חשבונות נאר לאזן פארן ווי אזוי ס'גייט, אבער אויב איז מען נישט צוגעגרייט פארדעם איז צרות, ווייל יעדער זאך וואס ס'געשעט וועט ער נישט וויסן וואס צו טון.
אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשית »

גרויזאמער האט געשריבן:און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…

;l;p-
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית
כ'האב שוין געזאגט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 10:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב שוין געזאגט »

גרויזאמער האט געשריבן:און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…

דעיס געשעט נאר ווען די גאנצע הצלחה פארלאזט מען זיך אויף די קינדער, אויב זיי גיין שיין פרעגן מה נשתנה וכו' אבער אויב איז מען גענוג קלאר מיט זיך וכו' קען אפילו א קאפל עסן אליינס די סדר.
כ'האב שוין געזאגט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 10:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב שוין געזאגט »

גרויזאמער האט געשריבן:פון הרב בערל טויבער שליט"א האב איך געהערט א עצה פאר דעם אויך: פסח ביינאכט שטעל דיך פאר אז זיי זענען נישט דיינע קינדער, כאילו דו "בעביסיטסט" איינעם'ס קינדער, פארשטייט זיך עס טאר נישט ארויסגיין פון די גדרים, אבער דו גיי אן מיט דיין עבודה, עס וועט זיין טופח על מנת להטפיח.

זייער א טייער ווארט!!!! אזוי צום זאך!!!!
אבער לדעתי האט דאס גארנישט מיט פסח ביים סדר דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף בכלל וויסן ביי חינוך פון די קינדער, אבער ס'איז אוודאי א טובה צו הערן פאר א סדר.
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

כדאי צו וויסן:
- אדרבה עס איז א גרויס ענין (בעסער געזאגט א חיוב) צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, - ד.מ. אז כאטש 11:30 (שפעטסטנס 11:45) דארף מען שוין האלטן ביים 2'טן כוס, (כ'רעדט לויט די איצטיגע געריגטע זייגער ווען חצות איז 1'זע) כדי צו קענען טיילן און עסן די ערשטע כזיתים מרור און כורך במתינות - און א סעודת יו"ט.
- נאך בעסער איז אויב מזאגט אויך הלל הגדול פאר חצות.
אזוי וועלן די קינדערלעך טאקע קענען מיטהאלטן אויך ביים עפענען די טיר און ביי נרצה - וחסל סידור פסח. און פאר די גרעסערע קינדער קען מען דערנאך מאריך זיין כמצוות היום, עד שתכתפנה שינה!
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

איך האב ארויסגעפרינט שאץ'ס ארטיקל א טאטע ביים סדר טיש די ערשטע מאל וואס איך האב געפירט אליין, איך רעקעמענדט עס פאר יעדעם וואס פרעגט
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

א חלק פון די שוועריגקייטן ביים סדר, איז דאס דערציילן און רעדן צו די קינדער וועלכע זענען יעדער אין אן אנדערע עלטער. גיי דערצייל פאר א פינף יעריג קינדער, ווען דער צען יעריגס שפרינגט שוין פון די הויט. אדער רעד צו דעם אכט יעריגס ווען די דריי יעריגס פארשטייט נישט קיין ווארט
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

שאצי וועט דיך שטעלן אויף די פיס, פרינט ארויס אלע דריי ארטיקלען פין שאץ מאץ אויף פסח וועסט הנאה האבן.
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
גאסט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

א גוטע עצה האב איך געזעהן ביי מיין טאטען זז"ג, און איך טוה עס אויך, עס ארבעט וואונדערבאר
אזוי ווי פון די עיקרים איז דער והגדת לבנך, זעצט מען די קליינע לעבן זיך וואו קלענער אלץ נענטער, און רעד נישט פון בעביס, נאר פון קינדער וואס מ'קען שוין אביסל רעדן צו זיי, די גאנץ קליינע (קינדערגארטן-כתה א') אויפן היסב בעט, און די גרעסערע נאכדעם, די גרויסע זיצן אראפציר, דאס אליינס האלט די קינדער אויפן פלאץ, און ווען מ'וויל רעדן צו די קליינע זענען זיי לעבן דיר

און איך זעה אז די קליינע זאלן האבן (ווי אויבן געברענגט) קאלירדיגע הגדות, און די וויכטיגסטע, זייערע הגדות פון חדר
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נאך אן עצה וואס איך טוה און ס'ארבעט וואונדערבאר

פאר'ן סדר מאך איך אפ א פרייז וויפיל דאס אפיקומן וועט קאסטן היי יאר פאר יעדן קינד למשל $10
און דערנאך איז דא אן אפציע, אויב מ'שלאגט זיך נישט מיט די געשוויסטער גייט ארויף די פרייז מיט $5
אויב פרעגט מען שיין די קשיות און מ'זיצט איינגעלייגט בשעת'ן הגדה נאך $5.

סך הכל קומט עס נישט אויס געפערליך טייער (פארשטייט זיך יעדער לויט זיין טאש, זאל ער אנהויבן די פרייז), און פאר די עלטערן שפארט עס איין אסאך צייט און נערוון פון שליכטן מחלוקת און וויינערייען.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

מען מעג טון יו"ט ביזנעס?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מפני דרכי שלום מעג מען אלעס..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך האב געטראכט צי איך זאל עס שרייבען ברבים אבער איך האב מחליט געווען אז יא כדי די עולם זאל וויסען צי פרעגען א שאלה אויב מען וויל עס טון
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

לענ"ד, רוב יונגעלייט געדענקן די סדר ביים טאטען\שווער ווען ס'איז שוין געווען א פולע טיש מיט קינדער, גרויסע בחורים, חתונה געהאטע זוהן\איידעמער, וואו די סדר איז געגאנגען אויף א סדר, זיך נישט אפגעשטעלט אינדערמיט, און ס'האט נישט אויסגעמאכט אויב די קליינע האבן נישט מיטגעהאלטן. - און דערפאר קען מען זיך נישט פארשטעלן וויאזוי קען מען פירן א סדר פאר קליינע קינדער. - זיי זיצן נישט איין צו לאנג (אזוי ווי ביים שבת טיש), מ'קען זיי נישט זאגן קיין תורות און פשטים, אפילו מיטזאגן קענען זיי נאכנישט געהעריג, און וואספארא טעם האט דאס???
אבער פארגעס נישט, דיין טאטע האט אויך אנגעהויבן צו פירן א סדר ווען דו ביסט געווען קליין, און ס'איז נאר געווען קליינווארג ארום די טיש, און פארשטייט זיך אז ס'האט נישט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט.
נעם א דוגמא פון א שבת'דיגע סעודה, ביי דיין טאטע זיצן די גרויסע בחורים, יונגעלייט, און רעדן בדברי תורה, סיפורים צדיקים, מ'זינגט זמירות צוזאמען הויך מיט א ווארימקייט. - ביי דיר אינדערהיים, דארפסטו רחמים אז די יונגלעך זאלן מיטזינגען, די מיידלעך זאלן איינזיצן וכו' וכו'. - אבער, ביי דיין טאטען האט עס אויך אזוי אויסגעקוקט ווען דו ביסט געווען א קינד, און ס'איז נישט געווען עלטערע אין שטוב.
אבער נישט ווערן צובראכן, איך האב די ערשטע יאר געפירט נאר פאר 3 מיידלעך (די עלטסטע 5 יאר), און פארשטייט זיך איך האב אליינס געדארפט אלעס זאגן. - ביי הלל איז יעדער שוין געשלאפן, און די אידענע איז געגאנגען לייגן שלאפן דעם קליינעם, און .......... ס'איז ב"ה אריבער.
נאך א נקודה: די קינדער וועלן דאס זייער ליב האבן, א גאנץ יאר וועלן זיי רעדן אז קומענדיגע יאר ווילן זיי נאכאמאל מאכן א סדר אינדערהיים, און נישט גיין צו זיידי..... וואו מ'זיצט צוזאמגעקוועטשט, און זיי קענען נישט געהעריג זאגן די 4 קשיות.
