עצות אויב איר זענט ל"ע פארמישט אין א עקסידענט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

עצות אויב איר זענט ל"ע פארמישט אין א עקסידענט

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:38 pm

זינט איך דרייוו האב איך ב"ה נישט געהאט קיין ערנסטע דורכפעלער, אבער די צוויי מאל וואס איך האב יא געהאט האט מיך איבערצייגט אז מען דארף אן ערנסטער הדרכה אויף וואס צו טון אויב עס פאסירט עפעס.

די ערשטע מאל איז געווען ווען א גוי האט זיך אריינגעריקט אין מיין לעין און מיר אראפגעהאקט דעם שפיגל, זייענדיג צומישט די ערשטע רגע האב איך נישט געכאפט וואס דא איז פארגעקומען, און מיט מיין דמיון האט זיך מיר געדאכט אז דער גוי איז אוועקגעפלויגן. איך האב זיך אפגעשטעלט בארואיגן ווען איך האב נישט באמערקט אז למעשה האט זיך יענער גוי יא אפגעשטעלט אונטער מיר. (נישט אויפן הייוועי), נאך א מינוט זאג איך ראה עניי און איך פליה אוועק, פלוצים זעה איך אז איינער קומט מיט א ווילדקיייט צו פליען און שיינט מיט די היי ביעמ'ס, און שטעלט מיך אפ. איך האב זיך אפגעשטעלט און דער גוי קומט ארויס אן אויפגערעגטער און מאכט מערדערישע קולות אז איך האב געמאכט א היט און ראן, ער גייט רופן פאליציי בלא בלא.

מיינע פיס האבן זיך געווארפן פאר שרעק, איך זאג אים צען מאל אייעם סארי, איך בין נישט קיין חיה, איך האב פשוט געמיינט אז יענער איז אוועקגעפארן. ער זאגט מיר אז ער וויל אראפשרייבן מיין אינשורענס נאמבער, אזוי גייט ער נישט רופן פאליציי.

איך ווי א תמים געב אים מיין קארטל. און ער נעמט זיך צו שרייבן! שכל האב איך נאך געהאט, איך רוף אן חברינו "קאר אינשורענס" און איך פרעג אים וויאזוי איך זאל האנדלן דא. ער זאגט מיר אז איך זאל בשום אופן נישט לאזן דער גוי אפשרייבן, איך זאל מאכן א פאליס ריפארט!, איך זאל "יא" רופן פאליס, אפילו איך האב נישט קיין געדולד צו די גאנצע זאך, און אפילו דער גוי גייט מיך מסר'ן מיט א "היט ענד ראן". איך האב געזאגט פאר דעם גוי, געב אהער דעם קארטל, איך רוף פאליס. און איך האב מקיים פסק געווען, איך רוף 911, דער גוי זעהנדיג אז איך מיין עס ערנסט, זאגט ער מיר, אקעי סמיר גארנישט געשען, "נעקסטיים דרייוו קוירפול" - (הערסט א חוצפה?) זאג איך אים איך וויל מאכן זיכער אז די נאמבערס וואס דו האסט אראפגעשריבן איז אויסגעמעקט, ער האט מיך עס ערלויבט צו טון. איך האב זיכער געמאכט אז מען קען נישט ליינען קיין איין נאמבער. צוריקגעקאלט די פאליס אז מיר זענען זיך אויסגעקומען. וזהו.

2) פאריגע וואך האב איך שוין געהאט עפעס אסאך מער ערנסטער, ווען איך האב געמאכט דעם "אידישן" וועג צום וויליאמסבורג בריק (וואו מען דרייט זיך איין אויף קלינטאן און מען כאפט די לייט), ביי דעם דריי
http://maps.google.com/maps?hl=en&ie=UT ... 4.4,,0,7.6
האט א גוי געקראסט, א קאר איז געפארן אין פראנט פון מיר און זעהנדיג אז ער האט זיך נישט אפגעשטעלט, האב איך נישט געחלומט אז איינער קען געבן א לויף אריבער די גאס, א גוי אנגעטון שווארץ האט אריבעגעקראסט דעם גאס, און ער איז ארויפגעפאלן אויף מיין האד! פשוטו כמשמעו, ער האט נישט געכאפט קיין זעץ, ווייל ער האט בעצייטענס געקלאפט אויף די הוד פון מיין קאר. איך האב זיך האסטיג אפגעשטעלט, יענער גוי האט זיך צושריגן "קרעזי" (נישט ערגער, א פלא פון א זאך), און אוועקשפאצירט.

איך האב ביינאכט נישט געקענט צומאכן א אויג, בשעת מעשה האב איך נישט געגלייבט אז דאס האט ווירקליך פאסירט, מיין מחשבה איז געווען טאטאל געלעמט.

====

איך וויל דעריבער פרעגן פון מענטשן מיט עקספיריענס, וואס האבן שוין מיטגעמאכט אזאלכע אדער ערגערע אינצידענטן, ווען די מחשבה פון די מענטש באגעגנט זיך מיט אזא שרעקליכע אומערווארטעטע סצענע, וואס טוט מען ערשט? וואס זאל מען יא אדער נישט טון? סיי פונעם פינאנציעלע שטאנדפונקט, און סיי פונעם זיכערהייט שטאנפונקט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:38 pm

קען זיין איך פרעג א נארישע קשיא.
פארוואס זאל מען ענדערש רופן פאליציי (נאכדערצו ווען מען קען טשארטשן מיט א היט ענד ראן) ווי יענער זאלן נעמען דיין אינשורענס אינפאו?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:43 pm

אויב גייט דאס רופן פאליציי קאסטן $500 לוינט נאך אלס זיי אנצורופן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:47 pm

די צווייטע מעשה האב איך אמאל נישט מער געדאכט מיטגעמאכט פון א צווייטן פערספעקטיוו, נעמליך איך בין געווען דער דורכגייער. מוצאי יוה"כ איז א איד געווען אזוי הונגעריג אז ער האט נישט געקוקט וואו ער פארט און ממש ווי דו שילדערסט האט פאסירט. איך האב אזא זעץ געגעבן אז... יענער האט זיך אפגעשטעלט און מיר נישט איבערגעפארן ב"ה.

למעשה וועגן די מחשבות ביינאכט? יא, כ'האב געטראכט דערפון כמה פעמים... און כ'האב מיר בארואיגט מיט די באקאנטע ווערטער (צוגעכיינט ערגעצוואו אין קרעטשמע) פון הייליגן ר' צדוק הכהן מלובלין, אז אויב מען איז זוכה, איז מען יוצא מיט די שרעק, די צער וואס מען האט ווען געדארפט האבן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:50 pm

ווען דו גיבסט די אינשורנס אינפא פאר א פרעמדע גוי, קען ער נאכדעם גיין דערמיט און פארציילן מעשיות ככל העולה על רוחו... און דו קענסט נישט אויפווייזן אז ס'איז לא דובים ולא יער, ביסטעך מודה אז דו האסט עם געגעבן דין אינפא.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:51 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:אויב גייט דאס רופן פאליציי קאסטן $500 לוינט נאך אלס זיי אנצורופן?

קאסטן פארוועם?
יאנקעל די פופציגער

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:51 pm

פאר ביידע

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 3:51 pm

שכוח גרויזי פאר די ניצבארע אינפארמאציע.
כ'האף בקרוב אויך ארויפצולייגן מיין עקפיריענס מיט א קאר עקסידענט. (ווען כ'וועל ענדיגען אלע קארט קלאגע'ס וואס דער אנדערע קאר האט מיר געקלאגט, אויב ס'וועט זיך אמאל ענדיגן).
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 4:19 pm

מיין עקספירינס ב"ה נישט קיין ערנסטע עקסידענד געווען
אבער טאמער ווילט איר קלאגען יענמס אינשרונס
דארף בעטן די פאליס צו עקסטשענזשען די אינשרונס איפארמעשען
כאטשיק מען קען עס זען אויפן פאליס ריפארט אבער צו באקימען די ריפארט קען נעמען אפשר א וואך און ניו יארק
און די אינשראנוס זאגט אז זיי דעקן נאר הוצאות פון ווען מען האט זיי מודיע געווען
סא די פארקינג פאר די געדימזשטע קאר פאר די וואך דעקן זיי נישט

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 4:50 pm

i don't remember the details of the story, but i do remember he called me like 12:30 @ night, and didn't know how to handle it, and what it could cost him,
never give your info to some one you don't know, cause you never know what he would do with it, and how much he will claim, when you have a police report you have a description of the damage and how it happened,
and as this story the other party didn't had any damages and he didn't ran away since he stopped,

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 8:23 pm

טייל מענטשן (גם אני בתוכם) האבן מורא פון א פאליס ריפארט, די בעסטע איז אויב מ'קומט זיך אדורך, אבער ווי איידער ארויסגעבן אינפארמאציע זאל מען מאכן א רעפארט, ממה נפשך אויב וויל יענער נישט קיין פאליס רעפארט דאן ביסטו ידו על העליונה,

איין וויכטיגע נקודה: אפילו מ'מאכט א רעפארט, כל זמן מ'רירט נישט די אינשורענס דאן ווייסט קיינער נישט דערפון.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 1:13 am

גרויזי,
כאב נישט געוויסט דו דרייווס בכלל.
ווילאנג דרייווסטו אויב איך מעג פרעגן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 11:13 am

לעצטענס האב איך געמאכט א קליינע זעץ און א קאר שטייזיך ביידע האבן געטנהט אז זיי זענען גערעכט בקוצר ביים זיך טענהן רוף איך מיך אן אז סאיז ממילא נישט ווערד צו רופן די פאליס און מאכן א ריפארט ווייל ביידעמס אינשורענס גייען ארויף גיין צו וואס פעלט דאס אויס און דא האט זיך עס געשלאסען שטייזיך מהאט גענומען די נומבערס איינער פונם אנדערן. און מהאט גארנישט געהערט מער. ביידע זענען געבליבען מיט א קליינע זעץ
Normal is just a setting on the washing machine


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט