די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

"לאז אים אפ! דו הערסט נישט וואס איך רעד צו דיר?!"

יאנקל בלייבט שטיין פארגאפט, "אבער נעכטן ווען דו ביסט אריינגעקומען אין שטוב, האסטו אויסגעטון דיין מאנטל. האסט באמערקט וואס ס'איז ארויסגעפאלן פון דיין קעשענע?" די לופט ווערט אנגעצויגן, ער פראבירט אנצושטעלן א פנים ווי ער יאגט זיך, אבער ס'העלפט אים נישט צופיל... פלינקערהייט שפרינגט משה'לע ארויף אויפ'ן בענקל, ער כאפט אראפ די פאפירן פון טיש, און שליידערט זיי ארויס פון פענסטער. 'די ווינטן וועלן שוין קעיר נעמען', טראכט ער...

פלייש און וויין, ווייסע און רויטע... פונקט יעצט מוז ער אנקומען! כ'האב אים שוין נעכטן געבעטן צו ווארטן א מינוט, אבער ס'האט זיך געענדיגט פאטאל. הצלה איז גלייך אלארמירט געווארן צו די סצענע, אבער מ'האט זיי תיכף אוועקגעשיקט. -----------

וגם וגם וגם וגם וגם וגם וגם חרבבבבבונההה... ווער האט אים איינגערעדט אז ער קען? כ'האב אים נאך נעכטן געזען פוצן די שניי... ברויזנדע כוואליעס זעען זיך אין האריזאנט. ער טוט אן זיינע רילן, און כאפט דעם לעצטן בליק אויפ'ן בעכער איידער ער פארפאקט זיי פאר די נעקסטע צוועלף חדשים. אה! די נאסטאלגיע צום אמאל, כ'וואלט מיך נישט פארגעשטעלט אז דאס וועט נאך אמאל געשען, און זיכער נישט אזוי שנעל. אבער די צייט טוט דאס זייניגע, און די פארב שיילט זיך צוביסלעך אפ, און ס'אנטפלעקט זיך א בילד וואס ער וואלט זייער נישט געוואלט זען.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

פאסירט האט עס יארן צוריק ווען די איקעוויזיצע האט נאך געוועלטיגט איבערן ירדן. מען מוז זאפארט ארויסווארפן דעם ערל! איך געקומען די גזירה פונעם ראש הקהל. מען האט שוין לאנג נישט דא פארקויפט קיין ברויט, און אויב וועט דער וואסער טרעגער הערן אז די ווייץ איז רויט וועט ער עס נישט ארויסלאזן.

אבער ווי ביסטו געווען ביז יעצט? האט ער איר גלייך געפרעגט האלטנדיג די האמער אין האנט מוצאי שבועות. משה'לע הערנדיג די געוויין איז גלייך געלאפן ברענגען דעם שאוועל, "איך באקום ערשט" האט ער פארלוירענערהייט אויסגעופן, זעענדיג דעם שכן שלאגן כפרות אינטער דעם אויסשפרייטן שירעם.

דער סופר איז אבער נישט געווען צופרידן פון די החלטה. "מען מוז עפעס טוהן דא אז די באלאנען זאלן נישט פליען אזוי הויעך" האט ער געזאגט מוט א צארן אויף די לעפצן. די דיין האט אים אבער גלייך אפגעווארפן, מהאט שוין געהערט אזאנס אז די פליגער פארשפעטיגט, אבער אזוי ווייעך? סאיז דאך שויניש ראוי' לאכילת נשים!

א טאג דערויף האט זיך אלעס אויסגעקלארט. די דריי יעריגס האט אריינגעוואקט מיט אתרוג אין די האט "מיין מאמע האט געבוירן א בעיבי!!!" די געלעכטער וואס איז דארט פאגעקומען האט געקענט דורכפליען א נאדל!

פארזעצונג קומט און גייט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

מעסערס צו פארקויפן !! מעסערס צו פארקויפן !! האט דער שלעפער טראק דרייווער ארויסגעשריגן פארסאפעט זייענדיג אינטערגעבויגן אינטער די קאר.

ניין, 'סאיז די וואשער פלאוד וואס מאכט משוגע דעם רב, מען דארף דאס באצייטנס ארויסשניידן' האט זיין געהילף אריינגעשריגן.

ווי ווערעם נאך א שניי, האבן זיך ביידע אויסגעשווענקט די מויל מיט ציגן זאפט, אונטער ברומענדיג טויטע קללות אויף ערדוגאן פון טערקייס חשבון.
לעצט פארראכטן דורך שמעון ראזענבערג אום פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פורים אשכול פאר פייער און פאר וואסער.

איין זאך וואס איך קען גוט שרייבן איז פאר פייער און פאר וואסער. פשוטו כמשמעו. וואס איז טייטש פאר פייער און פאר וואסער, דאס איז טייטש אזוי. זיצן שרייבערס און האבן נישט וואס צו טון נאר צו שרייבן פאר פייער און פאר וואסער. פרעגט זיך א שאלה, האסט נישט וואס צו טון, האסט שוין געלערנט היינט, האסט שוין געזאגט דעם יום תהלים, ער ווייסט קוים וואס א יום תהלים מיינט. .אבער וואס טוט מען נישט צו מאכן פרייליך לכבוד אדר.

וואסערע שייכות האט א בוים, א ניסל, און א לעכט.

פון אלע דריי צינד מען אן. א בוים א פייער, א לעכט א אנדערע לעכט, און א ניסל צינד מען אונטער "ביסט א הארט ניסל"

וואסערע שייכות האט הענד סעניטייזער, א רויז, און א געיט.

אלע פון זיי כאפט מען. יעדע פאר א אנדערע סיבה.

וואסערע שייכות האט א פענסטער, א זומער-פייגל, און א קענדי פאפיר

אלע פון זיי ווערן אמאל אויס. א פענסטער ווערט באנאכט שווארץ, א זומער פייגל ווערט פארשוואונדן, און א קענדי פאפיר איז א זכר פאר א זיסקייט אין א מויל.

וואסערע שייכות האט דער ריבניצער, שבת קודש מעסער, און די וועקיום קלינער.

אלע פון זיי פארניכטן . דער ריבניצער גזירות, א שבת קודש מעסער, די חלה, און א וועקיום קלינער די שטויב.

וואסערע שייכות האט שניי, העד פאונס, טיילס אויפן פלאר.

אלע פון זיי קענען גליטשן ווער ס'באנוצט זיך דערמיט.

וואסערע שייכות האט א סידי, א רולער, און א פארקער פען.

אקעי. אלע פון זיי נוצן בחורים.

וואסערע שייכות האט א הענטל פון א טיר, א הדס בלעטעל, און איין הערעלע פונעם שטריימעל.

דאס איז פשוט. אלע פון זיי האבן די מעגליכקייט צו זיין אדער שיין, אדער פשוט.

וואסערע שייכות האט א ביבער היט, א פיס טריט, און א קאפי מאשין

אלע פון זיי געבן ארויס אייגנארטיגקייט.

וואסערע שייכות האט די בענדל פון א ווינדאו שעיד, א ספרים שאנק, און אונטן פון איינע פון די פיסלעך פון א בענקל

אלע פון זיי איז שווער צו מסדר זיין אויב ס'איז פארוקט.

וואסערע שייכות האט א פלענט, עווער גרין, און די ספר שיח חיים פונעם לעצטיגן קאשויער רב זצ"ל

אלע פון זיי געבן חיות פאר ווער עס באנוצט זיך דערמיט.

פרייליך יודן. ראש חודש אדר

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

העפי בירטהדעי טו יו, העפי בירטהדעי טו יו, הערט יענקל יעדעם זינגען, ער ווינדערט זיך פון וואו יעדער ווייסט אז היינט איז זיין בירטהדעי.

גייט ער צו צו זיין חבר מושי און פרעגט אים, פון וואו ווייסט יעדער אז היינט איז מיין בירטהדעי?

מושי: וואס הייסט פון ווואו? דיין ווייב האט אונז אנגערופן און געזאגט אז היינט איז דיין בירטהדעי און היות זי איז צוקריגט מיט דיר, וויל זי אז כאשט אירע מאנס חברים זאלן עפעס מאכן מצב דערפון, אבער זי איז צוקריגט מיט איר מאן, סאו זי קען גארנישט מאכן.

יענקל: וואס?!? מיין ווייב איז צוקריגט מיט מיר? דו ווייסט אז היינט איז אויכעט איר בירטהדעי?

מושי: ניין, אזוי?! וואס פלאנסטו צו טוהן לכבוד דעם? פלאנסט איר כאטש אפצוטהון א שפיצל?

יענקל: איך האב נאך גארנישט געטראכט, וגם אתה לא אמרתי לי אלא היום פון די קריגעריי, האלסט אז איך זאל אפטהון עפעס א שפיצל? זאל איך איר קויפן א שפיצל? אדער אריינלייגן אין די שעמפו באטל מעיאנעיז?

מושי: כ'ווייס נישט, לאמיר פרעגן די חברים דא.

יענקל: נעה, כ'שעהם מיר צו פרעגן פון אונזערע חברים, כ'וויל נישט אז זיי זאלן וויסן אז מיין ווייב איז צוקקריגט מיר מיר.

מושי: סאו וואס ווילסטו טוהן?

יענקל: איך האב א ניק אויף אייוועלט, איך גיי דארטן עפענען אן אשכול און פרעגן די עולם דארטן וואס צו טהן.

מושי: אייוועלט? וואטעווער טוה וואס דו ווילסט, איך יאג מיר. ביי.



--

צוויי קשיות:

1) איז מושי די ניק "איך בין פישי"?
2) וואס קענט איר רעקאמענדירן פאר יענקל צו טוהן פאר זיין ווייב לכבוד איר בירטהדעי?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מעינעיז אין די שעמפו סאונד גוט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דא האב איך א נאגל. א שארפן. די שפיץ איז גוט דין און שארף.

דא אין מיין אנדערע האנט האלט איך א בלעכל. אזא קליינטשיקס. שיריים פון מיין עקסטערמינעטער.

יעצט גייסטו פילן די ביידע אין אלע דיינע ביינער.

זעץ דיך אראפ דא אויפן בענקל. מאך צו די אויגן. ס'איז שא שטיל דא.

איך נעם די נאגל און איך גיי אים גיבן א גוטע רייב אריין אינעם בלעכל. רייבן, רייבן. קראצן, קראצן.

ברררר.... טשיל.... בררר... טשיל.... טשיל, טשיל...

"סטאפ שוין די אקס!"

"נע.... נאך א לאנגע נאכט צו גיין..."

קראץ. רייב. א לאנגע רייב.... אזזזוי... שטאטעלעך.

בררר...

פיין, יעצט קענסטו גיין. א גוטע נאכט!
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

ניין !!!!!

האט דער שרעקליכער ריזיג געבויעטער מאנסטער רויבער געקוויטשעט פאר די אומגליקליכע לעצטנס געווארענעם יתום וואס האט זיך געבעטן מיט טייכן ביטערע טרערן נאכן באגעגעניש מיט אים אין מיטן וואלד ביינאכט אונטערן שלאקס רעגן נאכן זיך ארויסלאזן אויפן וועג נאך די גרויסע חתונה טראץ די געבעטן פון די ארומיגע אז ער זאל זיך רעכענען מיט די שרעקליכע געפארן וואס זענען שכיח אויף די פארלאזטע וועגן אין אזעלכע שפעטע שעות אין דעם צוריקגעשטאנענע לאנד.

האסט שוין נישט געטראפן קיין צווייטען וועם צו בעטן 'פיש זאפט' נאר פון איוואן דעם שרעקליכער ? האט ער גיאלארמט.

'זאפארט פרעסן זי אויף די חלה אן קיין פיש זאפט' האט ער ארויסגעזידט פון צווישן די צוהאקטע געלע ציין.

מיט מיאוש'דיגע בליקן און א פארווייטאגט געמיט איז דער יתום אריין צוריק אין וואגן, פארפאלן, האט ער געזאגט פאר זיין ברודערקע, מיר וועלן מוזן עסן איצט טרוקענע חלה, אנע פיש זאפט.
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

א בריק העכער די אנטלאנטיק איז טיילווייז איינגעפאלן צוליב וואס א גרויסע טונא פיש האט אויסגעשפיגן א גריזלי בער וואס ער האט איינגעשלינגען ממש פאר ער איז געבוירן געווארן, צוקוקער האבן אויפגעהערט צו קוקן ווייל זיי זענען נאך געשלאפן.

א חתונה איז צושטערט געווארן ווען א טשילאר איז אריינגעפאלן אין א טעלער זופ און אנגעשפריצט 3 פעטערס, 4 מומעס פון די כלה'ס זייט, דער שפילער האט זיך געווארפן פאר געלעכטער און געדריקט נאר די שווארצע קנעפלעך וואס האט געזינגען "ביי ביי קארעלע דו קענסט מיך נישט אריינכאפן"
אין דעם טומל האבן אכט אינגלעך פארלוירן די פאלשע ציין און 19 פייגלעך זענען געשטארבן פון א הארץ אטאק.
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

אין גינסטיגע נייעס פאר קאווע טרינקערס צייגט א שטודיע אז 3 גלעזלעך קאווע א טאג נידערט די אלצהיימערס ראטע ביי מענער אונטער 42 יאר און ביי פרויען אונטער 36 יאר אלט מיט 63 פראצענט.

א שוידער האט ארומגענומען איינוואוינער אין צפון דרום מאראקא ווען מ'האט באמערקט עטליכע קעץ עסן פרשת בשלח ברעקלעך אום מיטוואך פרשת יתרו! א יאר פריער האבן צוויי אסטראנאטן גאלאנדעט אין א הייסע וואנע אין תשעה באב, שרעקליך.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האלב דערפון איז אינדרויסן און אביסל לאנגע טיילון גיען צופוס
אבער נאר הארטע לעמפלען ציילן ביי דיי טיש!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יוש געוואלד פאר פייער און נאך וואסער האט זיך געגאסן פון אלע זייטן אראפ און אראפ שטרענגלעך אייז זענען געפארעמט געווארן פון די דעכער און געשטאכן און אין די קאלטע לופט אריין ממש נישט צו אטעמען זייער טראגישע ענדע איז געקומען אין פארעם פונעם ווילדן שאול יצחק וועלכער האט די אייז ליכט פאנאנדערגעטראסקעט פון די דעכער אריין און די בערגלעך הויפענעס פון שניי קעפ זענען געפלויגן אראפ פון די שניי מענטשען די לאנגע נעזער פארשניטן און דינע סלייסעס גראד אריין און די פיש טעפ לכבוד שבת אזש שאול יצחק האט שוין באלד חרטה געהאט אויף זיינע שטיק וואס האבן זיך פארוואנדלט און א הילף פאר די אויסגעמוטשעטע מאמאלע אין קיך ביי די טעפ
ווייטער זענען זיי געפלויגן מיט א שמייכל אויסגעצויגן די בערזלעך געפענט און טוינטערס געטיילט זיך שנעל צוגעאיילט צום גרויסארטיגן מעמד וואס פארשפרעכט זיך צו ציען עטליכע נעכט מיט גרויסע שטיקער סטעק באשמירט מיט קרעימיש קעיק פיקל מאסטערד קאטשאפ חריין אלעס דייעט קאלעסטראל ריין יעדער וויל מיטגיין ס'קומען צו שטראמען די מאסן קיינער וויל נישט פארפאסן די גבאים טוען זיך רייסן און ס'עולם טוט אריינבייסן און מ'טרונקט צו א וויין א נאסן מ'האלט זיך ביי די זייטן פונעם בדחן'ס גרימאסן
די דרייעדיגע טישן טוט מען אפווישן עס טרעט אויף דער יושב ראש לא איש דברים כ'האגעזען א חלום זקנים עם נערים שטייען ביום הפורים וויינען אוןשרייען און דאן ביזן הימל זיך פרייעם ביז די האן האט געטן קרייען איר מיזט מיר פארצייען און נישט אזוי הויעך קייען איי ס'וועט זיך נישט פארדייען וועט מען דערפאר גיין צום דיין הההמממ און שוין

און דער טאטאלער דריקט נאך שיק
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

איך קוק צירוק דעם אשכול 12 יאר צירוק גרויסע בזיונות
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

גייענדיג אין שאפינג סענטער קומט ער צו צו מיר און ער הייבט אן שרייען "פארוואס דארפסו אייביג זיין דער וואס קלעבט צו די טשיקן צו די לייטער בשעת מען האלט אינמיטן א העפטיגע קופקע איבער די פאריעריגע שניי געמישט מיט זוניגע עפלעך פון קאנאדא
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

האט איינער א פורים קידוש/תורה פאר מיין כיתה ד' יונגעל? פליז
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

purple knish האט געשריבן:האט איינער א פורים קידוש/תורה פאר מיין כיתה ד' יונגעל? פליז


viewtopic.php?p=1405010#p1405010
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

גרונם גרינאמעוויטש איז ארויפגעשפרינגען אויפן ביציקל און אנגעהויבן אראפפארן נעבן די האדסאן פאר זיין טעגליכע נאכמיטאג עקסערסייז, ווען פלוצלינג הערט ער א געפילדער און מהומה און ווילדע אויסשרייען "די קאזאקן זענען דא"!!

ער שפרינגט אראפ און נעמט זיך לויפן מיט די נשמה אין די הענט, און ער איז געלאפן און געלאפן ביז ער האט דערגרייכט די הייליגע הויפט שטאט, ארויפקוקענדיג אויפן פראכטפולן בית המקדש וואס האט זיך דערהויבן מיטן גאנצן קעניגליכקייט ווייט ווייט אויפן האריזאנט.

אריינגייענדיג אינעם ריזיגן טויער אינאיינעם מיט הונדערטער אידן וואס קומען ארויף מיט זייערע קרבנות האט ער פלוצלינג געשפירט א זעץ אין די פלייצע, ער דרייט זיך ארום און זעט א מצרי מיט א גרויסן שטעקן שלאגט אים און שרייט אים אן 'לויף שנעל צו די ארבעט, הער אויף ארומצופוילעצן''!! גרונם האט נאר געקענט געבן א טיפן קרעכץ איבערן מצב און ווארטן אויף די גאולה און דערווייל דארף מען ארבעטן שווער פאר פרעה.

לייגנדיג א ציגל נאך א ציגל ווען שווייס רינט אים פון אלע זייטן דערמאנט ער זיך אז עס איז דאך דא א גרויסן צדיק 'ר' ישעי'לע קערעסטירער' וואס קען העלפן יעדן איד אין יעדן מצב, ער כאפט שנעל א פערד און וואגן און לאזט זיך ארויס צום ווייטן קערעסטיר ווי ער וועט אויספועל'ן א ישועה פאר זיין פראבלעם.

די קוטשער האט געפירט דעם וואגן געניט איבער די גאסן פון לעמבערג אויפן וועג קיין קערעסטיר, ווען אינדערמיט שרייט אים איינער אריין "ר' איד, די קעי זשי בי מאכן יעצט א איבערפאל אויפן באהאלטענעם בית המדרש, גיי נישט אהין!". גרונם האט גארנישט געקענט טון נאר זיך אויסדרייען און צוריק אהיימפארן צו זיין באליבטע זומער היים אין רעגענשבורג.

אנקומענדיג קיין וויען האט ער שוין געזען די גאסן באלאגערט דורך פילע קרייץ ציגלער מיט שפיזן און שווערדן אין די האנט לאקערענדיג אויף יעדע איד נאר מעגליך, גרונם'ס הארץ האט פארפעלט א קלאפ ציטערענדיג פאר זיין לעבן אבער זיין עיקר דאגה איז נאר געווען איבער זיין רבי ר' שלמה יצחקי אז עס זאל אים חלילה גארנישט פאסירן דורך די רשעות'דיגע קרייץ ציגלער, ער האט באשלאסן ער מוז שנעל געוואר ווערן וואס איז די מצב ביי זיין רבי.

גרונם איז שנעל אריבערגעלאפן צום פובליק טעלעפאן נעבן סאנדער'ס בעקערי ווען פלוצלינג האט ער געזען פונדערווייטנס א ערעפלאן פליט גאר נידריג, ווען מיט אמאל שיסט אויף א ריזן פייער באל ווייט אוועק אויפן האריזאנט, און נאך א צווייטע בליק זעט ער אז נישט מער און נישט ווייניגער האט עס אריינגעקראכט אין די צווילינג טורעמע'ס אין מאנהעטן.

גרונם'ס קאפ איז ווילד געלאפן, זיין טאטע ארבעט טעגליך אין די טווין טאוער'ס און ער האפט מיטן גאנצן הארץ אז היינט איז ער נישט אנגעקומען צו די ארבעט, ווייל שמועות דרייען זיך ארום אז די רשעות'דיגע נאצי'ס האבן היינט אין א אקציע צאמגענומען יעדע איד וואס איז נאר ערשינען אין מארק און זיי געשיקט צום ענדגילטיגן וועג פון וואו מען קומט נישט צוריק.

גרונם האט גארנישט געקענט טון נאר האפן צו ישועות ה' פאר אים און זיין גאנצע משפחה, דערווייל איז אנגעקומען נאך און נאך שרעקליכע שמועות איבער צרות צרורות וואס אידן מאכן מיט אין די לאגערן, און גרונם האט באשלאסן אז עס איז העכסט צייט צו מאכן א גרויסן תענית ציבור איבער דעם מצב, די מצב איז שוין אומדערטרעגליך.

גרונם איז אריבער צום שטוב פון ר' שמעון בר יוחאי צו רעדן איבער דעם, אבער די רעביצין פון ר' שמעון האט אים געמאלדן אז ר' שמעון איז ערגעץ וואו באהאלטן פון די רומיים און מען קען נישט צוקומען צו אים די קומענדיגע שטיק צייט, האט ער אנגעהויבן צו גיין צום צדיק ר' יהודה בר עילאי אים צו דערציילן דברים כהווייתן און בעטן מען זאל מאכן א גרויסן תענית ציבור ברחובה של עיר ווי עס פאסט פאר אזא מצב.

גייענדיג אויף די וועגן זעט ער ווי א ריזן קופקע לאכט הויעך ארום, ער גייט צו נענטער און ער הערט ווי זיי לאכן אויס נח'ן וואס סטראשעט מיט א מבול, א פארפלייצונג פון וואסער וואס וועט זיי אלע פארפלייצן, די לצים האבן נישט אויפגעהערט צו חוזק מאכן דערפון אויף אלע סארט וועגן, 'אונז זענען אזעלכע ריזן אז עס איז נישט מעגליך אז עפעס זאל אונז קענען פארפלייצן' האט א ריז שב'ריזים זיך הויעך אנגערופן און אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער.

''איך וואלט ווען אויך געלאכט'' האציך איינער דארט אנגערופן ''אבער מען קען קיינמאל נישט וויסן דעיע זאכן, דער ר' ישראל בעל שם זאגט מען איז א גרויסער מענטש און ער מאכט גרויסע מופתים, איך וואלט נישט אריינגערעדט אין דער מחלוקת'' האט ער צוגענדיגט. די שמועס האציך פארצויגן ווען יעדער נעמט א אנדערע צד אינעם מחלוקת אויפן בעש''ט, ביז גרונם האט באשלאסן אז ער מוז אליינס גיין בודק זיין דעם נייעם באוועגונג און זען צו עס איז די אמת'ע וועג צו נישט.

ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אבער אינמיטן וועג איז ער פלוצלינג געווארן אפגעשטעלט דורך די שומרים פון ירבעם בן נבט וואס זענען געווען אויסגעשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל היטנדיג עס זאל נישט זיין קיין עולי רגל. "צו וואו גייסטו?" האבן זיי אים שטרענג געפרעגט. "וואס הייסט וואו, צו לערנען אין בית המדרש" האט גרונם פרובירט צו זיך ארויסדרייען. אבער זיי זענען געווען גאר שטרענג און הארטנעקיג: "און דו ווייסט נישט אז מען קען יעצט נישט גיין אין ערגעץ?! דו טו קאוויד ניינטין איז דא לאקדאונס איבעראל און מען קען אין ערגעץ נישט גיין, טווענטי טווענטי!!".............
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@חבקוק הערליך. ש'כח פאר יעדעס ביסל מיה וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם 'טעגיווע'.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

נשמה האט געשריבן:@חבקוק הערליך. ש'כח פאר יעדעס ביסל מיה וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם 'טעגיווע'.

+1
טובא גניז ביה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א שרעק אין שוידער אלע צרות ישראל אויפאיינמאל
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

טענקיו אלע!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דריי טויזענט יאר אין איין תגובה!!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה האט געשריבן:@חבקוק הערליך. ש'כח פאר יעדעס ביסל מיה וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם 'טעגיווע'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

בימים ההם ומרדכי יושב בשער המלך קצף בגתן ותרש שני סריסי המלך משומרי הסף ויבקשו לשלוח יד במלך אחשורוש, דארף מען פארשטיין וואס איז דאס געווען די שומרי הסף, און נאך א זאך קען מען באמערקן אז ס'האט מיט מרדכי, ווייל מרדכי זיצט בשער המלך דערפאר איז געווען קצף בגתן ותרש.

קלער איך אז פשט איז אזוי. משומרי הסף, סף איז סמארטפאון, אדער סעקיוריטי פילטער, אז זיי בגתן ותרש האבן זיך געוואלט היטן פונעם סמארטפאון. און טאקע ווייל מרדכי איז דארט געזיצן האט זיי אנגעכאפט א תשוקה זיך צו היטן דערפון, אבער זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען מיט זייערע אייגענע כוחות זיך קלאר מאכן אין די אמת פון דעם. דורכדעם וואס זיי גייען שטענדיג אריינטראכטן וויפיל חרבנות דאס האט שוין געמאכט, און ווי נישט גוט דאס איז, און ווי נישט גוט דאס קען זיך אויסלאזן, און דאס וועט זיי העלפן זיך צו דערווייטערן דערפון.

און ער זאגט ווייטער ויבקשו לשלוח יד במלך אחשורוש, זאגט רש"י להשקותו סם המות, תלו קללותיהם באחרים. אז זיי האבן געזעהן אז זייער יצר הרע מאנט זיי זיך איינצוהאנדלן אזאנס, א שיינס. א נייע!

עס האט זיי אנגעכאפט א תאווה זיך צו דערנענטערן צו עס. און האבן פרובירט צו טראכטן זאכן וואס זאל זיי קלאר מאכן זיך צוריקצוברענגען צו די שעדליכקייט דערפון, כדאי עס זאל זיי עקלן, די ערשטע איז מיום שבאת זו לא ראינו שינה בעינינו אז זיי וועלן אריינטראכטן אז אויב מ'האט עס פארברענגט מען דערויף צייט, נאך א זאך צו טראכטן בא ונטיל ארס בספל כדי שימות. זיי וועלן אריינטראכטן אז דאס איז סם המות און אזוי ארום זיך צוריקצוהאלטן פון עס.

שפעטער האבן זיי ביידע זיך איינגעהאנדלט אזאנס, האט איינער געזאגט פאר צווייטן, וויאזוי קען זיין אז דו האסט א סמארטפאון, אמר לו והלא אין משמרתי ומשמרתך שוה יעדער דארף זיך מאכן א שמירה לויט זיין יצר הרע, איך האב מיך מיינע עצות, אבער דו טארסט נישט עס האבן, אמר לו אני אשמור משמרתי ומשמרתך, איך בין שטערקער ווי דו. דו ביסט דער וואס קען זיך נישט א עצה געבן.

עכ"פ יעדער פון זיי האט געהאלטן אז זיי אליין קענען זיך מיט זייערע כוחות קלאר מאכן אין די שעדליכקייט פון די זאך. אז זיי קענען זיך אליין היטן מיט זייערע אייגענע כוחות. אז זיי אליין קענען זיך קלאר מאכן אין די אמת פון די זאך. שולט זיין מיט זייער שכל צו כאפן די אמת דערפון. זיי האבן זיך טועה געווען דערין. און דערפאר איז נעבעך ויבקש הדבר וימצא.

ויודע הדבר למרדכי, אז מרדכי האט פארשטאנען אין וואס פאר א סכנה אסתר איז אז אפילו איינער וואס ליינט די אלע צעטליך, ווען עס קומט צו א נסיון ווייזט זיך עס געשמאק, ויבקש הדבר וימצא, סוף סוף זוכט מען עס און חלילה מ'טרעפט זיך אן דערין. עס איז נישט קיין חילוק וויפיל מ'ליינט, און וויפיל מ'ווייסט, שלא נמצאו במשמרתן. די אלע זאכן וואס איך מיין אז איך וועל מיך קענען קלאר מאכן צו פארשטיין די קאנצעקווענצן דערפון, נוצט מיר נישט. ווייל מיין שכל איז נישט גענוג שטארק צו זעהן דעם אמת פון די זאך.

מרדכי האט זיך אויסגעקענט מיט דעם, ווי עס שטייט איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו מרדכי, בן יאיר, ער האט פארשטאנען וואס עס קען אלץ ארויסקומען פון ענינים וואס מ'קען קוקען אויף א סקרין, בן שמעי, ער האט פארשטאנען וואס ס'קען אלץ ארויסקומען פון הערן נישט ערליכע זאכן, בן קיש, ער האט פארשטאנען וואס עס קען אלץ ארויסקומען פון אריינקלאפן אדרעסעס, איש ימיני.

איז שפעטער ווען אסתר האט גערופן המנ'ן צו די סעודה, האט דער מלך אנגעהויבן צו קלערן אז אפשר האט זיך אסתר צופיל דערנענטערט נישט צו זיין אזוי געהיטן אין די ענינים, שמא נתנה עיניה בו, און ער האט זיך דערמאנט אז זי אליין איז געווען די וואס האט אלעמאל געזאגט אז מ'זאל שטיין ווייט פון דעם, און דאס מיינט ויאמר להביא ספר הזכרונות דברי הימים ויהיו נקראים לפני המלך. דערמאן דיך ווי דו אליין ביסט געווען דער וואס האט געזאגט אז מ'זאל זיך דערווייטערן דערפון. און נאכדעם ביסטו דער וואס האט עס?

האט ער זיך דערמאנט אז מרדכי האט אים שוין געהאט געזאגט פון דעם אז ס'האט נישט צו טון וויפיל מ'ווייסט די סכנה דערפון, און וויפיל מ'ווייסט אז ס'האט שוין חרוב געמאכט, דאך ווען ס'קומט דערצו איז עס א נסיון, ציהט עס, אזוי ווי ביי בגתנא ותרש וואס זיי אליין זענען געווען משומרי הסף, זיי זענען געגאנגען ווייסע בעקעטשעס, זיי אליין האבן אלעמאל געוואוסט פון די סכנה דערפון, אבער דאך איז געווען ביי זיי אשר בקשו לשלוח יד במלך אחשורוש,

האט דער מלך געפרעגט מה נעשה יקר וגדולה למרדכי על זה, דאס הייסט וויאזוי קען מען פארשפרייטן די עצה וויאזוי מרדכי היט זיך אפ פון די אלע זאכן, ויאמרו נערי המלך משרתיו לא נעשה עמו דבר, די עצה וויאזוי מרדכי היט זיך פון די אלע זאכן איז נאר ווייל לא נעשה עמו דבר, ער האלט זיך נישט גרויס אז ער שטייט אוועק דערפון. ער ווייסט אז ער מיט אלע זיינע כוחות וואלט ער דערפון נישט געקענט אוועקשטיין. ער בעהט דעם אייבערשטן.

מרדכי האט ערקלערט פאר'ן מלך אז דאס אליין אז א מענטש ציהט צו דעם דארף ברענגען א מענטש צו שפלות, כמובא בספר דרך אמת ווייל איך זעה דאך וואסערע חרבנות דאס מאכט אן, און דאך זעה איך אז עס לייגט זיך מיר נישט אויפן קלארקייט אז ס'איז נישט א גוטע זאך. נאר די רגע איך זעה עס, ציהט עס מיר גאר שטארק, דאס אליין ווייזט ווי נישט קלוג און קלאר איך בין, דהיינו שיכיר בפחיתתו האיך נסתמו עיניו מראות וליבו מהשכיל, ואין בו כוח לעמוד נגד התאווה פחותה ומטונפת, און דאס ברענגט אז דער מענטש זאל ווערן בשפלות און מוזן אנקומען צום אייבערשטן, אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן צוקומען צו א קלארקייט. און ווייזן דעם אמת פון דעם. אבער דער מענטש פאר זיך, פארקערט, ציהט צו עס.

אדרבה דאס אליין אז עס שמייכלט צו מיר, דאס אליין איז די בעסטע זאך, ווייל דאס אליין ווייזט ווי נאריש איך בין, און אז איך קען מיך דערין נישט קלאר מאכן מיט מיינע אייגענע כוחות ההשגה.

און שפעטער אין די מגילה שטייט ביום ההוא נתן המלך אחשורוש לאסתר המלכה את בית המן צרר היהודים, קען זיך שטעלן א קשיא, פארוואס האט דער מלך אחשורוש געגעבן פאר אסתר המלכה את בית המן צרר היהודים, און נאכדעם שטייט ומרדכי בא לפני המלך כי הגידה אסתר מה הוא לה, פארוואס פונקט ווען אסתר המלכה באקומט בית המן קומט מרדכי לפני המלך, און נאכדעם ויסר המלך את טבעתו אשר העביר מהמן ויתנה למרדכי, ותשם אסתר את מרדכי על בית המן,

נאר אחשורוש האט געגעבן פאר אסתר המלכה וויאזוי גייסטו דילן מיט די נסיון, איך געב דיך את בית המן צורר היהודים, און דאן האט אסתר געדילט דערמיט וויאזוי מרדכי האט איר אויסגעלערנט איז געווען ומרדכי בא לפני המלך, מ'דארף נוצן די עצה פון מרדכי הצדיק כי הגידה אסתר מה הוא לה, אסתר האט פארציילט וויאזוי זי נוצט די עצה פון מרדכי. און דערפאר ותשם אסתר את מרדכי על בית המן.

די בית המן האט זיכער געהאט א פאר גוטע געשמאקע סמארטפאונס, אפענע, און אסתר האט געוואוסט אז נאר די עצה פון מרדכי וועט איר העלפן זיך ארויסצוזעהן דערפון.

און דאס מיינט ותוסף אסתר ותדבר לפני המלך, אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס קען אוועקנעמען את רעת המן האגגי ואת מחשבתו.

און דאס האט המלך אחשורוש געענטפערט הנה בית המן נתתי לאסתר, דער נסיון איז כדאי מ'זאל מוזן איינזעהן אז אליין קען מען זיך נישט קלאר מאכן דערין. עס ציהט, עס מאנט, און דאס אליין ווייזט ווי נידעריג א מענטש איז.

זאל השי"ת העלפן. (אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר אויב ס'שטומט מיט די ריכטיגע השקפה)

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דברים קילורין לעינים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”