מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק א'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

כאבעס יארן לאנג אפגעשטופט נאר אז מען מוז מוז מען. היינטיגע צייטען איז געווארען זייער נפוץ זיך צו 'גארטלן' (בענדלן בלע"ז) אבער כאדעך מורא צו גיין אונטערן מעסער, סאו האבעך געוואלט טרייען אויפן אולד פעשענד וועג צו גיין אויף א דייעט. זיי זאגען (ווער איז דער זיי???) אז דער בעסטע דייעט איז FDH - פרעס דער העלפט. פון אזא דייעט בין אך נישט צו עקסייטעד ווייל דער העלפט העלפט דאך נישט צו ווערן זאט. האב איך געזוכט וואס נאך זענען מיינע אפשענס.

הערשל מייזליש זאגט מען קען רוקען וויפיהל מען וויל כל זמן עס איז פראטאעין אבער קארבס זענען בל יראה ובל ימצא. די מאלצייטען פון איינעם אויף דעם דייעט זען אויס בערך אזא שטייגער ווי הערינג אן די אייערקיכלעך. פישזאפט אן די חלה. שווארמע אן דעם לאפא. א טונא סענדוויטש...יו געט דע פיקטשער. פרעג איך ענק וואס איז ווערט פיצא אן די קראסט אדער סאשי אן די רייז? ס'דאך מיסינג דע האול פוינט און האט בערך אזא פנים ווי ביר אן קיין אלקאהאל אדער אינטערנעט מיט א פילטער.

א דריטע דייעט איז צו עסן יעדן טאג מאכלים מיט אלע מיני קאלערס, אזוי איז מען פארזיכערט צו האבן פון אלעם. האב איך געגעסן יעדן טאג דריי-פיר פעקלעך 'עם ענד עמס'. רבותי איך שפאר ענק איין אויספראבירען. ס'האט נישט געהאלפען.

געגאנגען צום דאקטאר און געפרעגט וואס צו טוהן. ער זאגט מיר אזוי: פרישטאג נעם איין רעפטל ברויט מיט א גלאז ארענדש דזשוס. מיטאג א האלבע גרעיפפרוכט מיט צוויי רייס קעיקס. נאכטמאל נאך א רעפטל ברויט, א פולקע אן די הויט, איין געקאכטע קארטאפל און דער צווייטע האלב גרעיפפרוכט. ער איז מיר מבטיח אז אויב איך עס אזוי פאר א גאנצע חודש וועלעך אפנעמען לכה"פ דרייסיג פונט. איך האב איהם שיין באדאנקט און אנגעהויבן ארויסגיין. שוין געשטאנען ביים טיר ווען כאמעך דערמאנט צו פרעגן - נאך א מזל ווייל אנדערש וואלטעך נאך יעצט נישט געוואוסט - "דאקטאר, די אלע זאכען ברויך איך נעמען פארן עסן אדער נאכן עסן?"

א צווייטע דאקטאר האט מיר געגעבן פילן. א גרויסע פלאש מיט אפשר זעקס הונדערט פילן. פרעג איך איהם "-ווען זאל איך דאס נעמען?" זאגט ער "דאס איז נישט צום עסן. דריי מאל א טאג זאלסטו אויסגיסן אלע פילן אויפן ערד און זיי אויפהייבען וועסטו שוין עפעס אפנעמען."

א דריטע דאקטאר האט מיר גע'עצה'ט צו מאכן עקסערסייז. איך ברויך דזשוינען א דזשים און דארט גיין כאטש פיר מאל א וואך. אויך זאלעך יעדן טאג זיך ארפאבייגען און פראבירן אנרירען מיינע פיס-פינגער. עמ'ער דאס טרייען.
געגאנגען צו א דזשים און געוואלט וויסען וויפיהל ס'קאסט. די בעיסיק פעקידזש איז 20 טאלער א חודש און דער פרימיעם איז $50.
"וואס איז דער חילוק?"
"מיטן פרימיעם קענסטו אויך נוצן די שויערס און די טענינג מאשין."
נו פאר שויערס צאל איך דאך מקוה געלט העמער העכסטענס גיין אין מקוה נאכן דאווענען, און וואס האב איך מיט טענינג מאשינס? אויב קען איך האבן די בעיסיק פאר $20 און דער פרימיעם פאר $50 פארשטייט איר אודאי וועלכע כ'האב אויסגעקליבן...יא יא, די סעווען דעי פרי טרייעל...
קוקט אויס זיי האבן שוין גענוג עקספיריענס מיט חסידישע יידען וואס נוצען אויס אלע פרי טרייעלס, ווייל רוב מאשינען האבן זיי מיר נישט געלאזט נוצן. זיי האבן מיר געזאגט אז די פרי טרייעל חברה קענען נאר נוצן די לויף מאשינס (טרעדמילס בלע"ז), און אויך נישט די געהעריגע נאר זיי האבן א ספעציעלע אפטיילונג פאר די שנארערס, כ'מיין פרי טרייעלס. כ'בין אריין אינ'ם טיר וואו זיי האבען געוויזען און זיך געטראפן אינ'ם פארקינג לאט. דארט קען איך לויפן וויפיהל איך וויל...

פראבירט ביי אנאנדערע דזשים האבען זיי מיר געזאגט איך מוז קומען מיט סניקערס שיך און לויזע קליידער. כ'אב זיי אנגעקוקט מיט ווינדער און געפרעגט "עטס מיינטס איך וואלט געקומען אין דזשים ווען איך האב לויזע קליידער?"

למעשה נאך פראבירן אלע סארט וועגן פאר זעקס וואכן בינעך צוריק געגאנגען צום דריטע דאקטאר און ער פרעגט מיר צו איך קען שוין אנרירן מיינע פיס-פינגער. זאג איך איהם "אנרירן נאך נישט אבער כאטש איך קען זיי שוין זען..."

דעטס איט פאר נאו, ענד אנטיל נעקסט טיים ווער וויל זיך טיילן מיט מיר אויף א פיצא?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

גראדע איז גאנץ גוט אז דו האסט ליב פיצא - וואס טוט וועהן איי-וועלט אן דיינע עקסטערע פונט'ן?

ווי אויך וויל איך טאקע פארשטיין (מיט אן ערענסקייט)
וואס חסידים האבן אזוי קעגן דעם "עקסערסייז"?

איז דאס סתם פוילקייט? אדער מער א בחינה ווי "אונזערע טאטעס, זיידעס האבן ניט אזוי געטון"?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הומאר איז דאס ווארט.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דער אמת כ'אב געדרוקט "נייע הודעות" אבער כ'אב געלאנדעט אין "שרייב אן הודעה", ס'טוה'ך?

זעי נאר אז די הומאר זאל בלייבן... מ'זאגט אז די הומער קומט און גייט מיט די וואג, זעי נאר ס'פונט זאל טאקע גיין אבער די הומער זאל בלייבן דא אין וועלטעל.

ווען דו קאנסט ריטשען דיינע פינגערס קום אהער און ברענג א גריס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווי אינטערנעט מיט א פילטער

אוי ביסטו א לץ...

אזוי זאפטיג אראפגעלייגט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך country »

מיך האט נישט אזוי געפאלען די משל פין אינטרנעט מיט א פילטער, ביי אינז איז נישט דא אזא זאך ווי אינטרנעט אהן א פילטער :!:
"keep climbing,that's one fight you won't regret"
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז א נחת צו ליינען אזא הומעריסטישע ארטיקל און נאך וויסן אז דאס איז נאר חלק א' דאס מיינט אז ס'קומט נאך
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

ער האט לכאורה געוואלט שרייבן: "ווי א פילטער אן אינטערנעט"....

מכה, אויב "לאכן" מאכט פארלירן וואג, (ווי עקספערטן גיבן אן) האביך מן הסתם עפעס פארלוירן ליינענדיג דיין ארטיקל!...
Im old but i don't kalech yet.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אין פסוק און אין גמרא גיטין, איז קלאר משמע פארקערט, אז לאכן - זיין פרייליך - מאכט צונעמען וואג. (ביי די מעשה פון ריב"ז און אספסיינוס).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

אינטערעסאנט. קוק דא פאר די היינטיגע טעאריע

http://www.weightlossresources.co.uk/ca ... lories.htm

http://www.medicalnewstoday.com/releases/25669.php
Im old but i don't kalech yet.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מכה בדופן האט געשריבן:כאבעס יארן לאנג אפגעשטופט נאר אז מען מוז מוז מען. היינטיגע צייטען איז געווארען זייער נפוץ זיך צו 'גארטלן' (בענדלן בלע"ז)


יאך זאג אז ווילאנג איך קען מיר נאך אליין שיך-בענדלען גיי איך מיר נאכנישט בויך בענדלען.

;l;p-
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

דו ביסט אפשר א קרוב צו זאלצי ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

נישט ממש א קרוב באט איך גלייך זייער געזאלצענע מאכלים (אויך זיסע און זויערע און פעטע און רייכע וכו וכו וכו)
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

מכה בדופן האט געשריבן:נישט ממש א קרוב באט איך גלייך זייער געזאלצענע מאכלים (אויך זיסע און זויערע און פעטע און רייכע וכו וכו וכו)

מין הסתם ביזטו א קרוב מיט מיר אויכעט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

קרוב אצל עצמו...

פארליר נישט דיין געשמאק ווען די פארלירסט פונטן ביטע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דיין ארטיקל און דיין שפראך איז שוין גארנישט קיין מכה בדופן, אוי האסטו מיר געמאכט לאכן

נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שוועמל האט געשריבן:
ווי אינטערנעט מיט א פילטער

אוי ביסטו א לץ...

אזוי זאפטיג אראפגעלייגט!


געלעגער האט געשריבן:ס'איז א נחת צו ליינען אזא הומעריסטישע ארטיקל און נאך וויסן אז דאס איז נאר חלק א' דאס מיינט אז ס'קומט נאך


קהלס נאר האט געשריבן:דו ביסט אפשר א קרוב צו זאלצי ?


מאנ-יימער האט געשריבן:דיין ארטיקל און דיין שפראך איז שוין גארנישט קיין מכה בדופן, אוי האסטו מיר געמאכט לאכן

נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


יוי האבעך געלאכט, און צווישן איין פאראגראף און צווייטן אראפגעביסן נאך א שטיקל פון מיין טונא סענדוויטש...
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שוועמל האט געשריבן:
ווי אינטערנעט מיט א פילטער

אוי ביסטו א לץ...

אזוי זאפטיג אראפגעלייגט!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אזאנס געלאכט!!!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווי מיר קוקט אויס, וויל ער צעטיילן דעם דייעט אויף עטליכע חלקים. די שאלה איז נאר וויפיל פונט א חלק?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”