גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)

תגובהדורך חזקיהו המלך » מוצ"ש פאברואר 08, 2014 9:04 pm

וואס GMO איז א א סוגיא פאר זיך, ס'איז א טעמע פין קאנטערווערסיע אין די לעצטערע יארען,

ארענטליכע שטודיעס אויף מייז האבען געוויזען דורעך די יארען אז די גענעטישע מאדיפיצירטע געוויקסען (למשל נעמען אביסעל DNA פין א שרץ אין עס אריינלייגען אין SOYBEANS, יא ס'קוקו איך ווייס), ברענגט צי שרעקליכע יענע מעשה געוויקסען און אז ס'הארגעט אפ די ריפראדאקטיוו ארגאנען, די דריטער דור פין מייז וואס האבען עס געגעסען האבען שוין נישט געקענט האבען קיין קינדער,

אבער לעצטענס האט זיף געטוהן א גרויסע סומאטוכע טישען אויף בענק, אז מען זאל חאטשיג דארפען שרייבען אויפען לעבל פין א פרודוקט וואס אנהאלט GMO אינרידיענטס, אז די דאזיגע פרודוקט פארמאגט GMO, און אין אייראפע איז עס טאקע אזוי ,

ס'האט געטוהן וועגען דעם אין אסאך סטעיט'ס, אין קאלירפאניע האט זיך געטוהן וועגען די אזוי געריפענע "פראפאזישען 37" וואס וויילער האבען געדארפט וועלען צי זיי ווילען אז מען זאל דארפען לעבלען GMO,

אבער דאן האבען די גרויסע קארפארעישענס גענומען גיסען מיליאנען און אנגעהויבען מיט א מעכטיגע מיסאינפארמאציע קאמפיין צי טוישען דעם דעת הקהל אין קאליפארניא, זיי האבען ארויס געלייגט אינפארמאציע אז דאס וועט קלאמפיש הייבען די פרייזען פין עסען, אויך האבען זיי ארום געשיקט פאלטשע אפיציעלע צעטליך פין די FDA אז GMO איז בכלל נישט קיין פראבלעם.....

צי די אנטוישונג פין די פרייע וועלט איז דער "פראפאזישען 37" ליידער דארעכגעפאלען,

אבער אין דיצעמבער האט דער קאנעטיקוט גאווערנער דעננעל מעלאוי געסיינט די ערשטע GMO לעבלינג ביל אין די יונייטעד סטעיטס, אבער אינעם ביל שטייט אז עס גייט אריין אין עפעקט נאר טאמער נאך 4 ארומיגע סטעיט שרייבען אויך אונטער ענדליכע ביל'ס......,

אבער וואס האט מיר געברענגט צי שרייבען יעצט דעם ארטיקעל, איז ווייל ס'איז אריין געקומען די מאסיווע נייעס אז רוסלאנד גרייט זיך פולקאם צי אסערען GMO, אין גאנץ רוסלאנד, נישט אז מען זאל דארפען שרייבען אויעפען לעבל, נאר ס'וועט זיין אסור עס צי פלאנצען אין גאנץ רוסלאנד,

[נאכדעם וואס רוסלאנד האט אויך לעצטענס געלייגט א איסור אויף א מצעד התועבה אין איז פאר דעם קריטיקירט געווארען דורעך די זינדיגע מערב וועלט, אין יעצט לייגען זיי א איסור אויף GMO, אפשער איז צייט צי מופען אויף רוסלאנד......]

עכ"פ צירוק צי GMO, פאר ווער ס'וויל וויסען: ס'איז היינט דא בעיקר א פאר GMO פלאנצונגען אבער ס'איז זייער פארשפרייט אין אינגרידיענטס וואס מאכט עס שווער זיך צי אפהיטען דערפין,

די ערשטע איז "קארען", 98% קארען אין אמעריקא איז GMO, אין דאס מיינט אלע אינגרידיענטס וואס איז געמאכט פין קארען וואס דאס ווערט געניצט אין אומצאליגע גראסערי אייטעמס, טיפ: היי פראקטעס קארען סיראפ, קארען סיראפ, אין נאך אסאך אינגרידיענטס וואס האט נישט די ווארט קארען אין איר,

2)רעיפ סיד, וואס דאס איז קענאולע, וואס דערפין מאכט מען די קענאולע אויל, וואס דאס ניצט רוב עולם און אזוי אויך קעטערינגס און רעסטאראנטס, ווייל ס'איז די ביליגסטע,

3( soy, אויך איבער 90% GMO וואס דאס ווערט אויך געניצט אין אסאך אינגרידיענטס, למשל לעסיטין וואס מען לייגט אין טשאקאלעד קומט נארמאל פין SOY, אין אזוי אויך SOY אויל וואס ווערט אסאך באניצט דורעך קאמפאניס וואס מאכען די גראסערי אייטעמס,

א גוטע וואך, פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם,
לעצט פאראכטן דורך חזקיהו המלך אום זונטאג פאברואר 09, 2014 2:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:01 am

נו חזקי, מופן מיר קיין רוסלאנד?
אבער וואס וועט זיין מיט דער גאנצער אקציע דא מיט דער בלומבערג'ען? און אפשר וועט מען אריבערפירן דעם בלומבערג'ען אין א רענצל צו רוסלאנד.....

