די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

געב אהער קישענעס, ניין יענע קישן איז צו דאר... געב אהער א גראבע קישן... אזוי. דאס עסטע לייגן פאר די בויך פון המן... יעצט פון דעם וועט מען מאכן די פיס... דאס עט זיין די פנים... חחחח... קוק אים אן דער.... חחחחח..... קוק.... דער קוקט אויס ווי אזא המן דער... יעצט געב אהער יענע שטריק דארט... ארום דעם האלז... צוגעבינדן... ער הענגט.... ישראל זרח לויפט אראפ די סטעפס... חחחח.... קוק דער הענגט כן יאבדו כל אויביך ה'.

ווילאנג האלסטו דארפן מיר נאך גיין אנצוקומען ביזן שפיץ? טרעפ נאך טרעפ שלעפט זיך נח ארויף די טרעפ מיט זיין חבר גמליאל.

איך בין שוין אמאל ארויף ביז אויבן זאגט אים גמליאל... ס'האט גענומען בערך א שעה.

און וואס זעהט מען ווען מ'קומט אן אויבן?

מיילן מיילן ווייט.

מיילן מיילן ווייט? איך קען שוין קוים ווארטן אנצוקומען צום שפיץ.

שלעפן זיך ביידע מיט די פעקלעך אויף זייערע פלייצעס. אט ענדליך זיי שטייען אויפן דעק פונעם שיף.

WOW, איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה? און געב אהער דיין "קוקער" איך מיין אז איך זעה שוין ארץ ישראל.

יא? איך זעה דארט האלאנד? דו האלסט נישט אז מיר האבן אפשר פארבלאנדשעט?

האלאנד? דו זאגסט מיר צו, ווי קומט עס צו אונז אז מיר זאלן זיך דערזעהן אין האלאנד? איך גלייב עס נישט. אויב עפעס קוקט מיר עס נישט אויס ווי האלאנד. איך מיין אז איך זעה דארט גריכלאנד.

גריכלאנד? נע. דו מאכסט א מיסטעק. דעס איז נישט גריכלאנד. האלאנד האט אויך ביימער. איך מיין אז מיר זענען אין האלאנד.

דער שיף דערנענטערט זיך נענטער און נענטער. ער איז שוין כמעט ביים בארטן. ער שרייט געוואלד! נו, קום שוין אראפ דארט. איך וויל אויך ארויפקריכן אויפן בוים. איי האט דער הייליגער צאנזער געזאגט, "מ'דארף בעטן 'אל תביאינו לא לידי נסיון'. ער קורטשעט זיך צאם, ווערט ממש אזוי גרויס פון די עפענונג פון א באטל. ריקט זיך אריין אינעם באטל. מאכט זיך באקוועם אין א ווינקל. מאכט צו דעם באטל.

אזוי טראכט איך, איך וויל, אז ווען איך הייס שפרינג! זאלסטו שפרינגען. איך וויל זאלסט טון עקזעקטלי וואס איך וויל אז דו זאלסט טון. איך גיי דיר נישט אייביג בעטן זאכן, אבער ווען איך בעהט דיך, וויל איך זיין דער וואס קאנטראלירט דיר. אבער ער בעהט זיך ביי אים, איך בעהט דיך "לאז אפ די שטותים" פארוואס ביסטו אזא בעל דמיון? פארוואס טראכסטו נישט פאזיטיוו אויף די מענטשהייט? לאז אפ. ער מיינט נישט גארנישט. ער וויל נישט גארנישט.

אבער דער געט נישט אויף "פארוואס ווילסטו מיך אונטערברענגען????????" פארוואס ווילסטו מיך אזוי שטארק זעהן אין דער ערד. לאמיר דיר פרעגן איין קשיא "פארוואס ווילסטו מיך זעהן אין דער ערד" וואס גייט דיך אן אז איך בין אן ערליכער וואוילער יוד. וואס גייט דיך אן? פארוואס מוז איך זיין דער וואס ווערט געפייניגט יעדעס מאל פון אנדערע מענטשן וואס שלעפן פון דיר ארויס אלע מיני כוחות אבי זאלסט נישט זיין קיין נארמאלער מענטש. פארוואס? פארוואס מוז איך זיין דער עבד נרצע פארן יצר הרע? איך זאג ניין! הערסט? לאז מיר אפ. איך דארף מנוחה. איך וויל קענען אליין טראכטן, און אליין קענען באשליסן וואס איך וויל טון.

אבער דער געט נישט אויף מיט זיינע נאן סענס טענות. פארוואס קענסטו טון וואס דו ווילסט, און די איבעריגע וועלט איז באשאפן געווארן דיך צו באדינען. פארוואס? איך קען דאס נישט פארשטיין. אבער ער בעהט זיך ביי דיר. זיי נישט קיין יפתח ופנחס, זיי נישט קיין משוגענער, הער אויף צו טראכטן קרום. הייב אן צו זיין נארמאל. קום ארויס פון דיין לאך וואו דו האסטעך איינגעשפארט. דו קענסט מיר זאגן פארוואס ער וויל אזוי שטארק אז איך זאל דורכפאלן? וואס ווילסטו פון מיר. דו ווילסטעך פילן העכער מיר. און דו ווילסט אז איך זאל קומען צו דיר מיט טרערן אין די אויגן, און טון עקזעקטלי וואס דו ווילסט. אבער זאגט דער אנדערער "הער אויף, קיינער מיינט נישט גארנישט". ווילסט נישט, זאג אז דו ווילסט נישט. זיי נארמאל.

זאגט אבער דער אנדערער, אז וואס זאל איך טון יעצט? איך קען מיך נישט קיין עצה געבן. איך פיל געטרעפט. איך פיל אזוי ווי דער ביבער פארן אריינלויפן אין נעץ. איך מיין, וואס טראכסטו? איך דארף אלעס מבטל זיין עד הסוף?????? איך פרעג? פארוואס איז דא מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן אז זיי מעג אלעס גיין וויאזוי זיי ווילן? און נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי מוזן זיין זייערע קנעכט? פארוואס? איך דארף מבטל זיין יעדעס מין רצון מיינע, און זיך נישט קענען צאמקלויבן מיינע ביינער, צו קענען האבן וואס מיין נפש גארט, אלעס נאר ווייל דו ווילסט האבן וואס דיין נפש גארט? איך מיין איך לויף אין ספרים סטאר, איך קויף מיר איין אלע ספרים אויף גוטע מידות. אבער ס'גייט נישט. און דאס איז אלעס נאר אין מחשבה און דער שאור שבעיסה קומט זיך דא אן ווי א צולייגער. דיך ווער האט גערופן?

קאן איך זיך נישט אן עצה געבן מיט מיר אליין. און דאס ארגסטע איז ווען דער שאור שבעיסה מישט זיך אריין. אטליסט דו זיי שטיל. וואס מישסטו דיך אריין אין אזא געהויבענע קאנפליקט. גיי ווייס.

און אזוי זענען זיי אנגעקומען.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

נשמה׳לע ווי וואנט מאור
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:נשמה׳לע ווי וואנט מאור

ווי וואנט מאר! ווי וואנט מאר! ווי וואנט מאר! ווי וואנט מאר! א טו וואנט מאר! WAY.
אל ה'נאר הזה התפללתי... התפללתי אל ה'נאר הזה, וואס אי'פשט, דו דאווענסט אל ה'נאר הזה? זאגט ער יא... ווייל אז דער נאר זעהט אז ס'קומט פורים און ער ווערט נישט פרייליך, דארף מען בעטן פאר'ן. אט דאס זאגט דוד המלך אין תלים, על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצוא רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו. שטעלט זיך דאך דא א גוואלדיגע קשיא, לכאורה זייער אויבן אויפיג. אלע מפרשים שטעלן זיך דערויף. אלע מענטשן שטעלן זיך דערויף. יעדער שטעלט זיך דערויף, און דערפאר מאכט מען א ברכה, רוקע הארץ על המים. און דאס האב איך געוואלט זאגן. וואס איז דער רק לשטף מים רבים, וואס איז דער שטף? און וואס איז דער מים רבים. אוי גלות גלות ווי גרויס ביסטו וכו'...

עמער זעהן אזוי. קודם עמער לערנען אביסל מגילת אסתר. איך פארשטיי זייער גוט פארוואס אסתר תענית איז נעבן פורים. ווייל פורים ליינט מען מגילת 'אסתר'. ביידע זענען אסתר. אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה. אפילו אין אט דער מגילה, דאס האסט ווען ס'איז צאמגעדרייט איז דאך אלעס בהסתרה. אויב אבער מ'עפנט אויף דער מגילה. מ'טוט דאס אויסשפרייטן. דאן זעהט מען שוין, אז אפילו דארט איז אויך דא דער אויבערשטער. דערפאר דארף מען ליינען די מגילה כאיגרת, אויסגעשפרייט. מיט דעם פארשטייט מען שוין אויך דאס "רוקע הארץ על המים" דאס איז די זעלבע ענין פון אויסשפרייטן. ועוד לאלוק מילים.

ס'דא וואס ליינען אזוי די מגילה ויהי בימי אחשורוש = און עס איז געווען פורים אויפדערנאכט נאך א פאסט טאג. הוא אחשורוש = און איך מוז קומען אין שוהל. המלך מהודו ועד כוש = איך ווייס נישט קלאר פארוואס איך מוז דא שטיין יעצט. שבע ועשרים ומאה מדינה = אבער שוין, איך כ'על טון א טובה דעם אייבערשטן.

בשנת שלש למלכו = איך האף אז דער בעל קורא וועט שוין כמעט ענדיגן. עשה משתה = ער ליינט אביסל שטאט.

בהראותו את עשר כבוד מלכותו = וואס איז געווען? זאג נאכאמאל. וואו? ווי קומט ער דא אריין דער אחשורוש, וואס ווילסטו יעצט פון אחשורוש צווישן טישן און בענק?

........................................... ודובר שלום לכל זרעו. = וואס האט מען יעצט געטון דא? די מערסטע וואס איך האב בייגעוואוינט איז געווען זעצעס.

על כל פנים, אז מ'טראכט אריין איז דאס גרויסקייט פון דעם הייליגן יונטעוו פורים וואס עס קומט עלינו לטובה, זעהט מען אזוי. אין די מגילה זעהט מען אזוי, אז מ'איז זיך מתבונן אין די מגילה זעהט מען "ליהיות כל איש שרר בביתו" כופה את אשתו ללמד את לשונו אם היא בת לשון אחר. פארשטייט מען נישט וואס האט אחשורוש אזוי געוואלט דער כופה את אשתו ללמד את לשונו? וועט זי רעדן אן אנדערן שפראך. איז וואס? נאר ווען דער אסתר המלכה איז געקומען אינעם פאלאץ פון קעניג, האט זי גערעדט דעם קעניגס שפראך דייקא, און דער קעניג האט גארנישט געקענט טון דערצו, איך מיין, דאס איז דאך דער געזעץ. דו האסט נישט קיין ברירה און דו גייסט נישט וויסן אז איך בין א יוד.

בימים ההם ומרדכי ישב בשער המלך, קצף בגתן ותרש שני סריסי המלך משמרי הסף אשר בקשו לשלח יד, וואס איז דער "סף" געווען דא. וואס האבן די צוויי מיסטערס געהיטן דא? וואס איז אונז א נפקא מינה אז זיי זענען געווען "משומרי הסף"? נאר אז מ'טראכט אין ליכט פון וואסער און פייער, דער "סף" איז געווען א סעיף. דארט איז געליגן טויזענטער טויזענטער דאלארן. עטץ קענטץ ענק פארשטעלן וואס דארט איז געליגן. דאס איז נישט געווען סתם א "סעיף", ס'האט געהאט א ריזיגע טיר. מ'האט געקענט געהעריג אריינוואקן דארט. און זיי האט זיך פארשמעקט דאס געלט. און דערפאר "ויבקשו לשלח יד במלך אחשורוש". זאגט רש"י להשקותו סם המות. זיי האבן געהערט מרדכי'ן לערנען תורה הקדושה. האבן זיי געטראכט אז זיי גייען דעם אחשורוש לערנען תורה מיט'ן, און לא זכה נעשה לו סם המות, וועט דאך דער אחשורוש שטארבן. דו פארשטייסט? דא איז נישט געווען "ויבקשו המיתו". זיי האבן געוואלט נאר א שליח. נאר דעם "יד" האבן א האנט אינעם טויט. אבער דער מרדכי האט געכאפט וואס זיי הערן זיך אזוי אונטער טאג נאך טאג זיין תורה, האט ער געכאפט, נע, איך ווייס שוין ענקער פלאן. ויתלו שניהם על עץ. מ'האט עס זיי געגעבן צו טרינקען. עץ איז דאך די תורה הנקרא עץ חיים. און ויתלו שניהם על עץ מ'האט עס זיי צוגעשטעלט דעם ענין פון לא זכה נעשה לו סם המות.

און שפעטער ווען אחשורוש האט נישט געקענט שלאפן שטייט אזוי: ויאמר להביא את ספר הזכרונות דברי הימים ויהיו נקראים לפני המלך וימצא כתוב אשר הגיד מרדכי וכו'. דער אחשורוש האט נישט געקענט איינשלאפן האט ער געוואלט לערנען תורה, און פארשטייט זיך, אז ער האט אנגעהויבן פילן "לא זכה נעשה לו סם המות" האט ער זיך דערמאנט אז אט דער זאך האט אים בגתן ותרש געוואלט אנטון, און מרדכי האט אים געראטעוועט דערפון. און דער אחשורוש האט זיך געוואונדערט וויאזוי קען זיין אז מרדכי לערנט און פאר אים שאד עס נישט. און דאס האט ער געפרעגט "מה נעשה יקר וגדולה למרדכי על זה" צו האט מרדכי עפעס אן הנאה דערפון פאר זיך שלא לשם שמים, און זיי האבן אים געענטפערט "לא נעשה עמו דבר". ניין, קעניג, ביסט גערעכט, ער אליין פאר זיך נעמט גארנישט פון די תורה, אלעס לשם שמים.

איז דער המן האט געוואלט הרגענען מרדכי'ן דורך דעם וואס מרדכי וועט לערנען תורה אויף אזא אופן אז ס'וועט זיין לא זכה נעשה לו סם המות. "לאמר למלך לתלות את מרדכי על העץ אשר הכין לו". חלילה מאכן אז דער מרדכי זאל ווערן אויפגעהאנגען טאקע דורך דעם עץ. טאקע דורך די תורה וואס ער לערנט זאל ער חלילה. און דער קעניג האט באמת געוואלט טון א טובה פאר מרדכי, ער האט אים געוואלט באצאלן פארן אים ראטעווען פון טויט, אבער וויבאלד המן מישט זיך אריין איז שוין שווערער. ויאמר המן בלבו למי יחפוץ המלך לעשות יקר יותר ממני, פארוואס וויל דען די קעניג מאכן פאר מרדכי'ן אזא גרויסקייט, מוז דאך זיין אז ער וויל אויך פונקט ווי מיר, מאכן מרדכי'ן גרויס, מרדכי זאל צוקומען צו גאות, און דאדורך חלילה... האט המן געזאגט, געב פאר מרדכי דאס וואס איך וואלט געוואלט, אזאנס וועט אים זיכער ברענגען צו גיאות, מ'וועט אויסרופן "ככה יעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו". אבער דער מרדכי איז געווען אזא צדיק, ער האט געליינט קרישמע בשעת ער איז געזיצן אויפן פערד. ער האט אלעס מייחד געווען צום הייליגן בורא כל עולמים. ער האט געמאכט אז אפילו דו המן דו ביסט דער וואס דרייט אלעס אן, איך וועל מיך האלטן צום ליבן בורא, איך וועל פון באשעפער נישט אוועקגיין. באש ובמים ותוציאנו לרוי'. דערפאר, האט ער ארויסגענומען דעם ניצוץ הקדוש פון המנ'ן, המן האט געענדיגט זיין שליחות. "והמן נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש". ווידערואם מרדכי, מרדכי האט נאר פון דעם א נוצן געהאט, וישב מרדכי אל שער המלך זאגט רש"י לשקו ולתעניתו, ניטאמאל דאס אז ס'איז אים געלונגען צו ליינען קרישמע בשעת'ן באקומען אזא גרויסן כבוד, ניטאמאל דאס האט אים געטוישט. ער איז ווייטער זיך געזעצט לשקו ולתעניתו. מרדכי הצדיק.
זאל דער אויבערשטער העלפן. ס'קומט דעך אזא גרויסער טאג. זאל דער פון אויבן אונז העלפן מיר זאלן זיין העפי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די עפילאג פון די מגילה איז: כי מרדכי היהודי משנה למלך אחשורוש וגדול ליהודים ורצוי לרב אחיו, דרש טוב לעמו ודבר שלום לכל זרעו. כדי לנעוץ סוף מגילה לתחילתו, ויהי בימי אחשורוש הוא אחשורוש המלך מהודו ועד כוש שבע ועשרים ומאה מדינה. די גאנצע זאך פארוואס עס האט געדארפט זיין אן אחשורוש איז טאקע געווען וועגן דער מרדכי זאל האבן וואו צו זיין א משנה למלך.

פרשנדתא האלט איך איז געווען מער א פעסט געבויטער מענטש. סאליד. פעסט געשטעלט. געהאט א שטיקל בערדל שוין אביסל ווייסע הערעלעך דערין, געזיצן אויף זיין אפיס בענקל. יעצט דער דלפון איז געווען א רשע מרושע פארשטייט זיך, אבער פון דרויסן האט מען גארנישט אנגעמערקט אויף אים. ער איז געווען מער אזא מאגערער דלפון. ער פלעגט אפילו זיך אפשיידן פון תענוגי עולם הזה. רשע מרושע דער. דער אספתא איז געווען א שטארקער נחבא אל הכלים, מ'האט אים ווייניג אנגעזעהן ברבים, אבער אזא רשע פונקט ווי זיינע ברודער, געהאט פלענער אויף יודישע קינדער פונקט ווי זיינע שלעכטע ברודער. דער פורתא איז געווען א פארגרעבטער קליינטשיגער אזא קים יאנג. ליב געהאט צו עסן. דער אדליא איז געווען גאר אן איידעלער הויעכער, אבער פון דעס וועגן א רשע מרושע ימ"ש וזכרו ער דערמיינט מיך פון די נאציס, דער ארידתא איז געווען א הארטער פארשוין, אן עקשן איינס אין דער וועלט, פון דרויסן האט ער נישט אויסגעזעהן ווי אזא אכזר פון אינעווייניג, נישט נארמאל דער, ימ"ש וזכרו. מיט דער פרמשתא איז שוין געווען זייער אינטערעסאנט, ווייל דער האט יא אויסגעזעהן מיט אזא שמייכעלע, אויסגעקוקט ווי ער איז נישט ווי זיינע ברודער. אבער א רשע פונקט ווי אלע זיינע ברודער. דער אריסי און ארידי זענען געווען צווילינג ברודער נישט שיין אפילו צו רעדן פון זיי. דער ויזתא ווייסט פון א רשע א טיפש ליידט מען זיך מער אן. אט איז דער געווען. ימ"ש.

מ'דארף וויסן, די האבן זיך געקריגט מיטן באשעפער אליין. דערפאר האט מען זיי גע'הרג'ט. ווייל דעם באשעפער'ס פלאן וועט בלייבן. און זיין כסא וועט ווערן גאנץ.

ואתם כתבו על היהודים כטוב בעיניכם. מיר זאלן אלע זיין געבענטשט.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

.
אטעטשמענטס
00001.jpg
00001.jpg (335.34 KiB) געזען 3485 מאל
00001 (2).jpg
00001 (2).jpg (352.36 KiB) געזען 3485 מאל
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ווער האט נאכקאפירט וועמען...?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעדפארד עוועניו איסטערן פארקוויי אריינגאנג פון די רעכטע זייט, נאכאמאל אריינגאנג פון די רעכטע זייט, נישט פון די לינקע זייט. די וועג אריינצוגיין איז אזוי: ווען דו קומסט אן ביסטו אקעגן איבער די הויז, אויף דיין רעכטע זייט וועסטו זעהן קליינע פענסטער, און א קליינע בלויע שלאק וואס דעקט שוין צו עפעס זייט 1955. דארט איז דא א געיט, דו גייסט אריין אינעם הויף, וואקסט פאר בערך א האלבע מינוט, נאכדעם וועסטו זעהן א אלטע בודקע, גיי אריין אין דעם בודקע, אויף די לינקע זייט איז דא דריי סטעפס, גייסט אראפ די דריי סטעפס, עפנסט אויף די אלטע טיר וואס קען זיך נישט צומאכן אינגאנצן, געדענק נישטא קיין לעקטער דארט, דו מוזט גיין, וועסט זעהן א אלטע בייק וואס שטייט שוין דארט צוואנציג יאר, אויף די רעכטע זייט וועסטו זעהן א טיר, גיי אריין אין דעם טיר, וועסטו זיך טרעפן אין א שטוב מיט אויסגעקראכטע פענסטער, און האס-פארהאקטע טירן, אנגעפעינט שטארק ווייס, דו גיי נישט אריין אין די טירן, ביי די עק וועסטו זעהן א קליינע נידריגע טיר, דו מאך אויף יענע טיר, וועסטו זעהן אלטע סטעפס, דו האב נישט מורא, דעי סטעפסט שאקלן זיך אביסל, און ס'זינגט ווען מ'וואקט דערויף. דו וואק אראפ די סטעפס, וועסטו זיך טרעפן אין א דומפיגן שטוב, דו האלט איין דיין אטעם, וואק, וועסטו טרעפן ביי די עק א ווייסע פענסטער טיר. דו עפנסט אויף יענע טיר, וועסטו זעהן א לאנגע האלוועי, מיט פייפס און באקסעס וואס ליגן דארט אין די זייט פאר די לעצטע דרייסיג יאר. דו דארפסט צו זעהן א זמנים צעטיל פון תשנ"ח, דארט נעבן דעם זמנים צעטיל איז דא נאך א טיר, דו גייסט אריין, אינמיטן פון די שטוב איז דא א לאך און אז דו וועסט אראפקוקן וועסטו זעהן סטעפס, דו גיי אראפ יענע סטעפס, וועסטו זיך טרעפן צווישן זוילן און פאולן, ביי די עק וועסטו הערן א סיסטעם ארבעט. מיט עפעס א שטוב וואס איז אמאל געווען א קאך, דו גייסט דורך דעם קאך, קומסטו אן אין א שטוב וואס איז אמאל געווען א דייניגרום, דו גייסט דאס אויך דורך, ביים עק וועסטו זעהן ווי די אוירקלאט הייבט זיך אויף, דארט איז דא א טיר, דו עפנסט עס, דארפסט דורכוואקן די גאנצע האלוועי ביז סוף. נאכדעם וועסטו זעהן סטעפס ארויף, דו וואקסט ארויף, האב נישט מורא, די סטעפסט קראכט ווען מ'וואקט דערויף, מ'פילט אז מ'קומט אן אונטן, אבער ס'געשעהט גארנישט. דו וואקסט ארויף די סטעפס, וועסטו זעהן א טיר, עפנסט אויף דעם טיר, וועסטו זעהן נאך א טיר, ביי די רעכטע זייט וואוין איך, און ביי די לינקע זייט האט אמאל געוואוינט א גוי.

באלד גייט מען אויף דעם אשכול צומאכן די פסח קאך טיר. וועכע לעפל ס'גייט בלייבן אויפן קאונטער, גייט עס אזוי בלייבן ביז קומענדיגעס יאר הבא עלינו לטובה ולברכה.

אפילו תענית אסתר דארף מען זיך צוגרייטן פאר פייער און פאר וואסער, כמים נשפכתי והתפרדו כל עצמותי, איז וואסער, היה לבי כדונג נמס בתוך מעי, איז פייער. מ'קען עס זאגן ווען ס'קומט אזא גרויסע מגילה ליינען, פאר פייער און פאר וואסער.

וואויל זענען די יודן וואס פארשטעלן זיך שוין פון אינדערפרי, קומט ארויס איינער פון דערהיים און יענער איז נישט אזוי אין די פורים גיסטע, זעהט ער איינער מיט א פאני היט, ער ווערט אויפגעלייגט, ער זאגט טאקע ס'איז פורים היינט, איך גיי זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים מיט שמחה, איך גיי זיין אויפגעלייגט היינט, וואסערע גוטע זאך האט יענער געטון מיט זיין פארשטעלאכץ? זוך נישט דעם אויבערשטן דארט, דא איז ער, דא ביי דיר. דא, דא, דא. מ'זעהט אין די מגילה דאס ענין, מיט די ראשי תיבות פון שם הוי' ברוך הוא וברוך שמו, מיר קענען אלעס מתקן זיין פורים. ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור ועטרת זהב גדולה ותכריך בוץ וארגמן והעיר שושן צהלה ושמחה. וכו'.

להודיע שכל קויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך בך. צוויי מאל בך, די זעלבע זאך ווי ס'שטייט צוויי מאל קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה' און נאכאמאל, דאס איז דער בך, בך. צוויי מאל. כל החוסים בך. מ'קען שרייבן און שרייבן און שרייבן וועגן פייער און וואסער. איין זאך נאר בשמחה. זיין פרייליך. קום אהער דארט, קום אהער דא, פארוואס ביסטו צוגעלייגט? ס'קומט פורים, פרייליך.

איך קום ארויס אויפן גאס און איך זעה אז ס'רעגנט און ס'פאטשט. איך וואונדער מיך וואס קען דאס מיינען, וואס קען דאס טון? איך לויף שנעל מיט איין אטעם אין ביהמ"ד און איך כאפ א קאווע זיך צו דערווארעמען די פיס. זעה איך מיין חבר מעכיל און איך גריס אים א גוטן פרישטאג. פרעגט ער מיך וואס איז נייעס? זאגט ער מיר ס'איז א שיינע וועטער היינט, די זוהן שיינט א מחי', אפשר לאמיר ארויס כאפן א טבילה. זענען מיר געגאנגען כאפן א פייגל, און מיר זעען אז דער פייגל איז כמעט געווען געכאפט אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט פון אונטער אונזערע קעפ. נו, איז נישט א פייגל, אפשר וועלן מיר כאפן פיש? לאמיר גיין צום וואסער כאפן פיש. לויפן מיר כאפן שיריים, אבער די קוגל איז געווען זייער גרויס, און מיר האבן עס נישט געקענט אריינלייגן אין אויווען. האבן מיר אים געמוזט האלטן אויף אונזער היט. אנקומענדיג אין ביהמ"ד האבן מיר געזעהן אז דער קוגל איז שוין לאנג נישט אין אויווען, ס'איז שוין לאנג אויפגערעגט געווארן. פרעגט מיר מיין חבר צו איך האב וואסער ווייל ער איז זייער הונגעריג, האב איך געזאגט אז א חומש האב איך נישט, אבער איך האב א סאודע. צו ער דארף א המן טאש, זאגט ער מיר אז ער טרינקט נישט קיין וואדקע ער טרינקט נאר וויין. פרעג איך אים צו ער טרינקט דייקא רויטע וויין, זאגט ער מיך יא, נאר געבראטענע וויין, ער טרינקט נישט עפעס אנדערש ווי פליסיגע וויין. גייען מיר אריין אין א ספרים סטאר, און אזוי ווי מיר קומען אריין אין גראסערי, האט ער נישט געהאט דארט נאר רעקלעך פאר קליינע ניי געבוירענע בעביס.

גייען מיר ארויס אינדרויסן און מיר ווילן אפשטעלן א טעקסי זאל אונז צוטרעפן, אבער מיר טרעפן נישט קיין קוואדער פאר קיין הונדערטער. די זייגער האט זיך ביז דערווייל געריקט טריט נאך טריט און מיר טרעפן נאך אלץ נישט קיין שטרוי. זאג איך אים אפשר לאמיר וואקן צו פיס, און אזוי הייבן מיר אן טאנצן, פרעגט מיך א דורך שטייער פארוואס טאנצן ענק, זאגן מיר אים, ווייסט נישט ס'קומט פורים? פרעגט ער, ווער יענער ווייסער דארט? זאג איך אים יא. מיין שיך האב אנגעהויבן דרוקן האב איך געזוכט א שיך סטאר, קום איך אריין און איך זעץ מיך אוועק ביי א ווינקל פון די שיך, און פלוצלינג פיל איך ווי איינער צעקוועטשט מיך מיט זיין פיס, שריי איך, דריי מינוט, לאז מיר אריין פון דא, נאכדעם וועסטו אנטון דיין קאפל. אבער יענער איז נישט געפארן. אזוי בין איך אנגעקומען דא.

ארויסקומענדיג פון די שיך. דערזעה איך מיך אין א ריזן ביהמ"ד מיט טויזענטער ברעקלעך, איך גיי צו איינעם און איך פרעג אים, זאג נאר וואסערע פעטרישקע איז דאס? און יענער האלט מיך נישט ביים געבן זיין גלעזער. סאו, מיט וואס זאל איך טרינקען די וויין? איך גיי צו אים און איך זאג אים אז ס'איז זייער ביזי, אויב ער קען מיך לאזן זיצן פאר אים, ווייל איך האב נאר דריי קארטליך.

אריינקומענדיג אין זיין אפיס זעה איך ווי ער האלט אינמיטן לאנדן, פרעג איך אים צו איך קען מיך מיטכאפן מיט אים? זאגט ער אז ער האט שוין אלעס אויפגעגעסן. האב איך אליין געמוזט מאכן די החלטה. ענדליך קום אים אן צום לייטער, און איך הייב אן אריינצוגיין, ווען איך בין שוין טיף אויבן שלעפט מיר מיין חבר פון אונטן, אז די לייטער איז אונזערע און ער ווייסט נישט צו מ'קען עס נוצן. איך קריך אראפ טרעפ נאך טרעפ ביז איך האב שוין נישט געקענט האלטן מיין אטעם, און איך האב אויסגעפלאצט.

קום איך ארויס אויף די כינעזע גאסן, איך זעה דארט פאבריקן פון אלע היימישע חפצים, איך זוך א מנין מעריב גיי איך אריין אין פאפא, מ'האט דארט געהאלטן ביי קריאת התורה. זעה איך א יוד זיצט דארט נאך געלט, און שרייט געלט געלט, לייג איך אריין מיין הענט אין מיין טאש, און נעם ארויס וואס איך טרעף נאר און איך געב א גארטל. קום איך צום רעסטוראנט און איך פרעג זיי צו האבן א סחורה פאר א פרוכת לכבוד פורים. זאגן זיי מיר דא איז א באנק, מיר פארקויפן נישט קיין הויזן טראגער. גיי אריבער די גאס, וועסטו דארט זעהן א סאטמאר ביהמ"ד דארט וועסטו קענען האבן וויפיל סאלאמי דו ווילסט. און אט זעה איך פאר מיר א פארשטעלטער ווי א בער מיט לאנגע הערנער, טראגט משלוח מנות פאר זיין ליבע בעבי. די משלוח מנות איז געווען א קאפ וויין מיט א שטיקל קעיק. איך קוק אים נאך, און איך הער ווי ער קומט אריין צו זיין ברודער, און לייגט דארט אראפ דאס גאנצע מגילה פון ויהי ביז זרעו.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פייער און וואסער ביינעזאם? ווי איז דאס געהערט געווארן ביי די אמאליגע פייערדיגע חסידישע אידן אז מען זאל זיך ווייקן אין א נאסע מקוה? צו האט עס אפילו א מקור? צו דען האט איינער אמאל געקלערט אז מען קען כאפן א לעקטעריק שאק פון א טריקענע מקווה? אפילו לגבי די אייז מקוה וואס דער עצי חיים האט געוואלט מתיר זיין האט דער רבי זי''ע געזאגט אז דער עצי חיים האט גערעדט פון א אנדערע סארט אייז מקוה.

און יעצט שטעלט זיך די מיליאן דאללער פראגע: אויב איז טאקע אמת אז צוליב גלאבעלע אנווארעמונג איז די וואסער ברעגעס אזוי הויעך, און לויפערס אייז וויין (OZ WINE) איז אויך שוין עבר ובטל בתתק''ס, נו אויב אזוי ווי איז די ווארימע חסידישע בחור פארשווינדן געווארן?

און וויאזוי טרעפט מען שעטנז און מפואר'ס טראקס? צו איז דאס אויך אנטיסעמעטיזם? און לאמיר דיר פרעגן נאכמער, וויאזוי וואלט אויסגעזען וואקסינס וואס זענען דעזיינט ביי מפואר, האלסט טאקע אז חי אורזשענט קעיר וואלט געקענט אפערירן אינטער אזא היץ? און וואס איז מיט ר' מענדעל'ס גאלע? עס וואלט דאך צולאזט געווארן ווי קליינע קינדער ווערן צולאזט פון צוקער!! ממש אבסורד!

די ענטפער אויף די אלע זאכן וועט איר נישט טרעפן אין די קנקן אויסגאבע צו באקומען אין די ספרים געשעפטן! ווייסט פארוואס?! ווייל עס איז נישטא קיין געשעפטן מער! אלעס איז היינט אנליין! פערטיג, ס'האצעך גענדיגט די אלע זאכן! און דא ליגט דער הינט באגראבן! ווייל ווען עס וואלט נישט געווען די אלע זאכן מתחילה, וואלט זיך עס קיינמאל נישט געקענט ענדיגן! ועכשיו אז עס איז יא דא, יפשפש במעשיו, פישפיקלאדיין ולא מצא, ימצא מין את מינו במצא או מוצא וחוזר וניעור! יא! וועק זיך אויף און מאך א המוציא, נאכדעם וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

בערת השם יתברך וועל מיר ממשיך זיין צו פייערן דעם חודש אדר, קיינער זאל מיר נישט דא פארוואסערן די גאנצע געשיכטע ווי גלייך איך פייער אדר אזוי ווי טראמפ פייערט זיינע ארבעטער, היה לא תהי' אדר שטייט שטאנדהאפטיג און שרייט בקולות מים רבים אדירים: וימי הפורים האלה לא יעברו!

מבואר בכרסי הנפלא אז שבת שקלים איז אנטקעגן אש, שבת זכור אנטקעגן מים, שבת פרה אנטקעגן רוח, און שבת החודש אנטקעגן עפר, דאס קען אפשר זיין די מכוון פארוואס מאשקע האט ערלויבט צו רעדן נאר פון פייער און וואסער, ווארום רוח און עפר ווייזט שוין מער אויף די הכנה צו פסח, והוא רחום יכפר עון וכו'
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וזרח השמש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וזרח השמש »

רבותי פרישקייט!...... נאאא,,,,,,,,,, קומסט אריין קלאר, מען קען נאך אלץ בלייבן מעטשאר בלע"ז אפילו מען גיבט א שמייכל :grin: :lol: :P :wink: ;l;p- :lol: :lol: :lol:


נ.ב. :lol:
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

עוד יבואר בדרך פשט, מען קען עס גוט פארשטיין מיט א משל.

אמאל איז געווען א מלך, ער האט געהאט צוויי בן יחיד'ס, ויהי היום, איין נאכט חלומ'ט זיך דער באדינער אז דער קעניג איז געשטארבן פונקט אינמיטן די איינשווערונג פונעם פלייט אטענדענט, דער עולם איז געווען ממש אובד עצות, מלא טענות ברכות וישעות, היתכן אז דער באדינער חלומט פונקט ווען דער קעניג שטארבט?! פארדעם האט מען אים דא אויפגענומען?!

און אזוי שטייענדיג פאלט אים איין א מעכטיגע איינפאל, ''עס איז דאך דא איין ליידיגע בענקל! פארוואס שטיי איך דא ווי א גולם?!'' ער זעצט זיך געמיטלעך אראפ ווען דערביי זיפצט ער זיך אינטער א שיין לידעלע, שפרייט אויס זיינע צוויי שיך בענדלעך גרייט אריינצוכאפן יעדן פיש וואס איז א אייניקל פונעם דארן בוים'ס א אייניקל, אצינד דארף מען נאר ווארטן, ווארטן און נאכאמאל ווארטן.

ע''כ המשל

דער נמשל איז נאך סאך טיפער, מיר שטייען היינט און א זמן ווען אינגעלייט דרייען זיך ארום מיט ביפערס, מען קען זען אינמיטן דאווענען ווי אינגעלייט כאפן א בליק אויפן ביפער און לויפן האסטיג צום פאבליק פאון מאכן א פאון קאל! געוואלד! הזאת נעמי? אויף דעם האבן זיך אינזערע עלטערן געפרעגלט אין אוישוויץ? צו האבן זיי דען געהאט גענוג פלאץ אויף איין ביפער? און נאכמער, א וואלקי טאלקי איז דיר שוין נישט גוט? מיזט האבן דוקא א ביפער?

און אז איך האב שוין די מייק אין די האנט וויל איך מעורר זיין אויף נאך א וויכטיגע נקודה, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט אבער כך דרכה של יצר היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך ביז ער הערט אויף צו רעדן צו דיר בכלל, מען דארף וויסן עס איז נישט קיין קלייניגקייט! פארפאלן מען מוז מעורר זיין דערוועגן ווייל אז מען רעדט נישט דערפון ווערט די פראבלעם נאר גרעסער, אזוי ווי א שניי באלי וואס קוילערט זיך אראפ א בארג און ווערט גרעסער און גרעסער ביז עס ווערט אינגאנצן צולאזט! ווען מיר זאלן זיך אפלערנען פון איר און מאכן גלגל שלג, און זיך קוילערן פאר געלעכטער וואלטן מיר זיכער אויך געווארן אינגאנצן צולאזט! נאר היות עס איז אין איש שם על לב, מוז איך מקיים זיין וואס אינזערע חכמים האבן אינז געלערנט במקום שאין איש השתדל להיות בשמחה, אין והיה אלא לשון שמחה, און איך מוז דא מעורר זיין דעם ציבור בעל כרחי.


איך מיין ח''ו קיינעם נישט פערזענליך, איך ווייס דאך אז קיינער הערט מיר סיי ווי נישט אויס, איך רעד נאר צו מיר אליין, מיר אלע זענען אינעם זעלבן פעקל, ברויך מען נאר אנפילן דעם פעקל ווי עס ברויך צו זיין, בגשמיות וברוחניות, ובזה אשים קנצי למילין, מילי דאשוותא ומילי דמיא.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

באלד וועל איך ליינען וואס די חברה פאר מיר האבן געשריבן. ווי באוואוסט דארף קודם זיין 'פולטו' און נאכדעם 'בולעו', קודם לאז אים אויסגעבן.

אין שולחן ערוך שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה, עס שטייט נישט משנכנס אדר ב'. אדר איז אדר, אפילו מ'האלט מיר נאך אינמיטן שובבי"ם.

איך ווייס נישט צו איך וועל יעדן טאג ארויפלייגן סחורה דא... וויפיל מ'קען, ווייסטעך ווי ערליכע יודן פלעגן זיך אייביג שמייכלן, חטוף ואכול, חטוף ושתה.

די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער... איז אזוי...

די ערשטע זאך, בין איך אראפגעפארן אין די מדבריות, געקראכן שטיינערנע פעלזן, אריינגעקראכן טיף אינעווייניג, דורך טירן, מויערן, שטיגן, ביז ביז איך בין אנגעקומען צו 'וואקסין'... ער זיצט דארט אויף א פשוט'ן ברעט !!!, די ברעט דערהאלט זיך ביי די צוויי זייטן אויף צוויי דיקע שטאם.

'וואקסין' לעבט זייער א פשוט'ן לעבן, אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט דאן ווען איך האב אים געטראפן, ער האט א לאנגן וואלענעם בארד, א שטרויענעם היט פון וואס א רויטן הויכן קאפל ציהט זיך ארויף, און דערויף ממש ביים שפיץ א פאמפאם... א פייער ברענט פאר אים... און ער רילעעעעקסט.

וואקסין קוקט מיך אן מיט א שמייכל'דיג פנים, רויטע דיקע ליפן, רינדיגע באקן, און שמייכלט און שמייכלט און שמייכלט און שמייכלט... איך שטיי ביים אריינגאנג... איך קוק אים אן מיט אביסל האס געמישט מיט נייגער און אפילו עהרע... די לופט אינעם הייל נעמט מיך ארויס פון די ארומיגע וועלט, נישטא, קיין בלומענבערג, נישטא קיין פאפא ביהמ"ד, נישטא קיין בעדפארד עוועניו, נאר איין זאך 'הארטע פעלזן' מיט מיסטער וואקסין. גארנישט מער...

די ערד איז ווייעך, און אויף די פעלזן ארום זעהט זיך רינען שנירלעך וואסער... וואקסין זיצט און שמייכלט... "הע... איך טרייב א וועלט, הא ???..." און ער שאקלט זיך אזוי הין און צוריק, ווען די האלץ אויף וואס ער זיצט זינגט מיט צום טאקט.... "איך טרייב א וועלט, הא... איך טרייב א וועלט, הא ????

איך פרוביר זוכן צו ער האט וועכטער ארום... אפשר באמערקן א צורה פון א טיר אויסגעהאקט און קונצליך קאמופלאזשד... אבער ניין, גארנישט... נישטא קיין טיר... ער אליין איז דארט. חברה איך האב מיך געטראפן מיט מיסטער וואקסין אליין. א לאנגע ארוכות ווילאנג איך בין צוגעקומען צו אים... איך בין נאכגעגאנגען פערשידענע קאודס, אויסגעליינט, זיך געמוטשעט, גענוצט א קייטל, למעשה בין איך דא, שטיי מיר דא פנים אל פנים צו דעם 'וואקסין', איך הער אפילו דאס קלאפן פון זיין הארץ, און די אטעמען פון זיין לינג...

אויב איר פרובירט צו שרייבן וועגן אים, נאכזוכן וועגן אים, קלערן וועגן אים, זיך עסן וועגן אים, זיך רייסן וועגן אים, מייזלן וועגן אים, שרייבן רויטע ווערטער וועגן אים, פארברענגען שעות אויף שעות וועגן אים, וויינען וועגן אים, ארויפברענגן די בלוט וועגן אים, זיך אנטעניסטן וועגן אים, בין איך דאך דא ממש צוויי פיס דערנעבן... איך האב אים דא

איך טראכט צו מיר, אז איך בין שוין יא דא, וואס טו איך ??? איך מיין, דו ווייסט פון וועם דו רעדסט דא, פון מיסטער 'וואקסין' אליין, א ריזיגע צאל בלעטער, מיט טינט, רויטע, שווארצע, גרינע, איז שוין געווארן ענערגירט אויף אים.

ביז איינער האט אפילו אן אשכול געעפנט "אלעס איבער וואקסינ'ען..." ווי איינער זאגט, דער וואקסין איז די מערסט געזוכטע פארשוין וואס ווערט געזוכט אין די גאנצע וועלט... ער איז עס... און יעדע קליינע נייעס וואס איז דא איבער אים גיימער דעקן... אלעס איבער וואקסין. און יעצט שטיי איך ממש הארט נעבן אים... איך מיין וואס טו איך ??? וואס ???? איך בין דא, זאג מיר ??? איך האב איך דא ביי די האנט ??? וואס טו איך ???

עפעס מוז איך אים פרעגן... קוים קוים וואס איך עפן מיין מויל...

"דו ביסט וואקסין ???? "

"יא !!! און ?"

וואס הייסט 'און?' דו ווייסט אז די גאנצע וועלט רודערט ארום דיר ???

יא !!!

וואס יא ???

יא, איך ווייס אז די גאנצע (איי) וועלט רידערט ארום מיר, איז וואס ???

איך האב עכט נישט געוואוסט וואס אים צו זאגן... וואס זאל איך אים זאגן ???

זעהסט, אסאך מאל קענסטו טרעפן דעם גרעסטן מענטש מיט וואס יעדער איז ביזי, אבער דו האסט נישט וואס אים צו פרעגן...

שוין. דעס איז אלעס ארום וואקסין, מיט וועם איך האב געהאט א באגעגעניש... און נאכ'ן אריינלייגן אלע מיינע כוחות, וכוחי כוחות, וכוחי כוחי כוחות, וכוחי כוחי כוחי כוחי כוחות און נאך... האב איך אים נישט געהאט וואס צו פרעגן... איך האב אפילו נישט געהאט ווער ס'זאל נעמען א פיקטשער פון אונז ביידע צוזאמען... איך האב מיך סתם געמוזט אויסדרייען און אים לאזן דארט...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ ש ו ג ע נ ע ר ! ! !

נעם א סעלפי!! רובונו דיונה ?? אזא תם צו ווערן פלעין ווייל האסטעך געטראפן מיט וואקסין'ען
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די יאמי אשכול וואקסט ברוך השם, נשמה האט זיך שוין אפגעשטויבט זיין מקום, און האריאפף, ער שרייבט שוין מיטן גאנצן פרישקייט.

דא לעבט מען אינעם הווה! איך ווייס נאך לגמרי נישט וואס מיין נעקסטע ווארט גייט זיין, יעצט טייפט מען דא, דא, דא.

באלד וועל מיר זען ווייטער.

אזא גן עדנ'דיגע הוה אן גבולים, איך קען דא שרייבן ככל העולה על רוחי, עס מוז בכלל נישט האבן קיין פשט, וואס די מח'ל טראכט, יעצט די מינוט, טייפט מיין הענט אראפ.

הענטעלע זיסער איך בעט דיר טייפ ערליך, שרייב נישט אנדערש פון מיינע מחשבות, פארשעם מיר נישט ביטע, לא תטה ימין ושמאל.

ווינדערליך וויאזוי די פינגערס לויפן מיט אזא שיינע ריטעם, זיי האבן א גוטע קארדינעישאן מיטן מח'ל, זיי פארשטייען זיך, די פינגערליך דאונלאודן מיינע מחשבות אויפן סקרין, פיין, גוטע זשאב! באלד וועט עטס באלוינט ווערן מיט א גוטע דרימל, און טאקע צוזאמען מיטן מח'ל, א שינה מתיקה ווארט ענק אפ באלד, אצינד שרייבט נאך אביסעלע, שרייבט!

וואס האב איך נאר געוואלט זאגן? גארנישט, איך האב גארנישט געוואלט זאגן, עס טייפט זיך פון עפעס א אנדער ווינקל פון מיין מח'ל, אההההה, איך בין דא פריי.

---


נעכטן האב איך באגעגנט א פראכט באן פארט אריין אין א אנגעפילטע טעללער קאמפאוט, עס האט אזוי געפלאטשקעט אז מען האט געדארפט האבן זיבן און דרייסיג טויזענט נעפקינס דאס אפציווישן, ווען די פאסאנזשירן זענען ענדליך ארויסגעקראכן פון צווישן אלע נעפקינס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג אינעם גאנצן זאל, א שטילקייט האט באנומען אלעמען אזש מען האט געקענט הערן דאס זשומען פון א העליקאפטער, א ווינדער קינד וואס האט נישט זיין גלייכן, ממש א עמוד קינצלער, זיך געווארפן פאר קעלט אינטער די שיין פונעם בלאסע לבנה ווען אלע שטערנס שעפשען מיט א הייסע תחינה, טיף אין הארצן האט יעדער געשפירט אז העכערע זאכן קומען דא פאר.

איך ווייס אז מאנכע ערלויבן זיך היינט צו גיין מיט טשעק ביכלעך אין מיטן העלן טאג, אבער מען דארף וויסן דעם אמת: א בר מצוה בחור איז אפילו נישט קיין חיוב עולה צו זיין מפטיר, און א ליקו חמה דארף יא האבן ספעציעלע גלעזער דוקא, ס'בכלל נישט קיין פארגלייך, א בעסערע משל וואלט געווען הויט פון סעלמאן און סעלקא קיטשן'ס, און בכלל איז נאך היינט צוטאגס פארבליבן באמבעס צושפרייט איבער גאנץ אייראפע נאך פון יענע עפאכע והאיך יכול החי להכחיש את החי?! איך בין גרייט זיך אראפצוזעצן מיט יעדעם איינעם וואס האלט אנדערש און אויפווייזן דעם אמת, א ווארימע קאווע וועל איך זיכער פארדינען.

וואס האב איך נאר געוואלט זאגן? גארנישט!
זקן מלא רחמים.
looking forward
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך looking forward »

טעסטינג טענסטינג... מדארף האבן ספצילע כוחות צו רעדען פאר פייער און וואסער! געב א קוק למשל ווען גייט אריין אין רזאניקע'ס און פאטעטע קוגעל און די דעקעל פונעם פטעטע קוגל אינעם בעק טאש איז עס גארנישט גיין קליינע בליץ טראפ. די זעלבע זאך ביי א קרעזי גלא, די לייגסט עס קאכן פאר ממש א צוויי טעג און גלייך וועט די פייגעל צוריק אויף לעבען און סאיז שוין אויסגעטריקענט די האנטיכער אין סמעדריש לעבען די טוילעט , אפי ער האט אים קלאר געזאגט אז ער וויל עס נשיט באשטעלען ווייל די קרעין קען נישט גיין אזוי הויך דאך האט ער זיך אראפגעבויגען אין די סגאנצע נעגל וואסער שיסל איז געווען אריין געלייגט אין טורבאן פון א ארץ ישראלדיגע הויז פון א בעטערי וואס האט געפלאצט פון קעלט גלייך ביים סינקען נאכן שפירען ווי טראמפ גייט געבען וואקסינען פאר אלע אנטי הענדקאפס וואס ליגען סיי די טאמעטע שעלף..
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ווייס איך נישט ווי אזוי מען שרייבט אזוי ווי דער געלונגענע חברה דא.

אבער א יישר כח פארן ארויפברענגען א שמייכל קומט זיך נאך אלץ.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

וואס דא טוט זיך אלס אפ
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

מיט אזא געוואלדיגע קלארקייט
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווייסן מיר אויך נישט וויא זוי משרייבט, סזעט נישט אויס אז מ'דארף וויסן, מלאזט פשוט די פינגערס טאפן און שוין, משרייבט און משרייבט און מקאטשקעט און מקוואקעט, און ביז אזא צוויי דריי מינוטן, דערזעט מען זיך מיט א אנגעפירקלטן בלעטל, פאר פייער און פאר וואסער, און פאר צאמבלען מיט לאקשן ברעטער, אזוי אז פון חלום ארויס, קריכט ארויס א שמייכל אויף די פארשלאפענע פענימער, וואס האבן נארוואס דערגרייכט דו מאקסימום עצבות, נאכן ארבעטן דערויף, שוין משנכנס אב, און אט אזוי פלוצלינג, באטראסקעט זיי דער אדר מיין גאנצן פרישקייט, אזזששש סכאפט דאס קדחת, און ס'הייסט אן שפריצן פייער פונעם געלעכערטן נאז, און זאלציגע טייכן וואסער פון די גרויסע פארוואונדעטע אויגן, וואס מוטשען זיך איינגעוויינען זיך צום אדר ליכטיקייט, און זיי נידערן אראפ און א צונאמי פארעם, גלייך אינעם בארד אריין, ווי דאס געמויזעכטס גרייכט שוין און א פארמאט פון האגל, ווי אין מצרים, עושה שלום במרומיו, הוא יעשה טשאלנט לכבוד שבת, ס'זאל געלונגען אזוי ווי ס'פאסט, אז דער ראזיגער יעקב זאל זיך זינגען נאך שאלעשודעס, מיט א "ברען" און "פלאקער" וגם האוהבים דברי' גדולה בחרו אף עד אשר אם כולו הגמלים לרבוץ על העין רואה ולב חכם לימינו ולב ידברון יכרת כל פעל למענהו למענו עשה ועושה ויעשה למחכה לו בכל יום שיבא אדיר בימינו במהרה במהרה בימינו בקרוב אמן
נישט פארגעסן אז היינט איז ליל שישי און דער צדיק ר' ר' שלום שכנא פון פראהביטש האט געהאט טישן און בענק, און א זון דער הייליגער ריזשענער זכר צדיקים לברכה, האטס אלע א פרייליכער שבת

נאך איין זאך, פאר די מייק לעשט מיר זיך אויס, אין מעלות דעם דאזיגן פריייליכן חודש דער ערשטער, איז דא אן ארטיקל "מדרש הנעלם" געשריבן דורך טעות סופר, א געשמאק שטיקל, חברה קויפטס און ליינטס, ס'איז סאמטינג ספעשל!! לצנותא דעבודה זרה, מיט געוואלדיגע מליצות ישרות זיך צו רוילען און זיך צו קאטשקענען מיט א מוראדיגע מעסעדזשעס אויף למעשה פאלגט אן אלטן חכם ..... איר העט קיין חרטה קריגן
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

הרב נו גוט ווען די ענדיגסט ליינען די מעלות קעמסטו מיר עס אריין שיקען טענק יו
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער תגובה באלאנגט זיכער דא, ממילא שטעל איך עס אין פלאץ

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: אין אן עקסקלוסיוו באריכט צו בנ"ל טוויטער ווערט איבערגעגעבן פון סאורסעס אז די מעקסיקאו וואנט איז אצינד אין פיינעל קאנסטרוקציע פאזעס און וועט ווערן אויפגעוויקלט אין א גרויסארטיגן צערעמאניע קומענדיגן פרייטאג פאברואר 15 למס.

ציניקער האבן פרובירט שיסן דעם מעסענדזשער מיטן אוועקמאכן דעם קוואל אלס מינדערוויכטיגע טוויטער אקאונט אבער זיי זענען שנעל צוגעוויזן געווארן אז דער באריכט איז געבויעט אויפן שטאנדהאפטיגן סאורס @רייען_פארניער וואס פארמאגט א נאכפאלגערשאפט פון 629 טויזענט מיטגלידער און איז גאר דער טשעירמאן פון די "טראמפ סטודענטס" ארגאנאזאציע און פארמאגט דעריבער אינסייד אינפארמאציע פון אלע פארבארגענע ווינקלען אינערהאלבן אמעריקאנעם גאווערמענט.

בנ"ל נייעס לייגט צו אז די קאנסטרוקציע איז צושטאנד געקומען מיטן פולן גוטהייסונג פון קאנגרעס ספיעקער נענסי פעלאוסי אין אויסטויש פאר איר רייזע קיין אפגאניסטאן וואס וועט ווערן צוריקגעקערט צום סקעדזשועל, ווען דערמיט צייגט זיך ווידער ארויס די קוואליפאקציעס וואס פרעזידענט טראמפ פארמאגט מיטן 'ארט אוו דע דיעל' דורכן פארוואנדלן סטראטעגישע געצייג אין האנדל טשיפס און אזוי ארום ארויפצווינגען זיין פארלאנג אפילו אויף זיינע גרעסטע שונאים.

די געהיימע סאורסעס געבן איבער פאר בנ"ל אז די מכה בפטיש פון פעלאוסי'ס זיך ברעכן איז געקומען נאך וואס דער פרעזידענט האט איר קורא שם געווען דעם שוין היינט באקאנטן שפעט ניק דערקלערנדיג איר ניק אלס 'נענסי'. דאס האט תיכף צעשטערט אירע קארטן און איז געקומען צו לויפן מיט די שליסלען פארן וואנט.

לויטן באריכט האט פעלאוסי אויך מסכים געווען דאן אינעם געהיימען דיעל צום 6 וואכעדיגן שאטדאון כדאי דער פרעזידענט זאל קענען צייגן זיינע שטיצער אז ער ארבייט שווער פאר זייערטוועגן.

דער באריכט פירט אויס מיט א שפאנענדיגן: "דעוועלאפינג" און דריי פינטעלעך... וואס באדייט אז ס'איז דא נאך סורפרייזעס וואס זיי קענען נאך נישט אנטפלעקן און איז ערווארטעט צו אויפגעוויקלט ווערן ביים גרויסארטיגן פייערונג הבעל"ט.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

חדשים וואס איז דריי מיך ארום אויפגערעגט אויף דער וואקסין, כ'האב נישט קיין דריסות רגל אין זיינע ש'קולות,
אין מיין מוח איז ער געווען א גראבער, גרעסיווער חיה, מיט אזא נאז ווי די בילד אין משניות מסכת שבת ווי יענער דעשרעקט דאס קליין קינד,

נאכן ליינען די הארץ רירענדיגע באגעגניש פין די נשמה אין די וואקסין זעה איז ער'ס גאר א בחן'טער א געלאסענער, זיץ זיך אזוי עלנד אליין נעבעך, כ'הייב שוין האבן עמאשענעל געפילן, די פלייץ פין טרערן רינען, בליט גיסט זיך אין די געסער, די פראטעסטן גייען ווייטער אן, וועלדער ווערן דורך גענעצט, די בתי דינים געבן זיך נישט קיין עצה, די גלעקלעך קלינגן, אין די קליינטשיקע מאריטשקע קריכט אזוי געלאסן אינעם שטורם ווינט.
אוי.. וואסי די זייגער?..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כתמר יפרח האט געשריבן:מיט אזא נאז ווי די בילד אין משניות מסכת שבת ווי יענער דעשרעקט דאס קליין קינד,


;l;p-
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”