פון עקספיריענס: זיי נאטורליך, קוק דיך נישט פאר קיין תורות און פשטים, דער עיקר איז סיפור יציאת מצרים, עס איז דא שיינע ספרים וועלכע זענען מלקט מדרשים וכדו' פונעם סיפור יציאת מצרים, עס איז כדאי צו קוקען אביסל, צו קענען אויסרעדן צווישן די שטיקלעך ביי "צא ולמד". - אויך נישט צו פיל, ווייל די צייט איז קורץ, און דער עולם איז הונגעריג.
פאר די קליינע איז גוט צו האבן הגדות מיט פיקטשערס, אדער אפילו אנדערע ביכלעך מיט בילדער פון פסח וכדו'. - אויך מעגן זיי שוין עסן מצה אינמיטן זאגן די הגדה. - זיי מעגן אויסטרינקן די כוס אפילו מ'האלט נאכנישט ביי רחצה. (דו האסט אויך אזוי געטוהן אלץ קינד...).
ביי די קליינע איז די עיקר הגדה ביי מה נשתנה, און ביים אראפגיסן פונעם כוס ביי די מכות, זאגן צוזאמען מיט יעדעם די מכות און גיסן... עס איז טאקע כדאי צו האבן גרויסע טאצן פאר די קינדער, ס'זאל זיין וואו צו גיסן. (פאריאר האב איך געקויפט ביי אססא הארדוועיר זייער פראקטישע גרויסע טאצן פאר די קינדער, וואו מ'קען גיסן אן קיין רחמנות, מסתמא האבן עס אנדערע געשעפטן אויכעט).
דערווייל וואס די גרויסע מיידל, אדער די אידענע גייט ברענגן א שיסל אויסצוגיסן די מכות, קען מען איבערגיין מיט די קליינע די מכות כסדר, און אויסשמועסן מיט זיי לויט זייער פארשטאנד, וויאזוי די מכות זענען געווען. (פארשטייט זיך, רעכענען ס'זאל בלייבן גענוג צייט).
ווי אויך: אנגרייטן א גאנצע פעקל מיט נעפקינס פאר יעדע סדר.... עס גייט זיך אויסגיסן ......... די הגדות גייען ווערן רויט .... אבער אזוי קומט עס. דו ביסט אויך געווען א קינד, און אויך געגאסן......... עס איז נישט ווערט אוועק צו נעמען די גוטע אטמאספערע פונעם סדר צוליב דעם.
נישט פארגעסן: די קינדער זאלן נישט זיין הונגעריג ביי קדש, זיי זאלן עסן פארן זמן זופ און פלייש, כדאי צו זיין זאט, עס מאכט זייער אסאך אויס.
איבער אלעם: דער טאטע זאל זיין אויסגערוהט, און נישט נערוועז. - פרובירן אנצוגרייטן פון ערב יו"ט דעם סדר טיש ווי ווייט מעגליך, די הכנות ביזן אנפאנגן נעמט אוועק די אפעטיט פון די קינדער.
די צווייטע נאכט יו"ט ווען מ'טאר נישט אנגרייטן פארן זמן, מעג מען לאזן די קינדער שלאפן ביז פארנאכטס, כדאי זיי זאלן זיין אויסגערוהט, און אויך נישט ווערן אומגעדולדיג. - די קליינע וואס מעגן עסן פאר קידוש, קענען אפילו שלאפן ביז מ'גייט אין שול צו מנחה מעריב, און עסן גוט זופ און פלייש ווען דער טאטע איז אין שול.
עוד נשאר בקולמוסי, ואין הזמן מספיק כעת
הצלחה פאר יעדעם
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ב"ה אז מ'גייט היי יאר די דריטע יאר פירן א סדר.

