בלאט 4 פון 5

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 5:22 pm
דורך מר. פאטאשאפ
היינו דאמרי אינשי
א גוטע נאמען גייט ווייט
א שלעכטע נאמען גייט נאך ווייטער
(איך פלעג דאס הערן פון מיין טאטן כסדר...)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 5:55 pm
דורך גולם
יעך ב"ה האב זייער שטארק הנאה פון דעם פלאץ היינט אליין האבעך שוין געליינט דריי פרישע ארטיקלען איינס פון שלעפשיץ איינס פון שאינו יודע און איינס פון אלף בית אפילו כאב נישט געהאט קיין צייט העטעך וועין געהאט מער צייט איז מסתם דא מער ארטיקלען צו ליינען
תמצית איכאב שטארק הנאה פונעם וועלטל אונזערן און איך וואלט געשריבן אפטער ווען איך בין וועין א שרייבער
און איך ווינטש פאר דעי אלע עוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם וכו'
וואו עס וואונטש פון טיפן הארצן
הק'. גולם

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 7:42 pm
דורך יאפין
הרב פאטאשאפ, איך פיל אז זייט די האסט געשריבען דעם ארטיקעל האט זיך דאס קרעטשמע אסאך געטוישט,

מען פירקעלט נישט אן אזוי שטארק, און מען געבט מער קאמפלימענטן

דער עולם האט געכאפט דעם רמז...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:12 pm
דורך פינטעל
דו וואס זענען שוין לענגער דא וועלן געדענקן אז יעדע פאר חדשים וועקט זיך אויף א אנדערע חכם און קריטיקירט די נייע שרייבערס,

יענטאאש האט עס גוט ארויסגעברענגט דא:
viewtopic.php?f=3&t=1134

דערשרעקט אייך נישט רבותי אויב זעהט איר זוך נישט אויף די ליסטעס.. ווי עס שיינט איז עס א מנהג דא יעדע פאר חדשים צו באוויינען די אלטע צייטן

אוקיי זייטס מיר געזונט, איך גיי צוריק צו מיין ווינטער שלאף

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:23 pm
דורך נאר נייעס
קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט אז דער עולם שפרינגט נישט ארויף דערויף כאטש אזויפיל ווי אויף די נעגאטיווע...


ני פארשטייט זיך אזוי
דער עולם האט נישט ליט ווען איינער האק

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:33 pm
דורך מאשקע
פינטעל, דערמאנסט מיך גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען איו די ווינדלען, ניטאמאל געטראכט פון ראש הקהל אדער אחראי.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:36 pm
דורך מר. פאטאשאפ
מאשקע האט געשריבן:פינטעל, דערמאנסט מיך גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען איו די ווינדלען

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:39 pm
דורך פעדער
אזוי צו אזוי, אויף סיי וועלכן אופן, איז עס דאכצעך מיר פון די ערפאלגרייכסטע, געשמאקסטע, אשכולות פונעם יאר 2012 !!
עה, וואס 2012?? 2011.. יע. און אלץ פאטאשאפ'ס קרעדיט. וואַלאַה.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:46 pm
דורך מר. פאטאשאפ
שלום עליכם פעדער - ס׳קוקט אויס ווי די מיט פינטעל האבן אינאיינעם מפסיק געווען פונעם וואונטער שלאף...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:50 pm
דורך נאר נייעס
פינטעל האט געשריבן:דו וואס זענען שוין לענגער דא וועלן געדענקן אז יעדע פאר חדשים וועקט זיך אויף א אנדערע חכם און קריטיקירט די נייע שרייבערס,

יענטאאש האט עס גוט ארויסגעברענגט דא:
viewtopic.php?f=3&t=1134

דערשרעקט אייך נישט רבותי אויב זעהט איר זוך נישט אויף די ליסטעס.. ווי עס שיינט איז עס א מנהג דא יעדע פאר חדשים צו באוויינען די אלטע צייטן

אוקיי זייטס מיר געזונט, איך גיי צוריק צו מיין ווינטער שלאף


איז דא א סיבה פאר וואס איך קען נישט קליקן אויף די לינק ?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 8:55 pm
דורך בלעקבערי פען
ביי מיר ארבעט עס זייער פיין

קענסט פרובירען עס צו קפיען און עס אריין לייגען

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 12:46 am
דורך קארל
מי יודע האט געשריבן:גערעכט
כ'האב נישט געוואלט שרייבן מורא האבנדיג אז איך וועל אויסלאזן איינעם (ביים רעיטן איז דאס נישט שייך) אבער אז דער מצב איז יא אזוי נו לאמיר שרייבן

[אין מוקדם ומאוחר בתורה]
שטארק זיך (צומאל...)
געלעגער
צולייגער
יונה
פאטא שאפ
צייטליך (ווען ער איז אין די כלים)
אב זקן (פעיוואריט, ווען ער איז דא)
גראדער (פעיוואריט, ווען ער איז דא)
שפירא
יהיה כן (ווען ער באסט אויף)
מי יודע (ווען ער האט צייט)
מיין אנדערע ניק
קארל (פעיוואריט, ווען ער איז דא)


דאנקע שעהן.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:04 pm
דורך מומחה יוחס
ערשט געזעהן די אשכול..

