שוין דא געניג אשכולות אראפצירייסן די בחורים און יונגעלייט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

שוין דא געניג אשכולות אראפצירייסן די בחורים און יונגעלייט...

תגובהדורך גולש » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 11:13 pm

איך גיי רעכטס איך גיי לינקס איך גיי ארויף די שטיגן איך פראביר מיין מזל אראפ הינטען אפאר אן ערפאלג, גענוי ווי דער נודניקע טישו קלעבט זיך אן אויף די שיך און וויל פאר קיין געלט נישט אפטרעטן, און ווי דער ברסלבר וואס פארשטייט נישט די רמזים און וויל פאר יעדן פרייז אוועקשענקען זיינע קנטרסים, און ווי די עראר לעמפעל אויפן פרינטער וואס צינד זיך אן ווען אין א געיעג; גענוי אזוי שטייען זיי ארום פון אלע זייטן און ריכטונגען און אטאקירן די יומענס פון פלאנעט ערטה, און פשוט לאזן נישט קיין מנוחה.

ניין נישט ציגעטראפן איך רעדט דא נישט פון קיין גרינע קליינקעפענדע עליענס, נישט פון קיין טרעפיק פאליס און אפילו נישט פון קיין פלוימען ,ביכער און וואל פעיפער, און דאס קענט איר זיך שוין אליין פארשטעלן אז איך באצי מיך נישט דא אויף קיין טישוס, ברסלבע אדער פרינטערס .

איי פון וואס רעדט איך יא? וועל איך אייך זאגן,

איך רעדט פון זקנים. פון זאקן רעדט איר? ניין! פון זקנים ממש קא עסקינן.

עס איז אפשר נישט שיין אדער פאליטיקעל קארעקט, און אנדערע וועלן מיר ח"ו נישט אויף קיין שום ג-ט פארכטיגערס איד מויל ברענגען-אנרופן א חצוף, איז אבער ההכרך לא יגונה און א ענין ווואס איז קרוב לליבי-כלומר עס טרעט מיר צו צום הארצן, און שוין יארן וואס איך ליידט מיך אן פון די חברה, איז שוין די העכסטע צייט צו עפענען א וויי געשריי און זיך אנעמען פאר די באקריוודעטע אינגעלייט וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו ווייסע האר אונעם בארד (בלויז אינעם שטריימל) און ווערן פארפאלגט און באעולהט פון די זקנים על לא עול בכפם

לאמיר אביסל צילייגן דאס ענין

מאכטס זיך אמאל -אויף מיינע זיידעס געזאגט- אז מ'פארשלאפט זיך, דער קליינער האט פארארבייט מעשים מיטן וועקער זייגער, געווען ביי א ווארט- א שיינע שמחה געטון נעכטן פראווענען, פארטוישט די פיש אויל טאבלעטן מיט מיט די פי עם טיילענאל, אדער סתם אזוי האט דער שלעכטער יצר געזיגט און דער בעט האט געצויגן און פארלאנגט נאך עטליכע מינוט צו ביגלען דעם ליילעך.

שפאצירט מען אזוי אריין אין ביהמ"ד מיט אביסל אראפגעלאזט קאפ מיט די ציבאזשעוועטע פיאות מיט די האפענונג אז די רעשט פונעם טאג וועט אויסזעהן בעסער.

ווען פליצלינג...

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 11:23 am

ווען פלוצלינג.... האט ער געדריקט שלח אביסל צו פרי....

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:39 pm

פלוצים איז ער איינגעשלאפן אזוי טייפנדיג קרוב צו חצות הלילה, און מורא געהאט פונם זיידן וואס וועט.....

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 5:43 pm

"שוין דא געניג אשכולות אראפצירייסן די בחורים און יונגעלייט..."

האט ער מחליט געווען אראפצורייסן זקנים...
דערווייל איז ער - דער מיטליעריגער - אליינס ערגיץ ווי אראפגעריסען געווארן...
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 2:54 pm

-"וויאזוי הייסטו -יונגעמאן? וועמענס ביסטו?"

