די שטאטישע/בענק ארבעטער, ישיבה לצעירים בחורים...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

די שטאטישע/בענק ארבעטער, ישיבה לצעירים בחורים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ב"ה

לאמיר מאכן אן הקדמה...

פאר צוויי וואכן צוריק האט מיין פעטער זז"ג חתונה געמאכט די אינגסטע קינד,
די חתונה איז געווען אין אויבן שטאט (אפסטעיט בלע"ז), וואס דאס טייטש א לאנג דיסטענס טריפ,
און די השתתפות האט געברויכט זיין פון אנהייב ביזן סוף, הלמאי, ס'איז דאך די מוזיניקעל...

אינדערפרי פארן ארבעט האב איך אריינגעלייגט די בגדי שבת אין קאר אז מ'זאל זיך קענען ארויסלאזן אין וועג באלד נאך די ארבייט,
למעשה האב איך מיר אפילו ארויסגעכאפט א 20 מינוט פריער און ויסעו...
ב"ה איך האב נאך דערכאפט דעם פעטער זז"ג פארן באשמירן דעם זוהן'ס שטריימל מיט אש, אזוי זעט ער איך בין שוין געווען אפילו ביים קבלת פנים.
אוועקפארן באלד נאך די זיידע טאנצט איז אויך נישט געווען קיין רעדע, מ'מוז בלייבן ביז נאך אשת חיל...
ביז מ'האט זיך געזען אין בעט יענע נאכט האט מען שוין כמעט געקענט ליינען קרישמע של שחרית.
אפאר שעה שפעטער, די זייגער קלינגט, ס'איז 7:00 אזייגער, מדארף אנהייבן די נייע טאג.

ביי די ישיבה בחורים איז אבער געווען גאר אנדערש,
לכה"פ א שעה פאר די "חתונה באס" פארט ארויס פון שטאט גייט מען שוין אהיים פון ישיבה,
נישט קיין חילוק נעפיוס, ערשטע קוזינס, צווייטע קוזינס אדער שכנים פון די בלאק,
די באס פארט 5:00 אזייגער, גייט מען אהיים 4:00,
מ'דארף דאך גיין אין שאווער, זיך איבערטון, און מאכן די איבריגע הכנות, מ'קען דאך נישט אנדערש.
ווייטער ממחרת החתונה האט מען זיי קוים געקענט ארויסשלעפן פון בעט כאפן שחרית פאר חצות...
און ווען די באבע מאכט שבע ברכות, ברויך מען דאך שוין נישט גיין צו נאכט סדר...

און נישט נאר ביי שמחות איז אזוי, נאר יעדע יום טוב ויומא דפגרא,
צו ס'איז פאר פסח אדער פאר סוכות, ארבעט מען ביז ערב יום טוב, (ביי א טייל איז עס "עד בכלל" און ביי א טייל "לא עד בכלל"),
אסרו חג אינדערפרי איז מען צוריק אופן דזאב,
חול המועד, איז וויי איינער, הכל כפי מנהג המקום.
אנדערע גייען אריין אין דזאב פורים בין כוסא לכוסא
אנדערע קומען קוים אן אהיים ערב יום כיפור צום סעודת המפסקת,
און חנוכה גרייט מען אן די מנורה אינדערפרי, אזוי אז ווען מ'קומט אן אהיים פון ארבעט זאל מען נישט דארפן זוימען לאנג כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן,,,

די בחורים אבער האבן אן אנדערע סקעדזיול,
פון ראש חודש ניסן ביז ראש חודש אייר, און פון אלף סליחות ביז ר"ח חשון איז קיין ישיבה נישטא,
מ'טוט א טובה דעם טאטען מ'גייט אביסל אין א מסגרת אלס הכנה צו די ימים הנוראים, אבער קיין ישיבה, קיין סדר היום, קיין פרעשור נישטא,
פון ווען מ'קען שוין ליינען די מגילה בכפרים שאינם מוקפים חומה, ביז נאך שיתסר ושיבסר איז נישטא קיין סדר,
חנוכה איז שוין די נאכמיטאג סדר גאנץ שוואך, און פון נאכן שקיעה אין לעסוק בדברי תורה שמא ישכח להדליק,
און אויב האט זיך די חנוכה פארטי גענדיגט נאך 11:00, קען מען דאך שוין מארגען קומען צו שחרית, פארטאגס סדר איז נישט געמאכט פאר מיר היינט.

* * *

מיין ציל איז בכלל נישט צו רעדן אויף די ישיבה בחורים,
נישט אומזינסט טענה'ען די מגידי שיעורים אז די בחורישע יארן זענען די בעסטע יארען אין לעבען...
זאלן זיי עס אויס ניצען געזונטערהייט.

נאר...

