חנוכה סעיל!! פארקויפט אייך נישט אויף סעיל !

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

חנוכה סעיל!! פארקויפט אייך נישט אויף סעיל !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

נעכטן נאכט אהיימקומענדיג פין ארבייט קאלט מיר מיין אשת חיל אן און זאגט מיר דו ווייסט ווי שווער כהאב געארבייט היינט די קינדער פיהלן נישט גוט זיי טאנצן מיר אויפן קאפ ..
מיין קאפ איז שוין א שופר ...
המממ גאנץ אינטערעסאנט טראכט איך מיך צו מיר א קאפ א שופר ...
נאך די גאנצע דרשה פרעג איך איר און ני וואס האסטע געוואלט?
אהה גארנישט סתם איך דארף זאלסט גיין אין גראסערי קויפן א וואסער,
שוין איך אטעם אפ און איך לאז מיך צי מיין דערנעבענדיגע גראסערי.
איך קום אריין אין גראסערי און איך נעם די באטל וואסער איך שטעל מיך אין די ליין צו באצאלן.

פליצלונג פאלט מיין אויג אויף א באקס וואס שטייט אזוי אימשילדיג און די זייט און אויף דעם שטייט א צעטל מיט קידוש לבנה אותיות ספעשל 75¢ א דאונאט ..
איך שטיי און איך קוק אזוי אויף די דאונאטס און צוריק אויפן צעטל און פליצלונג האט מיר אנגעפאנגען צו דאכטן ווי די דאונאטס בעהטן מיר "זארגי מאך א סורפרייז און נעם אהיים אפאר דאונאטס בארואיג די מצב אינדערהיים .. עס קאסט נאר 75¢ עס אוז אויף סעיל אוי גייט עס זיין א סורפרייז ..."

אומר ועושה כהאב מיר איינגעפאקט דריי דאונאטס און באצאלט און זיך ארויסגעלאזסט אהיים מיט מיין מציאה אין מיין הענט אפמאלענדיג אין מיין מוח ווי עס בלייבט נישט קיין שריט ופליט דערפין.

איך קום מיך אהיים מיט די דריי דאטנאטס בשמחה ובטוב לבב און אזוי ווי איך עפן די טיר שריי איך אויס מיט עקסטאז הערטס אלע אויס כהאב א סורפרייז!!!
קליין און גרויס שטעלן זיך נעבן מיר מיט אנגעשפיצטע אויערן און איך געב א שלעפ ארויס מיט עקסטאז מיינע דאונאטס.
מיין ווייב שטעלט מיר אן צוויי קעלבערנע אויגן און פרעגט מיר דו ווייסט אז עס איז נאך נישט חנוכה היינט וואס איז דאס דאונאטס געקויפעריי?
עס איז מיר געווארן קאלט און ווארעם און מיין מוח האט אנגעפאנגען פיבערהאפטיג צו ארבייטן וואס טיט מען דא? וויאזוי ראטעוועט מען די מצב?
דער אייבישטער האט געהאלפן עס איז מיר פייגעבאלן און איך זאג איר קוק אהער יעדע דארנאשטאג נאכט עסט מען שוין דא ביי אינז זיפ מיט טשאלענט און קיגל אלס טועמיה דאס איז די זעלבע זאך עס שטייט שוין פון פריערדיגע אז מען זאל שוין עסן א נאכט פארדעם דאונאטס אלס טועמיה און נאכדערצו ווען ערב חנוכה געפאלט אויס אויף א דינסטאג איז עס מהדרין מן המהדרין צו עסן דאונאטס אלס טועמיה ווייל עס איז נכפל בו כי טוב ... און אינז פסקנט מיר דאך ווי בית הלל ממילא דארף מען יעצט שוין אויך עסן דאונאטס..

זי האט עס אפגעקויפט און זי זאגט מיר נאך יא גערעכט א מצוה איז א מצוה און מען דארף סעטעספייען פאר א מצוה ..

אבער איך בין פינקט היינט אויף דייעט סאו איך קען נישט עסן כהעל אלס די מצוה פון טועמיה נעמען א שטיקל פון דיינס ... עס איז מיר גוט געווארן ..

מיין קליינע פיר יעריגס האט זיך געפרייט ווי א באנדל.. יא מיין רבי האט געזאגט אז מען עסט חנוכה דאונאטס ..
אבער אזוי ווי ער האט געגעבן די ערשטע בייס האט ער עס געלאזסט כמו שהוא און מער נישט צוגערירט דערצו ..
כהאב מיר דערזעהן מיט דריי דאונאטס וואס גייט מען דא טוהן???

מיין קליינע שוואגער איז פינקט מיך געקומען עפעס ברענגן האב איך אים אלס דער גוטהארציגער שוואגער געשאנקען איין דאונאט און אים שנעל פארשיקט נאך פאר ער ווארפט מיר עס צוריק און פנים.
איינס האב איך אריינגעלייגט ביי מיר אין באכל און די אנדערע האט מען געגעבן פאר מיין איין יעריגס און זי האט געמאכט עפעס דערפין אזוי אז עס איז געווארן אויסגעמיטן געפערליכע בישות, אבער ווי גערישט האט די גאנצע קאך מיטגעגעסן מיט מיין קליינעם...
ב"ה פאר דעם!

איין זאך האב איך מיך אבער יא אויסגעלערענט דערפין אז מען דארף נישט ווערן אנטציקט פון וואס מען זעהט אפילו עס זעהט אויס ווי דאס סיין סעיל רעדט צו דיך!!

יעצט האטס מיר אלע א פרייליכע ליסטיגע אויליגע חנוכה און ווערטס נישט איינטציקט פון די אלע חנוכה סעילס ווייל וואס עס איז פאר אייך גוט מיינט נישט עס איז גוט פאר דיין ווייב אדער קליינעם .
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

י ;l;p- יש"כ פאר די שמייכעלע
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אופס..........
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

און וואס איז איינס פארן צווילינג? :cry:
נע די ארטיקל קען מען נישט באקומען אויף סעיל!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חחח! א דאגה וואס מען טוט מיט א איבריגע דאונאט!!

פיין געזאגט, זארגי!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

אכן נודע הדבר.. נעכטן נאכט בערך האלב צוויי זייענדיג אנגעצויגן צי די אר סי סי עס ספליט די פאט גייט דערגרייכן דריי הונדערט טויזענט דאללער, באקום איך א טעלעפאן קאל, איך קוק אויפן איידי צו זעהן ווער נאך איז אזוי שלאפ-לאז און איך זעה זארג_נישט קאלט, איך טראכט אזוי צו מיר, הוי באשעפער וואס קען ער שוין ווילן פון מיר אזוי שפעט, אפשר ארבעט ער פאר RCCS און ער וויל מיר איינמעלדן איבער א געווינס?.. שוין איך הייב אויף מיט א שמחה, און 'שמערניש_וויינבערגער (שמאטע) ער זאגט מיר אז זיין קליינער פילט עפעס נישט גוט, און ער וויל רעדן צו מיר אז איך זאל איהם איינשלעפן..

פארשטייט עטץ? איך בין נעבעך אויך געפאלן א קרבן צו זיין דאונאט סעיל.
זארגי, נעקסט טיים זיי מוחל זיי א גוטע מאן אויף א צווייטן אופן.
תרנגול האט געשריבן:י ;l;p- יש"כ פאר די שמייכעלע
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

גאר גיט.
בדוו א האלבע גילוי האסטו דיר אנגעמאכט, זאג נאר, דיין וויב איז דער וואס גייט אויף דייעט?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

צווילינג טייערע
דארפסט טאקע א תריץ וועל איך דיר געבן.

עס איז געווען אמאל דריי ברידערס צוויי זענען געווארן רבי'ס און דער דריטער איז געווארן א סוחר.
איינמאל איז דער סוחר געקומען באזוכן איינע פון זיינע ברידער'ס דער רבי און דער ברידער - רבי האט אים אויפגענומען זייער קאלט ארויסגייענדיג פרעגט ער די גבאי וואס איז פשט פון אזא קאלטע געפיראכץ? מילא ווען ער טיט עס צום אנדערע ברידער איז דאך עס פארשטענדליך ער איז דאך זיין קאומפעטישן אבער איך בין דאך נישט קיין רבי נאר א סוחר פארוואס איז די רבי געווען אזוי קאלט צו מיר? זאגט די גבאי ער ווייסט אויך נישט ער וועט אריינגיין פרעגן דעם רבין.
אזוי האט ער געטוהן ער אנז אריין פרעגן דעם רבין.
האט אים די רבי גענפערט יא יא!! ביזסט גערעכט אבער וואס זאל איך טוהן ער איז דאך סוף כל סוף אויך א ברידער......

טייערע צווילינג ביטע פארשטיי ביזסט דאך סוף כל סוף א צווילינג מיט מיר.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

האלאו! נעקסטיים דו האסט א פראבלעם מיט איבריגע דאונאטס אישי מיר אריין, איך בין גרייט עני טיים אריבערצוקומען עס מסדר זיין...

אדער רוף אן 'לכאורה' און ער וועט אריבערשיקן די 'חברה מספקי מזון' עס אויפצופיקן...
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נו נו צווילי ס'קומט נאך א פאחדי....
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

חחח! געוואלדיג.... שיינע מעשה, דער אמת איז דאס קען פאסירן ביי סיי וועמען מיט סיי וואס פאר א אייטעם...
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

ווינקל האט געשריבן:חחח! געוואלדיג.... שיינע מעשה, דער אמת איז דאס קען פאסירן ביי סיי וועמען מיט סיי וואס פאר א אייטעם...

אבער אז עס קען געשעהן מיט דאונאטס איז דיך קיינמאל נישט פייגעבאלן....
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

A sale is where you buy things you don't need at prices you can't resist.

ייש"כ פארען ארטיקעל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

זיס!!! מיין מאגן כאפט היצט א קעדאטשקע אלץ רעזולטאט פון א דאוינאט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינע ארטיקל זארג------נישט (שלא יתחלף ח"ו בתאומך). שרייב מער און קויף ווייניגער... אופס, קויף מער און עס ווייניגער... אקעי, איך זעה די איבריגע אויל פון די היינטיגע דאונאטס האבן זיך באזעצט ערגעץ שלא במקומן...
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

תרנגול האט געשריבן:י ;l;p- יש"כ פאר די שמייכעלע
נישט, איז נישט קיין אפציע...
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לכאורה האט געשריבן:שיינע ארטיקל זארג------נישט (שלא יתחלף ח"ו בתאומך). שרייב מער און קויף ווייניגער... אופס, קויף מער און עס ווייניגער... אקעי, איך זעה די איבריגע אויל פון די היינטיגע דאונאטס האבן זיך באזעצט ערגעץ שלא במקומן...

:-(
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זארג נישט האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:שיינע ארטיקל זארג------נישט (שלא יתחלף ח"ו בתאומך). שרייב מער און קויף ווייניגער... אופס, קויף מער און עס ווייניגער... אקעי, איך זעה די איבריגע אויל פון די היינטיגע דאונאטס האבן זיך באזעצט ערגעץ שלא במקומן...

:-(

ווען מען גיבט קרעדיט פאר ב' אנשטאט א', איז דאס אן עוולה. ניין?
"חס ושלום" צו טוהן אן עוולה.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שוין צו שפעט געליינט דעם ארטיקל, יעצט אינעם זיבעטן טאג ווער איך שוין נישט אנגערייצט פאר א דאונאט.

זארגי דארפסט דאונאטס, איך קען דיר געבן נאך, אלענפאלס זיס געשריבן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מאנ-יימער האט געשריבן:שוין צו שפעט געליינט דעם ארטיקל, יעצט אינעם זיבעטן טאג ווער איך שוין נישט אנגערייצט פאר א דאונאט.

זארגי דארפסט דאונאטס, איך קען דיר געבן נאך, אלענפאלס זיס געשריבן.

פאר וועלכע זארגי זארגסטעך?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”