איך האב מיך אויסגעדרייט צום פרעגער, בלויז צי זעהן א נידעריגע אלטיטשקער מיט א פאר בייזע אויגן, גאר פון ווייט פון א זקן מלא רחמים, "וואס איז דיין נאמען?" האט ער ווידערהוילט זיין פראגע.

-"אאאאיך בין מממ גראס, מיין נאמען איז יענקעל גראס!", וואס וויל ער פון מיר" ווינדער איך מיר,

- "וועלעכע גראס? פון די אלע גראסעס?..." לאזט דער זקן נישט נאך

- "ניין! די גראסס פון די גרינהוט'ס" דאס האב איך בלויז געטראכט צי מיר, געענטפערט האב איך אים: עםם יא, פון די גראסעס!

-" איז דיין זיידע דער אלטער גראס פון ביהמ"ד?..."

- "יא, מיין זיידע גייט אין בית המדרש,

- "דיין זיידע ווייסט אז די דאווענסט אזוי שפעט?" דא האט ער אויפגעהויבען זיין ציקנייטשטע דרואינגס פינגער "די ווייסט וויפיל אזייגער ס'איז?.. (ס'איז נאך געווען עטליכע שטונדען פאר חצות)

- "אמממ המממ אכע אכעם

- "די היינטיגע יונגעלייט ווייסן נישט פון קיין פארטאגס צי זאגן, מעגסט דיך שעמען, אז די קימסט שפעט קום בכלל נישט, א מין זאך דאס!!

נאך פאר איך האב געהאט די געלעגענהייט אדער זיך צי פארענטפערן אדער צוריק צי געבן, האט דער בייזע איד וואס איז שוין אזוי מקטרג אויף אידן גאנצע פופציג יאר, זאגט שוין תוכחה יושר'דיג צו אומיושר'דיג די זעלבע אמאונט אויף יארן, זיך אנגעלעהנט אויף זיין פערזענליכע שחור און זיך געלאזט צום טיר אויפן וועג אהיים, היינט דאנערשטיג איז וואהרשיינדליך זיין ביזיעסט טאג ווייל ס'קומט ארויס די היימישע צייטונגען.

און איך בין געבליבן שטיין א באגאסענער,

דאס איז בלויז געווען די אנהייב פון א לאנגע סעריע.

א סעריע פון קללות, באשפריצט מיט פארציעס פון די אלטע לייט

מיין גרעסטע רעספעקט פאר די זקנים, אבער א ווייסע בארד איז נישט קיין תירוץ אויף אלעס, מ'איז פארנומען אראפצירייסן די בחורים, יונגעלייט, איינער מיז זיך נעמען צי די זקנים...


דער רעכטס אויף לינקס זקן, דער רואיגע זקן -נעקסט...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:02 pm

גולש, אין ענגליש זאגט מען I feel your pain, ס'איז טאקע נישט שיין נישט דן לכך זכות זיין א צווייטן, אבער ס'האט נישט נאר דייקא מיט זקנים, ס'דא אינגע וואס טוען עס אויך.

און גראדע מעגסטו הערן א מעשה וואס מיין קרוב האט מיר פארציילט.

ער האט זיך אמאל געשטעלט דאווענן שפעט, קרוב צו חצות מיט די ארבייט קליידער צווישן איין דזשאב און צווייטן. אויפ'ן וועג ארויס פון ביהמ"ד קומט צו אים צו א איד, א זקן ונושא פנים הרה"ח ר' ש"מ לאויט"א, און ער זאגט אים: אינגערמאן, ביזט זיכער זייער צובראכן אז די מוזט נעבעך דאווענען אזא דאווענען, ביזט פאריאגט און פארפלאגט אהיימצוברענגן א דאלער פאר דיין בני בית און האסט נישט קיין צייט געהעריג צו דאווענען, אבער זאלסט וויסן אז דיין צובראכן הארץ איז זייער חשוב ביים רבוש"ע, און ס'וועט נאך קומען די צייט ווען די וועסט האבן מער צייט פאר עבודת ה'. און ער האט אים דערציילט וויאזוי ער פערזענליך האט אמאל געדאווענט אין זיין בעקעריי צווישן קנעטן איין טייגל און ס'צווייטער, און היינט ב"ה לערנט ער רוב שעות פון טאג.

אוודאי איז דא חילוקים, ס'אלץ דא ביידע מינע מענטשן, דער עיקר איז אז די אלטע זאלן האבן אריכת ימים ושנים און מיר זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:26 pm

פאר א היבשע פאר יאר צוריק, ווען איך בין נאך ממש געווען א פריצעל, שטעלט מיר אן אלטע איד אפ אויפן וועג אהיים פון א ישיבה קטנה ווי איך בין געווען א ממלא מקום, ביי מיטאג מיטן טלית ותפילין אין דער האנט פארנט פון א בית המדרש וואס האט מניינים ביז זייגער טויזענט, "הע הע כולל יונגערמאן, האסט שוין גענדיגט דאווענען" און דער שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, האט ארויסגעשפריצט מבין שיניו, הרבה יותר פון וויפיל תלמיד חכם איך בין, אני הצעיר, בין געווען מיט אפאר יאר יונגער ווי איך בין היינט, און געהאט ווייניגער סבלנות ווי היינט, און אויסגעמאטערט פון זיין מיט די קליינע בחורים פון זעקסע פארטאגס, מיט דאווענען מיט פארלערנען און חזר'ן, עניתי לו "הע הע, רעטייערטע יוד, מיט דעם באשעפטיגט איר אייך, מיט קאנטראלירען כולל יונגעלייט?"
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:28 pm

א קליגער איד האט מיר אמאל געזאגט: מיין נישט אז אלע עלטערע אידן זענען "גערעגטע זיידעס" דעס זענען נאר דעיע וואס האבן קיינמאל נישט געארבייט אויף זייערע מדות אין די אינגערע יארן, איי ער האט דאס נישט געטאהן אין די אינגערע יארן? ווייל ער האט זיך פשוט איינגעהאלטן,
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:34 pm

ווער ס'האט אריינגעכאפט צו קענען אלטע באטעמטע וואוילע אידן וועלן מודה זיין אז אזאנס זעהט מען נישט היינט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:08 pm

ר' שמעלקא,
א אינטערעסרנטע הנחה,
איך מעג זיך קריגן מיט דיר?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:26 pm

קענסט מחולק זיין, אבער ביי מיר וועסטו נישט פועל'ן. דעתי העניה איז אז אידן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אן אונזערע באקוועמליכקייטן און זענען געווען ערליך און איידעל, מאכט מען נישט היינט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:28 pm

ס'זענען נאך פארבליבן מיט אונז פון יענע מאדעל...
ביז די 120 מיט געזונט.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:57 pm

פריידט אייך אינגערמאנטשיקל אז ביי אייך אין בית המדרש דרייען זיך נאך אלטע לייט,
ביי אונז אין ביהמ"ד זענען זיי נישט בנמצא ליידער, דער אויבנאן ווערט באשיינט מיט א.ג. זקנים (שקנה חכמה) און די ווייסען זיך צו היטן דאס מויל און געבן אכטונג אויף זייערע בעלי בתים ולעמתם ברוך יאמרו.
און עס איז איש כל הישר בעיניו, און מה יעשה הבן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 5:03 pm

אין מיין גאנצע געגנט איז א ווייסע בארד א יקר המציאות, אזש ווען מען באגעגנט אזאנס רייסט מען זיך ווער עס וועט פריער זיך אויפשטעלן און ברענגן א קאווע דעם זקן, ביז מען באמערקט אז יענער איז א דרייסיגער-פינעווע-דרייסיגער וואס האט פון נאטור אויס באקומען פריצייטיג די שערות לבנות

