מ'וועקט זיך אויף!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

מ'וועקט זיך אויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עס האלט נאך אלץ ביי דעם סטאטוס פון "קול דממה דקה", אבער די דממה דקה ווערט וואס א טאג ברייטער און הילכיגער. די דערביטערניש אויף קארופציע וואו מען קוקט נאר פלעגט מען אמאל נאר הערן גאר זעלטן; ווען די וויי-געשריי דערגרייכט אבער שוין איבער דער נאז טוט מען שוין הערן מער און מער ווי מ'וועקט זיך אויף פון דעם לעטארגישן שלאף, און מען שרייט מיט קולות: ג-ע-וו-א-ל-ד!
לייענט דעם בייגעלייגטן הארצרייסנדער בריוו וואס איז געשריבן געווארן צו דעם באקאנטן עקאנאמיע-אנאליזירער ר' יונה כהן, און פארלאזט א טרער אויף דעם ביטערן מצב.
אטעטשמענטס
Umnus.pdf
אומנות
(103.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 410 מאל
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

א בריוו געשריבן היבש צו די זאך.
אבער ער לאזט אסאך פלאץ די דיסקוסירן די ענינים.
כ'האב נאכנישט צופיל צייט געהאט אפצוליינען.

דאס וואס ער שרייבט אז מ'דארף לערנען מער לימודי חול מיט די מיידלעך. ס'קען אפשר זיין אז מ'דארף אפיר זיכן מער זאכליכע לימודים.
אבער רוב רבנים האבן געהאלטן אז מ'זאל נישט לערנען אין די מיידל שולעס מער לימודי חול ווי לימודי קודש.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דעם עצם דיון לאז איך פאר א צווייטן
אבער כ'ליין דעם בריוו, עפעס איז ער זיך סותר מיניה ביה
הייבן הייבט ער אן מיט א געוואלד היתכן די מאמעס ברענגען פרנסה אין דער צייט ווען זיי דארפן זיצן אינדערהיים זיין א עקרת הבית
אין שפעטער אויף פעידזש צען, געוואלדעוועט ער היתכן מען לערנט מיט די מיידלעך רש"י פרשת חקת און נישט קיין אומנות זיי זאלן קענען ציהעלפן מיט די פרנסה
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
וואס יא אן וואס נישט?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יהיה כן האט געשריבן:דעם עצם דיון לאז איך פאר א צווייטן
אבער כ'ליין דעם בריוו, עפעס איז ער זיך סותר מיניה ביה
הייבן הייבט ער אן מיט א געוואלד היתכן די מאמעס ברענגען פרנסה אין דער צייט ווען זיי דארפן זיצן אינדערהיים זיין א עקרת הבית
אין שפעטער אויף פעידזש צען, געוואלדעוועט ער היתכן מען לערנט מיט די מיידלעך רש"י פרשת חקת און נישט קיין אומנות זיי זאלן קענען ציהעלפן מיט די פרנסה
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
וואס יא אן וואס נישט?


יהיה כן, כ'האב עס שוין געבלעטערט, כ'האב נישט קיין געדולד עס צו ליינען בעיון, אפשר זאגט איר מיר וואס דער מענטש פונקטליך וויל?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אז ד האסט נישט קיין געדולד ביזטו פטור

בקיצור, זאגט ער מען זאל געהעריג ארבעטן און מאכן אסאאאאאך געלט, (ווי אזוי? טאקע א גרויסע קשיא, דאס זאגט ער נישט)

איך טענ'ה שוין לאנג אז דער יונה כהן רעדט פון א צעטל, אט האב איך עם געפאקט
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פיין, מסכים, זאלן אלע אידן מאכן אסאך געלט!

now what? עפעס וויל ער טוישן "מעידזשער" אונזער סיסטעם, עפעס זעהט אויס אז אבותינו ורבותינו וואס האבן מיט מסי"נ אויפגעשטעלט אידישע הייזער נאכן קריג האבן, אפשר צוליב די צרות, פארזעהן געוואלגיע יסודות אין אידישקייט, אזאש אז מימי אדם הראשון איז נאך אזאנס ניקסט געוועזן?! זעהט אויס אז די רבנים גאו"צ אשר נשמתם בגנזי מרומם האבן פארזעהן א פונקט ביי אונזער לעבן וואס דארף א תיקון, און אפשר איז טאקע ר' יונה כהן דער פאסיגער מענטש, והוא יחל להושיע את ישראל?

הקיצור, כ'ווער מער און מער צומישט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמעלקא טויב האט געשריבן:פיין, מסכים, זאלן אלע אידן מאכן אסאך געלט!

now what? עפעס וויל ער טוישן "מעידזשער" אונזער סיסטעם, עפעס זעהט אויס אז אבותינו ורבותינו וואס האבן מיט מסי"נ אויפגעשטעלט אידישע הייזער נאכן קריג האבן, אפשר צוליב די צרות, פארזעהן געוואלגיע יסודות אין אידישקייט, אזאש אז מימי אדם הראשון איז נאך אזאנס ניקסט געוועזן?! זעהט אויס אז די רבנים גאו"צ אשר נשמתם בגנזי מרומם האבן פארזעהן א פונקט ביי אונזער לעבן וואס דארף א תיקון, און אפשר איז טאקע ר' יונה כהן דער פאסיגער מענטש, והוא יחל להושיע את ישראל?

הקיצור, כ'ווער מער און מער צומישט!



אזוי?
אבותינו ורבותינו האבן געלעבט פון פוד סטעמפס סעק. 8?
אבותינו ורבותינו זענען געזעצן אין כולל נאך די חתונה??
אבותינו ורבותינו האבן די פרויען געארבעט??
אבותינו ורבותינו האבן דען נישט געוואוינט אין שטעטלעך איבעראל ??
אבותינו ורבותינו האבן געצאלט שלשת אלפים פאר א נארמאלע דירה??

אויב א טענה איז לגמרי נישט דאס

וואס איך וויל פון יענעם שרייבער איז, ער זאל מיר יעצט ברענגען פון די גוים וועלכע האבן לשיטתו עפעס א ... אומנות, צי זיי האבן יא געלט אויף חתונה צי מאכן צען צוועלעף קינדער???? אדרבא לאמיר הערן

וואס דרייט ער א קאפ, יתרו האט אויך קריטיקירט, אבער אן א זאכליכע עצה העט עם ווען משה רבינו קיינמאל ווען נישט אויסגעהערט
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יהיה כן האט געשריבן:וואס איך וויל פון יענעם שרייבער איז, ער זאל מיר יעצט ברענגען פון די גוים וועלכע האבן לשיטתו עפעס א ... אומנות, צי זיי האבן יא געלט אויף חתונה צי מאכן צען צוועלעף קינדער???? אדרבא לאמיר הערן

וואס דרייט ער א קאפ, יתרו האט אויך קריטיקירט, אבער אן א זאכליכע עצה העט עם ווען משה רבינו קיינמאל ווען נישט אויסגעהערט


אט א דאס!!!

דער שרייבער קוקט אויס צו האבן עפעס א פראבלעם מיט "האבן אסאך קינדער ווי די תורה הייסט" אויב איר מערקט אין זיינע ווערטער. כפי הנראה בהשקפהראשונה רעדט מען פון א "שטארק אויפגעקלערטער" וואס וויל טאקע טוישן דעם סיסטעם.

-

כ'האף אז קיינער מיינט נישט אז כ'זוך ח"ו אנצוגרייפן אבותינו ורבותינו הקדושים, חלילה. אין לנו אלא דבריהן, ולאורם נסע ונלך. וואס זיי האבן אונז אראפגעשטעלט איז ביי אונז א תורה שלימה. אמת אז מ'מעג מוסיף זיין גדרם וסייגים, פעלות בתורה ויר"ש וכו', אבער נעמן זאכן וואס זיי האבן נישט איינגעפירט אין אזאליכע האקעלע ענינים ווי חינוך וכו', און איינפירן צו "לערנען" עפעס קלוגערס און בעסער'ס ווי זיי האבן אונז געלערנט, איז עכ"פ לדעתי עקום עקום, ונפול תפול הבית אשר עליה נבנו יסודותיה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אויב איז זיין מהלך אז מען זאל זיך גיין לערנען א אומנות גיין לערנען אין קאלעדזש, איז דאס קיין מהלך.

גיין אין קאלעדזש ווערט נישט מותר אויב דאס איז א מהלך פאר פרנסה.

גיין לערנען א אומנות מיינט ווערן אן עלעקטרישאן, פלאמבער, צו אפילו אינשורענס אגענט, מארטגעדזש בראוקער, קאמפיוטער פראגרעמער, קאמפיוטער טעקנישאן וכו' וכו', עס איז דא פאכן וואס מען דארף גיין אין סקול זיך לערנען. קיין עולה זיך צו לערנען א עולה, אבער גיין שטודירן טאר מען נישט בשום אופן, אפילו מען זיצט און שטודירט אין א צימער ווי עס זיצן בלויז אידן מיט בארד און פאות.

ווערן אן אקאונטענט, CPA, מוז מען שטודירן. ספעשל עד מוז מען שטודירן. א פאך וואס מען מוז האבן א דעגרי דערצו טאר מען נישט האבן, אפילו עס גאראנטירט אז מען זאל קענען חתונה מאכן אלע קינדער בכבוד און אויסהאלטן אלע יו"ח לדורותיהם.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

חברה, בארואיגט אייך!
דאס איז נישט ר' יונה כהן וואס איך קען פון קול מבשר.. א איד דורכגעווייקט מיט פארצייטישקייט, און גלייכצייטיג פרישקייט.
לויט ווי איך קען ר' יונה'ס מיינונגען פון הערן, איז ער בכלל נישט איינשטימיג מיט די מיינונגען פון דעם בריוו.

דער בריוו איז בסך הכל וואס קארל, אדער איינער מיטן געדאנקנגאנג גלייך צו אים, האט געשריבן צו ר' יונה כהן. ווי קארל זעלבסט שרייבט.

איך קען דעם סארט שיטה פון ווייטאגן אויף פראבלעמען, און אפירקראצן מאמרי חז"ל וואס זאלן איינשטימען מיט דעם ווייטאג, פון אנדערע פעלער וואו הער קארל האט שוין פיל מאל אויסגלופטערט בין כותלי הקרעטשמע. [איך גיי נישט דיסקוסירן דעם אויסגעהאלטנקייט פון דעם צוגאנג, וואס לענ"ד הגם ס'איז קלאר נישט ריכטיג נאכצוגיין דעם המונ'ס אנגענומענע כלומר'שטע תורה-מיינונג, וועלכע בויען זיך אויף געפילן פון דעת בעל הבית, דארף מען אבער האבן א גרעניץ ביז וואו מ'קען זיין אן אויבער-חכם.. וואס איך בין מיט דעם גרעניץ נישט באקאנט. איך פראביר נאר לייגן די זאך אין די ראמען פונעם ריכטיגן פראפארץ].

מיך וואונדערט נאר, פארוואס הער קארל שרייבט דאס מ'וועקט זיך אויף, ווייל אמער מ'רעדט דאך דא פון איין פריוואטן בריוו וואס אימיציער [קארל?] האט געשריבן צו א פריוואטן יחיד, נעמליך ר' יונה כהן.

קארל:
כ'האף אז כ'בין נישט פוגע אין דיין כבוד מיט דעם תגובה. איך מיין נאר קלארצושטעלן זאכן.
לעצט פארראכטן דורך אינטעליגענט אום מאנטאג נאוועמבער 08, 2010 2:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

אינטעליגענט האט געשריבן:חברה, בארואיגט אייך!
דאס איז נישט ר' יונה כהן וואס איך קען פון קול מבשר.. א איד דורכגעווייקט מיט פארצייטישקייט, און גלייכצייטיג פרישקייט.
לויט ווי איך קען ר' יונה'ס מיינונגען פון הערן, איז ער בכלל נישט איינשטימיג מיט די מיינונגען פון דעם בריוו.

דער בריוו איז בסך הכל וואס קארל, אדער איינער מיטן געדאנקנגאנג גלייך צו אים, האט געשריבן צו ר' יונה כהן. ווי קארל זעלבסט שרייבט.

איך קען דעם סארט שיטה פון ווייטאגן אויף פראבלעמען, און אפירקראצן מאמרי חז"ל וואס זאלן איינשטימען מיט דעם ווייטאג, פון אנדערע פעלער וואו הער קארל האט שוין פיל מאל אויסגלופטערט בין כותלי הקרעטשמע. [איך גיי נישט דיסקוסירן דעם אויסגעהאלטנקייט פון דעם צוגאנג, וואס לענ"ד הגם ס'איז קלאר נישט ריכטיג נאכצוגיין דעם המונ'ס אנגענומענע כלומר'שטע תורה-מיינונג, וועלכע בויען זיך אויף געפילן פון דעת בעל הבית, דארף מען אבער האבן א גרעניץ ביז וואו מ'קען זיין אן אויבער-חכם.. וואס איך בין מיט דעם גרעניץ נישט באקאנט. איך פראביר נאר לייגן די זאך אין די ראמען פונעם ריכטיגן פראפארץ].

מיך וואונדערט נאר, פארוואס הער קארל שרייבט דאס מ'וועקט זיך אויף, ווייל אמער מ'רעדט דאך דא פון איין פריוואטן בריוו וואס אימיציער [קארל?] האט געשריבן צו א פריוואטן יחיד, נעמליך ר' יונה כהן.

קארל:
כ'האף אז כ'בין נישט פוגע אין דיין כבוד מיט דעם תגובה. איך מיין נאר קלארצושטעלן זאכן.

א דאנק פאר'ן מיך אויסכאפן - איך האב נארוואס דאס געוואלט שרייבן; יונה כהן האט נישט געשריבן דעם בריוו, און קריטיק (ווי אויך קאמפלימענטן)דארף זיין געוואנדן צו דעם בריוו שרייבער.
און אז דו ביסט אין דער ביזנעס פון קלארשטעלן זאכן: ניין, אני הקטן האב נישט געשריבן דער בריוו, און פאקטיש בין איך נישט הונדערט פראצענט מסכים מיט אלעמען וואס שטייט אין דעם בריוו - בעיקר אין די לעצטע בלעטער בנוגע לימודים מיט מיידלעך.

אין מיין פתיחה האב איך שוין קלארגעשטעלט וואס איך מיין מיט "מ'וועקט זיך אויף":
עס האלט נאך אלץ ביי דעם סטאטוס פון "קול דממה דקה", אבער די דממה דקה ווערט וואס א טאג ברייטער און הילכיגער. די דערביטערניש אויף קארופציע וואו מען קוקט נאר פלעגט מען אמאל נאר הערן גאר זעלטן; ווען די וויי-געשריי דערגרייכט אבער שוין איבער דער נאז טוט מען שוין הערן מער און מער ווי מ'וועקט זיך אויף פון דעם לעטארגישן שלאף, און מען שרייט מיט קולות: ג-ע-וו-א-ל-ד!
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

יהיה כן האט געשריבן:עפעס איז ער זיך סותר מיניה ביה
הייבן הייבט ער אן מיט א געוואלד היתכן די מאמעס ברענגען פרנסה אין דער צייט ווען זיי דארפן זיצן אינדערהיים זיין א עקרת הבית
אין שפעטער אויף פעידזש צען, געוואלדעוועט ער היתכן מען לערנט מיט די מיידלעך רש"י פרשת חקת און נישט קיין אומנות זיי זאלן קענען ציהעלפן מיט די פרנסה
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
וואס יא אן וואס נישט?

ווי איך האב פארשטאנען מיינט ער א "לשיטתך": אפילו לויט אייך אז די פרויען דארפן גיין ארבעטן, לערנט זיי כאטש אויס פראקטישע לימודים פאר'ן ארבעטן.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

Tויפריכטיג, מיינע, און כ'גלייב אויף יהיה כן'ס, ווערטער זענען געווען געוואנדן צום בריעוו שרייבער, נישט ר' יונה כהן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער בריוו דערמאנט מיך פון איינעם וועלכער האט סוקסעספול געריטן מיטן סלאגאן 'טשעינזש', אָן האבן עפעס א זאכליכע סאלושען, כ'מיין אז היינט ווייסט שוין יעדער די ענד אוו די סטארי....
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

מיר האלטן נאך ווייט פון די ענד אוו די סטארי...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יהיה כן האט געשריבן:אבותינו ורבותינו האבן געלעבט פון פוד סטעמפס סעק. 8? יא, זינט עס איז געווארן אוועיליבל.
אבותינו ורבותינו זענען געזעצן אין כולל נאך די חתונה?? יא, ס'האט געהייסן ביהמ"ד נישט כולל.
אבותינו ורבותינו האבן די פרויען געארבעט?? יא, די וואס נפשם חשקה בתורה און די נשים האבן געקענט ארויסהעלפן.
אבותינו ורבותינו האבן דען נישט געוואוינט אין שטעטלעך איבעראל ?? יא, דא אין אמעריקא האט הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל געהאלטן אז מען זאל דייקא וואוינען צוזאמען. אין יוראפ זענען ליידער אויך אסאך אוועקגעפאלן פון די קליינע שטעטלעך. (וידוע מעשה מהרה"ק מרימנוב בענין).
אבותינו ורבותינו האבן געצאלט שלשת אלפים פאר א נארמאלע דירה?? ניין, און דעריבער צאל איך טאקע נישט אזויפיל...

וכל זה שלא מן הענין הוא... איך וויל נאר וויסן אויב אמאל איז געווען א גרעסערע פראצענט פונם ציבור רייך אדער עכ"פ בעל בתי'ש ווי מען רופט עס.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלף בית האט געשריבן:א בריוו געשריבן היבש צו די זאך.
אבער ער לאזט אסאך פלאץ די דיסקוסירן די ענינים.
כ'האב נאכנישט צופיל צייט געהאט אפצוליינען.

דאס וואס ער שרייבט אז מ'דארף לערנען מער לימודי חול מיט די מיידלעך. ס'קען אפשר זיין אז מ'דארף אפיר זיכן מער זאכליכע לימודים.
אבער רוב רבנים האבן געהאלטן אז מ'זאל נישט לערנען אין די מיידל שולעס מער לימודי חול ווי לימודי קודש.



אפשר שרייבסטו וועלכע רוב רבנים האבן אזוי געהאלטן, און צו דאס איז אזא "באקאנט" פסק (ס'איז דאך באקאנט אז די רבי ז"ל פלעגט זאגן...) צו דאס איז כתוב וחתום
*

דעתי העני', ער שרייבט היבש צום זאך, אבער די שאלה ואס ער קען טון צו טוישן דעם סיסטעם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווינקל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אבותינו ורבותינו האבן געלעבט פון פוד סטעמפס סעק. 8? יא, זינט עס איז געווארן אוועיליבל.
אבותינו ורבותינו זענען געזעצן אין כולל נאך די חתונה?? יא, ס'האט געהייסן ביהמ"ד נישט כולל.
אבותינו ורבותינו האבן די פרויען געארבעט?? יא, די וואס נפשם חשקה בתורה און די נשים האבן געקענט ארויסהעלפן.
אבותינו ורבותינו האבן דען נישט געוואוינט אין שטעטלעך איבעראל ?? יא, דא אין אמעריקא האט הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל געהאלטן אז מען זאל דייקא וואוינען צוזאמען. אין יוראפ זענען ליידער אויך אסאך אוועקגעפאלן פון די קליינע שטעטלעך. (וידוע מעשה מהרה"ק מרימנוב בענין).
אבותינו ורבותינו האבן געצאלט שלשת אלפים פאר א נארמאלע דירה?? ניין, און דעריבער צאל איך טאקע נישט אזויפיל...



איבער דעת הרה"ק מסאטמאר, כ'וואלט זייער געוואלט זאלסט מיר אזוי גיט זיין גיבן א מקור ווען און וואו דער סאטמאר רבי האט דאס געזאגט
והעיקר, דאס לעצטע זאץ געפעלט מיר דאס מערסטע, אויף אלע אידן געווינשן......, אבער דער מציאות איז ליידער ווייט נישט אזוי, אדרבא איך זוך און זוך כ'קען נישט טרעפן ביליגער...

וויפיל יודן קענסטו וועלכע זענען דא אין אמעריקא נאך די חתונה געזעצן אין 'ביהמ"ד' כלשונך, און די ווייבער האבן געברענגט פרנסה...... (נישט אז איך האב חלילה עפעס קענען כולל יונגעלייט, נאר די פאקטן 'וואס איז אמאל געווען' זאל מען נישט פארדרייען)
וויפיל יודן האבן געואוינט אין די 'גרעסטע' שטעט אינדערהיים? און וויפיל האבן געוואוינט אין די שטעטלך?? דו שטאמסט אפשר אויך פון די אוועק געפאלענע??
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג נאוועמבער 08, 2010 3:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כמיין אז סאיז געדריקט ערגעצוואו... איך האב עס געהערט פון א אידן וואס האט דאס געהערט פון הגה"צ מווייצען זצ"ל וועלכער האט געהאט א לענגערן וויכוח מיטן רבי'ן איבער דעם ענין.

כ'וואוין אין א געגנט וואס קאסט נישט אזויפיל....

איך באציה זיך בעיקר טאקע אין יוראפ נישט דא אין אמעריקא וואס מען האט טאקע מרוב דחקות זיך נישט געקענט ערלויבן צו זיצן אין ביהמ"ד.
צופעליג... פון מיינע פיר זיידעס, איז נאר איינער פון א דערפל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אויב ס'איז געדרוקט 'ערגעץ וואו' איז מיין פארלאנג נאך סך שטערקער, 'א וואוו איז עס געדרוקט שווארץ אויף ווייס' כ'וויל זייער זייער עס זעהן אינעווייניג!!

און אז דו וואוינסט אין א געגנט וואס קאסט נישט אזוי פיל, ביזטו סתם א לועג לרש, א וואו איז דער געגנט???, דער סאטמאר רבי האט דארט יא געלאזט וואוינען?


אין דיינע אנדערע דריי זיידע'ס שטעט, האבן אויך נישט געוואוינט אזוי פיל אידן וויפיל ס'וואלט ווען געוואוינט בזמנינו אין א שטעטל וואו דער עולם וואלט זיך ווען ארויסגעריקט.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

אבותינו ורבותינו האבן געצאלט שלשת אלפים פאר א נארמאלע דירה?? ניין, און דעריבער צאל איך טאקע נישט אזויפיל
אלזא, דאס הייסט געענטפערט? איך מיך זיך בין מסודר אויפן קאנאפע? אין פאקט זענען די דירות א מאנסטער ביי אונז כלל ישראל.
אבער די צוזאמענשטעל פון טייערע דירות מיט כוללים און ארבעטן, כאראקטעראזירט בלויז א מענטש וואס פראבירט צו אנהענגען אלע צרות פונעם דור אויף זיין אגענדע. אידן האבן ליידער אלעמאל געהאט ארויסגעפאלענע וואס זענען געווען מלומד צו שינדן די הויט פון די אייגענע ברודערס, און אלעס פאר א פאר דאלאר (להוי ידוע די אלע לעבן שוין נישט טראץ וואס סאיז זיי געלונגען צו ארויסציען ווי מיט צוואנגן בלוטיגע געלטער פון אידישע פארפלאגטע ברודערס) אבער פון וואו קומט די לינק צו נישט לערנען א פאך אין ישובות? אתמהה!!!
דער איד זעט אויס ליידער פארביטערט ביז גאר. ר' איד זייט וויסן אונז האמיר א גרויסע באשעפער צו מלערענט יא אין ישיבות צו נישט.פינטל. ב"ה גענוג אידן פון אונזער היימישע קרייז זענען מצליח, טראץ וואס זיי האבן זיך גענומען מיט א פאוער 'נאך' די חתונה.
די 'יעדער, מיין-בן-תורה-מאן' סטיגמע איז פון די זעלבע קאמפאוט-קאנקורענץ ביי אונז פונקט ווי אנדערע קאנקורענצן וואס מאכן אונז ליידער צו לעבן פאלש אז יענער זאל מיינען אז איך בין נישט איך נאר יענער, אין דערצייט וואס יענער שפילט ווי ער איז איך, אבי איך זאל נישט זיין איך און יענער זאל נישט זיין יענער.
דער אויבערשטער ווייסט ראש השנה פונקטליך וויפיל קינדער די האסט.
מעגליך אז די ברויכסט אדורכשמיסן פערזענדליך דיין מצב מיט א קלוגער איד
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יישר כח רב קארל פארן ברענגען דעם בריוו

סאדע_באטל האט געשריבן:אויב איז זיין מהלך אז מען זאל זיך גיין לערנען א אומנות גיין לערנען אין קאלעדזש, איז דאס קיין מהלך.

גיין אין קאלעדזש ווערט נישט מותר אויב דאס איז א מהלך פאר פרנסה.

גיין לערנען א אומנות מיינט ווערן אן עלעקטרישאן, פלאמבער, צו אפילו אינשורענס אגענט, מארטגעדזש בראוקער, קאמפיוטער פראגרעמער, קאמפיוטער טעקנישאן וכו' וכו', עס איז דא פאכן וואס מען דארף גיין אין סקול זיך לערנען. קיין עולה זיך צו לערנען א עולה, אבער גיין שטודירן טאר מען נישט בשום אופן, אפילו מען זיצט און שטודירט אין א צימער ווי עס זיצן בלויז אידן מיט בארד און פאות.

ווערן אן אקאונטענט, CPA, מוז מען שטודירן. ספעשל עד מוז מען שטודירן. א פאך וואס מען מוז האבן א דעגרי דערצו טאר מען נישט האבן, אפילו עס גאראנטירט אז מען זאל קענען חתונה מאכן אלע קינדער בכבוד און אויסהאלטן אלע יו"ח לדורותיהם.



פין ווי נעמט איר דאס ? ,
אין פאקט ווייס פין עטליכע גאר היימישע אינגעלייט וואס זענען געגאנגען פרעגן גדולי ישראל פארן זיך לערנען CPA אין SPECIEL ED ,אין קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי סאדע מיר זענען נישט איינשטימיג איבער ספעשל עד, ואכמ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אונגארישער האט געשריבן:יישר כח רב קארל פארן ברענגען דעם בריוו

סאדע_באטל האט געשריבן:אויב איז זיין מהלך אז מען זאל זיך גיין לערנען א אומנות גיין לערנען אין קאלעדזש, איז דאס קיין מהלך.

גיין אין קאלעדזש ווערט נישט מותר אויב דאס איז א מהלך פאר פרנסה.

גיין לערנען א אומנות מיינט ווערן אן עלעקטרישאן, פלאמבער, צו אפילו אינשורענס אגענט, מארטגעדזש בראוקער, קאמפיוטער פראגרעמער, קאמפיוטער טעקנישאן וכו' וכו', עס איז דא פאכן וואס מען דארף גיין אין סקול זיך לערנען. קיין עולה זיך צו לערנען א עולה, אבער גיין שטודירן טאר מען נישט בשום אופן, אפילו מען זיצט און שטודירט אין א צימער ווי עס זיצן בלויז אידן מיט בארד און פאות.

ווערן אן אקאונטענט, CPA, מוז מען שטודירן. ספעשל עד מוז מען שטודירן. א פאך וואס מען מוז האבן א דעגרי דערצו טאר מען נישט האבן, אפילו עס גאראנטירט אז מען זאל קענען חתונה מאכן אלע קינדער בכבוד און אויסהאלטן אלע יו"ח לדורותיהם.



פין ווי נעמט איר דאס ? ,
אין פאקט ווייס פין עטליכע גאר היימישע אינגעלייט וואס זענען געגאנגען פרעגן גדולי ישראל פארן זיך לערנען CPA אין SPECIEL ED ,אין קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן


גם אני מצטרף
איך קען עטליכע היימישע 'סאטמארע' אינגעלייט וואס האבן מיט רשות פון זייער רבי/מורה דרך זיך געגאנגען לערנען
אוודאי ווייס איך אנדערע פארוועם דער זעלבער רבי/מורה דרך האט געזאגט נישט גיין, נו פארדעם גייט מען פרעגן א דעת תורה

אבער צו געבן א מאך אפ, די רבי ז"ל האט נישט געלאזט און פארדעם ברעך קאפ, איז אבסורד.

*
יהיה כן
אין קרית יואל (און איך מיין אין מאנסי אויך, נישט זיכער) קענסטו נאך היינט האבן א נארמאלע דירה אונטער שלשה אלפים (געדינגען זיכער, און איך מיין אפילו געקויפטע)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווארד2007 האט געשריבן:*
יהיה כן
אין קרית יואל (און איך מיין אין מאנסי אויך, נישט זיכער) קענסטו נאך היינט האבן א נארמאלע דירה אונטער שלשה אלפים (געדינגען זיכער, און איך מיין אפילו געקויפטע)


קיין נייעס
גם אני ידעתי
כ'באציה מיך צו דעם אנאנימען בריוו שרייבער, וועלכער שרייט מען זאל אפפיצן פון די ערטער וואו מען צאלט שלשת אלפים, און שמעלקא טענה'ט אז דאס איז קעגן דעת אבותינו ורבותינו, און יהיה טענה'ט אז אבותינו ורבותינו האבן נישט געצאלט אזוי פיל
שטאנען?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”