להבדיל אין עולם הגשמי, אין עולם העשי', און עולם הגוים זענען דא פארשידענע חגאות און האלידעיס
ווען עס קומט אזא סעזאן ווי קראצמעך, ניו יער, קענסטו נישט טרעפן כמעט א ביזנעס אפען,
ס'איז א היי האלידעי, און מ'איז פריי פאר די וויקענד,
די זעלבע איז מיט יולי דעם פערטן, כמעט קיין איין רעכט אמעריקאנער ארבעט נישט,
מ'האליעט, מ'פרייט זיך, מ'פארטיט און מ'שיכורט.

ווייטער ווען ס'קומט "טענקסגיוינג דעי" אדער "מרדכי אלעזר קעניג טאג", איז שוין יש ויש,
אנדערע ארבעטען בכלל נישט, אנדערע האבן געשניטענע שעות,
ספרינט ארבעט נאר די קוסטאמער סערוויס, נישט די קענסולעישן דעפארטמענט,

אבער אזא טאג ווי היינט האב איך ניטאמאל געוויסט אז ס'איז אן אזוי גערופענע חאגע,
אין מיין קאלענדער איז היינט ניטאמאל געקאלערט העל גרין,

איז דא איינער דא (וואס ארבעט יעדען טאג...) וואס ארבעט נישט היינט?
ווייסט איר פון איינער וואס איז פארמאכט היינט?

איך ווארט מיין געלט זאל ווערן געקלערט אין די באנק,
איך ווארט אויף אפאר טשעקס זאלן אנקומען,
אבער איך קען בלייבן ביים ווארטן...
היינט רוקט זיך גארנישט.

אין די שטאטישע קאלענעדער איז פארצייכנט עפעס א קליינע חאגע'לע,
און און רעזאלטס זענען זיי, און טאקע נאר זיי מיט די בענק, פארמאכט...

ס'גיסט א שניי, ס'בודזעוועט די ווינטען, שווער צו גיין אופן גאס,
וואס קען מען טון? מ'ברויך דאך אהיימברענגן פרנסה, אריין אין דזאב.

אבער אויף די בענק הענגט אזא מין נאו"ט וואס דערמאנט מיר ליבערשט פון מיין טאכטערעלס "מצוה צעטל":
דא טו די וועטער, זענען מיר פארמאכט היינט. מיט אנטשולדיגונג.
(ליין: ביטע אנטשולדיגן אסתר'ל פארן קומען שפעט, איר בויך טוט איר וויי).

נו, זאגט איר אליין:
זענען זיי נישט קיין ישיבה לצעירים בחורים?!?!?!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

משיח מעג שוין קומען..........

משיח'ל, עי וואן. פיין ארויס געברענגט. יישר כח.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

משיח האט געשריבן:ב"ה

די מאמר בנוגע די באנק איז הפלא ופלא
בנוגע ישיבה בחורים להבדיל וויל איך דיר נאר אנמערקען א פוינט וואס (הגם איך בין מיט דיר בנוגע בין הזמנים וכו') ווייזט די אנדערע זייט פון די מטבע,
ווייז מיר נאך א עידזש וואס ארבייט אין א דורכשניטליכען טאג אזוי שווער ווי א ישיבה קטנה בחור,
פון 6-7 צופרי ביז 7:30-8:30 ביינאכט, מיט גאר קורצע הפסקות, מיט א מוראדיגע פרעשור אנצוקומען און נישט ארויספאלען, ווער רעד נאך מתמידים,
נישט א מגיד שיעור ארבייט אזוי שווער, נישט אן ארבעטער, ניטאמאל א כולל יונגערמאן, און א ישיבה גדולה בחור, האט טאקע א שווערערען סדר, אבער ער ווייסט שוין אז עס איז נישט עק וועלט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

גיט .. אבער דער עיקר אז מען האט נישט געדארפט ריקן די קאר היינט ציפרי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האב ח"ו נישט געמיינט צו בארעדען די בחורים,
אויב האסטו אזוי פארשטאנען בעט איך זיי איבער,
איך האב דייקא גערעדט פון אינגע ישיבה בחורים,
און איך האב נאר געוואלט ממחיש זיין פון וואס מ'רעדט,
אז ווען מיין ברועדער מאכט א ברית, אמאל קום איך אן צו געבן מזל טוב און אמאל נישט,
אבער מיינע נעפיוס די קינדער און אינגע בחורים זענען אלע דארט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר שיין געשריבן, ר' משיח!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

משיח, זייער שיין און אמת.

והוא פלאי מען דארף נישט קוואוטן די גאנצע תגובה ווען מען וויל עפעס צושרייבן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
matovu
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך matovu »

MAJOR MAJOR
yoshe puper

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoshe puper »

היינט געהערט ביי תיקון:
יאנקעל אויף וועם ווארטסטו?
אויף משיח!
קענסט אויסלעשן דעם מאטאר!
והוי קא בדחי רבנן דיחין דיחין!
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

דארפסמאן האט געשריבן:גיט .. אבער דער עיקר אז מען האט נישט געדארפט ריקן די קאר היינט ציפרי

איך האב מיר אזוי געפרייט נעכטן נאכט נאכ'ן באקומען דעם טעקסט אז אלטערנעט סייד פארקינג איז סוספענדירט! הלואי זאל דאס געשעהן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג!

און פארגעס נישט... ווען טשעקס קליערן נישט, קראכט עס אויך נישט!
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווער בין איך? האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:גיט .. אבער דער עיקר אז מען האט נישט געדארפט ריקן די קאר היינט ציפרי

איך האב מיר אזוי געפרייט נעכטן נאכט נאכ'ן באקומען דעם טעקסט אז אלטערנעט סייד פארקינג איז סוספענדירט! הלואי זאל דאס געשעהן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג!!

איך האב ערשט באקומען היינט ווען מען האט שוין כמעט געדארפט רוקען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

yoshe puper האט געשריבן:היינט געהערט ביי תיקון:
יאנקעל אויף וועם ווארטסטו?
אויף משיח!
קענסט אויסלעשן דעם מאטאר!
והוי קא בדחי רבנן דיחין דיחין!

לא הבנתי
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

משיח גאר זיס און צום פינטל.

קרעמער, איך אויך נישט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ג"א מצטרף

---
פארוואזשע האב איך געברויכט ווארטן צוויי וואכן פון די חתונה ביז וועטעראנס דעי צו הערן דעם זיסן אפהאנדלונג?

בעטער לעטער דען נעווער.

שר'קויעך עניוועי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משיח, ממש א שאד אז דיין פעטער האט נאמאר קיין קינדער אין שטוב, אונז וואלטמער זייער הנאה געהאט ווען יא!

טענקס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

משיח האט געשריבן:אנדערע ארבעטען בכלל נישט, אנדערע האבן געשניטענע שעות,
ספרינט ארבעט נאר די קוסטאמער סערוויס, נישט די קענסולעישן דעפארטמענט,

ווערייזאן האסטו שוין געקענסעלט צוויי וואכן צוריק אויפן וועג אריין צו די חתונה?

פארוואס מוזסטו פונקט היינט קענסעלען דיין ספרינט אקאונט?

.
---
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

משיח האט געשריבן:ב"ה

די בחורים אבער האבן אן אנדערע סקעדזיול,
פון ראש חודש ניסן ביז ראש חודש אייר, און פון אלף סליחות ביז ר"ח חשון איז קיין ישיבה נישטא,

מ'טוט א טובה דעם טאטען מ'גייט אביסל אין א מסגרת אלס הכנה צו די ימים הנוראים, אבער קיין ישיבה, קיין סדר היום, קיין פרעשור נישטא,
!

אז די האסט ארויפגעברענגט די בין הזמנים, מוז איך צוליייגן אז נאכן נאכגיין די סיבה פארוואס מען טוט גארנישט דערצו, אויף אלעם האט מען שוין געמאכט תקנות אדער תיקונים, אסאך שווערערע זאכן, און דא האסט אזא ווי בין הזמנים וואס אלע זאגן אז עס ברענגט חרבנות, און קיינער טוט נישט דערוועגן, די רבנים ומנהלים חשובים קענען דאך עס סטאפן זאפארט, עס מוז זיין אז עס איז זיי אויך באטעמ'טער אזוי, די אפרוה פון אפאר וואכן, כבודם במקומם מונח, איך קען נישט אנדערש פארשטיין די ענין.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פריילאך האט געשריבן:אז די האסט ארויפגעברענגט די בין הזמנים, מוז איך צוליייגן אז נאכן נאכגיין די סיבה פארוואס מען טוט גארנישט דערצו, אויף אלעם האט מען שוין געמאכט תקנות אדער תיקונים, אסאך שווערערע זאכן, און דא האסט אזא ווי בין הזמנים וואס אלע זאגן אז עס ברענגט חרבנות, און קיינער טוט נישט דערוועגן, די רבנים ומנהלים חשובים קענען דאך עס סטאפן זאפארט, עס מוז זיין אז עס איז זיי אויך באטעמ'טער אזוי, די אפרוה פון אפאר וואכן, כבודם במקומם מונח, איך קען נישט אנדערש פארשטיין די ענין.

נישט ריכטיג!

זעט אויס דו ביסט שוין לאנג ארויס פון ישיבה. (איך בין שוין נישט דארט א היבשע פאר יאר, אבער איך האב גאר נאנטע קאנטאקט דארט...)
דענקסט וויזוי ס'האט אויסגעזען אויב מען האט אמאל פארצויגן אביסל א סדר שלא לרצון פון די בחור'לעך?

דורכצוברעכן אזאך וואס איז איינגעפירט שוין יארן לאנג ברויך אסאך אסאך כח, פאוער, ענערגיע, (וואס איז די חילוק פון די ווערטער?) וואס רוב ראשי ישיבות שפירן אז זיי האבן "נאך מער וויכטיגערע" זאכן וואו דאס צו ניצן.

אולי וואלט זיך איינער אריינגעלייגט "צוזאמענצוברענגן" עטליכע גרויסע ישיבות אינאיינעם, און אריינלייגן די נוטיגע ארבעט דערפאר, וואלט אפשר יתכן געווען דאס דורכצוברעכן. אולי ירחם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

פריילאך האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:ב"ה

די בחורים אבער האבן אן אנדערע סקעדזיול,
פון ראש חודש ניסן ביז ראש חודש אייר, און פון אלף סליחות ביז ר"ח חשון איז קיין ישיבה נישטא,

מ'טוט א טובה דעם טאטען מ'גייט אביסל אין א מסגרת אלס הכנה צו די ימים הנוראים, אבער קיין ישיבה, קיין סדר היום, קיין פרעשור נישטא,
!

אז די האסט ארויפגעברענגט די בין הזמנים, מוז איך צוליייגן אז נאכן נאכגיין די סיבה פארוואס מען טוט גארנישט דערצו, אויף אלעם האט מען שוין געמאכט תקנות אדער תיקונים, אסאך שווערערע זאכן, און דא האסט אזא ווי בין הזמנים וואס אלע זאגן אז עס ברענגט חרבנות, און קיינער טוט נישט דערוועגן, די רבנים ומנהלים חשובים קענען דאך עס סטאפן זאפארט, עס מוז זיין אז עס איז זיי אויך באטעמ'טער אזוי, די אפרוה פון אפאר וואכן, כבודם במקומם מונח, איך קען נישט אנדערש פארשטיין די ענין.

דער ענין איז שוין דערמאנט געווארן אין דעם דעזיגנירטער אשכול פאר בחורים און ישיבות.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

קרעמער האט געשריבן:
yoshe puper האט געשריבן:היינט געהערט ביי תיקון:
יאנקעל אויף וועם ווארטסטו?
אויף משיח!
קענסט אויסלעשן דעם מאטאר!
והוי קא בדחי רבנן דיחין דיחין!

לא הבנתי

קרעמער עס איז ווייל דו דרייווסט נישט.
קרעמער האט געשריבן:
yoshe puper האט געשריבן:והוי קא בדחי רבנן דיחין דיחין!

לא הבנתי
ג"א מצטרף
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

אז פליגל פארשטייט יא לאמיר אים פרעגן. וואס א'שייכות האט משיח מיט א מאטאר? (איך דרייוו גראדע יא)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מאנאגרעמס האט געשריבן:אז פליגל פארשטייט יא לאמיר אים פרעגן. וואס א'שייכות האט משיח מיט א מאטאר? (איך דרייוו גראדע יא)

עד כאן! כ'אב דאך פארא סיבה געשריבן "ג"א מצטרף".
סארי כ'אב זיך נאר באצויגן צום ענין אז קרעמער פארשטייט נישט וויזוי מ'לעשט אויס א קאר,
די גאנצע וויץ איז עפעס בכלל נישט אין איינקלאנג מיטן אני מאמין.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משיח, אז דו דערמאנסט טאקע די פעדראלע ארבייטער, ווילעך דערמאנען דא א זאך.

איינע פון די גרעסטע טענות קעגן "אבאמא-קעיר" איז געווען אז יעדע גאווערמענט אפיס איז ווי א ישיבה, קיינעם אינטערעסירט נישט גאניש, נאר אז זיי זאלן פאנטשן די קארד, און באקומען באצאלט פאר זייער שעות, דעץ איט!

פארציילט מיר איינער די וואך אז ער האט געטרייט צו מאכן א פאספארט אין פאסט אפיס, ער קומט אריין, קיינער ווייסט נישט, יעדער שיקט צום אנדערן, א קיצר, מ'קומט אין ערגעץ נישט אן. א וואונדער זיי מעלדן יעדע שטיק צייט אז זיי דערלייגן געלט? זאל מען פריוואטעזירן די פאוסטל סערוויס, אוי ווי ס'וועט מאכן געלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

משיח האט געשריבן:
נו, זאגט איר אליין:
זענען זיי נישט קיין ישיבה לצעירים בחורים?!?!?!

זייער שיין ארויסגעברענגט!
הלואי זאל מען אזוי שנעל ארויסווארפען די באנק ארבעטער ווי די ישיבה לצעירים בחורים, וואלטן מיר געהאט פיל בעסערע סערוויס אין די בענק...........
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”