שוין צייט צו עקסטענדען דאס דאווענען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
שוין צייט צו עקסטענדען דאס דאווענען
אלעס האט א שיעור!!
זאל עס זיין א שיעור חזון איש, הגרא"ח נאה, אבער מיט א שיעור! וויפיל קענען מיר דען דערטראגן?.
אקעי איר כאפט נאכנישט, סאו לאמיר גיין צושטייטלעך.
איך בין - ווי טייל ווייסן שוין - אן אולטרא- ארטאדאקס איד און איך רעכן מיך צו די חסידישע סעקטע, איך זיך דערפאר אויסצופירן אלע מיינע פליכטן וואס דאס ברענגט מיט. איך גיי אין מקוה יעדן טאג און בייג זיך ארונטער עטליכע צענדליגע מאל לקיים מה שנאמר. פארשטייט זיך נאכן זיך מיטכאפן מיט א צווייטן ביים מקוה טיר - דרייער (ימח שמם!). נאכן מקוה קראץ איך אביסל מיין פוס עד מסירת נפש ועד בכלל. וואסי?! אונזערע עלטערן האבן גענוג בלוט פארגאסן פאר אידישקייט! איך עס אויך יעדן ליל שישי קוגל שלנו. און יא, איך דאווען יוזשעלי דריי מאל א טאג, שבת פיר מאל, און דא (דא דא!! קוק גוט) ווערט טאקע א שטיקל פראבלעם וואס עס דארף דרינגענד א לעזונג.
צו פארשטיין בעסער, דארף איך דא אויפוויקלן א קאפיטל היסטאריע: סאו יעדער רוקט זיך אביסל אין די זייט אז ס'זאל זיין פלאץ אויפצו-וויקלען די קאפיטל.. יעצט איז בעסער, אקעי.
פאר ארום צווי און אהאלב טויזענט יאר צוריק האבן געווירקט אין הייליג לאנד אונזער הייליגע חכמים, די אנשי כנסת הגדולה. זיי האבן מתקן געווען די נוסח התפלה וואס מיר פארמאגן היינט. איך בין בכלל נישט בארעכטיגט צו רעדן אין געגנווארט פון די גדולים אין וועם מיר האבן נישט קיין שמץ השגה, און אונז קעגן זיי זענען אזוי פיצקי אז מען דארף אונז אויפזוכן מיט א מיקרא- טעלעסקאפ. אבער צווישן אונז גערעדט קען שוין דאס דאווענען נוצן א שטיקל תיקון לפי מצב הדור, נאך אזא לאנגען גלות. די גדולי הדור דארפן זיך צוזאמזעצן און טוען עפעס אז די תפלה זאל קענען אנהאלטן.
וואסי די מאנצע?
אט הערט (ליין – ליינט).
אזויווי שבת ארבעט מען נישט ביי אונז, איז דא גענוג צייט צו דאווענען ווי א איד און נישט אפכאפן אזוי ווי ס'מאכט זיך ליידער אמאל אינמיטן די וואך. דערפאר קום איך טאקע פרי אין שוהל אריין, איך בין שוין געווענליך אויף מיין פלאץ אין פאליש ( דא --_-) פופצן מינוט פריער, פאר די צייט. ערשטענס גיי איך צו צו א ספעציעל דעזעגנירט טישל וואס שטייט ביין אריינקומען, דארט ליגט אויסגעלייגט אין א גראדע ליין, אזוי צוויי צוויי, א רייע צעטלעך, גליונות, אויסגאבעס, פאמפלעטן, פאשקעווילן, קאלירטע און בלעק ענ ווייט. איך נעם פון יעדע נאר איינס און איך זעץ מיך אראפ אויף מיין פלאץ. דאס איז אחוץ פון די אלע בלעטער וואס פילן אן מיינע טעשער, פון די גילוינעס וואס כ'האב ארויסגעפרינט פון די ענדלאזע אונטערנעץ לכבוד די נשמה יתירה(פארשטייט זיך אויך פון אייוועלט).