איך האב אדורך געקוקט אין געטראכט אין לאנג געטראכט, אדורך געקוקט ביידע צדדים אין יא באמת ביידע זענען ריכטיג ..

בעצם די מעשה איז אזוי, נאך לאנג לאנג פאר איך האב מיך אריינגעשריבן צו ווערן א מעמבער אין די קרעטשמע,[בשנת 2010 למס'] האב איך שוין דא אריין שפאצירט דא טאג טעגליך [נאך אזוי פרי ווי 2007], אין איך האב הנאה געהאט יעדער טאג אין יעדער שעה אין יעדער מינוט וואס איך דא באזוכט, [נאר שפעטער האב איך מחליט געוועהן איינצושרייבן צו זיין א חבר אני לכל אשר יראיך..] אין בעיקר נאך פין דער אלטע דור, - יא נאסטעלאגיע - איז נישט דער ווארט, עס לאזט זיך זאגן אז עס איז געוועהן מלא טעם וחן, מיטן אלטן געשמאק, אין יא וועלטן האבן זיך געטוישט, ווי זאגט דער וועלט, ווי קלענער די עולם איז אלס גרעסער איז דער שמחה, ממילא האט דעמאלס אויס געזעהן געשמאק אין היימיש, שפעטער האט טאקע פארלוירן דער ארגינעלן חן לדעתי, אין טאקע דערפאר האב איך אנגעהויבן אסאך ווייניגער צו באזוכן, אבער דאך בעסער ווי גארנישט איז דאס דאך.

אבער מאידך גיסא איז קלאר אז עס איז זייער שווער צו קאנטראלירן יעדער איינער מיט זייערע תגובות,. איינער שרייבט צום זאך, איינער סתם אזוי, אין איינער פאר שוואילטאג, איינער איז געוואלדיג, איינער באטעמט, א.א.וו. מיז דאס אבער אזוי זיין פארפאלען, אבער דאך איז ווי יעדער ווייסט אז עס איז דא אזעלכע קאלירן וואס פאר זיך איז נישט שיין, אבער אויסגעמישט מיט אנדערע קאלירן איז הערליך, אזוי אויך דא אלע צוזאמען אינאיינעם איז גאר הערליך, עס איז דא געוואלדיגע אויסוואל פין נושאים אין און אלע תחומים, יעדער האט א געשמאק אין א אנדערע נושא, א.א.וו. אין דא איז דאך א כרכא דכולא בי', אין נאך דערצו אין א כשרע פלאץ.

דאס איז מיין בליק אויף די גאנצע זאך.. ואידך זיל וגמור מיט אסאך הצלחה.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 11:31 pm
דורך געלעגער
מי יודע האט געשריבן:גערעכט
כ'האב נישט געוואלט שרייבן מורא האבנדיג אז איך וועל אויסלאזן איינעם (ביים רעיטן איז דאס נישט שייך) אבער אז דער מצב איז יא אזוי נו לאמיר שרייבן

[אין מוקדם ומאוחר בתורה]
שטארק זיך (צומאל...)
געלעגער
צולייגער
יונה
פאטא שאפ
צייטליך (ווען ער איז אין די כלים)
אב זקן (פעיוואריט, ווען ער איז דא)
גראדער (פעיוואריט, ווען ער איז דא)
שפירא
יהיה כן (ווען ער באסט אויף)
מי יודע (ווען ער האט צייט)
מיין אנדערע ניק
קארל (פעיוואריט, ווען ער איז דא)


ועוד ועוד

זאל איך שרייבן ווער ס'נערווירט?....


:)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 11:51 pm
דורך אויפריכטיג
קרעמער האט געשריבן:נאר וואס דען? היות עס זענען דא א צופלוס פון ניקס - און מאי חזית דדמא דידך סומק טפי, ווען איך זעה א פרישע ניק קלאפן אין טיר מיט א נארמאלע ניק-נאמען פארוואס זאל איך אים נישט אריינלאזן? אפשר איז ער נאך א אוהב-חכמה [הגם עס קען נישט געמאלט זיין] נאך א שומר-פיו-ולשונו-שומר-מצרות-נפשו [כנ"ל] נאך א ר' מנחם שלום [כנ"ל] און אזוי ווייטער און ווייטער, אזעלכע געבראטענע ניסלעך וואס מיר האבן דא אריינבאקומען די לעצטערע חדשים אז עס שרייט זיך ארויס מיט כח ברוך שחלק מחכמתו ליראיו! [נישט צו פארזעהן ר' גם-יחד, ר' אינו יודע, ר' גולם פון פראג, און נאך עטליכע וואס דאס ביהמ"ד שטורעמט מיט זיי!]. און לאמיר פאר א רגע אריבערשפאצירן צום נייעס פארום, אפשר זאגסטו מיר ווי אין ווילדסטן חלום איז ביי די פריימערי'ס פון 2008 געווען אן אשכול מיט הונדערטער בלעטער און טויזנטער זאפטיגע תגובות וואס האלטן אפ דעם היימישן איד פון קריכן אויף ווער-ווייסט-ווי ווייל דא באקומט ער נאך א פול בעסערע אנאליז ווי אויף האצענפלאץ, און טאקע אויף מאמע לשון [צומאל אויף זיידע-לשון... אבער דאן קומען די מעקערס שנעל מיט די שארער-טראקס און מען איז מקיים קינוח והדחה תוך כדי דיבור שהוא כדי שאילת שלום נורסערי-תלמיד לרב]. הא? איך הער נישט? אפשר טרעפסטו מיר אין 2009 א וויכי וואס לעבט אויף אלע באקן, א שטייסטע-נישט וואס פאקט תגובות מיט א פעסטקייט, א ריק פערי, א מידער, אן "עס עפעס" וואס איז לעצטנס צוריקגעקומען. ווילסט רעדן פון אידישע נייעס, פיין, ברינג עם אן! טרעף מיר נאך אזא לעבהאפטיגע אשכול ווי די הדרת נשים סומאטוכע (טרעף מיר א שפירא, אן ערנסטע וויכוח בשיטת רביה"ק מיט א ברען, און טרעף מיר אזויפיל ניקס פון ארצינו הקדושה הקרובים אל החלל וואס זיי רעדן פונעם מציאות און פון פראקטיק). ווילסט שפאצירן צום קרעטשמע? איך וויל פארלוירן ווערן פון די אלע ניקס וואס האלטן היינט אויף די קרעטשמע [צב"ש שלעפשיץ, צב"ש יונה פשערהאפער, צב"ש אב זקן מיט זיינע לאנגע פארזעצונגען]



קרעמער טייערער, איך האב הנאה פון דיין פאזיטיווע בליק, אבער לדאבונינו איז דער פאקט אז פילע וואס דו רעכנסט דא אויס זענען שוין כמעט נישט בנמצא דא, און אויב יא, נאר פאר א קורצע וויילע און די סיבה דערצו איז דאס וואס דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט אין זיין ערשטע תגובה און דאס איז וואס איך הער פון אסאך ניקים וואס איך קען און פון דרויסנדע אידן וואס בליקן דא אריין אפט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:59 am
דורך הרבטייטעלבוים
שוין געקימען די צייט זיך צו בענקען צו פאטאשאפ

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:06 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
עפעס לעצטענס איז ער יא צוריק, ניין?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:44 am
דורך מכטי1
אייוועלט אין 2012 אהן קרעמער!!! סארא פנים האט עס???????????? :cry: :oops: :cry: :oops: :oops:

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:02 am
דורך מחותן
מכטי1 האט געשריבן:אייוועלט אין 2012 אהן קרעמער!!! סארא פנים האט עס???????????? :cry: :oops: :cry: :oops: :oops:


גראדע האט עס א הערליכע פנים, די מציאות פאטשט אין פנים עס ווייזט אז מיט א אמת׳ע רצון קען מען אלעס אדורכפירען,
ווער איז נאך געווען אזוי ווי קרעמער צוגעבינדען צו אינזער וועלטעל, עם עכ״ז האט אים אנגעכאפט א התעוררות און זיך אפגעשיידט און געוויזן פאר יעדעם אז רצון ברעכט אייזן, זיין נישט דא זיין איז טאקע א פארלוסט פאר אונזער וועלטעל, אבער עס איז א געווינס פאר יודשקייט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:17 am
דורך מכטי1
נו? ר' פאטא? עפעס א סיכום אויף סוף יאהר וויאזוי האט עס טאקע אויסגעזעהן?????

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:11 pm
דורך מר. פאטאשאפ
די סיכום וועט מען הערן ביים קומזיץ קומענדיגן מוצאי שבת אי"ה

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:23 pm
דורך msp
גאנץ פיין....
אבער דארפסט רחמנות האבען אויף די וואס קענען זיך נישט משתתף זיין דארט....

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:39 pm
דורך יוראפ
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:די סיכום וועט מען הערן ביים קומזיץ קומענדיגן מוצאי שבת אי"ה

ווער גייט אויסטרעטן?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:48 pm
דורך מר. פאטאשאפ
איך טרעט אויס 3 מאהל א טאג, ואכמ"ל
דער רבי זי"ע האט אונז אויסגעטרעטן דעם וועג

וואס נאך ווילסטו וויסן

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:16 pm
דורך יוראפ
נאכן אויסטרעטן טאנצטו דריי מאל?