לייג אוועק די בלעקבערי! די שעה געהערט צו אייער זוהן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

לייג אוועק די בלעקבערי! די שעה געהערט צו אייער זוהן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א גוטן מיינע חשובע קרעטשמע חברים

איך ווייס נישט אויב מען האט באמערקט, אבער איך האב ב"ה היינט צוטאג זייער ווייניג צייט אריין צו קומען אין קרעטשמע. זכרנו ימים מקדם ווען מ'האמיר געהאט מער צייט צו פארברענגען דא מיט אייך חשובע מיטגלידער ווי פיין און געשמאק עס איז געוועהן בשבת אחים גם יחד.

וואס ברענגט מיך יעצט אריין צו קומען דא אין קרעמל און מיט נאך א גאנצע דרשה צו דער זייט? אה! דאס וויל איך יעצט טאקע פארציילן. ליינט דאס פאלגענדע און שטוינט.

עס איז געוועהן אין איינע פון די לעצטע מוצאי שבתות, בינעך מיר אזוי געזיצען מיט א געמיטליכקייט און געלערנט אין די זעלבע פלאץ ווי עס קומט פאר די אבות ובנים פראגראם. וואס דאס איז, איז נישט קיין סוד. די עלטערן קומען און גיבן אוועק א גאנצע שעה ברצופות פאר זייערע קינדער און מעם לערנט מיט זיי און מען הערט אויס וואס זיי האבן צו פארציילן.

זיצט זיך אזוי נעבן מיר א טאטע מיט זיין אינגעלע און די אינגל זאגט אזוי שיין די חומש און נאכדעם די גמרא אזש עס איז צו קוועלן צו צוזעהן ווי א טאטע שעפט נחת דקדושא פון זיין קינד.

די שעה ענדיגט זיך דאך, מען מאכט די גורלות און עס איז צייט אהיים צו גיין. די טאטע וואס האט (גארנישט...) פארפאסט זיין בלעקבערי, האט ווי נאר די שעה האצעך געענדיגט זיך געשטעלט און אפגעליינט אלע שטותים און נארישקייטן וואס זענען געווארן געשריבן במשך דעם פארלאפענעם שעה.

מיט איין הענט און אויגן פארטיפט אינעם בערל און דאס צווייטע הענט ליגט דעם אינגעלעס קויט און ער שרייט אויף אים אן טראכטן קיין איין ווארט וואס ער זאגט ארויס זייענדיג פארטיפט אינעם בלעקבערי "טוה דיר שוין אן דיין קויט... גיימער אהיים.. עס איז שפעט... דו גייסט עניוועיס נישט געווינען... לאמיר גיין..."

רבונו של עולם, טאטע ווי בינעך... א טאטע גיבט אוועק א שעה צייט פון "וואך" פאר זיין קינד צו לערנען מיט אים און אריין לייגן אביסעלע יראת שמים אין אים, וואס פארא געשרייען אידאס פון טוה אן דיין קויט??? וואס קוקסטו יעצט אין דיין בלעקבערי??? קוק אריין דערין ווען די טשולענט גייט דיר ארויס! האסט אוועקגעגעבען א גאנצע שעה פאר דיין קינד??? לאז זיין הארץ גאנץ... פארוואס דארף א קינד שפירן אז אפילו אין "זיין שעה" פארנעמט אויך די בלעקבערי די אויבן אן???

חברי וידידי, אין בין נישטא געקומען קלאפן אויפן באלעמער און מאכן מחאות אויפן בלעקבערי, ניין! נישט דאס איז דער ציל מיט מיינע ווערטער! דער ציל איז, אז ווען א טאטע מאכט שוין אמאל יא אפ ביי זיך אז ער גיבט אוועק פארן קינד א שעה –נישט דוקא ביי די אבות ובנים, נאר אפילו אינדערהיים איין נאכט נאך נאכטמאל- דארף ער געבן פארן קינד די געפיל אז די "גאנצע צייט" איז "זיינס" קיינער קען נישט שטערן אינדערמיט!!!

איך בין בכלל נישט אין די ליניע פון חינוך (אויסער צו ערציען מיינע קינדערלעך עמו"ש) אבער ר' איד ווען דיין קינד זעהן אז נישט קיין חילוק ווען און נישט קיין חילוק וואס די סיטואציע איז וועט די טעלעפאון פארנעמען דער הויפט פלאץ און זיין דער ראש וראשון גיבט עס אים א שטארקע קלאפ אראפ. ווי אזוי דארף א קינד אויסוואקסן ווען ער זעהט א יעדן טאג נאך נאכטמאל ווען ער וויל קומען ווייזן עפעס א אינטערסאנטע זאך וואס ער האט געמאכט אין חדר פארן פאטער קען ער נישט צוקומען צו אים ווייל ער איז יעצט אויף זיין מיניטליכע מיטינג מיטן בלעקבערי. ווי אזוי ברויך א קינד אויסוואקסן א בן תורה אז ווען ער זעהט ווי יעדע איבעריגע מינוט פון טאג גייט פארן בערל.

די אונטערשטע שורה איז אזוי, ווען א מענטש גיבט אוועק אביסל צייט פאר זיין אייגען קינד (און דאס זעלבע איז גילטיג ווען מען רעדט מיט יעדע מענטש) זאל מען אוועקלייגן יעדען שטער, צו זאל עס הייסן בלעקבערי צו זאל עס הייסן ביזנעס. נישט קיין נפק"מ.

איך האב עס נישט קיין צייט איבערצוקוקן עס פארט אריין ווי עס שטייט און גייט...

שלח...
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מ'דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צו הרה"ק רבי ר' ברוכ'ל פון מעזביזש זי"ע מיט א טענה, אז ער האט געפאסט 40 טעג (מיט א הפסק ביינאכט) און ער האט נאכנישט קיין רוח הקודש?
האט דער רבי ר' ברוכ'ל אים געפרעגט וואס ער האט געגעסן ביינאכט ביים אויספאסטן.
האט דער איד דערציילט דעם אמת, אז ביינאכט האט ער געגעסן נאך מער ווי נארמאל, און מיט א מוראדיגער אפעטיט!

זאגט אים דער רבי ברוכ'ל הער א מעשה.
דער זיידע דער בעשטה"ק זי"ע איז אמאל געפארן מיט זיין פערד און וואגאן. וכידוע האט ער געהאט קפיצת הדרך, און דער פערד האט געזעהן אז ער האלט שוין אפאר שטעט אוועק און ער האט נאכנישט געגעסן, ווייל פארענדיג שנעלער ווי נארמאל האט ער נאכנישט געדארפט עסן, האט געטראכט ביי זיך דער פערד אז מסתמא איז ער שוין זייער אויסגעארבייט אז ער דארף שוין נישט אזוי אפט עסן. ס'איז אדורך נאך אפאר שטעט, און געווענדליך האט ער שוין ביי דעם פלאץ 4 מאל געגעסן, האט דער פערד מחליט געווען אז ער איז שוין זיכער א מלאך...

קומט מען אבער אן צום אכסניא, דער בעל עגלה לייגט אים אראפ א זאק שטרוי און דער פערד ווארפט זיך ארויף דערויף און הייבט אן אכל'ן, האט ער שנעל געזעהן אז ער איז א "געזונטער פערד".

האט דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל אויסגעפירט: נאך א טאג פאסטן ווען איר ווארפט זיך ארויף אויפ'ן עסן ביינאכט, ווייזט עס אז איר זענט דער זעלבער ___!!!

לענינינו: נאך א שעה לערנען מיט אייער קינד, און איר ווארפט זיך ארויף אויפ'ן שווארצער כלי, ווייסט עס אז איר ____ ___ ___ _ ____!!!

יש"כ ידידי שמיי דריי.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

גוט אינעם פינטל אריין, שיק עס אריין צו אלע לאקאלע צייטונגען, ווי אויך צו די אבות ובנים חברה, זאלן זיי עס שרייבן אין זייער נעקסטע פלייער.

ייש''כ

ר' שמעלקא אנטשולדיגט, אבער מה ענין שמיטה אצל ____ _ _____
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

לקיים מה שנאמר שמיי 'דריי'
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'בין מוחה איינמאל פאר אלעמאל.... לאזט אייך אפ פון די בלעקבערי'ס!! גענוג איז גענוג!!

לעצטענס האביך געמאכט א שטודיע אין מיין שול, 90 פערצענט! פון די טעלעפאנס וואס מ'זעהט האלטן אינמיטן דאווענען אדער ארויסלויפן דערמיט זענען "נישט" קיין בלעקבערי'ס, כ'זע סעניא קאטאנע'ס, על דזי, סעמסאנג און כל'ערליי.

ווען מ'רעדט פון אינטערנעט איז בלעקבערי עפעס א מחותן, אבער סתם פון זיין ביזי דערמיט זענען אלע טעלעפאנן אויף די זעלבע מדריגה! עס איז געווארן די לעצטע יארן אזא מין העצע קעגן בלעקבערי כאילו אנדערע טעלעפאנען זענען נישט די זעלבע. אדער ערגער.

און אפי' ביי אינטערנעט איז בלעקבערי דערווייל די איינציגסטע וואס האט א פילטער, (און די פירמע וואס מאכט געלט פון די פילטער איז אביסל שולדיג אין די וויסטע שנאה אויף די כלי, ווי מער מ'האקט מיינט עס מער קאסטומער'ס) סא אידאס אפי' בעסער אין דעם געביט.

עני וועי, איר קענט האקן אויף טעלעפאנ'ן אבער לאזט אפ דעם בלעקבערי, שכח.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

וואויל ארויסגעברענגט דיין ווייטאג שמיי דריי, איים וויט יו אן דעהט וואן

לאז געמאכט איז נאך אנגעווייטאגט אויף ד.ב. עדיטאריעלס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שמיי דריי הערליך שיין ארויסגעברענגט. אבער ווי לאז'ל זאגט. דאס האט גארנישט מיט בלעקבערי..

איך שריי דאס שוין אפאר יאר, לאז במנוחה די בלעקבערי באניצערס. זיי זענען גארנישט ארגער און אפשר נאך בעסער וואו די אנדערע מיט די שיינע טעלעפאון'ס.
די בראוזער איז די זעלבע. בלעקבערי נאך בעסער ווייל מ'קען האבן א פילטער. טשעטן,פעיסבוק,טוויטער,טעקסט,אימעילס,ג'טאקל, אלעס קען מען האבן אויף יעדע סמארט פאון.

קריך אראפ פון די בלעקבערי באניצערס.
גרויסן יישר כח.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

בלעקבערי איז א כינו אויף סמארט פאונס, דאס איז וויבאלד עס איז געווען פון די ערשטע און אמאל דער מערסט באנוצטע סמארט פאון, נאך פאר ווינדאוס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געלעגער האט געשריבן:די בראוזער איז די זעלבע. בלעקבערי נאך בעסער ווייל מ'קען האבן א פילטער. טשעטן,פעיסבוק,טוויטער,טעקסט,אימעילס,ג'טאקל, אלעס קען מען האבן אויף יעדע סמארט פאון.
גרויסן יישר כח.

טעות לעולם חוזר
די פאון מוז נישט זיין סמארט היינט צי טאג מען זאל קענען האבן דערויף די אלע זאכן
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ס'איז א כינו פאר ווער ס'איניש באקאנט אין די ענינים... פאר מען רעדט פון א ענין איז כדאי אביסל ריסטארטש צו מאכן.

א בלעקבערי מיט א אייפאן איז הודו מיט כוש. אז מען מיינט אלע טעלעפאנען פארוואס דערמאנען פונקט די נאמען? עס גיט די איינדרוק אז עס איז ערגער פון אנדערע ווען אין פאקט איז עס נישט.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך עגרי אז עס גיט א פאלשע איינדרונג איך האב נאר ארויסגעברענגט פון ווי די נאמען האט זיך געשאפען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

שמיי_דריי האט געשריבן:חברי וידידי, אין בין נישטא געקומען קלאפן אויפן באלעמער און מאכן מחאות אויפן בלעקבערי, ניין! נישט דאס איז דער ציל מיט מיינע ווערטער! דער ציל איז, אז ווען א טאטע מאכט שוין אמאל יא אפ ביי זיך אז ער גיבט אוועק פארן קינד א שעה –נישט דוקא ביי די אבות ובנים, נאר אפילו אינדערהיים איין נאכט נאך נאכטמאל- דארף ער געבן פארן קינד די געפיל אז די "גאנצע צייט" איז "זיינס" קיינער קען נישט שטערן אינדערמיט!!!


שמיי_דריי האט געשריבן:די אונטערשטע שורה איז אזוי, ווען א מענטש גיבט אוועק אביסל צייט פאר זיין אייגען קינד (און דאס זעלבע איז גילטיג ווען מען רעדט מיט יעדע מענטש) זאל מען אוועקלייגן יעדען שטער, צו זאל עס הייסן בלעקבערי צו זאל עס הייסן ביזנעס. נישט קיין נפק"מ.


ווען מען פארשטייט נישט איז דא א אפציע פון איבערפרעגן...

איך האב אויך א בלעקבערי, און מיר אויספראקען אין קרעטשמע בין איך דאך זיכער נישט געקומען...

איי פארוואס כאפ איך אן אזוי שטארק די ווארט בלעקבערי איז ווייל אזוי איז פאקטיש געוועהן די מעשה. העט עס ווען געוועהן מיט א "סטארטעק" וואלט איך געשריבן דברים כהווייתן אז עס האט זיך אפגעשפילט מיט א "סטארטעק".

אבער די פינטל בלייבט די זעלבע ווי פריער "נישט קיין חילוק וואס די שטער איז" טאר קיין שטער נישט זיין. די שעה ברויך בלייבן גאנץ פארן קינד.

איך האב געהאט א מגי"ש הר"ר פנחס דוד שווארץ ז"ל -ווער עס האט אים געקענט פלעגט ער אייביג האבן גוטע מליצות- פלעגט ער זאגן אסאך מאל אז ווען איינער רעדט אמאל א דרשה ווארפט מען אריין אפאר וויצן אינמיטן רעדן. האט ער געפרעגט ס'פשט דערפון? האט ער געזאגט אזוי כדרכו אז די מענטשן וואס זיי אינטערסירט נישט די גאנצע דרשה זאלן זיך האבן וואס ארויף צו כאפן אויף די וויצן ווי גלייך דאס איז געוועהן די עיקר דרשה און מען מאכט פונעם טפל א עיקר און פון די עיקר נקודה פון די דרשה מאכט מען א טפל...

לענינינו, איך האב מורא געהאט אז דער עולם וועט שפרינגען אז מע רעדט שוין ווייטער פון די שווארצע בערלעך... האב איך עס ספציעל ערווענט אפאר מאל אינמיטן אז די מעשה איז אזוי געוועהן אבער די ציל ברעט איז בכלל נישט געוועהן די בלעקבערי. די ציל איז געוועהן אז ווען גיבט אוועק פארן קינד א שעה איז עס זיינס און קיינער קען דאס נישט שטערן אינדערמיט...
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שמיי דריי. מיר האבן פאר קיין רגע נישט אוועקגעמאכט אדער געזוכט צו פארדרייען די תוכן פונעם שמועס און אויב איז דאס געשען ווילן מיר איך איבערבעטן.

אויב מיינט איר אז מיר פארשטייען נישט וואס איר האט אזוי שיין ארויסגעברענגט מיט אייער זיסע שפראך. דאס אז טאטעס ווען זיי גיבן שוין יא אוועק די שעה פארן קינד וועלן זיי מאכן דאס קינד שפירן ווי א גזלן פארן רויבן די שעה.
יא, מיר ווייסן זייער גוט וויאזוי אזא סצענע קוקט אויס. דאס קינד פארשטייט נישט און איז נישט משיג וואס דאס טאטע וויל פון זיין לעבן, סך הכל האט מען יעצט געענדיגט לערנען א געשמאקע שעה. וואס איז יעצט געשען אז מיין טאטע איז פלוצלינג ארויס פון די כלים? וואס שרייט ער אויף מיר?

פארוואס מיר האבן אריין געווארפן די פאר ווערטער אויבן איז געווען ווייל ביים היימישן עולם הערשט אזא וויסטע שנאה צום כלי משחית וואס הייסט בלעקבערי. א אינגערמאן וואס האט זיך איינגעהאנדעלט א בלעקבערי מיינט אז ער איז אראפ פון אידישן וועג, ער איז שוין נענטער צו גיין אין טעיאטער..
אבער אויב קויפט ער זיך אן אייפאון אדער סיי וואסערע סמארט פאון איז ער די זעלבע וואוילע אינגערמאן וואו פארדעם..
און דאס איז היפאקראטיע!
און פארדעם שרייען מיר: וואקט אראפ פון אונז! די פראבלעם איז טעלעפאון'ס!! נישט בלעקבעריס..!!

יעצט ווען איר האט געשריבן וועגן בלעקבעריס האט איר צוריק אויפגעברענגט די צארן. אבער נאכאמאל אייער פונקט איז שטארק! אייער משעה איז פיין! אייער שריפט איז זאפטיג! און ס'איז מלא אמת מיט תוכן.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

גלעגער הער אויף צו האקן אויף טעיאטער!
מען קען נאך באלד מיינען אז א יונגערמאן וואס גייט אין טעיאטער איז נענטער צו קויפן א בלעקבערי
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'געלעגער ועוד לקרא.

די פוינט איז זייער ריכטיג, מען דארף אלץ וויסן ווי איין ווי אויס, און ס'איז לאוו דווקא א טאטע כלפי זיין קינד\פרוי נאר סיי ווען... א מענטש פרעגט דיך עפעס קוק נישט אויפן אייפאון... ער פארציילט דיר א מעשה קוק נישט אופן ענדרויט, עס גיט זייער נישט א גוטע געפיל פארן אנדערן צד. ודי בזה.

שטייצעך אויב מען וויל יענער זאל זיך אפשאקלן דאן קומען די כלים יא גוט צוניץ... כ'רעדט ווען די ווילסט באמת דער איד זאל וועלן מיט דיר שמועסן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”