קודם קומט זיך א גרויסן דאנק פאר הרה"ח מו"ה אברהם דוד גליק ע"ה וואס האט ארויסגעגעבן דעם וואונדערבארן הגדה נוסח סאטמאר. טראץ וואס כ'האלט שוין מיט אזויפיל יארן דעם סדר, דארף איך נאך אלץ האבן אינסטרוקציעס ווען "איך" פיר דעם סדר, און דער הגדה קומט זייער צוניץ. פאר צוויי יאר צוריק האב איך זיך דערמאנט עס צו קויפן צו שפעט ווען ס'איז שוין געווען ספו תמו, פאריאר האבן עס זיינע קינדער געלאזט דרוקן ביי עטרת, הערליך שיין!

כ'בין בעצם גאנץ א פיינע בעל הסבר, אבער פאר קינדער איז א אנדערע מעשה, כ'דארף מסביר זיין אז זיי זאלן פארשטיין, נישט ווי עלטערע וואס פארשטייען א תירוץ אויף אין מפטירן אחר הפסח, ווילן זיי הערן פשוט די מעשה וואס זייער טיטשער האט אזויפיל מאל פארציילט.

למעשה פירט מען זיך ביי טויב אזוי:
פאר קידוש, ווען מ'שטייט שוין, זאג איך אפאר ווערטער איבער די גרויסע הייליגע נאכט, אזאליכע ווערטער אז מיין 4 יעריג מיידעל זאל אויך פארשטיין און זיין פארגאפט פון וואס איר טאטע רעדט.
דערנאך קומט א הארציגע קידוש, מ'קוקט נישט וויאזוי ס'קינד גיסט אויס, ס'פסח אויף די וועלט
ורחץ
כרפס (אה, מיין "גרויסע" דארף נאר א רעטעך ביז זי בייסט אריין דערין און זי גייט איין אויף א שטיקעל קארטאפל)
יחץ - ס'דאך אין א געוויסע מאס א שפיץ אין יו"ט, מ'גייט גנב'ן דעם אפיקומן, כ'באהאלט עס און זיי "טרעפן" עס...
מגיד - כ'דערצייל אביסל פון אברהם אבינו, יוסף קומט אויף מצרים וכו', איין זאך, כ'קום נישט אן צו דערציילן די גאנצע, כ'ענדיג ביים סעודה אחרות של פסח בייטאג. - צו קענען זאגן די גאנצע הגדה רואיג לאז איך די קינדער זיך גיין שפילן, זיי זענען נאך צו קליין, ביי והוא שעמדה רוף איך זיי, דערנאך ביי אשר גאלנו, און פארשטייט זיך אז פסח מצה מרור זאגן זיי אינאיינעם הויך שיין.
רחצה
מוציא-מצה - ס'איז א גאנצע עסק דאס טיילן די מצה, איי מ'גייט עסן די מצות מצוה
מרור - מ'היסט א מחייה
כורך - מ'היסט א מחייה
שולחן עורך - א עונג יו"ט די אייער אין זאלץ וואסער
צפון - כ'דארף א העלאו קיטי דאל וכו'
ברך
הלל - א לעבעדיגע הלל ווען די קינדער שלאפן שוין אין בעט
נרצה - ווער עס טוט די אלע זאכן דער איז באוויליגט פארן אייבערשטן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

דער עולם איז העווי אויף דא...

א נקודה וואס מ'קען האלטן פאר די אויגען און ס'לייגט אסאך זאכן אין פלאץ, איז דאס באטראכטען די הגדה ווי א "אינדעקס" אויף אסאך ענינים, און דערויף זאל מען זיך פארקוקען.

לאמיך מיך מסביר זיין (איינער איז אינטערסירט?).

דאס ווייסט דאך שוין יעדער, אז פסח ביינאכט איז די עיקר חיוב "והגדת לבנך", דערציילען די "מעשה" פון יציאות מצרים.

פארשטייט זיך אז רוב רובם טאטעס זענען נישט מלומד אין דערציילען א מעשה מיט זאפט און שמאלץ אזוי אז ס'זאל זיין אינטערסאנט פאר די קינדער. דעריבער געיבט מען א כאפ אפ די מעשה "בלא בלא בלא",

"געווען יודן אין מצרים.... מצרים האבן געפאניגט... געשלאגען... משה רבינו געטראפען א דארן בוים ברענען... אייבערשטער געשיקט משה רבינו געבען פאר פרעה 10 מכות... דם בלוט, צפרדע פרעש, כינים לייז, ערוב ווילדע חיות, דעבער א מארד, שחין אייטער בלאטער, ברד האגל, ארבע היישעריק, חוש... יענקי! מ'גיסט נישט אויס די גאנצע!!!... דא האסטו!... נעם פיר נעפקינס און וויש אפ דיין הגדה פאר ס'ווערט איגאנצען פארכאזערט!... חושך טינקעל, מאקעס בעוירעסססס.... פערטיג...."

דעריבער ווערען מענטשען פארלוירען, טאקע ווייל מ'ווייסט אז מ'לאזט אויס אזוי סאך אינפארמאציע, מ'ווייסט אז ס'איז דא א פארמעגען מיט מדרשים! ס'איז דא אזוי סאך דעטאלען איבער וואס צי פארציילען, אבער מען ווייסט נישט "וואו, וואס, ווען".

ווילסט הערען א סוד?.... אקעי...

דער בעל הגדה האט אויך געוויסט פון די פראבלעם! יא! ער האט געוויסט דערפון! און דעריבער האט ער "מ-ס-ד-ר" געווען די הגדה, און ער האט עס "אויסגעשטעלט" לויט די השתלשלות הענינים. אנגעהויבען פון "צא ולמד, פון לבן מיט יעקב", דערנאך "וירד מצרימה, מ'קען דערמאנען די מעשה פון יוסף'ס פארקויפט ווערען, און די 22 יאר וואס יעקב האט געקלאגט אויף יוסף, די המעשה מיט אשת פוטיפר, זי האט געוואלט יוסק הצדיק זאל טוען עבירות, אבער יוסף הצדיק האט געזאגט "ניין! איך בין א עהרליכע יוד!", דערנאך פרעה'ס חלום, די פתרון, די הינגער יאר, די ברידערס קומען אויף מצרים, בנימין, ביז "וירד מצרימה... בשבעים נפש... ".

