טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

דע מה שתשיב האט געשריבן:הונדערטער יונגעלייט הייבן יערליך אן צו פירן א סדר ביי זיך אין שטוב. וואלט געווען נישט א פאסיגער זאך אויב מען קען זיך ארויסהעלפן מיט טיפס איינער פאר די אנדערע, וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר די ערשטע יאר.
דאס רעכנט אריין:
* שיינע הגדות און מקורות וועלכע ס'לוינט זיך צו נוצן ווען מען דערציילט פאר די קינדער 'יציאת מצרים'
* וויכטיגע זאכן וואס ווערן געווענליך פארגעסן ביים ערשטן מאל פירן א סדר
* פראקטישע אנווייזונגען און גוטע איידיעס ווי אזוי די קאכן און הכנות זאלן געטון ווערן - צו פארלייכטערן פאר די וועלכע קריגן דעם גאנצן ארבעט אויפאיינמאל, אומערפארן.

איך האב אליינס גזוכט א פאר יאר א קלארן מהלך פארן סדר נאכט, ביז איך בין בזהש"י אנגעקומען צו די הגדה פונעם "חיד"א". די וואס זענען רגיל אין ספרי חיד"א ווייסען זיין מהלך פון זאגען גרינגע זיסע גדאנקן וואס איז אויך כולל ר"ת און גמטריות. בפרט איז ער זייער שטראקער מלקט פון פארשטופטע ספרים אדער ספרים וואס איז בכלל נישט גדרוקט געווארן נאר ער האט עס געזהן בכ"י בשעת זיינע נסיעות ארום די וועלט ואכמ"ל.

בנוגע די סדר נאכט גייט דער חיד"א משך רוב פון די הגדה מיט דעם געדאנק אז דער עיקר פון דעם יו"ט פסח איז צו געבען שבח והודיה לה' פארן ארויסנעמען פון מצרים נאך 210 יאר און האט נישט געווארט אז עס זאל זיך ענדיגן די גאנצע 400 יאר וואס ער האט גשוואוירן בברית בין הבתרים. בעצם דאס ארויסנעמען פון מצרים האט דאך דער אייבישטער צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און אויף דעם וואלט מען נאכנישט געדארפט מאכען אזא גרויסען יו"ט אז הקב"ה איז מקיים זיין שבועה. אבער אויף דעם אז הקב"ה האט ארויסגענומען די אידען פון מצרים באלד נאך רד"ו שנים אויף דעם דארף מען שוין אינמאל לויבען און דאנקן.
די סבה פארוואס הקב"ה האט ארוסגצויגן פאר די אנגעגעבענע צייט איז דא כמה וכמה טעמים ווי למשל קושי השיבעוד, ריבו העם, עבדו ביום ובלילה וכו' וכו'.
עכ"פ דער חיד"א גייט די גאנצע הגדה מיט דעם מהלך צו מבאר זיין אז אלעס איז מרומז אויף איינע פון די טעמים פארוואס מען איז ארויס פאר די צייט.
תיכף ביים אנהייבען די סימנים פון קדש ורחץ איז ער מסביר אז יעדע סימן איז מרמז אויף אן אנדערע טעם, ווי אויך משך די הגדה באציט ער זיך אויף דעם ענין.
די שיטה האט ביי מיר אריינגברענגט א רואיגקייט און א מסודרקייט ווי אזוי צוגיין צום סדר. איך הייב אן מיט דעם הקדמה פון די סימנים און אזוי כסדר ביי אלע שטיקלעך קום איך כסדר צוריק צום יסוד אז מען דאנק דעם רבונו של עולם פארן ארויסנעמען פון מצרים אחר רד"ו שנים. עיין שם כי נעמו.

אוודאי לייגט מען שוין צו אנדערע ענינים וואס איך האב מקובל פון מיין טאטע און שווער נ"י אבער איך ניץ דעם מהלך פונעם חיד"א אלץ א בריח התיכון פארן סדר, און איך רעקאמענדס עס פאר א מתחיל.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ארויף געשלעפט ס'אשכול

ווער האט נאך טיפס?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

די בעסטע טיפ, טו פונקטליך וואס דיין טאטע און שווער האבן געטון און לאז דאס פאראויס גיין, און קוק צו וויאזוי דיינע קינדער שפירן.

דער בורא דיקט אריין די כוח פארן טאטע!!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

צ/ק טריי נישט אויסצוצוען זאכן סתם אין די וועלט אריין איבערהויפט מיט קליינע קינדער. זאג נישט קיין לאנגע תורות נאר שיינע מעשיות ווייל זיי וועלן זיך גיין שפילן. גיב פאר יעדע קינד פולי עטענשן. קויף פאר א יעדע קינד א עקסטערע ביליגע מצה טאש אדער עני אנדערע גיטע זאך און פון פאר פסח מאך עפעס א מצב פון די סעודה אדער פון אפיקומן אדער פון עפענען די טיר ביי שפוך חמתך וואס זיי זאלן האבן אויף וואס זיך אויפצוהאלטן. איינמאל דו זעהסט אז די קליינע פאנגן אן איינצושלאפן אייל דיר צו צו ענדיגן די הגדה. נאך די סעודה פאר די אפיקומן (אדער נאך שפוך חמתך. יעדע טאטע לויט זיינע געפילן און לפי המצב) לייג אין בעט אריין אלע קליינע קינדער ביז די 4 יאר. נאך שפוך חמתך לייג די קינדער פון די 4 ביז די 7-8 אויף דיין היסב בעט. זאלן זיי דארט שלאפן אביסל אדער ארום טאנצן ביז זיי ווערן מיד.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זעהט אויס אסאך אינטערסאנטע נקודות.

אפשר קען איינער צאמנעמען אלע לענגערע תגובות

אדער וויאזוי קען מען ארויספרינטן א גאנצע אשכול?

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בערל קראקאווער האט געשריבן:זעהט אויס אסאך אינטערסאנטע נקודות.

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:זעהט אויס אסאך אינטערסאנטע נקודות.

אפשר קען איינער צאמנעמען אלע לענגערע תגובות

אדער וויאזוי קען מען ארויספרינטן א גאנצע אשכול?

א דאנק

ייש׳׳כ פארן מגיב זיין

איך געב מיך פשוט נישט קיין עצה.

אויב קען איינער עס מיר טוהן, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
ייש׳׳כ פארן מגיב זיין

איך געב מיך פשוט נישט קיין עצה.

אויב קען איינער עס מיר טוהן, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.

https://www.dropbox.com/s/9z5lq28x55kro ... 1.pdf?dl=0
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

WOW

וויאזוי זאגט מען דא אויף אידיש: ׳קנאפער איז די מען׳!

א ריזן דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זאל ער קומען האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וויל איך אריין שיסן א פלאקן - זייער אומפאפולאר צווישן די יונגעלייט און חברים, אבער ס'דרוקט מיר…
אדרבה, אויב האט איינער אן אמת'ע גוטע אויסגעהאלטענע ענטפער/קאנטער, בין איך גרייט צו הערן, ובזה שתי (הייב איך אן שיסן):

בליל התקדש החג איז פארהאן מערערע גאר הייליגע מצות מקיים צו זיין, ארבע כוסות, מצה, מרור, כרפס, חרוסת, סיפור יציאת מצרים, אפיקומן, הלל. אא"וו. אויך ווערט פסח נתגלה נאכאמאל די הערה והארה פונעם יו"ט און יעדער איד גייט באמת ארויס - פאר די נאכט - פון זיין מצרי'שן גלות פרטי, און וועגן דעם זאגט מען טאקע בכל דור דור (ווי באקאנט ווערט אין די חסידי'שע ספה"ק אנגערופן דורות - מצבים) חייב אדם לראות א"ע כאילו הוא יצא וכו'. און ס'איז א ליל שימורים לעולם.
אויך ווערט געברענגט אז פסח ביינאכט באקומט יעדער טאטע א כוח פון הימל סטרעיט פון את פתח לו, מ'קען איינבאקן אמונה, פלעין פשוט אמונה אינעם הייליגן באשעפער. ס'האט נישט מיט פארקוקן, ס'האט נישט מיט קענען זייער גוט, געשמאק, רייך, בא'טעמ'ט, קאלירפול, פארברייך, קינדעריש און ערוואקסן ארויסברענגען רעיונות און געפילן. און ס'האט אויך נישט מיט'ן פארשטאנד פון די מקבלים, די שטוב אין די קינדער און אלע זייער פארשידענע יארגענג. ס'איז א מתנה פון הימל. און ווען ס'רעדט זיך פון הימל פארשטייט יעדער ממש דאס וואס ס'פאדערט זיי.
אלה הדברים אשר תדבר, און יעדער האט געהערט וואס ער האט געברויכט צו הערן. און היינטיגע צייט איז ליידער זייער גוט פארשטענדליך אז מ'דארף דאנקען דעם הייליגן בורא פאר די מתנה אליין, אז מ'קען אריינגיסן אמונה אין די הארץ פון די קינדער. ווייל ליידער ליידער הערט מען היינט פון יונגעלייט (אקסן) וואס זאגן אז זיי זענען כופרים רח"לֹ ה"י.

דאס איז געווען די הקדמה צו די הקדמה פון די פראגע. האלטס נאך אויס ממש אפאר שורות.
יעץ אזוי. היות פסח האט די כוח סגוליי פון איינפלאנצן אמונה - טאקע צוליב די הארות הזמן פון ויאמינו בד' וגו' - ווערט געברענגט אין די ספרים אז דייקא פסח האלט מען זיך זייער צו די מסורת האבות, ווייל דאס איז די ריכטיגע ריינע אמונה. מסורת אבות. און וועגן דעם מישט מען זיך נישט, נישט צו מישן מיט די מסורה. אזוי אויך וואס מ'עסט יא און וואס נישט האלטן מען זייער אן צו טאן דאס וואס מ'האט געזען אינדערהיים. אסאך משפחות עסן נישט קיין מעלאנע, האנידו, קענטעלאופ - הגם אז לכאורה מעג מען, ווייל מ'שיילט עס אפ, און ס'איז א נאטוליכע פרי אד"ג, מיט דעם אלעם האלטן זיך ערליכע אידן צוריק דערפון, ווייל "אונזערע עלטערן האבן עס נישט געגעסן." (באקאנט די מעשה פון ר"י מבעלזא אז מ'האט אים געברענגט אוגערקעס, אז ס'איז לכאורה פונקט ווי מייערן, אבער עס האט נישט געוואלט עסן מטעם הנ"ל, און שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט עס געפלאנצט און רעגלמעסיג באשפריצט מיט חמצ'יגע בראנפן).

עכ"פ איז לכאורה פסח די סאמע העכסטע צייט צו טאן דאס וואס דער טאטע האט געטון. אויב אזוי וואס האסטעך פארצוקוקן און דערציילן שיינע אטעם פארכאפנדע מעשיות פון מצרים? האט עס דיין טאטע געטון, זאג עס נאך פונקט ווי ער, און אויב נישט טו עס אויך נישט!

האבן דען אונזערע עלטערן נישט געוואוסט פון די גאר וויכטיגע מצוה פון והגדת לבנך?
רביה"ק בעל דבר"י ולמעב"ק - און אויך אלע טויזענטער קדושים וטהורים מגלי דרך החסידות האבן דאך פרובירט מיט אלע כוחות מקיים צו זיין אלע מצוות מיט די שענסטע הידורים וואס נאך שייך. ווייסט איינער צו זאגן פון איינעם פון זיי וואס האט ביים סדר זיך געזעצט דערציילן אטעם פארכאפנדע געשעענישן פון אכמעד און פאשטו וויאזוי זיי האבן זיך געמוטשעט די דער'הרג'ענען די פרעש פון זייער אייזקריעם/פראש קעיק?
די גמרא האט זיך שוין געמוטשעט מיט דעם פראבלעם וואס הייסט קינדער - און די גמרא'ס המצאה איז געווען מאנדלעך מיט אפיקומן. פארוואס האט די גמרא נישט געהייסן דערציילן שרעקעדיגע שפאנענדע מעשיות פאר די קליינע אז די אויגן זאל זיי ארויספאלן פון די לעכער?
דער גאנצער רעיון פון דערציילן ביים סדר די סארט מעשיות האט עפעס אן העכערע מקור? איך פרעגט אויפריכטיג. אויב איינער ווייסט פליז לאז אונז אלע וויסן.

אונזערע רביים און עלטערן האבן ערליך - רוב מאל מיט זידיגע טרערן - געזאגט די הגדה און גערעדט פון די גרויסע ניסים אד"ג. אוודאי האט מען געגעבן אטענטשאן פאר די קינדער, ביים יחץ, ביי די קשיות, ביים אפיקומן אד"ג, אבער די נאכט איז געווען דער "סדר נאכט", דער נאכט וואס מאכט פונעם מענטש סדר אויפ'ן גאנצן יאר. זיך אליין. קדש מ'האט זיך מקדש געווען וכו'.

ספעציעל ביי מיין עידזש יונגעלייט און יונגער איז דער "סדר" געווארן א "פראבלעם" מיט "קינדער" און מיט'ן "זייגער". דער סדר דארף זיין "שיין". אלעס דארף קלאפן וכו'.

איך וואונדער זיך באמת. מיינט מען טאקע אז דאס איז דער סדר?

ביים סדר איז דא די געלעגנהייט זיך מתבונן צו זיין אפאר סעקונדעס, אז ס'איז דורך נאך א יאר אויף דער וועלט זינט דאס לעצטע מאל כ'האב געזאגט נשמת ביים סדר. און בין נאך אלץ געזונט, ס'פעלן מיר נישט קיין אברים, אברים שפלגת בנו, כ'האב א ווייב און זי האט אויך אלע אברים געזונטערהייט, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, און איך האב ב"ה לעכטיגע קינדעלעך זיצן שיין ארום דעם טיש, און ס'קען זיין אז זייט דעם לעצטן פסח איז שוין צוגעקומען א קינד צום טיש.
איך זיץ מיר אויפ'ן היסב בעט כמלך בגדוד ביי ציכטיג געדענקטן טיש, אנגעלאדנטן מכל טוב וטוב, און ס'גיסט זיך אלעס בשפע רב. יעדער איז שיין אויסשטאפירט לכבוד יו"ט, און יעדער האט אן עקסטערע הגדה מיט אן עקסטערע בעכער, און מצות ככל הצורך, ועוד ועוד ועוד.
וויפיל געט מיר דער רבש"ע (און ער זאל ווייטער געבן מער און מער גרינגערהייט), און וויפיל געב איך אים. איז עס א פעיר דיעל? דארף אים דען נישט דאנקען און לויבן דערפאר? נאר וואס דען, א גאנץ יאר פרייליך איז א גאנץ יאר פרייליך, אבער פסח ביינאכט ווען יודן ווערן נאכאמאל געבוירן און אויסדערוועלט אלס דעם אויבערשטנס קינדער, גיסט זיך איבער דאס הארץ פאר פרייד און דערהויבנקייט און שפריצט ארויס דורך די אויגן מיט זידיגע טרערן, עד הנה עזרוני רחמיך, ולא עזבוני וכו', ואל תטשינו וכו'.

וויפיל מאל בין איך געפארן אויף די וועגן און אנגעקומען אהיים שלם בגופו ובממונו, קיינמאל נישט געשען קיין עקסידענטס און קיינמאל נישט געמאכט קיין עקסידענטס. כמעט נישט באקומען קיין טיקעטס.. מחרב הצלתנו - נישט געהאט די פלו און נישט קיין נעמאוניע ב"ה און אוודאי נישט יענע מחלה, זאל עס אויסגיין צו אלע גוים - מחליים רעים ונאמנים דיליתנו וכו'.
וויפיל קלאפס האט מיין הארץ געגעבן דאס יאר? וויפיל מאל האב איך געדארפט רופן די הצלה דאס יאר? כ'האב א שטוב מיט קינדער און יעדער איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג. כ"י.

וויפיל מאל א יאר האט מען די מעגליכקייט אביסל צו נעמען די מיה בלויז צו זאגן פאר'ן אויבערשטען "ישר כח. איך בין נישט כפוי טובה. איך אנערקען וואס דו געסט מיר יעדע רגע. נאר כ'האב נישט קיין צייט יעדן טאג ביי די שמו"ע עס געהעריג אינזינען צו האבן ווייל איך בין אין גלות. אבער היינט ווען איך בין אויסגעלייזט שרייען מיינע אלע אברים, וכל קרב וכליות יזמרו לשמך, כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך!"

דאס איז א שיינע סדר. וואו קינדער וואס קינדער. די קינדער זענען דא איינס פון די הויפט סיבות פארוואס צו טאנצן פאר פרייד און לויבן דעם אויבערשטן.
און דאס איז אונזער מתנה - נישט דורך אונזערע מעשים - נאר דער אויבערשטער הייבט אונז אויף און אונז קענען זיך ארויסברענגען די אינערליכע געפילן וואס א גאנץ יאר ווייסן מיר אפילו נישט אז ס'עקזיסטירט. און ווי ס'ווערט געברענט פון ספה"ק און די מלאכים זענען אונז מקנא דערויף (און וועגן דעם זינגט מען חד גדיא, אז זיי זאלן מיינען אונז זעמיר אנגאנצן משוגע מעטארע, לויט איין פשט).

און אנדערע ווערטער, די שיינקייט פונעם סדר ליגט אין הארץ, אין קאפ, אין די נשמה, אין די געפילן. נישט ביים טיש, ביים בעכער, ביי די שיינע הגדה, ביי די נישט אויסגעגאסענע גרעיפ דזשוס, ביי די סאלידקייט און פאלגזאמקייט פון די קינדער אז זיי קענען זיצן ווי די דאמיעס שיין ביים טיש. - ווי שוין ערווענט דא כמה פעמים ווערט חינוך אריינגעבאקן אין די קינדער מיליאן מאל מער דורך זיך פירן וויאזוי דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך פירן, נישט דורך בלויז זאגן זאכן, און טוען אנדערש.
פסח ווען מ'דארף מחנך זיין די קינדער - דארף מען זיין אליין מחונך, דערהויבן, פליען אין הימל… די אידן אין מצרים זענען אויך געפלויגן אין הימל. (ביי די וועי, זיי זענען געווען זייער פלעינע קאנסטראקשאן ווארקערס, זיי זענען געווען בילדערס, ארכיטעקטורס, פלאמערס, מעיסאנרי ווארקערס, סעמענט מיקסטערס, פעינטערס, סקעפאולדינג, וכל עבודה בשדה, געווען ביזי בייטאג און ביינאכט אויף די מצרי'שע קאנסטראקשן סייטס, און דארט אריינגעכאפט אינמיטן דער ארבעט א האלב אפגעבאקענע וועדזששטעבל רעפ, אזא ווייעכע מצה פון דרויסן, איינגעדרייט, און אינעווייניג איז געווען ציבעלעס, קנאבל, שטיינדלעך, פארשטינקענע פיש, און די אלע הארפאשנע ארבעטער האט דער אויבערשטער געגעבן א הייב אויף, און זיי האבן געזאגט הלל אין ירושלים.

דאס געשעט יעדעס יאר צו מיר, צו דיר און צו יעדן איינעם. איז פארוואס ביזטו אזוי ביזי צו האבן א "שיינעם" סדר, מיט גוטע מעשיות?

גרייט דיר אן א באקס נעפקינס פאר די גרעיפ-דזשוס און א באקס טישוס פאר די נאז, און רעדי, סעט, גאו!

יעץ הייבט עטץ אן מיט תגובות… (איך האב זיך שוין אויסגעגעבן).

נעכטן אפגעלעזט דעם גאנצן אשכול, א דאנק פאר אלע אור-אלטע שרייבער׳ס.

בפרט זאָלער׳ס תגובה, אַה שפתיים ישק!

איך האב געקוואלן, און געשלינגן יעדע׳ס ווארט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

קען זיין אינטערסאנט פאר איינעם דא
פון "היום יום"
אטעטשמענטס
Captureפ.PNG
Captureפ.PNG (123.37 KiB) געזען 3924 מאל
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

עס איז מיר גערינען די טרערען נאכען דורך ליינען די תגובה וויפיל אמת זאגט ער ווי הייליג זאגט ער עס איז דאך קדוש יעדע ווארט
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הייליג און טייער יעדעס ווארט הרב זאל ער קומען
אריינבאקען אין די קינדער מיינט נישט דווקא מיט שפאנענדע מעשיות, און רוב זאכן וואס מזאגט פאר די קינדער רעדט מעם צו זיך אליין, ווי למשל שטעלט דיר אפ ביי די ווערטער מלמד שני׳ ישראל מצויינים שם, לייג אראפ פאר די קינדער ווי שווער סאיז געווען צו זיין א איד אין די טמאנע לאנד מצרים און צו א פאראדאקס צו די היינטיגע גלות אמעריטשקע, סאיז כדאי צו זיך איינהאנדלען די ספר. מטעמי המלך אויף פסח זייער שיין מסדר געווען די גאנצע גלות מצרים עפ״י מדרשי חז״ל אויף א וועג איבער צו געבן פאר די קינדער

מיין זיידע ווען ער האט געזאגט נשמת האבן זיך געגאסן טייכן טרערן, ער האט איז נישט געדארפט גארנישט זאגן אדער פארציילן, בלי נשמע קולם האט עס געדונערט אין אונזערע הערצער
סאיז נעריש צו זאגן כוועל טוהן וואס זיי האבן געטוען, מיין עצה איז: זיי די אליין! לערן אדורך אביסל עברי טייטש אויף די הגדה, זיי דיך מתבונן אין די עמקות הדברים אוי וועסט שוין איינמאל זאגן און זאגן פאר די קינדערלעך אזש מוועט קומען קלאפן רבותינו הגיע זמן של קרי״ש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טייטש איבער פאר די קינדער אביסל די ווערטער פאר נשמת זיי זאלן פארשטיין פארוואס טאטי צעפייערט זיך שבת ביי נשמת, גלייב מיר וועסטוך נישט אליינס גלייבן סוועט זיך ארויסגליטשען א טרערל, מהאט אזויפיל מיט געמאכט און זיך אנגעהרט פון צרות ישראל אזש ווען מקען זיצן ביי די אייגענע סדר טיש, אין די אייגענע הויז, מיט דיינע קינדערלעך און א געזונטע בני בית שפרינגט מען אונטער ביי מה אשיב לד׳ כל תגמולוהי עלי
די שליסל איז עברי טייטש מיט א מינוט התבוננות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קרייסלער האט געשריבן:טייטש איבער פאר די קינדער אביסל די ווערטער פאר נשמת זיי זאלן פארשטיין פארוואס טאטי צעפייערט זיך שבת ביי נשמת, גלייב מיר וועסטוך נישט אליינס גלייבן סוועט זיך ארויסגליטשען א טרערל, מהאט אזויפיל מיט געמאכט און זיך אנגעהרט פון צרות ישראל אזש ווען מקען זיצן ביי די אייגענע סדר טיש, אין די אייגענע הויז, מיט דיינע קינדערלעך און א געזונטע בני בית שפרינגט מען אונטער ביי מה אשיב לד׳ כל תגמולוהי עלי
די שליסל איז עברי טייטש מיט א מינוט התבוננות

א גיטע געדאנק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

דענק איך איין יאר האבן מיר זיך ספאנטאן אינאיינעם צעזינגן דעם באקאנטע ״נשמת״ אז עס איז געגאנגען פייער אין באלאטעס.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

געליינט די תגובה פון הרב זאל ער קומען. עלעך צולייגן א קליין געדאנק.

עלטערן טוהן היינט זאכן צו זיין א סעמפל פאר די קינדער, כ'האב אמאל געהערט ווי א אינגערמאן זאגט אין ביהמ"ד אז זיין אינגל האט פארגעסן צו טראגן די ציצית אין חדר, האב איך אים עס נאכגעשיקט מיט א קאר סערוויס, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז ער האט נישט קיין ציצית, ער איז דאך סיי ווי א קטן, "נאר ווייל איך וויל אים געבן די 'מעסידזש' אז ציצית איז א הייליגע זאך וואס ס'איז ווערד צו נאכשיקן מיט א קאר פאר אפאר טאלער" ע"כ.

וויל איך אים זאגן "סעטער גארנישט העלפן" דיין אינגל גייט גרויס ווערן בעז"ה און ער גייט אויך אנהייבן שיקן 'מעסידזשעס' פאר זיינע קינדער, ביז די גאנצע חינוך מדור דור גייט ווערן א 'מעסידזש סיסטעם'.

דו ווילסט אז דיין אינגל זאל וויסל אז ציצית איז א חשובה זאך? זעה אז ס'זאל זיין חשוב ביי דיר!
זאלסט וויסן:
דיין אינגל האט באקומען א מעסידזש אז ער איז א קטן און ער איז פטור פון ציצית (ווייל דאס האלטסטו באמת), און ער זעהט אז זיין טאטע שיקט מעסידזשעס (און פארשייט נישט די סתירות, אבער יבוא יומו וואס ער גייט דיר ארויסהאבן).

#אנטשוליגט פארן שרייבן הייס, אבער די מין גערעדעכטץ קאכט מיר אויף.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לדעתי האט געשריבן:געליינט די תגובה פון הרב זאל ער קומען. עלעך צולייגן א קליין געדאנק.

עלטערן טוהן היינט זאכן צו זיין א סעמפל פאר די קינדער, כ'האב אמאל געהערט ווי א אינגערמאן זאגט אין ביהמ"ד אז זיין אינגל האט פארגעסן צו טראגן די ציצית אין חדר, האב איך אים עס נאכגעשיקט מיט א קאר סערוויס, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז ער האט נישט קיין ציצית, ער איז דאך סיי ווי א קטן, "נאר ווייל איך וויל אים געבן די 'מעסידזש' אז ציצית איז א הייליגע זאך וואס ס'איז ווערד צו נאכשיקן מיט א קאר פאר אפאר טאלער" ע"כ.

וויל איך אים זאגן "סעטער גארנישט העלפן" דיין אינגל גייט גרויס ווערן בעז"ה און ער גייט אויך אנהייבן שיקן 'מעסידזשעס' פאר זיינע קינדער, ביז די גאנצע חינוך מדור דור גייט ווערן א 'מעסידזש סיסטעם'.

דו ווילסט אז דיין אינגל זאל וויסל אז ציצית איז א חשובה זאך? זעה אז ס'זאל זיין חשוב ביי דיר!
זאלסט וויסן:
דיין אינגל האט באקומען א מעסידזש אז ער איז א קטן און ער איז פטור פון ציצית (ווייל דאס האלטסטו באמת), און ער זעהט אז זיין טאטע שיקט מעסידזשעס (און פארשייט נישט די סתירות, אבער יבוא יומו וואס ער גייט דיר ארויסהאבן).

#אנטשוליגט פארן שרייבן הייס, אבער די מין גערעדעכטץ קאכט מיר אויף.

מ׳זאגט נאך (איך מיין פון אפטאר רב) אז יעדע איז דאך ביזי אז אלעס וואס ער ארבעט איז ווייל זיין זון זאל קענען זיצן און לערנען און דער זון ארבעט ווייל זיין זון זאל קענען זיצו און לערנען, וויל ער שוין זוכה זיין צו זעהן דעם לעצטן זון וואס עולם ומלואו האט געארבעט פאר איהם...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

לדעתי האט געשריבן:געליינט די תגובה פון הרב זאל ער קומען. עלעך צולייגן א קליין געדאנק.

עלטערן טוהן היינט זאכן צו זיין א סעמפל פאר די קינדער, כ'האב אמאל געהערט ווי א אינגערמאן זאגט אין ביהמ"ד אז זיין אינגל האט פארגעסן צו טראגן די ציצית אין חדר, האב איך אים עס נאכגעשיקט מיט א קאר סערוויס, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז ער האט נישט קיין ציצית, ער איז דאך סיי ווי א קטן, "נאר ווייל איך וויל אים געבן די 'מעסידזש' אז ציצית איז א הייליגע זאך וואס ס'איז ווערד צו נאכשיקן מיט א קאר פאר אפאר טאלער" ע"כ.

וויל איך אים זאגן "סעטער גארנישט העלפן" דיין אינגל גייט גרויס ווערן בעז"ה און ער גייט אויך אנהייבן שיקן 'מעסידזשעס' פאר זיינע קינדער, ביז די גאנצע חינוך מדור דור גייט ווערן א 'מעסידזש סיסטעם'.

דו ווילסט אז דיין אינגל זאל וויסל אז ציצית איז א חשובה זאך? זעה אז ס'זאל זיין חשוב ביי דיר!
זאלסט וויסן:
דיין אינגל האט באקומען א מעסידזש אז ער איז א קטן און ער איז פטור פון ציצית (ווייל דאס האלטסטו באמת), און ער זעהט אז זיין טאטע שיקט מעסידזשעס (און פארשייט נישט די סתירות, אבער יבוא יומו וואס ער גייט דיר ארויסהאבן).

#אנטשוליגט פארן שרייבן הייס, אבער די מין גערעדעכטץ קאכט מיר אויף.

א יישר כוח פארן אזוי גיט אפפאטשן א אינגערמאן וואס האט געטרייט צו טון א דבר טוב! די זכות זאל דיר ביישטיין,

#אנטשוליגט פארן שרייבן הייס, אבער די מין גערעדעכטץ קאכט מיר אויף
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ארויפגעברעגט! ס'איז דא וואס צו ליינען דא
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

וויכטיגסטע טיפ, בדוק ומנוסה

דיין ווייב איז שוין א שמאטע פאר 3-4 וואכן, ספעציעל יעצט ווען די קינדער זענען אינדערהיים, מן הסתם האט זי זיך נישט אראפגעלייגט ערב פסח

וואס די דארפסט געדענקן איז, מאך די וויסענדיג פון איר, געב איר, פרעג איר, ווארט אויף איר ביי רבן גמליאל היה אומר, מאך זיכער זי עסט, זי איז רואיג,
רייט נישט אויף אירע נערווען, שריי נישט ''ברענג שוין אריין'' ''טראג שוין ארויס'' '' ווישט שוין אפ'' זעהסט נישט משה'לע האט אויסגעגאסן''
די אלע זאכן באלאנגען נישט ביים סדר, ווילסט זיכער מאכן די ביזט א מלך ביים סדר? מאך זיכער זי איז א מלכה.
דאס איז די וויכטיגסטע טיפ אויפ'ן סדר, וכך נהג אבי מורי שליט''א, וכך אני נוהג
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ארויפגעברעגט, שיינע זאכן דא
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

לכבוד יו"ט
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

פאר א יאר האט מיר א חבר אריינגעשיקט א הערליכע דרשה פון ר׳ מרדכי הערש שפיצער מיט קלארע הדרכה וויאזוי צי פירן א סדר. איך האב עס אויסגעהערט און באמת געפירט א סדר צום געדענקן! די קינדער זענען געזיצען מיט שפאנונג פון אנפאנג ביזן סוף סדר.

עס איז ווערט צי אויסהערן!

https://drive.google.com/file/d/1bvbpvr ... sp=sharing

איך האב אויך א פי די עף פון די דרשה, איך ווייס נאר נישט וויאזוי עס ארויצילייגען.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”