ערענסט גערעדט: וואס איז דער אינטערעסע פון די פירמעס אונז צו קראנק מאכן מיט יענע מעשה אדער אפשטעלן אונזער ריפראדאקשען?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:46 am

ווי לאנג נוצט מען שוין GMO, כמיין וויפיל יאר?
האט עס ווירקליך געהאט אזא שרעקעוודיגע עפעקט אויף הומענס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:54 am

קנאפער ידען האט געשריבן:נו חזקי, מופן מיר קיין רוסלאנד?
אבער וואס וועט זיין מיט דער גאנצער אקציע דא מיט דער בלומבערג'ען? און אפשר וועט מען אריבערפירן דעם בלומבערג'ען אין א רענצל צו רוסלאנד....

ן?


די כאפסט נישט.. דאס איז דאך געווען די גאנצע מיטינג מיט די סי. איי. עי.
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:54 am

גיי ווייס ווען איינער האט א מחלה יארען שפעטער פין וואס ס'קומט, ס'איז כמעט אוממעגליך צי וויסען,

פארדעם ניצט מען מייז וואס ס'איז אנגענומען אז ביי זיי זעהט מען די פאטענציעל לאנג טערם עפעקטס וואס מען קען ערווארטען ביי מענטשען, ווייל סיי האבען ענדליכע צעלן צי מענטשען,

למעשה קען מען קיינמאל נישט וויסען אויף הונדערט פראצענט, אין פארדעם וואלט מען לדעתי קיינמאל נישט געטארט אפראווען אזאלכע מענטש געמאכטע עסען פאר מענטשען צי עסען, און בעסער ניצען די עסען וואס דער באשעפער האט אונז באשאפען,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג פאברואר 09, 2014 10:37 am

גמא איז א ברכה פונעם רבש"ע און אן אמת'ע חסד אלקי. חכמה האט ערמעגליכט מען זאל קענען מאכען וואקסען פיהל מאל אזויפיהל פלאנצונגען, וואס איז גורם סיי א שפע און סיי נידעריגע פרייזען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג פאברואר 09, 2014 12:54 pm

היער איז דע פאון, ווען די צוויי קלעישען, יעצט אין אדר איז די רייט טיים דערצו. ביזטו זיס אנעים כשמו כן הוא.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג פאברואר 09, 2014 3:58 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:גמא איז א ברכה פונעם רבש"ע און אן אמת'ע חסד אלקי. חכמה האט ערמעגליכט מען זאל קענען מאכען וואקסען פיהל מאל אזויפיהל פלאנצונגען, וואס איז גורם סיי א שפע און סיי נידעריגע פרייזען.


עקס קיוז מי, :roll:

ס'נישט גורם קיין שום שפע.... זיי האבען עס געמארקעטעט אזוי, אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט פונקט פארקערט, אין ס'האט ציגעברענגט אז צענליגער טויזענטער פארמער'ס אין אינדיע זאלען זיך נעמען די לעבען, דוק ותשכח,

אין וועגען פרייזען, איז לאמיר די געבען א לעקציע אין עקאנאמיקס, איבעראל ווי ס'דא א מאנאפלי ברענגט עס צי טייערערע פרייזען נישט צי ביליגע, אין דא וואס די קאמפאניס וואס מאכען דעם פארשאלטענעם GM סיד, זיי האבען די פאטענט רעכטען דערויף, אין דער פארמער מיז איבער א יאר נאכאמאל קויפען נאר פין זיי, קיינער אנדרעש האט נישט די סיד, נאר זיי, אנדרעש ווי גאט'ס עסען וואס יעדער קען האבען די סידס אין ס'קען זיין א קאמפעטישען,

אין טאמער דאס איז נישט גענוג, האבען די קאמפאניס געמאכט אז מען זאל אפילו נישט קענען איבערניצען די סיד וואס איז געוואקסען מיט די GM פלאנצונג, מיטען מסדר זיין מיט GM טעכנאלאגיע אז יענע סידס זאלען פשוט נישט ארבעטען, כדי מען זאל מיזען יעדעס יאר קויפען..... פארשטייסט..... :o ביליגע פרייזען ...... שפע...... :roll:

און שלונגסט אזוי אראפ זייערע פראפעגאנדע פאר גוט געלט, ס'איז הוידעל בוידעל, GM איז א קאטאסטראפע, און כ'ווארען דיר, קום נישט מיט קיין פאלטשע אינפארמאציע, ווייל כ'וועל דיר געבען אין באבענס באבען אריין ......
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 09, 2014 4:46 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:
עקס קיוז מי, :roll:


יו אר עקסקיוזד

חזקיהו המלך האט געשריבן:ס'נישט גורם קיין שום שפע.... זיי האבען עס געמארקעטעט אזוי, אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט פונקט פארקערט,


עקס קיוז מי!!!! פארוואס זאלן זיי עס טון? אויב מאכט עס נישט מער פראדוקט פארוואסזשע זאלן זיי זיך אריין לאזן דערינן בכלל???

חזקיהו המלך האט געשריבן:אין ס'האט ציגעברענגט אז צענליגער טויזענטער פארמער'ס אין אינדיע זאלען זיך נעמען די לעבען, דוק ותשכח,


פשיעה, וויאזוי האט עס פאסירט? פארצייל פליז, איך גלייך נאוועל אפילו עס מאכט נישט קיין סענטס.

חזקיהו המלך האט געשריבן: און כ'ווארען דיר, קום נישט מיט קיין פאלטשע אינפארמאציע, ווייל כ'וועל דיר געבען אין באבענס באבען אריין ......


די סטראשע שמעקט פון די סי איי עי

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג פאברואר 09, 2014 5:03 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:GM איז א קאטאסטראפע,

ס'הייסט די בעילאוט האט דאך זיי געראטעוועט ניין?!

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » זונטאג פאברואר 09, 2014 5:14 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:GM איז א קאטאסטראפע,

ס'הייסט די בעילאוט האט דאך זיי געראטעוועט ניין?!

;l;p-
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:32 pm

ראשית האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:GM איז א קאטאסטראפע,

ס'הייסט די בעילאוט האט דאך זיי געראטעוועט ניין?!

;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג פאברואר 10, 2014 12:19 am

וואו איז דער לייק קנעפל?

אוי, נאכנישט דא?
וועל איך ציטירן

עקבי הצאן האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:GM איז א קאטאסטראפע,

ס'הייסט די בעילאוט האט דאך זיי געראטעוועט ניין?!

;l;p-
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:40 pm

Scientific consensus on GM crops safety 'overwhelming'



Philip Case

Friday 25 October 2013 10:00




The Agricultural Biotechnology Council (ABC) has refuted claims from an anti-GM campaign group that there is “no scientific consensus” on the safety of genetically modified foods.

More than 90 scientists, academics and physicians added their names to a statement published this week which challenges claims from the UK government and biotech companies that GM foods are safe.

The European Network of Scientists for Social and Environmental Responsibility (ENSSER) released the statement in the week after the World Food Prize was awarded to employees of GM seed giants Monsanto and Syngenta.

ABC chair Julian Little said the statement had been put together by an anti-GM group and he insisted that contrary to the claims, there was an “overwhelming weight of evidence” that points to the safety of GM crops.

Dr Little said: “Biotech crops are among the most extensively tested foods in the history of food safety.

“In 2010, the European Commission concluded on the basis of 130 research projects involving 500 independent groups over 25 years that ‘there is, as of today, no scientific evidence associating GMOs with higher risks for the environment or for food and feed safety than conventional plants and organisms’.

“This year, the representative body of the national science academies of the EU Member states agreed, saying that ‘there is no validated evidence that GM crops have greater adverse impact on health and the environment’ than any other crops produced using plant breeding techniques.”

Dr Little added that an estimated three trillion meals containing GM ingredients have been eaten around the world over the past 13 years “without a single substantiated case of ill-health”.

“The World Health Organisation (WHO) has said that: ‘No effects on human health have been shown as a result of the consumption of such foods by the general population in the countries where they have been approved’.”

Dr Little said the WHO’s statement was backed up by government regulators around the world, including the Food Standards Agency (FSA) in the UK.

The Agricultural Biotechnology Council (ABC) of Australia said the ENSSER’s statement “flies in the face of a consenus of an overwhelming majority of scientists”.

“Every legitimate scientific organisation that has examined the evidence has arrived at the conclusion that GM crops and the foods they produce pose no risk to human health or the environment beyond those posed by their conventional counterparts,” added ABC Australia.

Meanwhile, EU farming groups, including the NFU, NFU Cymru, NFU Scotland and the Ulster Farmers’ Union (UFU), have added their name to a different letter, which voices “deep concern” about the effects of GM policies and regulations in the EU.

In an open letter sent to the European Commission on behalf of the French Association for Plant Biotechnology (AFBV), they called for better for access to the best crops, including GM varieties, so that agriculture in Europe can be more sustainable and less reliant on imported products.

