בלאט 1 פון 135

אינטערעסאנטע צעטלעך

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2006 8:30 am
דורך מעסטערמיינד
געזעהן אין א סטאר
בילד

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2006 12:27 pm
דורך יאנאש
מעסטערמיינד;

דו האסט נישט קיין אנונג ווי פאפולער די קרעטשמע איז, זינט די האסט דאס ארויפגעלייגט דא, האט יאנאש געזעהן די פלאקאט עטליסט ביי פינף חרדישע ארבעטס ערטער.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:24 am
דורך 3x0
איך האב לעצטענס געזען א צעטעל וואס עס שטייט דערויף אזוי.

ווער עס האט אוועקצוגעבן לשם מצוה אדער מנדב צו זיין סוכה ברעטער זאל זיך מעלדן צו ............... אדער.............

איך וואלט יענעם געוואלט פרעגן די חילוק פון אאועקגעבן לשם מצוה צו מנדב זיין.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 10:25 am
דורך יאנאש
ביים מנדב זיין שרייבט מען אזא צעטעלע "זאת נדבת" משא"כ ביים אוועקגעבן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 4:37 pm
דורך איך_הער
ווען איינער האט מיר געפרעגט דעם חילוק, האב איך געענטפערט אז אוועק געבן מיינט דאס וואס מ'האט און מ'דארף שוין נישט, מנדב זיין אויסצאלן פארן עסקן ער זאל קענען קויפן דערמיט פאר נצרכים.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 5:04 pm
דורך קהל'ס נאר
איך_הער האט געשריבן:ווען איינער האט מיר געפרעגט דעם חילוק,


איך הער זאגן אז איינער האט דיך געפרעגט וואס די חילוק איז...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 5:28 pm
דורך איך_הער
דו הערסט גוט ב"ה, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער אויך.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 8:59 pm
דורך שוועמל
3x0 האט געשריבן:איך האב לעצטענס געזען א צעטעל וואס עס שטייט דערויף אזוי.

ווער עס האט אוועקצוגעבן לשם מצוה אדער מנדב צו זיין סוכה ברעטער זאל זיך מעלדן צו ............... אדער.............

איך וואלט יענעם געוואלט פרעגן די חילוק פון אאועקגעבן לשם מצוה צו מנדב זיין.


למעשה האסט אים געגעבן ברעטער?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:04 pm
דורך 3x0
שוועמל האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך האב לעצטענס געזען א צעטעל וואס עס שטייט דערויף אזוי.

ווער עס האט אוועקצוגעבן לשם מצוה אדער מנדב צו זיין סוכה ברעטער זאל זיך מעלדן צו ............... אדער.............

איך וואלט יענעם געוואלט פרעגן די חילוק פון אאועקגעבן לשם מצוה צו מנדב זיין.


למעשה האסט אים געגעבן ברעטער?

ניין.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:05 pm
דורך מעסטערמיינד
למעשה וואס איז די נושא פון דעם אשכול,
(דזשאסט קידין)

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2006 9:07 pm
דורך 3x0
מעסטערמיינד האט געשריבן:למעשה וואס איז די נושא פון דעם אשכול,
(דזשאסט קידין)

אין מיינע אויגן איז יענע צעטעל געווען אינטערעסאנט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 11:19 am
דורך פענסטער
איך האב געזעהן א צעטל הענגען אין איינע פון די בתי מדרשים אין אמעריקא וואס ליינט זיך בערך אזוי:

א מענער זיץ צו פארדינגען די ניינטע רייע ערשטע שורה, ביטע רופט וכו'.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 2:20 pm
דורך סאכדעס
העי פענסטער אין וועכען בעסמעדרעש האסטו דאס געזעהן?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 6:12 pm
דורך ניק
סאכדעס האט געשריבן:העי פענסטער אין וועכען בעסמעדרעש האסטו דאס געזעהן?

דעס האסטו געזען אויף א צעטל?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 7:40 pm
דורך פענסטער
סאכדעס האט געשריבן:העי פענסטער אין וועכען בעסמעדרעש האסטו דאס געזעהן?


סארא נאפכע מינע?

נישט אין קראקא, כ'האב געשריבן אז ס'איז אין אמעריקא.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2006 11:07 pm
דורך איך_הער
איך האב געזען אינעם קהלות הקודש אויסגאבע ווי ער ברענגט אראפ אזעלעכע זאכן,
איבער געטייטש אויף אידיש, א געלונגענער גבאי מיט עקספיריענס זוכט איינעם וואס איז גרייט צו זיין א רבי און אויפצונעמען דעם עולם מיט קוויטלעך און פדיונות.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2006 12:05 am
דורך קרעמער
איך האב דעם יום טוב געכאפט דעם וויליאמסבורגן קידנעפער!

הערט און שטוינט:

הארט נעבן דעם ווארענונג צעטל פון חברה שומרים, אז עלטערן זאלן אכט געבן אויף די קינדער און זיי נישט לאזן ארומגיין אליין אין גאס - בפרט נאכדעם וואס א גוי האט פרובירט פארכאפן עטליכע מיידלעך אין די טעג בעפאר סוכות - האב איך באמערקט א צעטל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "א יונגערמאן וואס לערנט שוין מיט א אינגל א לאנגע צייט משניות, איז גרייט צוצונעמען נאך א אינגל אין די פארטאגס שעות" און ער לאזט דארט איבער זיין טעלעפאן נומער.

איך זאג אייך, איך האב ערנסט געקלערט אנצורופן די חברה שומרים האטליין זיי איבערגעבן דעם נומער פון יענעם אינגערמאן, וועלכער דערקלערט אן קיין שום בושות אז ער איז גאר גרייט "צוצונעמען" נאך א אינגל..................................

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2006 12:11 am
דורך שוועמל
אה, קרעמער,
כ'אב נישט געוויסט דו וואוינסט אין וויליאמסבורג

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2006 12:33 am
דורך shtilerheit
מיין חבר האט מיך געשיקט א בילד (איך קען נישט ארויפלייגען קיין בילדער קען איך עס נישט ארויפלייגען ואתכם הסליחה!)פון א צעטל וואס איז געהאנגען אין איינע פון די גרויסע אידישע צענטערן יעצט אין די הייליגע טעג עס ליינט זיך אזוי.

please be mochel me to the person who i called shotah for the
pashat about eating
mun since I forgot who you are I'm asking you machilah with this sign
(anyone who was there should please let me know who this was)

יעצט פאר די וואס פארשטייען נישט קיין ענגליש

איך וויל איבערבעטן דעם וועם איך האב אנגערופען שוטה פאר די פשט וואס ער האט געזאגט וועגען עסן מן,
וויבאלד איך האב פארגעסן ווער דאס איז בעט איך עם איבער מיט די צעטל.
נ.ב. ווער עס איז דארט געווען זאל מיך ביטע מודיע זיין ווער דאס איז געווען.

ע"כ לשונו הקדוש

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 6:11 pm
דורך פענסטער
דאס איז נישט קיין צעטל נאר א בריוו, אבער כ'מיין אז ס'איז אינטערסאנט.

[img]http://bh.hevre.co.il/forum/upload0706/2006714_395223926_מכתב%20מדויק.jpg[/img]

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 6:23 pm
דורך מעסטערמיינד
איי איי
אז ס'איז גוט , איז גוט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 6:25 pm
דורך איך_הער
מעסטער איך האף אז די מאכסט ליצנות, ווייל איך קען גארנישט זען דארט נאר א קליין ווייס קעסטל מיט א רויטע עקס.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 6:45 pm
דורך מעסטערמיינד
ניין איך מאך גאר קיין ליצנות נישט, ס'איז באמת גוט.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 6:48 pm
דורך פענסטער
מעסטער;

שכויח פאר די מחמאה (וואטעווער)

איך_הער;

כ'מיין זאלסט גיין צום אויגן דאקטאר, אפשר קען ער דיר העלפן... עהה, כ'מיין זאלסט פרעגן ארענדער וואס גייט פאר.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2006 9:14 pm
דורך יאנאש
גווווווווווווטטטטטטטטטטט גווווווווווטטטטטטטטט