איך מיש אויף מיין סידור'ל צו שיר השירים, אזוי ווי ערליכע אידן זענען מקפיד. איך מאך מיך באקוועם און איך הייב אן צו לעזן דאס ערשטע צעטל. קודם האב איך ליב צו ליינען די ווערטלעך. ווייל אזוי אינמיטן די וואך איז אביסל אנגעצויגן, שבת האט מען דאך ליב אביסל צו מתענג זיין דערפאר הייבעך אן דארט. איז טאקע אין יעדעס גליון פארהאן שפעציעל פאר די ארבעטס אידן אן אפטיילונג פון גלייך ווערטלעך און וויצן, אנגעהויבן פון די וואס באציען זיך צו די וואכעדיגע פרשה, דערנאך פון צדיקים, סתם קלוגע אידן און נארישע אידענעס, געענדיגט ביי א זשאוק'ס וואס כ'האב שוין באקומען אויף טעקס מעסעזש אינמיטן די וואך.
איך פרוביר צו שמייכלען ביי די געלונגענע, און ביי א ניש געלונגענע גיב איך אזא דריי מיטן קאפ פון אויבן שיף אראפ און א דריי מיט די אויגן אזוי צו זאגן 'אויך מיר א זשאוק'. טיילמאל צעלאך איך מיר אויפן קול, אבער דאס מאכט זיך געווענליך נאר נאך א גוטן טועמיה.
ווען איך ענדיג מיט די ווערטלעך (יעצט האלט איך שוין ביי אשרי) און דער געמיט ווערט שוין בעסער, דאן הייב איך אן צו ליינען אלע מעשיות מיט די מופתים. יא, די אלע מופתים וואס אונז האב מיר געהערט כסדר אז עס פלעגט פאסירן ביים בעל שם הקדוש און ביים ריבניצער, קען היינט יעדע ארגענאזאציע באווייזן. (נישט ממש יעדע, נאר ווער ס'האט א גוטע שרייבער {שרייבערל- פאר די וואס גלייכן אזוי}) נאך די ערשטע בעל שעמקע מעשה'לע שטעל איך מיר מנחה, און ביי יהיו לרצון האלט איך שוין דעם גליון אין די האנט אז גלייך ביים אויסטרעטן זאלעך קענען ממשיך זיין מיט די עבודת התפלה...
ביי הויעך שמענעסרע קלאפ איך מיר אלס אן אין א קעסטל וואס שרייט 'אין לקרותו בשעת חזרת הש"ץ' דערפאר האבעך אזא מנהג אז איך הייב שוין דעמאלס אן לכו נרננה, אזוי קומט אויס אז ווען דער בעל תפלה גארגעלט זיך 'ארבעים שנה אקוט' קען איך דאווענען (כ'מיין ליינען. איר פארשטייט) אומגעשטערט. ביי קבלת שבת ליינעך אזוי דורך די מופתים וואס פאסירט דורך לערנען פארשידענע לימודים און דורכ'ן שטיצן פארשידענע מוסדות'ן און ארגענעזאציעס. אויב האבעך מזל זינגט דער בעל תפלה ביי לכה דודי א שיינער זמר'ל וואס כ'קרעכטצמער אזוי אונטער בשעת'ן ווערן עמאציאנאל פון איינער ווער עס איז געראטעוועט געווארן אין זכות פון.. ניש קיין נעמען, ס'גילו.
ווען מ'טאנצט (נישט ממש טאנצן, דאס טוען נאר געציילטע) ימין ושמאל קענעך נאך מענעזשען מיינע צעטלעך. אבער ביי בואו בשלום איניש מעגליך. כ'טאנץ מיר שנעל אפ און איך דריי מיך צוריק אינאיינעם מיט די באטפילע, אזוי קענעך ממשיך זיין ס'דאווענען.