The letter states that the lack of options for GM technology available to farmers in Europe can equate to significant loss of income and a missed opportunity.

Helen Ferrier, NFU chief science and regulatory affairs adviser, said: “The heads of EU institutions have a great deal of power to sort out this mess and ensure the EU doesn’t become uncompetitive in both agricultural production and scientific research.

“This letter demonstrates the strength of feeling in the agriculture sector across Europe. Swift action must be taken.”

http://www.fwi.co.uk/articles/25/10/201 ... ming39.htm
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מאנטאג פאברואר 10, 2014 3:10 pm

אנעים, א ארטיקל וואס דערמאנט די WHO אלס א ראיה האט פארלוירען יעדעס ביסעל קרעדיביליטי,

די WHO איז געגרינדעט דורעך ראקעפעלער, אין איז א טייל פין א מיסאינפארמאציע קאמפיין פין די NWO

זיי זענען געבראטענע ליגנער אין קאלטבלוטיגע מערדער, טאמער זיי זאגען אז GMO איז גוט, דאס איז די ערשטע סימן אז מען דארף אנטלויפען דערפין אזוי ווי פין ציונים, די WHO שטיצט אויך וואקסינען אין אלע אנדערע שווארצע יארען,

נעקסטיים קאפי פעיסט נישט קיין ארטיקלעך, אפשער גייסטו מיר דא קאפי פעיסטען א גאנצע גוגעל סוירטש, טאמער די האסט נישט קיין נערווען צי געהעריג דורעך טוהן א זאך פאר די הייבסט אן א מערכה מיט מיר, דאן בעסער הייב נישט אן,

גוגעל וועט אלץ טרעפען ארטיקלעך אויף ביידע זייטען פין די דעבאטע, די קונץ איז צי וויסען ווי דער אמת איז באגראבען, נישט צי זיכען די ארטיקעל וואס זאגט אנדרעש ווי חעזקי, און מאכען קאפי פעיסט, און יאלא, געווינען די דעבאטע ..... נא נא נא ..... ס'ארבעט נישט אזוי,

דער למך שרייבט דארט אינעם ארטיקעל:

Dr Little added that an estimated three trillion meals containing GM ingredients have been eaten around the world over the past 13 years “without a single substantiated case of ill-health”.



דאס איז אזא פאריקטע סטעיטמענט וואס איז נישט מעגליך זיין אפילו א דריטע קאזין פין די ווארהייט, דער "שוטה" ווייסט אז פין "אלע" 3 טריליאן פארציעס, איז גאר נישט געווען קיין איין קעיס פין א פראבלעם..... פארשטייט זיך אזא זאך איז אוממעגליך צי וויסען, און ווער רעדט נאך פין עפעקטס וואס קענען קומען חדשים אין יארען שפעטער, וואס ס'איז בכלל שווער עס צי פארבינדען מיט א ספעציפישע פארציע,

אזא סטעיטמענט מיינט גערעהט ווי א בהמה, ווי א שוויין, זיך צי הערען "קאנווינצינג", די ווייסט וואס ! פין 3 טריליאן איז גאר קיין איין פראבלעם נישט געווען, די הערסט קיין איינס נישט....... הא הא הא......... לויטער פראפעגאנדע, ליידיגע רעטאריק........

און די אנעים'ל טייערער, די קומט גאר איבערשרייבען זייערע ווערטער, ווי פאסט עס פאר דיר ?!...... נאר וואס דען....... כ'בין דיר דן לכף זכות אז די האסט עס בכלל נישט געליינט פאר די האסט גע'קאפי פעיסט...... האסט געזעהן ס'איז פראו GMO געגאנגען, אריין געפעיסט, אבער ווי פאסט עס דען פאר אזא חכם ווי דיר צי סתם שמירען די ווענט..... ;l;p-
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 10, 2014 3:19 pm

key word is substantiated

איך ווארט נאך צו זעהן א ברעקעל עווידענס פאר דיינע דמיונות.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 10, 2014 5:25 pm

ביטע נישט אריינרעדן, לאז די צוויי זיך דורכקומען, דער עולם זאל אנגרייטן די בארכעס צו טונקען אין די געשמאקע קאטשיניו (GMO FREE) וואס גייט קומען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג פאברואר 11, 2014 5:05 pm

שוועמל האט געשריבן:ביטע נישט אריינרעדן, לאז די צוויי זיך דורכקומען, דער עולם זאל אנגרייטן די בארכעס צו טונקען אין די געשמאקע קאטשיניו (GMO FREE) וואס גייט קומען.

וחד בחד כי סביך ....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:41 pm

מער אויף דער נושא
ווער עס פארשטייט זאל ביטע ברענגן
יישר כח

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:42 pm

מער אויף דער נושא
ווער עס פארשטייט זאל ביטע ברענגן
יישר כח


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט