מיין ניינצן מיט א האלב יעריגער סאבסיטוט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

מיין ניינצן מיט א האלב יעריגער סאבסיטוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

[b]אן אינטערסאנטע ארטיקל באקומען אין בליץ פאסט מ'זאגט אז דאס איז צו געזונט נא; זאל עס זיין צום געזונט!! (קרעדיט: מוישע יאכעס)

היינט קומט נישט דער רעבבע. מיין טאטע האט אים היינט געטראפען אין שול צופרי און דער רבי האט אים געזאגט אז היינט גייט זיין א נייע סאבסיטוטער. שרייט מוישי אויס מיט פאטאס.
ס'יז נאך אנהייב יאר, און אזא געשאנק פאר די קינדער. זיי גרייטן זיך אויף קעסל און כלים, מ'גייט מאכען א לעבן היינט. עניוועיס האב איך אויך נישט מוירע אפילו פון די עכטע רעבבע, שרייט מוישע לייב דער גרויס מויל. איך מיין איך האב געזען די סאפסעטוטער אין די האל פריער, ער קוקט אויס ווי א לעמעלע מיט א קליינע ציגעלע בארד, לייגט צו דער לץ פון קלאס הערש חיים.
די ערשטע זאך וואס ר' הערצקא זוכט אין דעם געביידע פון ווי ער איז נאר קארגע זעקס יאר צוריק ארויסגעגאנגען איז. איר האט צוגעטראפען, דעם מלמדים שטיבל. ער האט שוין אלס אינגל געהאט די פאנטאזיע אז ווען ער גייט זיין א טאטע, גייט ער זיין א רעבבע. ער האט שוין געקויפט אזא טרענטש קויט אן קעשענעס. און ווען ס'יז קאלט אין די גאס, דעמאלט קען ער האלטן די הענט אזוי אריינגעשטעקט אין די ערמל, איינס אין צווייטן אריין. און ער גריסט זיינע אלטע חברים נאר מיט אזא ערנסטן שאקל מיטן קאפ.
נאך אלס קינד אין חיידער איז לעבן אים געזיצען נפתלי דער הצלה. ער האט אלס קינד געפראוועט הצלה'יזם. ווען א אינגל פלעגט זיך צושניידן, דאן פלעגט ער קומען צו לויפן און אזוי שנעל געבלינקט מיט די אויגן, צוויי מאל די רעכטע אויג און צוויי מאל די לינקע אויג, אא"וו, לאמיר זאגען אז דאס האט געדארפט זיין סטראובס. ער האט ארויסגענומען אפאר אומקלעבעדיגע באנדאזשן פון די קעשענע און יענעם באנדאזשירט. ער האט אויך געהאט אזוינע מאדנע גאוז פעדס, וואס ער האט ארויסגעכאפט פון די לעדל פון זיין מאמעס נאכט קעסטל. נו, ער איז אבער היינט א פלעינער קעשיער אין א גראסערי. אבער הערצקעלע האט יא אויסגעפירט.
דער סאבסיטוט איז ניינצען מיט א האלבען יאר, נישט סתם ניינצען. ער קראצט זיך דעם אומגעוואקסען בערדל. דער באשעפער האט אים עס פשוט נאכנישט געשאנקען, ניטאמאל וואס אלעזר בן עזרי'. אבער ער קראצט זיך דעם מארדע אוואו גלייך נחשון בן עמינדב קען זיך פארשטעקן פאר אים.
דארט אין מלמדים שטיבל קוקט ער זיך ארום מיט קנאה'דיגע און נייגעריגע בליקען. די אלטגעזעסענע מלמדים קוקן אים אן פון אויבן אראפ. ס'ווערט אים אומבאקוועם, אבער ער מאכט זיך נישט צו טוהן,
ער קוקט ארום אויף די ווענט, האלב אפגעקראצט האלב אנגעשריבן. און ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן. זיין רבי פלעגט אויפהענגן דעם הוט אויף א העקעלע וואס סטאשעק האט אריינגעדרילט אין די וואנט, בשעת דער רבי האט מיט פארגעניגן געצייגט דעם פאליאק ווי דאס העקעלע אריינצובארען. אבער אין די כיתה איז קיין העקעלע פארהאנען. ער פייגערט צו קענען בטעות קראצען זיין קאפ ווען ער נעמט אראפ זיין הוט. ווייל זיין רבי פלעגט דעמאלט אנקראצען זיין הענט אין די טיש און זיך וואשען די הענט מיט אביסל קאווע וואס ער האט אויסגעגאסען אויפן טיש.