דערנאך די השתלשלות פון די עבודה" וירעו אותנו המצרים...", בפה רך, איינגערעד יודן צי ארבייטען פאר געלט, צוביסלעך אויפגעהערט צי צאלען, דערנאך אנגעהויבען ציילען די שטיינער, געלייגט די קינדער אין די וואנט, אפילו קליינע יונגלעך האבן געדארפט ארבייטען שווער (דאס רעדט צי די קינדער!), געשלאגען".

און אזוי ברענגט דער בעל עגלה אראפ די "קעפעל" פון יעדע סטעיטש אין די פאסירונג, און אזוי איז די מעשה אין פלאץ, און ס'איז מסודר.

יעצט, א טאטע וואס וויל זיך קאנצעטרירען אויף די סיפור, אבער ער קען נישט מסדר זיין קיין מדרשים, ער ווייסט נישט ווי אנציהייבע, איז די עצה אז ער זאל זיך אראפזעצען מיט א אפענע הגדה, אויפמישען צי "ציי ולמד" (אדער דארט ווי ער האלט אז ער קען טרעפען חומר) און ער זאל נעמען א "ילקוט מעם לועז שמות א'" - אדער סיי וועלכע הגדה וואס האט אין זיך פיל מיט מדרשים, און ער זאל אפלערנען די שטיקעל "צא ולמד" (אדער סיי וועלכע...) מיט די מדרשים, און ער זאל מאכן ביי זיך אין קאפ א 'קוויק ריוויאו' פון די מדרשים. און בעזר השם ווען ס'וועט קומעםם צים סדר וועט ער זיך פליצלונג דערזעהן מיט מדרשים שגור על לשונו!

דערנאך גייט מען צום צווייטען שטיקעל, מ'זוכט די מדרשים וואס ברענגען אראפ וויאזוי די צרות ביי די עבודה איז ציגעגאנגען, און געדענק! יעדע ווארט פון פסוק טייטש דער בעל הגדה אויס אויף א ספעציפישע צרה, (ואת לחצינו: זו הדחק. ואת עמלינו: אלו הבנים, וגו') דאס מיינט, אז ווען מ'זאגט ביים סדר נאכט די פאר ווערטער "ואת חיצינו זו הדחק" שטעלט מען זיך אפ און מ'דערציילט "וואס" איז דאס פרעשור... "וואס" האבן די מצרים געטוען... "וויאזוי" האבן זיי געפרעשערט די יודן... און אזוי ווייטער און ווייטער.

די פאונט איז. געדענק אז די הגדה איז נאר א מפתח הענינים! דער בעל הגדה'ס ציל איז געווען צי געבען פארן טאטען א מפתח וואו צי קענען האלטן חשבון וועלכע חלק פונעם סיפור ס'קומט וואו. אבער דער בעל הגדה האט נישט געצילט צי דערציילען די סיפור, אדער צי געבען א "רעדי סקריפט" פארן טאטע פון וואו ער זאל קענען דערציילען ווארט ביי ווארט.

סוי, כאפט א הגדה... מיט א ילקוט מעם לועז... אדער די ביכל "ממצרים גאלתנו" (שטיצט אונזערע שטיצערס...), און קוקט דורך די מדרשים לויטן סדר הגדה. און מבטחנו אז איר וועט האבן וואס צי "דערציילען" ביים סדר!

נ.ב. ביטע זיך נישט רייסען אין בית מדרש אויפ'ן ילקוט, ס'קען ציקומען צי #גילוי....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אז מ'רעדט שוין, וויל איך אריין שיסן א פלאקן - זייער אומפאפולאר צווישן די יונגעלייט און חברים, אבער ס'דרוקט מיר…
אדרבה, אויב האט איינער אן אמת'ע גוטע אויסגעהאלטענע ענטפער/קאנטער, בין איך גרייט צו הערן, ובזה שתי (הייב איך אן שיסן):

בליל התקדש החג איז פארהאן מערערע גאר הייליגע מצות מקיים צו זיין, ארבע כוסות, מצה, מרור, כרפס, חרוסת, סיפור יציאת מצרים, אפיקומן, הלל. אא"וו. אויך ווערט פסח נתגלה נאכאמאל די הערה והארה פונעם יו"ט און יעדער איד גייט באמת ארויס - פאר די נאכט - פון זיין מצרי'שן גלות פרטי, און וועגן דעם זאגט מען טאקע בכל דור דור (ווי באקאנט ווערט אין די חסידי'שע ספה"ק אנגערופן דורות - מצבים) חייב אדם לראות א"ע כאילו הוא יצא וכו'. און ס'איז א ליל שימורים לעולם.
אויך ווערט געברענגט אז פסח ביינאכט באקומט יעדער טאטע א כוח פון הימל סטרעיט פון את פתח לו, מ'קען איינבאקן אמונה, פלעין פשוט אמונה אינעם הייליגן באשעפער. ס'האט נישט מיט פארקוקן, ס'האט נישט מיט קענען זייער גוט, געשמאק, רייך, בא'טעמ'ט, קאלירפול, פארברייך, קינדעריש און ערוואקסן ארויסברענגען רעיונות און געפילן. און ס'האט אויך נישט מיט'ן פארשטאנד פון די מקבלים, די שטוב אין די קינדער און אלע זייער פארשידענע יארגענג. ס'איז א מתנה פון הימל. און ווען ס'רעדט זיך פון הימל פארשטייט יעדער ממש דאס וואס ס'פאדערט זיי.
אלה הדברים אשר תדבר, און יעדער האט געהערט וואס ער האט געברויכט צו הערן. און היינטיגע צייט איז ליידער זייער גוט פארשטענדליך אז מ'דארף דאנקען דעם הייליגן בורא פאר די מתנה אליין, אז מ'קען אריינגיסן אמונה אין די הארץ פון די קינדער. ווייל ליידער ליידער הערט מען היינט פון יונגעלייט (אקסן) וואס זאגן אז זיי זענען כופרים רח"לֹ ה"י.

דאס איז געווען די הקדמה צו די הקדמה פון די פראגע. האלטס נאך אויס ממש אפאר שורות.
יעץ אזוי. היות פסח האט די כוח סגוליי פון איינפלאנצן אמונה - טאקע צוליב די הארות הזמן פון ויאמינו בד' וגו' - ווערט געברענגט אין די ספרים אז דייקא פסח האלט מען זיך זייער צו די מסורת האבות, ווייל דאס איז די ריכטיגע ריינע אמונה. מסורת אבות. און וועגן דעם מישט מען זיך נישט, נישט צו מישן מיט די מסורה. אזוי אויך וואס מ'עסט יא און וואס נישט האלטן מען זייער אן צו טאן דאס וואס מ'האט געזען אינדערהיים. אסאך משפחות עסן נישט קיין מעלאנע, האנידו, קענטעלאופ - הגם אז לכאורה מעג מען, ווייל מ'שיילט עס אפ, און ס'איז א נאטוליכע פרי אד"ג, מיט דעם אלעם האלטן זיך ערליכע אידן צוריק דערפון, ווייל "אונזערע עלטערן האבן עס נישט געגעסן." (באקאנט די מעשה פון ר"י מבעלזא אז מ'האט אים געברענגט אוגערקעס, אז ס'איז לכאורה פונקט ווי מייערן, אבער עס האט נישט געוואלט עסן מטעם הנ"ל, און שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט עס געפלאנצט און רעגלמעסיג באשפריצט מיט חמצ'יגע בראנפן).

עכ"פ איז לכאורה פסח די סאמע העכסטע צייט צו טאן דאס וואס דער טאטע האט געטון. אויב אזוי וואס האסטעך פארצוקוקן און דערציילן שיינע אטעם פארכאפנדע מעשיות פון מצרים? האט עס דיין טאטע געטון, זאג עס נאך פונקט ווי ער, און אויב נישט טו עס אויך נישט!

האבן דען אונזערע עלטערן נישט געוואוסט פון די גאר וויכטיגע מצוה פון והגדת לבנך?
רביה"ק בעל דבר"י ולמעב"ק - און אויך אלע טויזענטער קדושים וטהורים מגלי דרך החסידות האבן דאך פרובירט מיט אלע כוחות מקיים צו זיין אלע מצוות מיט די שענסטע הידורים וואס נאך שייך. ווייסט איינער צו זאגן פון איינעם פון זיי וואס האט ביים סדר זיך געזעצט דערציילן אטעם פארכאפנדע געשעענישן פון אכמעד און פאשטו וויאזוי זיי האבן זיך געמוטשעט די דער'הרג'ענען די פרעש פון זייער אייזקריעם/פראש קעיק?
די גמרא האט זיך שוין געמוטשעט מיט דעם פראבלעם וואס הייסט קינדער - און די גמרא'ס המצאה איז געווען מאנדלעך מיט אפיקומן. פארוואס האט די גמרא נישט געהייסן דערציילן שרעקעדיגע שפאנענדע מעשיות פאר די קליינע אז די אויגן זאל זיי ארויספאלן פון די לעכער?
דער גאנצער רעיון פון דערציילן ביים סדר די סארט מעשיות האט עפעס אן העכערע מקור? איך פרעגט אויפריכטיג. אויב איינער ווייסט פליז לאז אונז אלע וויסן.

אונזערע רביים און עלטערן האבן ערליך - רוב מאל מיט זידיגע טרערן - געזאגט די הגדה און גערעדט פון די גרויסע ניסים אד"ג. אוודאי האט מען געגעבן אטענטשאן פאר די קינדער, ביים יחץ, ביי די קשיות, ביים אפיקומן אד"ג, אבער די נאכט איז געווען דער "סדר נאכט", דער נאכט וואס מאכט פונעם מענטש סדר אויפ'ן גאנצן יאר. זיך אליין. קדש מ'האט זיך מקדש געווען וכו'.

ספעציעל ביי מיין עידזש יונגעלייט און יונגער איז דער "סדר" געווארן א "פראבלעם" מיט "קינדער" און מיט'ן "זייגער". דער סדר דארף זיין "שיין". אלעס דארף קלאפן וכו'.

איך וואונדער זיך באמת. מיינט מען טאקע אז דאס איז דער סדר?

ביים סדר איז דא די געלעגנהייט זיך מתבונן צו זיין אפאר סעקונדעס, אז ס'איז דורך נאך א יאר אויף דער וועלט זינט דאס לעצטע מאל כ'האב געזאגט נשמת ביים סדר. און בין נאך אלץ געזונט, ס'פעלן מיר נישט קיין אברים, אברים שפלגת בנו, כ'האב א ווייב און זי האט אויך אלע אברים געזונטערהייט, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, און איך האב ב"ה לעכטיגע קינדעלעך זיצן שיין ארום דעם טיש, און ס'קען זיין אז זייט דעם לעצטן פסח איז שוין צוגעקומען א קינד צום טיש.
איך זיץ מיר אויפ'ן היסב בעט כמלך בגדוד ביי ציכטיג געדענקטן טיש, אנגעלאדנטן מכל טוב וטוב, און ס'גיסט זיך אלעס בשפע רב. יעדער איז שיין אויסשטאפירט לכבוד יו"ט, און יעדער האט אן עקסטערע הגדה מיט אן עקסטערע בעכער, און מצות ככל הצורך, ועוד ועוד ועוד.
וויפיל געט מיר דער רבש"ע (און ער זאל ווייטער געבן מער און מער גרינגערהייט), און וויפיל געב איך אים. איז עס א פעיר דיעל? דארף אים דען נישט דאנקען און לויבן דערפאר? נאר וואס דען, א גאנץ יאר פרייליך איז א גאנץ יאר פרייליך, אבער פסח ביינאכט ווען יודן ווערן נאכאמאל געבוירן און אויסדערוועלט אלס דעם אויבערשטנס קינדער, גיסט זיך איבער דאס הארץ פאר פרייד און דערהויבנקייט און שפריצט ארויס דורך די אויגן מיט זידיגע טרערן, עד הנה עזרוני רחמיך, ולא עזבוני וכו', ואל תטשינו וכו'.

וויפיל מאל בין איך געפארן אויף די וועגן און אנגעקומען אהיים שלם בגופו ובממונו, קיינמאל נישט געשען קיין עקסידענטס און קיינמאל נישט געמאכט קיין עקסידענטס. כמעט נישט באקומען קיין טיקעטס.. מחרב הצלתנו - נישט געהאט די פלו און נישט קיין נעמאוניע ב"ה און אוודאי נישט יענע מחלה, זאל עס אויסגיין צו אלע גוים - מחליים רעים ונאמנים דיליתנו וכו'.
וויפיל קלאפס האט מיין הארץ געגעבן דאס יאר? וויפיל מאל האב איך געדארפט רופן די הצלה דאס יאר? כ'האב א שטוב מיט קינדער און יעדער איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג. כ"י.

וויפיל מאל א יאר האט מען די מעגליכקייט אביסל צו נעמען די מיה בלויז צו זאגן פאר'ן אויבערשטען "ישר כח. איך בין נישט כפוי טובה. איך אנערקען וואס דו געסט מיר יעדע רגע. נאר כ'האב נישט קיין צייט יעדן טאג ביי די שמו"ע עס געהעריג אינזינען צו האבן ווייל איך בין אין גלות. אבער היינט ווען איך בין אויסגעלייזט שרייען מיינע אלע אברים, וכל קרב וכליות יזמרו לשמך, כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך!"

דאס איז א שיינע סדר. וואו קינדער וואס קינדער. די קינדער זענען דא איינס פון די הויפט סיבות פארוואס צו טאנצן פאר פרייד און לויבן דעם אויבערשטן.
און דאס איז אונזער מתנה - נישט דורך אונזערע מעשים - נאר דער אויבערשטער הייבט אונז אויף און אונז קענען זיך ארויסברענגען די אינערליכע געפילן וואס א גאנץ יאר ווייסן מיר אפילו נישט אז ס'עקזיסטירט. און ווי ס'ווערט געברענט פון ספה"ק און די מלאכים זענען אונז מקנא דערויף (און וועגן דעם זינגט מען חד גדיא, אז זיי זאלן מיינען אונז זעמיר אנגאנצן משוגע מעטארע, לויט איין פשט).

און אנדערע ווערטער, די שיינקייט פונעם סדר ליגט אין הארץ, אין קאפ, אין די נשמה, אין די געפילן. נישט ביים טיש, ביים בעכער, ביי די שיינע הגדה, ביי די נישט אויסגעגאסענע גרעיפ דזשוס, ביי די סאלידקייט און פאלגזאמקייט פון די קינדער אז זיי קענען זיצן ווי די דאמיעס שיין ביים טיש. - ווי שוין ערווענט דא כמה פעמים ווערט חינוך אריינגעבאקן אין די קינדער מיליאן מאל מער דורך זיך פירן וויאזוי דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך פירן, נישט דורך בלויז זאגן זאכן, און טוען אנדערש.
פסח ווען מ'דארף מחנך זיין די קינדער - דארף מען זיין אליין מחונך, דערהויבן, פליען אין הימל… די אידן אין מצרים זענען אויך געפלויגן אין הימל. (ביי די וועי, זיי זענען געווען זייער פלעינע קאנסטראקשאן ווארקערס, זיי זענען געווען בילדערס, ארכיטעקטורס, פלאמערס, מעיסאנרי ווארקערס, סעמענט מיקסטערס, פעינטערס, סקעפאולדינג, וכל עבודה בשדה, געווען ביזי בייטאג און ביינאכט אויף די מצרי'שע קאנסטראקשן סייטס, און דארט אריינגעכאפט אינמיטן דער ארבעט א האלב אפגעבאקענע וועדזששטעבל רעפ, אזא ווייעכע מצה פון דרויסן, איינגעדרייט, און אינעווייניג איז געווען ציבעלעס, קנאבל, שטיינדלעך, פארשטינקענע פיש, און די אלע הארפאשנע ארבעטער האט דער אויבערשטער געגעבן א הייב אויף, און זיי האבן געזאגט הלל אין ירושלים.

דאס געשעט יעדעס יאר צו מיר, צו דיר און צו יעדן איינעם. איז פארוואס ביזטו אזוי ביזי צו האבן א "שיינעם" סדר, מיט גוטע מעשיות?

גרייט דיר אן א באקס נעפקינס פאר די גרעיפ-דזשוס און א באקס טישוס פאר די נאז, און רעדי, סעט, גאו!

יעץ הייבט עטץ אן מיט תגובות… (איך האב זיך שוין אויסגעגעבן).
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

הערליכע תגובה זאלער. דיין דרשה איז הערליך. הגם מקען דא אין דארט אריינווארפן הערות.

דיין הויפט קשיא איז אבער נישט שווער. סשטייט איבעראל אנגעהויבן פון גמרא ביז אראפ אז מדארף ציען די אינטערעסע פין די קינדער און פארציילן. יעצט פארגלייך די מעשה ביכלעך פון אמאל מיט די היינטיגע. אדער נאנטער פארגלייך די קינדער טעיפס פון אמאל מיט היינט. אוודאי האבן זיך סטיילס געטוישט און בד״כ דארף מען מער אינוועסטן טאמער וויל מען זיי האלטן געשפאנט.

א פשוטע משל. לויט די גמרא איז די טריק פון מוזגים כוס שני געווען גענוג אז דער קינד זאל פרעגן מה נשתנה. נו וואס קען מען טון אז היינט וועט קיינער נישט פרעגן?...קען איך א שטוב ווי מנעמט בפועל אלעס אראפ פון טיש און משפילט עכט כאילו די סדר האט זיך געענדיגט. דאס אלעס מיינט מקיים געווען די גמרא כפשוטו.

ממילא איז די אלע וואס זוכן וועגן זיך אראפצו לאזן טוען פונקט ווי די זיידעס נאר פארשטייט זיך אז זיי נוצן לעקטער נישט קיין ליכט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”