רייסט אויף מיט א שמייכל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

רייסט אויף מיט א שמייכל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

‫יעצט אין די דאזיגע טעג ווען איעדע פאר מינוט קומט פאר א צווייטע אויפרייס, ווי א הונדרעטער רייסט אויף און צופיצעלט זיך אויף פיצלעך, אזש אז עס בלייבט נישט קיין זכר דערפון.

וואלט געווען א דבר בעתו נאכצוברענגען א שטיקל חתם סופר בענין זה.


דער הייליגער חתם סופר שרייבט אויפ'ן מדרש ולקחתם לכם ביום הראשון, וכי ראשון הוא, אלא ראשון לחשבון עוונות, לכאורה פארוואס ווערט סוכות אנגערופן ראשון לחשבון עוונות?
זאגט דער חתם סופר, אז סוכות הייבט זיך אן א נייע חשבון וויאזוי מען קוקט אויף די עבירות פון א איד, ווייל ווען א איד לאזט זיך קאסטן אגאנץ יאר פאר אן עבירה, איז עס גאר א הארבע זאך, אז ער גיבט אויס געלט פאר אן עבירה, אבער ווען עס קומט סוכות און מען לאזט זיך קאסטן פאר די ד' מינים, סוכה, וכו', איז ראשון ל'חשבון' עונות, מען רעכנט די עונות מיט א נייעם חשבון, עס נעמט אוועק די הארבקייט פון אויסגעבן די געלט פאר אן עבירה.


איז היינטיגע צייטן, ווען מען פארשווענדעט אזויפיל פאר לוקסוס, און פאר צרכי הגוף, אבער ווען מען גיבט אויס פאר צרכי יום טוב, הייבט זיך אן א גאנץ א נייע חשבון.


קראכטס דעם הונדרעטער מיט א שמייכל און א גרינג געמוט.


און פארגעסט נישט צו זאגן לכבוד יום טוב!‬
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זייער גוט און אמת'דיג געשריבן, און א יישר כח פארן מיר דערמאנען און מעורר זיין צו שמייכלען בשעת די אויפרייסן.

שאינו יודע האט געשריבן:‫יעצט אין די דאזיגע טעג ווען איעדע פאר מינוט קומט פאר א צווייטע אויפרייס, ווי א הונדרעטער רייסט אויף און צופיצעלט זיך אויף פיצלעך, אזש אז עס בלייבט נישט קיין זכר דערפון.‬

בשעת הפציצה טוב לכוון כי מאה גימטריא סמא"ל, וע"י פציצת וחתיכת וקריעת המאה דאלער דק דק עד שלא נשאר בו שום זכר כל דהוא, מכניעים בזה הס"מ וכת דיליה.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

גוט געזאגט, אזעלעכע ווי דו געבן צי א ערליכקייט צום וועלטעל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיג! זייער גוט געזאגט.

די פראבלעם איז נאר אז ביי מיר קראכט גארנישט, וואו איך גיי נעמט מען פון מיר גאנצע הונדערטערס...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טענקס!!

קנ"א, האסט גענב'ט טייבעלעס פעסווארד?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:טענקס!!

קנ"א, האסט גענב'ט טייבעלעס פעסווארד?

אפשר פארקערט? :wink:
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ידיד האט געשריבן:געוואלדיג! זייער גוט געזאגט.

די פראבלעם איז נאר אז ביי מיר קראכט גארנישט, וואו איך גיי נעמט מען פון מיר גאנצע הונדערטערס...



:grin:

קנא, עפעס א רמז פאר גאנצע הונדרעטערס האסטו אויך?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אז די גאנצע הונדערטער ווערט פארלענדט ברגע כמימרא איז דאך עס א שטערקערע כניעת סמא"ל ווי ווען ס'ווערט קודם צופיצלט און הערשט דערנאך פארלענדט.
אוועטאר
Upside-down
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Upside-down »

טענקס עי מיליאן!!!!!!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

לכבוד יו"ט
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

"אוי באשעפער שיק שוין דעם יו"ט סוכות! וואס א שעה פריער ער קומט, שפאר איך זיך נאך א הונדערטער!"
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:"אוי באשעפער שיק שוין דעם יו"ט סוכות! וואס א שעה פריער ער קומט, שפאר איך זיך נאך א הונדערטער!"

גיב די ליין פאר א זינגער, זאל מאכן א ניגון דערויף...
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

משה פאלאפל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:"אוי באשעפער שיק שוין דעם יו"ט סוכות! וואס א שעה פריער ער קומט, שפאר איך זיך נאך א הונדערטער!"

גיב די ליין פאר א זינגער, זאל מאכן א ניגון דערויף...

;l;p-
אז דו קענסט לייג צו אפאר לשון קודש ווערטער פון פאראויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”