ער עסט אפ, און ווידער, ער פוצט אפ זיין בארד וואס ער האט נישט. בענטשן וועט ער שוין באלד אין מלמדים שטיבל. און ער ווערט גראד שטרענג. ער וועט זיך נישט לאזען פון די ראצערלעך דעם ערשטן טאג. ער מעסט אפ די קינדער מיט אזויגערופענע שטרענגע און שארפע בליקען. עפעס איין מחוצפ'ל קוקט אים צוריק גראד אין פרצוף אריין. ער ווייסט שוין ווער דער צרה לייט איז, און ער לאדענט אים איין צו זיצען נעבן זיך. ער פרייט זיך אז גראד אנהייב טאג האט ער שוין די חדר אין די האנט, ווען שמרי' קנייטשט די לוסליעף פעיפער צו אלע זייטן און מאכט א היטל דערפון. דער שמרי' האט א שכן אין די מצילי אש און ער איז פשוט מקנא דעם שכן. אלזא ער מאכט זיך אזא פייער לעשער היטל פון פאפיר. און פון די איבעריגע פאפיר מאכט ער א ערעפלעין און, וווואפס, ס'פליט אין סאפסיטוט'ס פיסק אריין.
ער שפרינגט אויף ווי א שלאנג געביסענער און לויפט צו צום אינגעל מיט א נאך בחורישן כעס און וויל אים ווייס איך וואס טוהן... אופס, איך בין א רבי. ער הייבט אים אויף און טראגט אים צום מנהל אין אפיס אריין. שמרי' שמרי' ווילאנג נאך, פרעגט אים דער מנהל. דער שמרי' האט א גוטן קאפ, זונטאג קען ער שוין די גאנצע שיעור און איבער די וואך איז ער לאנגווייליג. גראדע א וואויל אינגל אויך און זיין רבי נוצט אים אלס מיוחס, אזוי אום אים צו האלטן ווי מער פארנומען. ער הייסט אים דעם שטעלפארטרעטער איבערבעטן, ער הייסט שמרי'ן ווארטן אינדערויסן פון אפיס. ער איז ר' הערצקא'ן מסביר וואס דא גייט פאר און ער פארשטייט. אבער פטור בלי כלום אי אפשר. ער זאגט דעם שטעלפארטרעטער אז ער גייט מיט קומען אין כיתה אריין. אזוי וועט מען זעהן אז דער מנהל נעמט דאס זייער ערנסט.
איך קען שוין טוהן אלעס וואס ענק, טראכט ער צו זיך. די ערשטע זאך מאכט ער זיך א קאווע אזוינס און אזעלכעס, מיט קאצקע צוקער פארשטייט זיך. ווייל ער דארף זיך דערלערנען וויאזוי מען צוברעכט עס אין האלב נאך וואס מ'לייגט די האנט אויפן קאפ צו מאכען א ברכה און אזוי עס איינטונקען אין די קאווע.
דאן קומט די צווייטע פאזע. ער גרייטזעך אן א מלמדים פרישטאג כיד המלך, ווי פאלגענד. פעניץ מיט קנאבעל, וואס די קנאבל קראצט מען שטארק אויפן הארטן פעניץ אז אלע קינדער זאלען עס הערן, און דאס עסט/קייט מען נאכדעם הויך אין כיתה ווען אלע קינדער קוקן און ס'שמעקט אין די נאניע אריין. און ער ווארט שוין פאר די סעקונדע ווען א אינגל וועט קוקען אויף אים. אזוי אז ער זאל אים קענען זאגען, קוק אריין אין חומש פאר איך צי דיר אריין אזוינס און אזעלכעס. א שטארקע קאווע, ער האט'עס ניטאמאל ליב, אבער ער איז פארט א רעבבע. און א שאכטל סארדינס, אז די אויל זאל קענען אראפרינען אויף די אלטע גרעיע טיש. און דאן קען מען הייסן פאר א אינגל צו גיין ביי די סינק, אז ער זאל אים ברענגן די ברוינע טישוס.
דער מנהל שפאצירט אריין פונקט ווען דער צרה לייט לייגט א שמוציגע גלעזל אויפן פארעדיגן בענקל. נאך דאס האט ברוך זלמן'ן אויסגעפעלט. אזא בעקווערדס פראסק איז געקומען אומגעראכטן צו פליען. ער וויינט ווי א ביבער און דער מנהל פרעגט אים, וואס דארף דאס צו מיינען, דונערט ער. די הויזן זיינע ברויך מען כמעט טוישען פאר שרעק. עממממ, בערי האט עס געטוהן, איך האב עס געוואלט אראפנעמען, כליפעט ער. דער מנהל איז א געבוירענער פערד, אבער פארט נישט היינט געבוירן, ברוך זלמן האט נישט געוואוסט אז בערי איז היינט אין חדר נישט געקומען. און דער מנהל האט אקארשט וואס אויפגעהאנגען דעם טרייבל מיט זיין טאטען.
לעצט פארראכטן דורך סביב העולם אום מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

זייער שיין!! אבער חז"ל זאגן שוין, האומר דבר בשם אומרו מביא גאלה לעולם, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך אונזערס א חבר מו'ה "צו געזונט", ס'דערקענצעך זיין גאלדענעם פעדער און יעדן שורה, שקויעך רב צו געזונט, און אויך פארן פאסט טרעגער מר. סביב
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פון דא און ווייטער העמיר געבן די פרייוועסי צוריק פאר'ן נייעם שטעלפארטרעטער. מיר וואונטשן אייך ברכה והצלחה צו אייער נייעם ארבעט. איין זאך זאלט איר אבער וויסען, מלומדות איז א חכמה ואינה מלאכה. איר קריגט נשמה'ס אויף וואס צו ארבעטן. שלייפט זיי ווי דיאמאנטן, איידל און מיט הארץ. זיי וועלן איך אזוי צו גוטן געדענקן זייער גאנצן לעבן.



הצלחה רבה


נאר וואס יעצט באקומען אין בליץ פאסט פון א חבר מיינס, ווייסט איינער ווער עס האטעס געשריבן, כאשוין געחיפושט אין אלע ווינקלען און נישט געטראפען
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:זייער שיין!! אבער חז"ל זאגן שוין, האומר דבר בשם אומרו מביא גאלה לעולם, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך אונזערס א חבר מו'ה "צו געזונט", ס'דערקענצעך זיין גאלדענעם פעדער און יעדן שורה, שקויעך רב צו געזונט, און אויך פארן פאסט טרעגער מר. סביב


א דאנקע שיינס מיסטער יאכעס כאגעוואוסט אז כבין אין די ריכטיגע פלאץ מיט דיין זילבערנעם פעדער, וועסטו יך אנצייכענען דעם ריכטיגען אדרעס פון וואו סקומט, יעצט קען איך מאכן ריטוירן טו סענדער!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיינע נאנטע און בעקאנטע האבען מיך אויפן לאקאלען הצלה ראדיא מיך ערוועקט. צו געזונט צו געזונט, דו יו קאפי? אזוי מידערהייט געב איך א פרעג, וואטס די עמערדזשענסי? איך וויל שלאפען איצט. צו געזונט צו געזונט, שטיי אויף, ס'א רויבעריי אין שוואונג, אזוי לאור השמש.
איך טוה מיר אן די זאכען, די כלי זיין און איך פרעג, וואו? אויף אייוועלט. מ'האט דיין ארטיקל גערויבט.
א גוטע נאכט, איך פאק מיך צוריק שלאפען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

קודם שאלעמאלייכעם הרב סביב,
ווילעכדער טאקע געבן א שטיקל עדווייס פאר דיין נייעם ניק, אז ווען מ'קאפיט אן ארטיקל לייגט מען צו אויפן קעפל אז סיז א פעיסט, דו קענסט עס נאכאלץ פארעכטען.
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דא האט עטס דעם ארטיקל פון צו געזונט'ס ארכיוון

היינט קומט נישט דער רעבבע. מיין טאטע האט אים היינט געטראפען אין שול צופרי און דער רבי האט אים געזאגט אז היינט גייט זיין א נייע סאבסיטוטער. שרייט מוישי אויס מיט פאטאס.

ס'יז נאך אנהייב יאר, און אזא געשאנק פאר די קינדער. זיי גרייטן זיך אויף קעסל און כלים, מ'גייט מאכען א לעבן היינט. עניוועיס האב איך אויך נישט מוירע אפילו פון די עכטע רעבבע, שרייט מוישע לייב דער גרויס מויל. איך מיין איך האב געזען די סאפסעטוטער אין די האל פריער, ער קוקט אויס ווי א לעמעלע מיט א קליינע ציגעלע בארד, לייגט צו דער לץ פון קלאס הערש חיים.

די ערשטע זאך וואס ר' הערצקא זוכט אין דעם געביידע פון ווי ער איז נאר קארגע זעקס יאר צוריק ארויסגעגאנגען איז. איר האט צוגעטראפען, דעם מלמדים שטיבל. ער האט שוין אלס אינגל געהאט די פאנטאזיע אז ווען ער גייט זיין א טאטע, גייט ער זיין א רעבבע. ער האט שוין געקויפט אזא טרענטש קויט אן קעשענעס. און ווען ס'יז קאלט אין די גאס, דעמאלט קען ער האלטן די הענט אזוי אריינגעשטעקט אין די ערמל, איינס אין צווייטן אריין. און ער גריסט זיינע אלטע חברים נאר מיט אזא ערנסטן שאקל מיטן קאפ.

נאך אלס קינד אין חיידער איז לעבן אים געזיצען נפתלי דער הצלה. ער האט אלס קינד געפראוועט הצלה'יזם. ווען א אינגל פלעגט זיך צושניידן, דאן פלעגט ער קומען צו לויפן און אזוי שנעל געבלינקט מיט די אויגן, צוויי מאל די רעכטע אויג און צוויי מאל די לינקע אויג, אא"וו, לאמיר זאגען אז דאס האט געדארפט זיין סטראובס. ער האט ארויסגענומען אפאר אומקלעבעדיגע באנדאזשן פון די קעשענע און יענעם באנדאזשירט. ער האט אויך געהאט אזוינע מאדנע גאוז פעדס, וואס ער האט ארויסגעכאפט פון די לעדל פון זיין מאמעס נאכט קעסטל. נו, ער איז אבער היינט א פלעינער קעשיער אין א גראסערי. אבער הערצקעלע האט יא אויסגעפירט.

דער סאבסיטוט איז ניינצען מיט א האלבען יאר, נישט סתם ניינצען. ער קראצט זיך דעם אומגעוואקסען בערדל. דער באשעפער האט אים עס פשוט נאכנישט געשאנקען, ניטאמאל וואס אלעזר בן עזרי'. אבער ער קראצט זיך דעם מארדע אוואו גלייך נחשון בן עמינדב קען זיך פארשטעקן פאר אים.

דארט אין מלמדים שטיבל קוקט ער זיך ארום מיט קנאה'דיגע און נייגעריגע בליקען. די אלטגעזעסענע מלמדים קוקן אים אן פון אויבן אראפ. ס'ווערט אים אומבאקוועם, אבער ער מאכט זיך נישט צו טוהן, איך קען שוין טוהן אלעס וואס ענק, טראכט ער צו זיך. די ערשטע זאך מאכט ער זיך א קאווע אזוינס און אזעלכעס, מיט קאצקע צוקער פארשטייט זיך. ווייל ער דארף זיך דערלערנען וויאזוי מען צוברעכט עס אין האלב נאך וואס מ'לייגט די האנט אויפן קאפ צו מאכען א ברכה און אזוי עס איינטונקען אין די קאווע.

דאן קומט די צווייטע פאזע. ער גרייטזעך אן א מלמדים פרישטאג כיד המלך, ווי פאלגענד. פעניץ מיט קנאבעל, וואס די קנאבל קראצט מען שטארק אויפן הארטן פעניץ אז אלע קינדער זאלען עס הערן, און דאס עסט/קייט מען נאכדעם הויך אין כיתה ווען אלע קינדער קוקן און ס'שמעקט אין די נאניע אריין. און ער ווארט שוין פאר די סעקונדע ווען א אינגל וועט קוקען אויף אים. אזוי אז ער זאל אים קענען זאגען, קוק אריין אין חומש פאר איך צי דיר אריין אזוינס און אזעלכעס. א שטארקע קאווע, ער האט'עס ניטאמאל ליב, אבער ער איז פארט א רעבבע. און א שאכטל סארדינס, אז די אויל זאל קענען אראפרינען אויף די אלטע גרעיע טיש. און דאן קען מען הייסן פאר א אינגל צו גיין ביי די סינק, אז ער זאל אים ברענגן די ברוינע טישוס.

ער קוקט ארום אויף די ווענט, האלב אפגעקראצט האלב אנגעשריבן. און ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן. זיין רבי פלעגט אויפהענגן דעם הוט אויף א העקעלע וואס סטאשעק האט אריינגעדרילט אין די וואנט, בשעת דער רבי האט מיט פארגעניגן געצייגט דעם פאליאק ווי דאס העקעלע אריינצובארען. אבער אין די כיתה איז קיין העקעלע פארהאנען. ער פייגערט צו קענען בטעות קראצען זיין קאפ ווען ער נעמט אראפ זיין הוט. ווייל זיין רבי פלעגט דעמאלט אנקראצען זיין הענט אין די טיש און זיך וואשען די הענט מיט אביסל קאווע וואס ער האט אויסגעגאסען אויפן טיש.

ער עסט אפ, און ווידער, ער פוצט אפ זיין בארד וואס ער האט נישט. בענטשן וועט ער שוין באלד אין מלמדים שטיבל. און ער ווערט גראד שטרענג. ער וועט זיך נישט לאזען פון די ראצערלעך דעם ערשטן טאג. ער מעסט אפ די קינדער מיט אזויגערופענע שטרענגע און שארפע בליקען. עפעס איין מחוצפ'ל קוקט אים צוריק גראד אין פרצוף אריין. ער ווייסט שוין ווער דער צרה לייט איז, און ער לאדענט אים איין צו זיצען נעבן זיך. ער פרייט זיך אז גראד אנהייב טאג האט ער שוין די חדר אין די האנט, ווען שמרי' קנייטשט די לוסליעף פעיפער צו אלע זייטן און מאכט א היטל דערפון. דער שמרי' האט א שכן אין די מצילי אש און ער איז פשוט מקנא דעם שכן. אלזא ער מאכט זיך אזא פייער לעשער היטל פון פאפיר. און פון די איבעריגע פאפיר מאכט ער א ערעפלעין און, וווואפס, ס'פליט אין סאפסיטוט'ס פיסק אריין.

ער שפרינגט אויף ווי א שלאנג געביסענער און לויפט צו צום אינגעל מיט א נאך בחורישן כעס און וויל אים ווייס איך וואס טוהן... אופס, איך בין א רבי. ער הייבט אים אויף און טראגט אים צום מנהל אין אפיס אריין. שמרי' שמרי' ווילאנג נאך, פרעגט אים דער מנהל. דער שמרי' האט א גוטן קאפ, זונטאג קען ער שוין די גאנצע שיעור און איבער די וואך איז ער לאנגווייליג. גראדע א וואויל אינגל אויך און זיין רבי נוצט אים אלס מיוחס, אזוי אום אים צו האלטן ווי מער פארנומען. ער הייסט אים דעם שטעלפארטרעטער איבערבעטן, ער הייסט שמרי'ן ווארטן אינדערויסן פון אפיס. ער איז ר' הערצקא'ן מסביר וואס דא גייט פאר און ער פארשטייט. אבער פטור בלי כלום אי אפשר. ער זאגט דעם שטעלפארטרעטער אז ער גייט מיט קומען אין כיתה אריין. אזוי וועט מען זעהן אז דער מנהל נעמט דאס זייער ערנסט.

דער מנהל שפאצירט אריין פונקט ווען דער צרה לייט לייגט א שמוציגע גלעזל אויפן פארעדיגן בענקל. נאך דאס האט ברוך זלמן'ן אויסגעפעלט. אזא בעקווערדס פראסק איז געקומען אומגעראכטן צו פליען. ער וויינט ווי א ביבער און דער מנהל פרעגט אים, וואס דארף דאס צו מיינען, דונערט ער. די הויזן זיינע ברויך מען כמעט טוישען פאר שרעק. עממממ, בערי האט עס געטוהן, איך האב עס געוואלט אראפנעמען, כליפעט ער. דער מנהל איז א געבוירענער פערד, אבער פארט נישט היינט געבוירן, ברוך זלמן האט נישט געוואוסט אז בערי איז היינט אין חדר נישט געקומען. און דער מנהל האט אקארשט וואס אויפגעהאנגען דעם טרייבל מיט זיין טאטען.

פון דא און ווייטער העמיר געבן די פרייוועסי צוריק פאר'ן נייעם שטעלפארטרעטער. מיר וואונטשן אייך ברכה והצלחה צו אייער נייעם ארבעט. איין זאך זאלט איר אבער וויסען, מלומדות איז א חכמה ואינה מלאכה. איר קריגט נשמה'ס אויף וואס צו ארבעטן. שלייפט זיי ווי דיאמאנטן, איידל און מיט הארץ. זיי וועלן איך אזוי צו גוטן געדענקן זייער גאנצן לעבן.

הצלחה רבה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פייפ..........פייפ.......... צו געזונט אר יו אן די עיר? שקויעך "צו געזונט" נאכא מייזל כקען מיך טרעפן מיט די מחבר פראזענליך אין דיך גראטולירן וואס זאל איך דיר זאגן? דו ביסט א "צו געזונט"ער שרייבער איצט דריי דיך איבער אויפן צווייטן זייט ווארט אויפן נעקסטען קאלל........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליכע ארטיקל "צו געזונט", א שיינעם דאנק (און פארן משפיע "סביב העולם" אויך)
טלית קטן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טלית קטן »

יו דערמאנסטטו מיך שווערע צייטן לאל.....
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כ'האב געשטורעמט פאר געלעכטער, ייש"כ פאר'ן שרייבער און פאסט טרעגער
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין ניינצן מיט א האלב יעריגער סאבסיטוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זאלן אידן שמייכלען...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”