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 5:13 pm

איך קען נישט פארגעסן ווי א יונגערמאנטשיק האט אמאל געזאגט פאר אן עלטערן יוד האט אים משיגע געמאכט וועמענם.... ווי .... וויפל......, רופט זיך אן די יונגערמאן אונטשאלדיג ר' יוד.. איך בין שוין אריבער און שבעים נאר פון נאטיר אויס קוק איך אויס יונג בעט איך פון אייך אביסל דרך ארץ און איך געדענק נאך אייער טאטע'ן פון דערהיים, דער אלטער איז געבליבען שטיין מיט אן ערנסקייט און נישט געוויס ווי צו ריעקטען און ער פשוט אוועק שפאצירט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 11:50 am

היינט אינמיטן סליחות איז מיר באפאלען א נערוועזע זקן וואס איז געזיצן נעבן מיר - מיט מאה קולות - מיט די טענה אז איך בין שילדיג אז דער בעל תפלה ענדיגט שנעל, צוליב דעם וואס איך ענדיג די שטיקלעך הויעך מיינט דער בעל תפלה אז יעדער האט שוין געענדיגט,
איבעריג צו זאגן אז איך האב נישט געדאווענט ספעציעל הויעך, קיין קללות האב איך נישט פארדינט, ועל כולם דאס סליחות האט היבש לאנג גענומען.

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:07 pm

פליגל האט געשריבן:א קליגער איד האט מיר אמאל געזאגט: מיין נישט אז אלע עלטערע אידן זענען "גערעגטע זיידעס" דעס זענען נאר דעיע וואס האבן קיינמאל נישט געארבייט אויף זייערע מדות אין די אינגערע יארן, איי ער האט דאס נישט געטאהן אין די אינגערע יארן? ווייל ער האט זיך פשוט איינגעהאלטן,


כעי"ז שטייט אין הכשרת אברכים פ"ג.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 12:35 am

פינטעל האט געשריבן:היינט אינמיטן סליחות איז מיר באפאלען א נערוועזע זקן וואס איז געזיצן נעבן מיר - מיט מאה קולות - מיט די טענה אז איך בין שילדיג אז דער בעל תפלה ענדיגט שנעל, צוליב דעם וואס איך ענדיג די שטיקלעך הויעך מיינט דער בעל תפלה אז יעדער האט שוין געענדיגט,
איבעריג צו זאגן אז איך האב נישט געדאווענט ספעציעל הויעך, קיין קללות האב איך נישט פארדינט, ועל כולם דאס סליחות האט היבש לאנג גענומען.

אזוי ווי יענער האט געזאגט, "קודם כל, איך האב נישט געזאגט קיין ליגנט, און אפ' איך האב יא געזאגט ליגנט, איז זיך דיר עס געקומען..... :grin:
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 6:06 am

די שאלה איז ווער ס'איז, אמאל איז דא א אלטע יוד א דורעכגעווייקטע יוד וואס ס'לוינט זעך כאפן פין עם א פסק אפילו ס'איז נישט געשמאק ס'האט נאך אמאל א חן אויכעט (איך האב שוין געכאפט מער ווי איינמאל) אבער אמאל קומט א יוד וואס מ'געדענקט עם פין אמאל אין ער האט ווי מ'זאגט "זיך מוחל געווען די נביירעס" וואס דעלמאטס רעגט מען זיך אויף.

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

אקעי! שוין דא גענוג תגובות אראפצורייסן די עלטערע אידן

תגובהדורך קיטשי » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 7:38 am

אסאך מאל כאפט מען נישט זיי מאכן בלויז א ווערטל אייך צו דערשרעקן............
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 7:43 am

קיטשי קיינער מיינט נישט דיך פערזענדלעך.........

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג אוקטובער 09, 2011 9:44 am

ביז יעצט האט יעדער געוואוסט אז איך בין א בחור און דא קומסטו אויסזאגן דעם אמת?....
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט