על אלה אני בוכי'.. איי ר' יוסף הערש...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

על אלה אני בוכי'.. איי ר' יוסף הערש...

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:28 am

עיני עיני ירדו דמעה...
די הארץ בלוטיגט, טייכן טרערן גיסן זיך פון די אויגן..
ס'איז זייער שווער זיך מצמצם צו זיין..
ס'לאזט זיך נאך נישט גלייבן אז דאס האט פאסירט אונעם ווירקליכקייט...

אוי באשעפער... ס'רייסט ביים הארץ...
די מח איז נישט גרייט דאס צו אקצעפטירן.. וואו נעמט מען זיך.. וואו איז שייך דאס צו באשרייבן... די וואונד איז נאך אזוי אפען.. ס'איז א ריכטיגע בחינה פון מתו מיטל לפניו, וואס קיין תחנונים וועט נישט העלפן...

ר' יוסף הערש ר'יוסף הערש.... וואו האט איר דאס געקענט טוהן פאר אונז? וואו האט אייער הארץ דאס צוגעלאזט?
זעהט איר נישט די פארוויינטע אויגן? שפירט איר טאקע נישט די ווייטאג וואס איז אויסגעגאסן אויף יעדעם?
ס'איז קאלמוטנע אויפ'ן הארץ, ס'איז פארקלעמט די געפילן, די מח איז וואו פארלאזירט.. ר' יוסף הערש, האט איר דאס טאקע אלעס פארזעהן?

מ'זעמיר דא אריין געקומען אויסצוגעבן און אביסל זיך אראפשרייבן דאס הארץ פון די ווייטאג, אבער די פינגערס אנטזאגן זיך פון אויספאלגן די באפעלען. די מח אנטזאגט זיך פון גיבן אינסטראקציעס, אלעס איז פארפרוירן.

וואו זענען די מקוננים, וואו זענען די טרייסטערס? טייערע וויליאמסבורגע אידן, מיר האבן אים פארלוירן. טראגיש פארלוירן!
אייי.... ס'ציפט... איי.... ס'רייסט.... איי.... איי... מי יתן לנו תמרתו...?

די שיינקייט פון וויליאמסבורג איז פון אונז אוועקגענומען געווארן..
ר'יוסף הערש, וואו האט איר דאס געקענט טון צו אונז??

מיט צער און טרויער האבן מיר היינט געזעהן מיט די אויגן דעם בראך..
ס'האט זיך נישט געוואלט לאזן גלייבן אבער דאס מציאות האט געפראסקעט..
דאס וואס מ'זעהט קען מען נישט פארלייקענען.. די טרוקענע מציאות איז א פאקט וואס רירט זיך נישט..

ר' יוסף הערש וויינשטאק האט איבער געמאכט זיין ספרים געשעפט... אוי וויי....
ער האט זיך מאדענעזירט... ער האט אוועקגענומען א שטיק חן פונעם אמאליגן וויליאמסבורג.. די זיסקייט און געשמאקייט פון אזא קרעמעל איז שוין מער נישטא.. ס'וועט פארציילט ווערן מיט נאסטאלגיע ביי די היסטאריקער..

ר' יוסף הערש... פארוואס האט איר דאס געטון?? האט איר געפרעגט ביי אונז תושבי העיר צו מיר זענען איינשטומיג?
ווייסט איר דען נישט אז ס'איז געבליבן געציילטע אזאנע געשעפטען אין שטאט און יעדע פון זיי טראגן א באזונדערע חשיבות און מיר זענען נישט גרייט מוותר צו זיין אויף קיין איינס.
ר' יוסף הערש טייערע, קלערט אייך איבער. ס'איז אונז זייער שווער צו שלינגן און אפמאכן אז דאס איז א פאקט! וויינשטאקס האט זיך איבערגעמאכט... טוט דאס נישט...
הערט די געשריי פון די וויליאמסבורגע גאסן.. נייגט אן אויער צו די געבעט פונעם ציבור.. מיר דארפן צוריק די פראכט, די אמאליגן פראכט.. די אלטע צושטופטע שאפעס, די צופלויגענע פאליציעס.. איי.. ס'בענקט, ס'נאגט..


אבער לאמיר נישט פארגעסן פונעם עיקר צו ווינטשען ברכה והצלחה פאר ר'יוסף הערש'ן. זאל ער זעהן אסאך הצלחה אין זיין נייעם איבערגעמאכטן געשעפט.

אמן.
לעצט פאראכטן דורך געלעגער אום דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:33 am

המקום ינחחחחחחחחחחחח

די טרער איז שוין געווען אויפן וועג ארויס, ס'איז נאר נהפך געווארן לשמחה.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:45 am

קרית ספר
ועמך כולם צדיקים

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:41 am

ביקסאד האט געשריבן:
קרית ספר


?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:13 am

ערעב געלעגער, זאג נאר, דו ווייסט וואס דו האסט געטון מיט מיר, איך מיין נישט קיין דשאוק יעצט, דו האסט מיר געהעריג די נשמה ארויסגענומען, איך האב געהעריג געמיינט אז ר' יוסף הערש איגגו, איך האב געמיינט אז דו וויינסט אמת'דיג אויף אים, און איך בין כמעט צודרייט געווארן נאר טראכטנדיג אז ר' יוסף הערש האט זיך אפגעפעקלט.

טו דאס נישט נאכאמאל, אמת טאקע, אויב האט ער מאדערנעזירט זיין סטאר איז דאס א גרויסער בראך, און נישט נאר צוליב דעם סטאר אליינס, נאר אויך ווייל דאס קען זיין אן אינדיקעיטאר אז ר' יוסף הערש וועט נאך אפשר קויפן בקרוב א נייעם שטריימל.............. אבער צו געבן דעם אויסקוק ווי כאילו....... איז אביסל איבערגעטריבן, איים טעלינג יו, האסט מיך געהעריג צושרויפט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:22 am

געלעגער!!!!!!
איך האב מיך אויך אין אנהייב דערשראקן... גראדע איבער א אנדערע יוסף הערש....
איך געדענק מיינע יונגע יארן ווען איך פלעג קלעטרן דארטן צווישן די ספרים באקסעס, אוי מי יתן תמירתו...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 9:41 am

אוי געלעגער געלעגער! האסט אונז געפרעגט פארדעם צו אונז זענען איינשטימיג מיט דיין אקט?

יוש ס'(האט גע)ציפט! די מוחות זענען נאך נישט גרייט צי נעמען אזאנע אשכולות.

כ'מיין ווער ווייסט וואס קומט נעקסט?

ווי זאגט יענער? אזאנע אשכולות מאכן אים .... ממממ וואס?

האללא, וואס קאסט א דברי יואל? זיבעציג דאללאר, (ע נאכאלץ?)
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 11:06 am

פליגל, ס'קאסט טאקע זיבעציג דאללער, אבער חלק א' איז אויף די רעכטע זייט אין די אונטערשטע שעלף, חלק ב' אין בעק אויף די אויבערשטע שעלף, חלק ג' אין א באקס ערגעץ וואו, און חלק ד' פעלט.... מ'קען עס קומען אויפפיקן פון צווייע ביז פירע פארטאגס.... (אזוי פלעגט מען זאגן ביי אונז אין שיבע).

געלעגער, כ'טהור'ל כמוני, כ'בין נישט געווען היינט אין די גיסטע פון אזאנע אשכולות, נאכאמאזל ס'ענדיגט זיך גוט....
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:03 pm

ס'געשעפט דארף זיך איבער פרישן אחת לשבעים שנה, איצט האט זיך גענדיגט זיבעציג יאר......
אבער נישט געזארגט, ס'העט נישט אנהאלטן פאר צי לאנג....

איין מינוט, דער באקס מיט די סעט טור אינדרויסן איז נאך דארט????

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:10 pm

האסשט מיר גוט דערסשראקן, אבער סשנעל מהפך געווען למחול אבלינו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:41 pm

שמערי בערי האט געשריבן: מ'קען עס קומען אויפפיקן פון צווייע ביז פירע פארטאגס.... (אזוי פלעגט מען זאגן ביי אונז אין שיבע).
יהיה כן האט געשריבן:איין מינוט, דער באקס מיט די סעט טור אינדרויסן איז נאך דארט????

די גאנצע סטאר איז אינדרויסן, די סטאר איז אייביג אפען די פראגע איז נאר ווען מ'קען איינקויפן.

דאס געשעפט האט אזא מין באונוס אז אויב האנדלסטו איין א ספר באקומסטו (פאר אומזיסט)אפאר חסיד'שע ווערטלאך/מעשיות/ענינים וכו'.

ווער ס'פארפאסט אין געשעפט קען אים אפגעפונען אין ביהמ"ד.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:11 pm

איך ווארט אז "טיב טוב" זאל זיך איבערבויען, דאמאלטס איז וויליאמסבורגער א פערטיגער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:35 pm

ווי זאגט יענער? געב עס א וואך אין ס'בעק טו נארמאל!

איך פלעג זייער גלייכן אריינצוגיין אהין, ס'האט געהאט דעם זיסן חן, ר' יוסף הערש איז א זיס באחנ'ט אידל. זאל ער האבן הצלחה!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:54 pm

ישר כוח געלעגער פארן אזוי הערליך אראפלייגן כ'האב שוין געווארט אז איינער זאל דאס מספיד זיין,
אבער וואס ווילסטו יעצט געלעגער?
ער זאל צוריק צוווארפן די גשעפט?
האסטו דאס געדארפט שרייבן ווען ער האט ארויסגעליפערט די ספרים אויף בעדפארד עוו. אינטערן בלויען שלאק

אפשר אז די ביזט אים גרייט צו צאלן וועידשעס וועט ער עס טוהן..


עכ"פ באוויינען טוה איך עס אויך
און דאס האב איך אוודאי נישט געגלייבט אז עס וועט זיין אזוי מאדערניזירט מיט הערליכע שטיינערנע טיילס, געימס, טעיפס, און אפילו א קאמפיוטער..

איך וואונטש אים גרויס הצלחה דערין און אסאך געלט, אבער איך בעהט אים אנצוהאלטן מיט זיין אמאליגן תמימות און חן, מיט זיסע ווערטלך און מעשיות
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:09 pm

אה, ר' יוסף הערש וועט זיצן ביים קאמפיוטער....... כא כא, אוי העט דאס זיין א מחזה.....
אולי וועט ער דערגרייכן דא אין אונזער וועלטל, העלמער נהנה זיין מאוצרו הטוב, מי יתן והיה...

אפשר ווען ר' יאסל סאקס לעבט נאך ווייטער, העט מען פאר עם אויך געקענט איבער בויען דאס געשעפטל............

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:17 pm

אוטששששששששששששששש!

האסט מיר ארויסגענומען פון די כלים! ביז כ'האב צופלאצט אין שטורמישן געלעכטער.....

----
דער קעפל קומט על 'אלה', נישט על 'עלה'. חוץ אויב דו מיינסט דעם צעטל וואס איז נעלם געווארן במקום הקאמפיוטער.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:20 pm

ווינקל האט געשריבן:אוטששששששששששששששש!

האסט מיר ארויסגענומען פון די כלים! ביז כ'האב צופלאצט אין שטורמישן געלעכטער.....

----
דער קעפל קומט על 'אלה', נישט על 'עלה'. חוץ אויב דו מיינסט דעם צעטל וואס איז נעלם געווארן במקום הקאמפיוטער.



יש"כ שוין פארראכטן.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:34 pm

עמעצער קען אפשר פאוסטן א בילד פונעם ניי רענאווירטן געשעפט?

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:38 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:עמעצער קען אפשר פאוסטן א בילד פונעם ניי רענאווירטן געשעפט?



מילא פונעם געשעפט

א בילד ר' יוסף הערש ביים קאמפיוטער
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:38 pm

בקיצור, וויאזוי זאגט ביגלאייזן, עס איז דא ספרים געשעפטן, און עס איז דא נעגל וואסער שיסל געשעפטן,
איז עס געווארן אויס ספרים געשעפט?
למה זה תשאל לשמי...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:44 pm

איך וויייס נישט פארוואס דער עולם איז געווארן אזוי צעשרויפט.

איך האב געזען די נייעס אין א אנאנס אינעם שאפערס ראוט, און דערנאך געזען דעם אשכול דא, איך האב שוין געלאכט תיכף ביים זען דעם קעפל פון די אשכול.

געלעגער יישר כח

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:09 pm

נעכטן ווען כהאב דערזעהן דעם געשעפט האב אך באקומען פיל האפענונג אז דער "לייברעריען" יאסעף העכש שיחי' וועט נאכאמאל אנהייבן זיין קאריעריע מיט איבערדריקן די חסדישע ספרים, מאכן נייע מעשיות פאר די ביכלעך לפי שמות תלמידי בע"ש.
אבער איז דאס שייך אויך מיט די נייע מאדערנעזירטע אויסגאבן???

אגב ביי ביגעלאייזן אין געשעפט געדענק איך נאך פון איסט סייד זיין קאמפיוטער, ער ניצט עס נאך היינט. יעדע ספר וואס ווערט פארקויפט שכייבט מוישע אריין אינעם נאטבוק. און דארט איז גאר אינטרעסאנט די פרייזן-בוכשטאבן, וואס אלץ בחור האב איך ליב געהאט דאס מפענח צו זיין פאר די ארןם-קוקער.
לעצט פאראכטן דורך א גוט ווארט אום דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:20 pm

והוא פלאי האט געשריבן:בקיצור, וויאזוי זאגט ביגלאייזן, עס איז דא ספרים געשעפטן, און עס איז דא נעגל וואסער שיסל געשעפטן,
איז עס געווארן אויס ספרים געשעפט?

אוואו אזוי פלעגט ר' יקיר ז"ל ענטפערען ווען א בחור'ל האט איהם געבעהטן א סידור'ל, חומש, משניות'ל, גמרא צו א געפינטעלטע מוסר ספר,
"מיר זענען א בעסערע ספרים געשעפט, [מיר פאר-מאגן נישט קיין רומל סחורה (ווארע)],
ליידער האבן זיינע קינדער נישט געקאנט דער-הייבן דעם דרוק, און צו-ביסלעך משנה געווען ממסורת אבות, היינט האלטן זיי שוין געציילטע גמרות ועוד,
ויש עוד להאריך בזה, די אייניקלעך זעהט אויס וועלן נאך מער מאדערנעזירן בעוה"ר :cry: ה"י.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:22 pm

א גוט ווארט האט געשריבן:אגב ביי ביגעלאייזן אין געשעפט געדענק איך נאך פון איסט סייד זיין קאמפיוטער, ער ניצט עס נאך היינט. יעדע ספר וואס ווערט פארקויפט שכייבט מוישע אריין אינעם נאטבוק. און דארט איז גאר אינטרעסאנט די פרייזן-בוכשטאבן, וואס אלץ בחור האב איך ליב געהאט דאס מפענח צו זיין פאר די ארןם-קוקער.

יאך קאן אויך די קליינע אותיות, ביטע פובליציר עס נישט אין פובליקום.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:28 pm

פארוואס טאר מען עס נישט פובליצירן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 3 געסט