אייוועלט אין 2012

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

אייוועלט אין 2012

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג ינואר 01, 2012 8:45 pm

יאקיש... זאג מיר נאר
פארוואס גייסטו מיט אויסגעטוענע גלעזער, דו זעהסט נישט ווי בלינד דו ביסט???
פארוואס חלומ׳סטו אזויפיהל, צו ווייסטו דען נישט אז בסך הכל אידאס נאר א חלום???

____

בעפאר איך בין ממשיך ווייטער אזוי אנע שום פנים, אנע הסברים, אנע דברים של טעם, לעט מי עקספלעין מייסעלוו
ששששש... =k?%0

מנהלים - איך גיי יעצט קוקן שטרענג פאר א מינוט צוויי, נאטינג פערסאנעל...
איך וויל אייך פרעגן זייער אן אויפריכטיגע פראגע:
צו האט איר אפשר א סקרין-שאט, צו א געסעיווטע קוקי פון א אייוועלט פעידזש מיט 5 יאהר צוריק אין אזא צייט?
כ׳בין נייגעריג...
געט׳ס א קוק וויאזוי ס׳האט אויסגעקוקט א פשוט׳ע טאג אינעם קרעטשמע דאן, און וויאזוי ס׳קוקט אויס היינט צוטאג

לויט וויאזוי ס׳קוקט אויס אין יארע 2006 אין אנהייב פונעם וועלטל דא, האצעך געטאן אויף טישן און אויף בענק, אלע ניקס מיט די רויטע קאלירן (וואס היינט זעהט מען זיי כמעט נישט פאר די אויגן) זענען געווען אקטיוו במלוא מובן המולא, אן ארטיקל פון מאשקע, א גוט ווארט פון יגר׳ל, יאנאש, 3x0, אן אנאליז פון גרויזאמער, זארכפעפער, איך הער, מעסטערמיינד, אשכולות איינס בעסער פון צווייטן, תגובות מתוק מדבש, טאפיקס זיסער פון זיס יעדער מיט זיין אייגנארטיגן צוגאנג.

וואס זאלעך אייך זאגן
מ׳שטיימער היינט אין דזשענוארי דער ערשטער, יארע 2012 - און ............................ ס׳איז ממש בושות נוראות
נייע ניקס שטייען אויף יעדן טאג, יונגע שנעקעס, קוים ווייסן זיי וויאזוי צו ליינען א קאן עדיסאן ביל, זיי ווערן עקסייטעד, מ׳האט עפראווד זייער ניק, און פונקט האבן זיי יעצט אינטערנעט עקסעס געטראפן ביי איינעם אין אפיס (נאכן אפזיצן יענעם אויף די נערוון און אים דערקוטשען נאנ-סטאפ אז ער זאלעם לאזן נוצן זיין אפיס מיט זיין אלטן לעפטאפ), און מ׳נעמצעך שרייבן און פירקלען רעכץ און לינקס, פינעף און צוואנציג שעה א מעת לעת זיצן זיי דערויף, פון היימישע קרעטשמע אריין אין פארברענגען, צוריק צו דזשורנאל, א בליק אין בלעקבערי און ענדרויד פארום, א קליק נאכאמאל אויפן ׳זוך אקטיווע אשכולות׳ לינק, און אודך צוריק אין פארברענגען, אה עמיצער האט שוין מגיב געווען, אידעך שוין דא וואס צו ענטפערן, נאך א פירקל, נאך א שטות (טראכט נישט קיין רגע בעפאר, יא שרייבן נישט שרייבן, מאכט יא סענס נישט סענס, יא אין פלאץ נישט אין פלאץ, גע׳שלח׳ט און... הענגדעך אויף)...
גייט אריבער א חודש צוויי און דאס ליידיגקייט הייבט אן פאטשן אין פנים, דער בטלה מביאה לידי שעמום ווערט צוביסעלעך מקוים, אזוי נאך א טאג און נאך א טאג... ביז ביז פאר סיי וואספארא סיבה שהוא איז ער געצווינגען זיך אפצושאקלען פונעם אינטערנעט (צו דאס איז שלום בית, צו פרנסה כו׳) און ... נעלם! מיט א חודש שפעטער ווערט שוין דער ניק אויסגערעכנט אינעם אשכול פון ׳נייע ניקס וואס זענען לעצטנס פארשוואונדן געווארן׳.

און אזוי דרייצעך דער גלגל החוזר מיט צעהנדליגער ניקס (א רחמנות אויף זיי), דור הולך ודור בא, און דער סוף פסוק איז:
אידישע וועלט פוסטעוועט... ס׳איז נמאס, ׳נישטא וואס צו ליינען דארטן׳ רעצעך מיר עמיצער אפ לעצטנס, אלעס די זעלבע שטותים, נאכאמאל און נאכאמאל

על זה על זה אהוי הוי הוי דוה לבינו..... על אלה חשכה עינינו
על הקרעטשמע ששמם, ילדים הלכו בו...! :-( :-( :-(

____

ביז יעצט צו די מנהלים - מכאן ואילך אין אנו ממתינים אלא לדברי ההמון עם

איך וויל אייך זאגן קורץ אין שארף (איך רעד צו מיר אליין, נאטינג פערסאנאל):
איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, אבער - ס׳איז פארהאן אזא מין מציאות ווי ׳טראכטן בעפאר מען שרייבט א תגובה׳... (יא?!)
מ׳מיינט אז ס׳איז הותרה הרצועה, ווייל ס׳איז רשות נתונה לכתוב, און ווייל מ׳האט נישט געשטעלט קיין אחראי וואס זאל באשטעטיגן די תגובות יעדעס מאל פאר מ׳דרוקט דעם שלח קנעפל, מיינט דאס אז מען איז פטור פון שרייבן דברים של טעם, כ׳מיין וואס זענט עטץ, קליינע בעביס???

נישט אומזיסט קוקט דער קרעשטמע אויס אזוי, נישט על לא דבר האט דער קרעטשמע פארלוירן צעהנדליגער שטענדיגע ליינער, און נישט אומזיסט האט מען אזוי מורא פון גילוי.... (כ׳רעד צו מיר אליין) ווען בסתר לבו ווייסט דער מענטש וויפיל שטותים מיט לאקשן ער האט שוין צוזאמען געשריבן מיום עמדו על הקרעשטמע, נו גיי און באווייז יעצט דיין פרצוף פארן ציבור, כאילו דו זאלסט גיין זאגן אפן און גראב: יא דאס בין איך דער קינדערישער נארישער שרייבער, דער בעבי, דער אפגעריסענער אומגעזאלצענער מגיב, וואס טראכט נישט בעפאר ער שרייבט, דער פירקלער וואס פירקלט שוין פאר די לעצטע תקופה וואו ער קען נאר, ער מיינט אז אייביג מוז ער זיך אנרופן... פארשטייצעך אליינס אז מ׳וועצעך ענדערש לאזן תלי׳ הענגען ווי איידער נתגלה צו ווערן.

און ערנסט גערעדט, פארוואס נישט שרייבן ענדערש מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה, פארוואס נישט טראכטן נאך ׳איין׳ מאל פארן אפענען א אשכול צו "איז דאס טאקע אזוי וויכטיג?" און אזוי ארום גורם זיין ס׳זאל פארמינערט ווערן די צאהל טפשות און פערדעריי אין אונזער וועלטל... אפשר דאך איז שוין צייט פאר אכשר דרא, ביז וויפיל איז דער שיעור צו פירקלען :evil:

אז תרצה הארץ את שבתותיה... דעמאלטס וועלן זיך צוריקקערן די גוטע אמאהליגע שרייבערס, קרעמער וועט אויפהערן צו זיין בעביסיטער און וועט צוריקבאקומען זיין אמאהליגן טיטול ׳מייסד הקרעשטמע׳ - צייטליך וועט אויפהערן צו טוהן טובות און מגיב זיין אויף יעדנס שטות מיט ׳פשיהא׳דיגע אויסדרוקן, וויכי וועט אויפהערן צו מאכן שטורעמעס אין גלעזלעך וואסער, שמערי וועט אויפשטיין פון זיין שלאף און וועט צוריקקומען ווייטער שרייבן מיט זיין אמאהליגן פליסיגן געשמאק, דער היכל הנגינה וועט צוריקבאקומען דעם אמאהליגן טעם (אפשר גאר צוריקברענגען תו השמיני און קעש פאר קלאנקערס) דער גראפיק פארום וועט צוריקבאקומען דעם אמאהליגן פרישקייט (אפשר גאר צוריקברענגען ארטיסטראפאל, אינטעליגענט, און פאכמאן) והכל על מקומו יבוא בשלום.

ווי עס חלומ׳ט מיט געשמאק
אייער פריינט
מיסטער פאטאשאפ
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך ינואר 04, 2012 2:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » זונטאג ינואר 01, 2012 9:00 pm

אוי א נאכט רעדנער האט דא אריינגעבלאנזשעט....
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » זונטאג ינואר 01, 2012 9:31 pm

אה! איינער רעדט שוין צו דער זאך... יישר כח מר. פאטאשאפ פארן ארויס ברענגען וואס כמעט איעדער פון אונז טראכטן שטיל.

ווי זאגט נאר מאשקע?!.... אן ארטיקל ע דעי וכו'...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 01, 2012 9:46 pm

פשיהא!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » זונטאג ינואר 01, 2012 9:52 pm

לאמיר טראכן 24 שעה וואס מגיב צו זיין
דערווייל ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 01, 2012 10:05 pm

מר. פאטאשאפ, אויפריכטיגע רייד
הגם איך האלט אז אביסל איז שולדיג דערין די פאלעסי פון איי וועלט אז מ'טאר נישט אראפרייסן א צווייטע ניק, לדעתי ווען די אלט געזעסענע זאלן ווען טיילן מער פסקים ווען א אינגע ניק שרייבט שטותים וואלט ער געטראכט צוויי מאל פאר ער פירקעלט ארים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 01, 2012 10:21 pm

מר. פאטאשאפ,
אוי ווי גוט און ריכטיג איהר זאגט,
כ'האב דאס שוין דא דערמאנט אין איינע פון די אשכולות, אז די פליקען אין דאס אויסמעקען טוט מען א סאך מער היינט ווי דעמאלס,
לויט מיין אפשאצאונג אין די בעסטע צייטן פין איי וועלט געוועהן ארום 2009 למספרם, די שרייבערס האבען געטויגט, עס איז געווארען אויפגעכאפט נייע אקטיווע ניקס,

היינט לייגט מען נישט צו הוספות נייע ידיעות, נאר אויב איינער ברענגט שוין יא, פרעגט מען שוין וואס ווער ווי ווען, מען רייסט יענעם אראפ. די תגובות וואס קומען מגיב זיין איז ווין אוועק פון זיין תוכן'פולע.
מען נעמט זייער שנעל אוועק דעם אפעטיט פין נייע ניקס, וואס מען זעהט אין מען דערקענט ווען זיי הייבען זענען זיי געשמאק, אבער לאחר זמן ווערען זיי נעלם, שרייבען ווייניגער, דאס איז ווייל זיי באקומען נישט קיין גוט ווארט פון קיינעם, א ייש"כ. אמאהל אין 2007, קוק וויפיל תגובות זענען געוועהן א דאנק וכו' פאר עפעס א גוטס. היינט אויב שיסט מען נישט צוריק מיט א קריטיק ווערט נאר יענער לכל הפחות איגנארירט.

כבוד הרב שכוח פאר ארויף ברענגען דעם ענין, אויף א אופן וואס מען פארשטייט גאהר גוט דעם וואונד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 01, 2012 10:37 pm

אבי גערעדט (נישט די ניק), די קרעטשמע (ווי איך רוף עס נאך עד היום בלשון חיבה) האט קיינמאל פארלוירן איר פרישקייט, און אין לך יום שאין חחח'תה מרובה מחבירתה, מען קען טאג טעגליך צושפלעטערט ווערן פאר געלעכטער פון די געריבענע ניקס וואס שרייבן קורצע אדער לאנגע תגובות דורכגענומען מיט געשמאק און טעם וואס קען ארויסרייסן די מילצן ביזן זיבעטן ריפ ועד בכלל.

נאר וואס דען? היות עס זענען דא א צופלוס פון ניקס - און מאי חזית דדמא דידך סומק טפי, ווען איך זעה א פרישע ניק קלאפן אין טיר מיט א נארמאלע ניק-נאמען פארוואס זאל איך אים נישט אריינלאזן? אפשר איז ער נאך א אוהב-חכמה [הגם עס קען נישט געמאלט זיין] נאך א שומר-פיו-ולשונו-שומר-מצרות-נפשו [כנ"ל] נאך א ר' מנחם שלום [כנ"ל] און אזוי ווייטער און ווייטער, אזעלכע געבראטענע ניסלעך וואס מיר האבן דא אריינבאקומען די לעצטערע חדשים אז עס שרייט זיך ארויס מיט כח ברוך שחלק מחכמתו ליראיו! [נישט צו פארזעהן ר' גם-יחד, ר' אינו יודע, ר' גולם פון פראג, און נאך עטליכע וואס דאס ביהמ"ד שטורעמט מיט זיי!]. און לאמיר פאר א רגע אריבערשפאצירן צום נייעס פארום, אפשר זאגסטו מיר ווי אין ווילדסטן חלום איז ביי די פריימערי'ס פון 2008 געווען אן אשכול מיט הונדערטער בלעטער און טויזנטער זאפטיגע תגובות וואס האלטן אפ דעם היימישן איד פון קריכן אויף ווער-ווייסט-ווי ווייל דא באקומט ער נאך א פול בעסערע אנאליז ווי אויף האצענפלאץ, און טאקע אויף מאמע לשון [צומאל אויף זיידע-לשון... אבער דאן קומען די מעקערס שנעל מיט די שארער-טראקס און מען איז מקיים קינוח והדחה תוך כדי דיבור שהוא כדי שאילת שלום נורסערי-תלמיד לרב]. הא? איך הער נישט? אפשר טרעפסטו מיר אין 2009 א וויכי וואס לעבט אויף אלע באקן, א שטייסטע-נישט וואס פאקט תגובות מיט א פעסטקייט, א ריק פערי, א מידער, אן "עס עפעס" וואס איז לעצטנס צוריקגעקומען. ווילסט רעדן פון אידישע נייעס, פיין, ברינג עם אן! טרעף מיר נאך אזא לעבהאפטיגע אשכול ווי די הדרת נשים סומאטוכע (טרעף מיר א שפירא, אן ערנסטע וויכוח בשיטת רביה"ק מיט א ברען, און טרעף מיר אזויפיל ניקס פון ארצינו הקדושה הקרובים אל החלל וואס זיי רעדן פונעם מציאות און פון פראקטיק). ווילסט שפאצירן צום קרעטשמע? איך וויל פארלוירן ווערן פון די אלע ניקס וואס האלטן היינט אויף די קרעטשמע [צב"ש שלעפשיץ, צב"ש יונה פשערהאפער, צב"ש אב זקן מיט זיינע לאנגע פארזעצונגען] - צוריקצוגיין צום אנהייב פאראגראף: היות עס דרייען זיך דא אדורך הונדערטער אידן א טאג, קענען צומאל פארוואסערט ווערן די זאפטיגע תגובות אין א הויפן תגובות וואס זענען נישט אזוי וויכטיג אדער נוצליך, אבער א גרויס חלק דערפון זענען פון די הילפס אשכולות, וואו אידן ווערן ב"ה טעגליך געהאלפן פון פארשידענע פראבלעמען אין קאמפיוטער וועלט און אינעם טאג-טעגליכן לעבן.

אלזא, צוריקצואווארפן דעם פארווארף פונעם מייסד האשכול: מה ראית שהימים הראשונים היו טובים מאלה? אודאי זענען אמאל געווען לייבן וואס זענען היינט ניטא [עכ"פ מיט דעם ניק], אבער פון די אנדערע זייט זענען היינט דא ניקס וואס אמאל האט מען בלויז געקענט חלומ'ן אויף זייער אנקום. לאמיר קוקן פאזיטיוו, זיך פרייען מיט וואס מען האט. פרובירן אויפצוטוהן און נישט אפצוטוהן. פרובירן זיין פריינטליך צו יעדן איד, און פארנעמען יעדן איד לויט וואס ער איז. והיה בזה שלום וברכה.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 01, 2012 10:41 pm

הרב יש להוסיף, איר רעדט למשל פון די אשכול "איך האב נישט ליב דיין בילד"
(הגם ס'איז אין פאברענגען אבער ס'איז נאכנישט דא א ווינקעל וואס זאל דינען אלץ בעיבי חדר)
מענין לענין www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=500564#p500564
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג ינואר 01, 2012 10:48 pm

קרעמער האט געשריבן:אבי גערעדט (נישט די ניק), די קרעטשמע (ווי איך רוף עס נאך עד היום בלשון חיבה) האט קיינמאל פארלוירן איר פרישקייט, און אין לך יום שאין חחח'תה מרובה מחבירתה, מען קען טאג טעגליך צושפלעטערט ווערן פאר געלעכטער פון די געריבענע ניקס וואס שרייבן קורצע אדער לאנגע תגובות דורכגענומען מיט געשמאק און טעם וואס קען ארויסרייסן די מילצן ביזן זיבעטן ריפ ועד בכלל.

נאר וואס דען? היות עס זענען דא א צופלוס פון ניקס - און מאי חזית דדמא דידך סומק טפי, ווען איך זעה א פרישע ניק קלאפן אין טיר מיט א נארמאלע ניק-נאמען פארוואס זאל איך אים נישט אריינלאזן? אפשר איז ער נאך א אוהב-חכמה [הגם עס קען נישט געמאלט זיין] נאך א שומר-פיו-ולשונו-שומר-מצרות-נפשו [כנ"ל] נאך א ר' מנחם שלום [כנ"ל] און אזוי ווייטער און ווייטער, אזעלכע געבראטענע ניסלעך וואס מיר האבן דא אריינבאקומען די לעצטערע חדשים אז עס שרייט זיך ארויס מיט כח ברוך שחלק מחכמתו ליראיו! [נישט צו פארזעהן ר' גם-יחד, ר' אינו יודע, ר' גולם פון פראג, און נאך עטליכע וואס דאס ביהמ"ד שטורעמט מיט זיי!]. און לאמיר פאר א רגע אריבערשפאצירן צום נייעס פארום, אפשר זאגסטו מיר ווי אין ווילדסטן חלום איז ביי די פריימערי'ס פון 2008 געווען אן אשכול מיט הונדערטער בלעטער און טויזנטער זאפטיגע תגובות וואס האלטן אפ דעם היימישן איד פון קריכן אויף ווער-ווייסט-ווי ווייל דא באקומט ער נאך א פול בעסערע אנאליז ווי אויף האצענפלאץ, און טאקע אויף מאמע לשון [צומאל אויף זיידע-לשון... אבער דאן קומען די מעקערס שנעל מיט די שארער-טראקס און מען איז מקיים קינוח והדחה תוך כדי דיבור שהוא כדי שאילת שלום נורסערי-תלמיד לרב]. הא? איך הער נישט? אפשר טרעפסטו מיר אין 2009 א וויכי וואס לעבט אויף אלע באקן, א שטייסטע-נישט וואס פאקט תגובות מיט א פעסטקייט, א ריק פערי, א מידער, אן "עס עפעס" וואס איז לעצטנס צוריקגעקומען. ווילסט רעדן פון אידישע נייעס, פיין, ברינג עם אן! טרעף מיר נאך אזא לעבהאפטיגע אשכול ווי די הדרת נשים סומאטוכע (טרעף מיר א שפירא, אן ערנסטע וויכוח בשיטת רביה"ק מיט א ברען, און טרעף מיר אזויפיל ניקס פון ארצינו הקדושה הקרובים אל החלל וואס זיי רעדן פונעם מציאות און פון פראקטיק). ווילסט שפאצירן צום קרעטשמע? איך וויל פארלוירן ווערן פון די אלע ניקס וואס האלטן היינט אויף די קרעטשמע [צב"ש שלעפשיץ, צב"ש יונה פשערהאפער, צב"ש אב זקן מיט זיינע לאנגע פארזעצונגען] - צוריקצוגיין צום אנהייב פאראגראף: היות עס דרייען זיך דא אדורך הונדערטער אידן א טאג, קענען צומאל פארוואסערט ווערן די זאפטיגע תגובות אין א הויפן תגובות וואס זענען נישט אזוי וויכטיג אדער נוצליך, אבער א גרויס חלק דערפון זענען פון די הילפס אשכולות, וואו אידן ווערן ב"ה טעגליך געהאלפן פון פארשידענע פראבלעמען אין קאמפיוטער וועלט און אינעם טאג-טעגליכן לעבן.

אלזא, צוריקצואווארפן דעם פארווארף פונעם מייסד האשכול: מה ראית שהימים הראשונים היו טובים מאלה? אודאי זענען אמאל געווען לייבן וואס זענען היינט ניטא [עכ"פ מיט דעם ניק], אבער פון די אנדערע זייט זענען היינט דא ניקס וואס אמאל האט מען בלויז געקענט חלומ'ן אויף זייער אנקום. לאמיר קוקן פאזיטיוו, זיך פרייען מיט וואס מען האט. פרובירן אויפצוטוהן און נישט אפצוטוהן. פרובירן זיין פריינטליך צו יעדן איד, און פארנעמען יעדן איד לויט וואס ער איז. והיה בזה שלום וברכה.

געוואלט שרייבען עפעס ענליך נאר איך בין זייער שוואך אין שרייבען

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 01, 2012 10:53 pm

ים רויבער האט געשריבן:הרב יש להוסיף, איר רעדט למשל פון די אשכול "איך האב נישט ליב דיין בילד"
(הגם ס'איז אין פאברענגען אבער ס'איז נאכנישט דא א ווינקעל וואס זאל דינען אלץ בעיבי חדר)
מענין לענין viewtopic.php?p=500564#p500564


כ'מיז געבען טאקע א ייש"כ פאר אידיש וועלט פאר מיר ערלויבען יענעם אשכול,
אבער אז איהר ליינט איבער מיין תגובה, זענען דא דארט ריכטיגע פוינטס,
כמעט וואס גיבט נישט קיין דברי חיזוק,
די וואס געבען יא חיזוק וכו' איז אלעמאהל די זעלבע צוויי דריי ניקס, אדער איז עס אין אישי.
אבער די פליקעס אדער די בכלל "נישט" מגיב זיין צו יענעם, דאס איז בפורסם אויסגעשפרייט להרבים.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 01, 2012 11:29 pm

קרעמער, איך מוז ארויסברענגן מיין התפעלות אויף דיין פאזיטיווע בליק וואס דו פארמאגסט. מ'זעהט עס כמעט איבעראל אין יעדע אשכול און בעיקר דא. צום שטוינען דיין געלאסענע בליק.
און צום ענין איך עגרי מיט דיר כמעט אלעס. אביסל א שטרענגערע גאנג וואלט נישט געשאדט צומאל.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » זונטאג ינואר 01, 2012 11:38 pm

געלעגער האט געשריבן:קרעמער, אביסל א שטרענגערע גאנג וואלט נישט געשאדט צומאל.

לדעתי, בשמאל דוחה וימין מקרבת.

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:14 am

אז מרעט שוין פין בעביס איז דאס נאך די בעבישטע אשכל וואס כאב נאר גליינט דא. זיך אזוי נעמען צום הארצן אז ס'דא וואס שרייבן נישט אזוי צום זאך? נישט פארגינען? נישט יעדער איז איז א שרייבער. אדער קען באשרייבען א מצב. אדער עפעס וואס ער ווייסט און בשרייבען אז דער עולם זאל זיך באלעקען. ניין ניין נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם. אבער נאך אלטס האבן אזאכע ניקים פלייש און ביין וואס ווילן זיך אויך אויסליפטרען נאך א טאג ארבעט. אפלו זיי האבן נישט אזאלכע קוואלפעקאציעס וואס אנדערע האבן. אייוועלט איז ב"ה אזוי גרויס סאיז אזויסאך פלאץ פאר יעדם און פאר אלע מינע. ווי שווער איז צי געבן א גוט ווארט פאר איינעם וואס וואס שרייבט עפעס וואס איז נישט 001% קלוג. ס'קוט אויס ווי די לערענסט כותה ב און די פארגינסט נישט אז די כותה א אינגלעך זאלן זיך שפילען מיט דיין כותה. כמיין ווי אלט ביסטע.? פרעגסט מיך?... איך פארשטיי טאקע נישט די פראפלעם פון גילו איך קומעך דא אריין פון צייט צי צייט. איך ליפטער זיך אביסל אויס ווען איך האב וואס צי שרייבן שרייבעך. ווען נישט ליינעך. אין איך גיימעך ווייטער אין מיין טאג טעגליכען לעבן. איך שעמזיך נישט וואס איך שרייב אדער ווער איך בין. נאך אלטס פארשטיי איך אז סאיז דא וואס ווילן נישט מזאל וויסן ווער זיי זענען אפלו זיי שרייבן זייער צום זאך. פארגעס נישט פארוואס די בית המקדש איז נישטא מער. וואקס אויס אביסעל. עקסעפט יעדעם וויאזוי ער איז. וועסט קיינמאל נישט חרטה האבן. און דעס זאל זיין דיין גרעסטע פראפלעם און לעבן.
מיינע אויגען מאכן זיך שוין צו כהאף כהאב נישט געשריבען אינמיטען שלאף האוס מיר א גוטע נאכט.

איך האב נישט געשריבען צו קיינעם פערסנעל
דע "די" איז פאר ווער סמיינט אז ממיינט אים....
_________________________x

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:30 am

איך טראכט כמעט די זעלבע ווי "גיי ווייס"
איך רעספעקטיר שטארק הרב קרעמער פון די איבערגעגעבענסטע מנהלים מיט אן ליבליכן צוגאנג! כה לחי!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:33 am

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:37 am

קרעמער אזוי גראד צי רעדן האסט מיך ממש מחיה געווען
איך בין געווארן אין גאנטצען איבערגענימען פין אפאר שווארץ קוקער וואס מיינען אז די "וועלט" ענדיג זיך

נאר אזוי אינז העל מיר זיך נישט לאזן
מיר וועלן ווייטער אנגיין

אין אזוי ווי גיי ווייס האט געזאגט געשריבן אפאר פאר ווער עס מיינט אז מען מיינט עם
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:40 am

שכוח פאטאשאפ, פאר׳ן ארויסברענגן איין צד פון די מטבע,

שכוח קרעמער פאר׳ן ארויסברענגן דעם צווייטן צד,

דער אמת איז אז איר זענט ביידע גערעכט, סיי מיר דארפן געוויס מער היטן וואס מיר שרייבן; ומאידך געפינען זיך ביי אונז אזעלעכע געשמאקע און תוכן׳פולע שרייבער, אז... עס איז ממש נישט צום באשרייבן...

נו, אז איינער ציהט רעכטס, און דער צווייטער לינקס פאלט עס אויס פונקט אינדערמיט. ממש דער שביל הזהב.
...
ביטע אטאקירט נישט, מר פאטאשאפ, איז בכלל נישט קיין שווארץ קוקער, ער האט ארויסגעברענגט -אפשר עטוואס שארף - זייער וויכטיגע פונקטן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » מאנטאג ינואר 02, 2012 12:42 am

גערעכט איך צי צוריק
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מאנטאג ינואר 02, 2012 3:50 am

שטארק זיך האט געשריבן:שכוח פאטאשאפ, פאר׳ן ארויסברענגן איין צד פון די מטבע,

שכוח קרעמער פאר׳ן ארויסברענגן דעם צווייטן צד,



כ'בין נתפעל געווארן פון מייסדנו'ס פאזיטיוון צוגאנג. אבער -צו נוצן אייערע ביישפילן- ווייסט איינער פארוואס אוהב-חכמה שרייבט נישט ווי אמאל (ווי גלייך דאס גייט איינעם אן...), חכימ"א דמן פראג איז גענצליך פארשוואונדן, און -אויב מעג איך רעדן בשם אנדערע פון די אויסגערעכנטע- פארוואס זיי שרייבן ווייניגער ווי אמאל?
אויב ווייסט איר נישט, עיינו בדברי מיסטער\הרב פאטאשאפ.

כ'וואלט פארגעשלאגן אן עקסטרעמען פארשלאג, אויב רעגט דאס איינעם אויף האב איך בלויז געמאכט א ווערטל. וזהו: דער אויסשטעל איז יעצט, אז יעדער שמויגער האט די זעלבע שרייב-רעכטן ווי קרעמער, כעם ככהן. אויב וויל איינער, קען זיין ערשטע תגובה זיין א פריש-געבאקענעם אשכול אין ידיעות התורה, מלא שטותים כרימון. נאר וואס דען, אונזערע מנהלים ואחראים ארבייטן אומערמידליך, צו פארמעקן גראבע שטותים. אבער מעקן איז שוין א קום ועשה, מ'קען נישט יעדע נארישקייט מעקן, און אז מ'מעקט שוין בהדי הוצא לקי כרבא.
אולי איז כדי אויסצודרייען דעם דאשיק: ווען איינער שרייבט זיך איין, האט ער געהעריגע שרייב-רעכטן אינעם שלום עליכם אשכול, אפשר אין גאנץ פארברענגען (די פונקטליכע פרטים וועל איך לאזן פאר אנדערע). ער קען געהעריג אריינרעדן - און אפי' עפענען אשכולות- אין יעדע נושא, אבער נישט אז דאס זאל גלייך ארויפקומען אויף אייוועלט גלוי לכל, און -אויב איז דאס נאריש- אראפברענגען די ניווא, נאר דאס זאל דארפן באקומען א באשטעטיגונג פון איינע פון די מנהלים ואחראים וכדו'. אויב שרייבט ער אפאר מאל בהשכל ודעת, ווערט ער געהעכערט אין ראנג. ודרגות דרגות יש, נישט יעדער וואס קען שרייבן אינעם פריימעריס אשכול קען שרייבן אינעם "הדרת נשים" אשכול.
והנלע"ד כתבתי.

נאך א געדאנק: ס'זאל נישט מעגליך זיין צו דריקן 'שיק עס' (ארויפצולייגן א תגובה) בעפארן דריקן 'אויסקוק פון פאראויס'. נישט אז יעדער וועט טאקע איבערליינען, און נישט אז יעדער באמערקט די אייגענע שטותים נאכן איבערליינען, אבער עפעס וועט דאס מסתמא אויפטוהן.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג ינואר 02, 2012 4:24 am

קרעמער האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נושא, נאר פאר ר' מנחם שלום אליין האט זיך געלוינט די גאנצע לעצטע יאהר פינעם קרעטשמע!
און מר. פאטאשאפ ביסט אויך טייער גערעכט, איך ווייס ס'איז געווען קנאקעדיגע שרייבער'ס אמאהל דא, אבער נאסטאלגיע איז נאסטאלגיע, גיי אין ביהמ"ד און הייב אהן רעדען וועגען אמאליגע אידען וואס זענען שוין נישט דא מיט אונז ע"ה וועלען אלע זאגען "א דער איד איז שוין נישט דא היינט צי טרעפען" אזא פיקח" אזא ערליכע איד" אזאלכע גוטע געשמאקע ווערטער" וכו' און די באן פארט ווייטער אין די הייבסט שוין אהן צי הערען אויך חברה וואס די קענסט נענטער, ווי די יונגערע רעדען אז ער איז מוראדיג, און נאך אביסעל זאגט מען שוין אויף דיר (געזונט אין שטארק עמו"ש) און ס'איז דא טאקע וואס צי זאגען אויף דיר....וכו'

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג ינואר 02, 2012 5:36 am

מגלגלין זכות ע"י זכאי, א גרויסער ייש"כ מר. פאטאשאפ פארן צושטעלן אזא "קרעמער" תגובה...

אבער דער אמת געזאגט, הרב המייסד, מען קען נישט אוועקמאכן די וויכטיגע הערה פון הרב פאטאשאפ, אז מען קוקט צוריק אויפן הערליכן עבר פונעם שטעטל, זעהט מען א ריזיגן חלל, עפעס וואס פעלט. גייט איר אריין אינעם קרעטשמע חלק באמערקט איר אז דער אומפארגעסליכער ראשעקאהל יענטאאש איז נישט דא, יאנאש איז נישט דא, אנדי פעטיט, ועוד ועוד. אין על הצדיקים דערקענט זיך די חלל פון אזעלכע ריזן ווי בד"ץ, יאסל (בלויז 33 תגובות האט ער דא איבערגעלאזט יארע 11'), זעליג, נחמן נתן נעתר לבקשתינו אפצושטאטן א באזוך מזמן לזמן. אינעם גאנצן קרעטשמע שפירט זיך אז עס איז נישט דא קיין זיידעניו, זארעכפעפער, אפילו צו א בני היכלא בענקט זיך, לעווי פעלט, ועוד ועוד.

אלס תוצאה דערפון איז מיללער שוין נישט ביי די כוחות, בןהרחמן איז כמעט נישט דא צו באקומען, אפילו ר' שמחה איז שוין - ווארשיינליך - היפש אויסגעמיטשעט, עס גיסט זיך שוין נישט פון אים אזויווי אמאל. יגר'ל קריכט ליגט האלב באוואוסטלאז, וכן למאשקע, אפילו כבוד הרב המייסד בכבודו ובעצמו איז שוין נישט דער אלטער קרעמער.

וואס איז די עצה להחזיר עטרה ליושנה? איך ווייס נישט אויב עס איז בכלל דא, חבל על דאבדין, אבער אויב איז יא דא אן עצה טראכט איך אז עס איז תלוי אין דריי הויפט נקודות.

א. יא, יעדער איז בארעכטיגט זיך אויסצוליפטערן, אבער זעהט אויס דער עולם ווייסט נישט וואספארא פארברענגען עס איז דא געווען, מישט אויף די אלטע פארברענגען ארכיוון וועט איר זעהן וויאזוי מען האט געלעבט מיט זיסע "פשוט'ע" אשכולות דוק ותשכח, ווען מען ווארפט אריין שטותים והבלים אין אן ערנסטן אשכול פארפאטשקעט מען זיך אליין. גייט אריין אין פארברענגען און פארברענגט מיט פארגעניגן, עס איז דא די והותר דארט זיך אויסצולופטערן.

ב. דער בין אדם לחבירו דארף אויסזעהן בעסער, סיי קהלה מחלוקות'ער ווערן אויפגעברענגט לחרפתינו, און סיי פריוואט צווישן ניק'ס שלאגט מען זיך ארום, עס נעמט אוועק די גאנצע געשמאק. כאפט א בליק אין די אלטע אשכולות מיט וויפיל הערצה מען האט גערעדט איינער צום צווייטן.

ג. די גוטע שרייבער'ס וואס זענען נאך דא וועלן זיך מוזן ארויפשארצן די ארבל און זיך נעמען שרייבן לארכה ולרחבה, צו פארדינען מוז מען אינוועסטירן.

צו פארשטיין וואס איך מיין ברענג איך אפאר לינקס פון זאפטיגע אשכולות, אחת מני אלף פון וויפיל עס איז דא.
פרה אדומה
גליא רזיא
האלאקאוסט
די כבוד חברים איז אויסגעגאסן אויף יעדע תגובה עקסטער.

האסט א ליידיגע מינוט און נישט עפעס תוכנדיג אויסצושמועסן?
דרומית מערבית
מעשה גראמען
תשובה שאלה

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג ינואר 02, 2012 5:42 am

אוהב חכמה האט געשריבן: אולי איז כדי אויסצודרייען דעם דאשיק: ווען איינער שרייבט זיך איין, האט ער געהעריגע שרייב-רעכטן אינעם שלום עליכם אשכול, אפשר אין גאנץ פארברענגען (די פונקטליכע פרטים וועל איך לאזן פאר אנדערע). ער קען געהעריג אריינרעדן - און אפי' עפענען אשכולות- אין יעדע נושא, אבער נישט אז דאס זאל גלייך ארויפקומען אויף אייוועלט גלוי לכל, און -אויב איז דאס נאריש- אראפברענגען די ניווא, נאר דאס זאל דארפן באקומען א באשטעטיגונג פון איינע פון די מנהלים ואחראים וכדו'.

הייסט עס אז איר ווילט געבן אומזינסטע ארבעט פאר די - אזוי אויך אנגעשטרענגטע - עוסקים לשם מצוה?
אוהב חכמה האט געשריבן:נישט יעדער וואס קען שרייבן אינעם פריימעריס אשכול קען שרייבן אינעם "הדרת נשים" אשכול.
והנלע"ד כתבתי.

וי"א להיפוך, נישט יעדער וואס איז בארעכטיגט צו שרייבן אינעם הדרת נשים אשכול איז בארעטיגט אינעם פריימעריס... (כ'פארשטיי אז פאר א אסטראליער בירגער איז דאס נישט אינטערעסאנט...).

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מאנטאג ינואר 02, 2012 6:48 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן: אולי איז כדי אויסצודרייען דעם דאשיק: ווען איינער שרייבט זיך איין, האט ער געהעריגע שרייב-רעכטן אינעם שלום עליכם אשכול, אפשר אין גאנץ פארברענגען (די פונקטליכע פרטים וועל איך לאזן פאר אנדערע). ער קען געהעריג אריינרעדן - און אפי' עפענען אשכולות- אין יעדע נושא, אבער נישט אז דאס זאל גלייך ארויפקומען אויף אייוועלט גלוי לכל, און -אויב איז דאס נאריש- אראפברענגען די ניווא, נאר דאס זאל דארפן באקומען א באשטעטיגונג פון איינע פון די מנהלים ואחראים וכדו'.

הייסט עס אז איר ווילט געבן אומזינסטע ארבעט פאר די - אזוי אויך אנגעשטרענגטע - עוסקים לשם מצוה?


העיקר שכחתי, אויף צו מעקן דארף מען זיין א מנהל ואחראי, אויף צו באשטעטיגן איז גענוג אן אחריות'דיגער בעל דעת, א מיטגליד מכבר (לדוגמא "יגעתי ומצאתי"). יעדער פון זיי וואס באוויליגט, וועט קענען אדורכגיין די "אומבאשטעטיגטע תגובות" ליסטע, און באשטעטיגן וואס ס'איז ראוי לעלות. נאכדעם וואס א ניק באקומט א באשטעטיגונג כך וכך פעמים, וועט אים דער קאמפיוטער אויטאמאטיש ארויפרוקן אין ראנג.


יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן:נישט יעדער וואס קען שרייבן אינעם פריימעריס אשכול קען שרייבן אינעם "הדרת נשים" אשכול.
והנלע"ד כתבתי.

וי"א להיפוך, נישט יעדער וואס איז בארעכטיגט צו שרייבן אינעם הדרת נשים אשכול איז בארעטיגט אינעם פריימעריס... (כ'פארשטיי אז פאר א אסטראליער בירגער איז דאס נישט אינטערעסאנט...).

ושניהם אמת...
אבער די כוונה איז געוועזן אז ס'איז דא א באזונדערע קאטעגאריע פון קאנטראווערסיאלע אשכולות, נישט יעדער וואס שרייבט אלעמאל דברי טעם קען פארנעמען היץ.

אייער פריערדיגע תגובה דארף מען באזונדער אדורכלערנען.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג ינואר 02, 2012 7:13 am

איבער קרעמערס תגובה גיי איך יעצט ׳נישט׳ רעדן, צוליב אפאר סיבות
1. ער זאגט אויף מיר אבי גערעדט... (ער ווייסט נישט ווי סענסיטיוו איך בין)
2. ער טרייסט זיך מיט חלשות... - קודם כל זייט ווען איז היינט צוטאג שייך צו זאגן אין לך יום שאין חחח'תה מרובה מחבירתה??? צו איז דאס יושר אז דער חחח זאל היינט צוטאג גענוצט ווערן פאר יעדע שטות ווען אמאל האט מען געחחח׳ט אויף אסאך בעסערס... חוץ מזה - פארוואס פרעגט ער מה ראית שהימים הראשונים היו טובים מאלה, כ׳האב דאך געזאגט פארוואס זיי זענען בעסער געווען, און איך מיין כ׳האב געזאגט דברים של טעם, דאס אז מ׳קען נישט קאנטראלירן אזא ציבור און אז מ׳דארף פרובירן זיין פריינטליך צו יעדן איד איז טאקע אמת, אבער נאכאלץ פארענטפערט דאס נישט מיין גע׳חחח׳עכץ!

אשר ע"כ פון קרעמערס תגובה גיי איך יעצט ׳נישט׳ רעדן!
___

ווידעראום צו די אנדערע מגיבים אויף דערווייל, נראה לי דברי אוהב חכמה יותר מכולם, שבכלל דבריו דבריכם, ער האט ארויסגעברענגט א קנאקעדיגע איידיע, און - רבותי - לאמיר דאס אביסל צולייגן!
אוהב חכמה האט געשריבן:אולי איז כדי אויסצודרייען דעם דאשיק: ווען איינער שרייבט זיך איין, האט ער געהעריגע שרייב-רעכטן אינעם שלום עליכם אשכול, אפשר אין גאנץ פארברענגען (די פונקטליכע פרטים וועל איך לאזן פאר אנדערע). ער קען געהעריג אריינרעדן - און אפי' עפענען אשכולות - אין יעדע נושא, אבער נישט אז דאס זאל גלייך ארויפקומען אויף אייוועלט גלוי לכל, און -אויב איז דאס נאריש - אראפברענגען די ניווא, נאר דאס זאל דארפן באקומען א באשטעטיגונג פון איינע פון די מנהלים ואחראים וכדו'. אויב שרייבט ער אפאר מאל בהשכל ודעת, ווערט ער געהעכערט אין ראנג. ודרגות דרגות יש, נישט יעדער וואס קען שרייבן אינעם פריימעריס אשכול קען שרייבן אינעם "הדרת נשים" אשכול. והנלע"ד כתבתי.

אט די דאזיגע ווערטער האבן מיך שטארק צענומען, און - אוהב חכמה - איך גיב דיר א ;l;p- דערפאר (אפשר א חחח אויך), אויב איז דא אמאל א נייע ניק וואס ווען ער וועט שרייבן א תגובה אינעם פריימעריס אשכול, אדער - לאמיר עס מאכן גרינגער - אינעם 5 ווערטער׳דיגן אשכול (נישט סאכדעס) וועט עס קיינעם נישט שטערן, דהיינו ס׳וועט נישט מוסיף זיין און נישט גורע זיין, וועט אבער נאך אלץ מעגליך זיין אז ווער ער לאזט הערן זיין מיינונג אין א אשכול וואו מ׳ברויך צולייגן אביסל מער מחשבה, צו מ׳דארף האבן עקספיריענס אין יענע נושא, עכ"פ מ׳דארף וויסן וואס מ׳שרייבט, דארטן קענען שוין זיינע ווערטער יא מוסיף אדער גורע זיין (חוץ למ"ד של"ל גורעין ומוסיפין ודורשין) אלזא, אויב זאל ווען זיין אזא מין מציאות אז יעדער ניק זאל האבן מדריגות, דהיינו אזויווי ער באקומט נאך 10 תגובות דעם טיטול שר העשר, זאל ער אינאיינוועגס באקומען מער איינטריט (עקסעס בלע"ז), וואלט דאס ווען געווען א שטארקע הגדרה אז נישט יעדער נייער שמויגער זאל תיכף האבן דעם רשות הדיבור אריינצורעדן איבעראל, און אזויווי קיינער באליידיגט זיך נישט אז ער באקומט נישט דעם טיטול שר המאה נאר הערשט נאך הונדערט פאקטישע תגובות, וועט מען נישט ווערן פארשעהמט ווען מ׳וועט נישט האבן קיין איינטריט צו געוויסע אשכולות נאר נאכן ווערן א שר המאה (למשל).

אפשר אזוי כולי האי ואולי וועט זיין מעגליך צו האלטן דעם ניווא אביסעלע העכער געשטימט
וואס זאגט איר דערצו רבותי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 19 געסט