נאך ברכו הייבעך אן צו קוקן ביי די תורה'לעך, כ'זאל האבן וואס נאכצוזאגן אינדערהיים, און זיי זאלן מיינען אז א גאנצע וואך לערן איך די אלע ספרים. געווענליך האבעך ליב אזא ווארט פון די ספרים פון מיין רבי'ס גזע (איינער פאשטייט וואדאס איז?) און עס זאל אנטהאלטן לומדות און א געדאנק פאר מוסר, און ס'זאל זיין שארף, אזוי וועט עס גוט בלענדען מיט די חריף וואס פעלט קנאבל..(אן אנגעווייטאגטע נושא). אויב טרעף איך גענוג שנעל א גוטס, קענעך נאך ליינען ביי ויכולו די ליפלעטן פון די אפיל'ס וואס גייען פארקומען דעי וואך און ס'גייט זיין א טישל. טאמער נישט מוז איך עס אוועקלייגן פאר מארגן.
תפלת שחרית איז די זעלבע זאך. איך הייב אן צו דאווענען צייטליך קודם כיפערעך אפ ביז עד הנה צו האבן גענוג צייט צו דאווענען ווי א איד.. כ'ציה ארויס פון ביזעם טאש א דיקע פייל פון לגיונות און איך הייב אן. עס ווארפט זיך צאם תורה'לעך, הלכה, אגדה, מוסר, חסידות, מחשבה, אינפארמאציע, מחאות, נייעס, דא דערציילן קינדער מעשיות פון זייער זיידעס און דא טאטעס מעשהלעך פון זייערע צדיקימ'לעך. א שמועס פון טשאטשקעלע רבי מיט הוניאדאדאשע רבי און א אנדערע שמועס פון פישפיק-לאדיינע דיין מיטן די ראש ישיבה פון.. נו ווער האט א נאמען, כא, אמעארעץ וואס עריז.
אויב איז דא א לענגערע סדרה מיט אסאך הוספות קענעך ליינען רואיגער אז ניש מוזעך מיר אונטעריאגן. ביי מוסף גייעך ארויס אין האל ווי מ'כיפערט, סאו האבעך נישט קיין צייט צו דאווענען געהעריג.
ביי שלעשודעס ליין איך ווייטער, אזוי ביזן זמן פון רבינו תם ווען מ'קען שוין מעריב'ן, ווי אבדה נפש.
מיום עמדו על דעתי ביז פאריגע וואך איז נאך אלעס אזוי געפארן על מי מנוחות, ווי נישט ווי נישט ווי זאגט מען דאך ותן טל ומטר אין דער רב טרעט אויס גענוג שפעט.
אבער די לעצטע וואך ווען איך בין אנגעקומען אין שול פרייטאג צונאכט, האבעך מיך כמעט צעשריגן: עד כאן! גענוג איז גענוג!
עס איז די וואך ערשינען א נייער גליון פון גאנצע פיר זייטן. איך גיב אויף! כ'קען נישט מער! פיניש! וויפיל מסירת נפש קעמען נאך פארלאנגען אין אזא ביטערן גלות! איך קען שוין נישט אניאגן אלעס צו ליינען.
לפענ"ד ברויך מען זיך צוזאמענעמען די גדולי הדור, מאורי דורינו, גדולי ומנהיגי ישראל שומרי גחלת שלא נכבה וקברטניה.. עפעס אזוי, און איינמאל פאר אלעמאל עקסטענדען דאס דאווענען מיט נאך פופצן אינטשעס, עטליסט. יא! עס איז שוין די העכסטע צייט צו פארלענגערן דאס דאווענען. די נוסח התפלה פון די אנשי כנסת הגדולה איז געווען גענוג פאר ביז פר' בא תשע"ג אצינדער פעלט אויס עס צו עקסטענדען. ווייל טאמער נישט האבעך מורא אז כעל נישט האבן קיין ברירה און מוזן אויסלאזן שטיקלעך פונעם דאווענען.. כ'מיין צעטלעך.
הכונו למעמד אדיר להצלת הדורות!

איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פאר אלעם, זאג, דו טראגסט מיט דעם עירוב????
סאררי, די עירוב האט נישט קיין פלאץ אין זיינע אנגעפילטע טעשער.
לעצט פארראכטן דורך בחורהזעצער אום דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלייכגילטיג; דו הערסט אויף צו פארדרייען דעם קאפ? דו האסט נישט גענוג צייט צו ליינען די צעטלעך?
זאלסט וויסן אז איך האב געכאפט ווער דו ביזט, ווייל מיין פלאץ איז דא -_-- (עכט איז עס איין זיץ אראפציר, אבער איך וויל נישט דו זאלסט כאפן ווער איך בין..), און איך זעה גאנץ גוט ווי דו ריקסט דיך אריין יעדע וואך פרייטאג צו נאכטס אין ביהמ"ד אינמיטן שטילע שאמענעסרע ווען קיינער זעהט נישט (דאסמאל וועל איך נישט שרייבן ווען דו קומסט אן שבת צופרי צום דאווענען (?) ועוד חזון לחאלאמויד) נעוואדע האסטו נישט קיין צייט פאר די גליונות, קוים וואס דו האסט צייט צו ענדיגן דאס דאווענען...

- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
דאס אינאך א האלבע צרה, ביינונז האט מען דאך געלערענט נועם אלימלך נאכן מקוה, ברענג איך דאס אויך מיט פון שאפע.
כ'האב אמאל צוריקגעקוקט צו מיין פלאץ נאכן איר פארלאזן, כ'האמיך שטארק צולאכט זעענדיג דארט א הויפן ספרים, און גאנצעטע הויפענעס פון בלעטער... ס'האט אויסגעזען ווי אן אמת'ער כ'ווייסנישטוואס זיצט דארט...

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- פארדינט
- שר האלפיים
- תגובות: 2026
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
- לאקאציע: אויפן טראוועי
גלייכי טייערער!
אין עצה ואין גבורה... אופס!
נישט דאס האב איך געוואלט זאגן, געוואלט האב איך זאגן אז דו האסט איין עצה, עפן אויף א 'כולל צעטליך', פאר א סכום הגון וועט א מנין ליינערס ליינען אלע לגיונות (א_מין אויסדריק דאס...) ופטור ומותר. שוין וואטעווער..

פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
גלייכגילטיג? בשום אופן! מען קען נישט זיצן און ליינען/דאווענען דעם ארטיקל גלייכגילטיגערהייט, די וואנצן לאזן פשוט נישט. זיי הייבן זיך רעכטס, שיעף, מער ארויפציהר, ציען זיך אויס מיט פופצן אינטשעס און ווילן זיך נישט צוריק צוזאמלייגן (דא: =) ביז מען ענדיגט דעם געלונגענעם קאמעדישן ארטיקל וואס איז א זעלטנהייט!
האסט מעך געמאכט לאכן, שכויעך גלייכי
נאר שטעל דיר פאר, אז צעזאמען מיט די 'עקסטענדינג-ווארענטי' וואס אונזערע מאניגעם דאפן איינפירן, עלען זיי אויך איינפירן נאך א זאך, דהיינו, אז אנשטאט דער בע"ת וועט אויסלאזן, כם כם כם (דארף אויסקלארן די שטימע), אנשטאט אויסלאזן אאאררבאים שאנא אקעט בדור, 'וגו'. עט מען מהייום והאלע אויסלאזן אנדערש, דהיינו, יעדער וועט ליינען דעם זעבן גיליון, און דער חזן עט אויסלאזן 'און ווען די באבע איז צעריק-געקומען קיין הודו-טעגלאש, אי-שוין דער זיידע געווען געזונט, 'זעכיתו יוגיין עלינו'...

על מי מנוחות ינהלנו
- אליעזר גרינפעלד
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm
וואסערפאל האט געשריבן:האסט מעך געמאכט לאכן, שכויעך גלייכי
נאר שטעל דיר פאר, אז צעזאמען מיט די 'עקסטענדינג-ווארענטי' וואס אונזערע מאניגעם דאפן איינפירן, עלען זיי אויך איינפירן נאך א זאך, דהיינו, אז אנשטאט דער בע"ת וועט אויסלאזן, כם כם כם (דארף אויסקלארן די שטימע), אנשטאט אויסלאזן אאאררבאים שאנא אקעט בדור, 'וגו'. עט מען מהייום והאלע אויסלאזן אנדערש, דהיינו, יעדער וועט ליינען דעם זעבן גיליון, און דער חזן עט אויסלאזן 'און ווען די באבע איז צעריק-געקומען קיין הודו-טעגלאש, אי-שוין דער זיידע געווען געזונט, 'זעכיתו יוגיין עלינו'...
שכח פאר ביידע פון אייך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 599
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
- לאקאציע: בסתר ובגלוי
געוואלדיג אראפגעלייגט מיט זאפט!
אט האמער געמאכט א פי די עף צו קענען ליינען פארן דאווענען....

- אטעטשמענטס
-
- דאווענען.pdf
- (142.18 KiB) געווארן דאונלאודעד 115 מאל
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
גלייכי נאך א מזל כ'קען דיך נישט פערזענליך, זאלסט וויסן איך בין טיף אנגעווייטאגט אויף דיר,
איינער ביינונז האט זעט אויס געליינט דיין ארטיקל, און כ'בין אנגעקומען צו הודו ערב שבת, און...
איגגו!! נישטא גארנישט!!! געזוכט אהער געזוכט אהין אבער איגגו!!
כ'האנישט געהאט קיין ברירה, כ'האגעמוזט דאווענען.
איינער ביינונז האט זעט אויס געליינט דיין ארטיקל, און כ'בין אנגעקומען צו הודו ערב שבת, און...
איגגו!! נישטא גארנישט!!! געזוכט אהער געזוכט אהין אבער איגגו!!
כ'האנישט געהאט קיין ברירה, כ'האגעמוזט דאווענען.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
אין מיין שול איז זיך דער גבאי נוהג מעביר צו זיין אלע לגיונות פאר שבת איי געס ער קען נישט שטיין גלייכגילטיג ער וויל דער עולם זאל דאווענען
אגב זוכט ער א עצה פאר דע וואס שלעפן ספרים אנשטאט די צעטליך בפרט דער בחור וואס שלעפט א גרויסע גמרא וועכענטליך זעהט זיך אויס אז איינער האטעם איינגערעט אז האקן כתובות אינמיטן לכה דודי איז א סגולה צו ווערן א חתן
ווען איר וועט זען איין טאג א קלאסיפייד אין גוט מארגן ביומו "געלערנט כתובות פערציג לכה דודיס און געהאלפן געווארן בדוק ומנוסה" זאלט איר וויסן פשט....
אגב זוכט ער א עצה פאר דע וואס שלעפן ספרים אנשטאט די צעטליך בפרט דער בחור וואס שלעפט א גרויסע גמרא וועכענטליך זעהט זיך אויס אז איינער האטעם איינגערעט אז האקן כתובות אינמיטן לכה דודי איז א סגולה צו ווערן א חתן
ווען איר וועט זען איין טאג א קלאסיפייד אין גוט מארגן ביומו "געלערנט כתובות פערציג לכה דודיס און געהאלפן געווארן בדוק ומנוסה" זאלט איר וויסן פשט....
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
thefact האט געשריבן:אגב זוכט ער א עצה פאר דע וואס שלעפן ספרים אנשטאט די צעטליך בפרט דער בחור וואס שלעפט א גרויסע גמרא וועכענטליך זעהט זיך אויס אז איינער האטעם איינגערעט אז האקן כתובות אינמיטן לכה דודי איז א סגולה צו ווערן א חתן
אז ס'איז שוין מוצ"ש וועט מען ענדיגען:
"האבן צדיקים געזאגט, נישט דווקא ביי לכה דודי, נישט דווקא א כתובות גמ' און נישט דווקא א גרויסע גמ'. נאר סיי וועלכע סייז גמ', און סיי' וועלכע צייט, און סיי וועלעכע מס', איז א סגולה צו ווערן א חתן"!!
(נ.ב. מען דארף אבער זעהן אז די בעל"ב זאלן באמערקען.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז