"לעבעדיגע עופות" ס'איז פרייליך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

"לעבעדיגע עופות" ס'איז פרייליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א נייע שילד פראקלאמירט דאס פרייליכס. ס'גייט זיין צו באקומען לעבעדיגע עופות אויף העריסאן קארנער שמעקגערוך.

אזאנע פלאקאטן זעהט מען יעדעס יאר מער און מער, יעדע מוסד וואס האט אינטער זיך מער וואו א מזומן קינדער הענגט שוין און טראמפייטערט מיט די פרייליכע נייעס אז ס'איז זיי געלונגען דאס יא צו צושטעלן לעבעדיגע עופות.
שוין אפאר יאר וואס מיין הארץ בלוטיגט.
מיר איז אויסגעקומען צו וואוינען און. די שכינות פון אזא מוסד וואס האט געשפירט פאר וויכטיג צו דערשטיקן מיין גאס מיט די אלעמען באקאנטען כפרות גערוך. די גערוך וואס איז פאר יעדן גוט באקאנט, און וואס גרעסערע און קלוגערע פון אונז האבן שוין פראבירט צו טוען דערוועגן אבער אן קיין ערפאלג.

ווער געדענקט נאך די גוטע צייטן ווען און וויליאמסבורג איז געווען איין הויפט כפרה צענטער, דארט איז יעדער געקומען שלאגן כפרות. יא, די גערוך דארט איז געווען אומדערטרעגליך. איך האב אייביג געשוינט די וואס וואוינען אויף ראדני, אבער העי, זיי האבן געוואוסט ביים אהין מופן אז דא איז די פלאץ פאר באגלייטן'ס, לוי'ס, כפרות, פרענטשעס, זייגער יריד.
דאס איז אלעס געווען קאנצעטרירט אויף די איין גאס און יעדער האט געוואוסט אז די גאס מיידט מען אויס ס'מערסטע וואס שייך פון צום גדלי' ביז נאך יו"כ.

אבער היינט איז א נייע וועלט, וואו מ'שטייט און וואו מ'גייט אלעס טשיקן'ט, ביי יעדע ווינקל שטייען אפאר אינגליך מיט הענטשוך און שפילן זיך מיט זייער לעבעדיגע ווייסע טוי.

און פארשטייט זיך אז די הינדלעך זענען נישט אלע מסכים אז מ'זאל מאכן דאס גענאר פון זיי ברבים טוען זיי וואס זיי האבן צו טוען צו ווארענען די מענטשהייט אז מ'זאל שטיין ווייט...
די הינדלעך זענען נישט געגאנגען און חדר אז איינער זאל זיי אויסלערנען הלכות מענטשליכקייט, זיי ווייסן פון צוויי זאכן, קרייען און אויב דאס העלפט נישט גייען זיי צו פאזע נאמבער צוויי.

יעצט, אמאל געלונגט עס זיי און זיי זעהן א נקמה, וואס דאן איז זייער אומאגענעם פארן מענטש, און אמאל פאלן זיי דורך און די מרקחת לאנדעט אויפ'ן ערד. און דאן בין איך דער וואס גייט סוף כל סוף ליידן, ווייל נאך א טאג פון שלאגן כפרות טוט זיך א מחרקה אויף די גאנצע גאס.
פעדערן פליען און די לופט, די גערוך שוועבט אויפן גאנצן ארום, און די ערד איז באדעקט מיט א שיכט פון גליטשיגע פרישע ווארע....

פון נאכוואשן ווייסט קיינער נישט צו זאגן. די עיקר איז א שטיגליצע מוסדות האט געמאכט א מיאנטיק פון פארקויפן "לעבעדיגע עופות".

ס'טוט מיר באמת וויי צו צוקוקן וואו אזוי אומערפאראנע קינדער באהאנדלען די נעבעכדיגע עופות. וואו גרעסער די אינגל איז אלס שטערקער און בעסער קען ער קער נעמען פונעם הינדל. און אך און וויי איז פארן הינדל אויב פלאנט ער צו בונטעווען, איך האב נעכטן באטראכט אזא סצענע און ס'איז מיר געקומען צו שמייכלן.
קומט אן א משפחה מיט דריי קליינע קינדער די טאטע פארקט זיין אדעסי און נעמט יעדעם ארויס פון די קאר, ער גייט צו וואו מ'באצאלט און בעט צו מ'קען אום געבן פיר כפרות. א קליינע אינגל מיר וועלן אום רופן הערשי, איז גראד אויפגעשפרינגן און זיך גענומען ציילן. אקעי, צוויי זכרים און צוויי נקיבות ער לויפט צי און שלעפט ארויס א הינדל ביי איין פליגעל. פארשטייט זיך אז די כפרה האט געמאכט יעלות, אבער הערשי קען גוט די מלאכה ער כאפט שנעל די אנדערע פליגל און אזוי גיט ער איבער די הינדל פארן טאטען, אבער נישט פאר ער האט זיכער געמאכט צו פארשמירן די טאטעס הענט מיט זיין פארשמירטע הענטשוך..
ער וויל גלייך ארויסנעמען די צווייטע הינדל און עס דערלאנגען פארן טאטען אבער די טאטע זאגט ניין! לאז מיך פארטיגן, איינס אויף אמאל.
הערשי פארשטייט נישט פארוואס די טאטע קען נישט האלטן צוויי הינדלעך אבער אז ער וויל נישט איז נישט.
הערשי לויפט צום קראן צינדט עס אן און מיט א גרינע פייפ באוואשט ער די כפרות אז זיי זאלן זיין פיין פריש שמעקעדיג...

די טאטע נעמט איבער דאס הינדל
א רחמנות צו קוקן אויף זיין פנים, א אפשיי און איבל איז אויסגעגאסן דעראויף, אבער וואס זאל ער טוען אז ער איז דא די טאטע און ער דארף ווייזן אז ער איז די שטארקער דא.

די פרוי ענדיגט זאגן די תחינות און די טאטע נעמט זיך דרייען,
די ספעקטאל איז מורא'דיג, די טאטע דרייט אויף איין זייט און די מאמע דרייט זיך די פארקערטע ריכטונג, ס'זעהט אויס וואו א מאגנעט וואס איז אויף די פארקערטע וועג, דער דרייט אזוי און אינטן דרייט זיך די פארקערטע ריכטונג. איינגעקנייטשט און פיר זאגט זי די זה חליפתי... די טאטע זוכט אויך נישט אז די כפרה זאל אום צורירן ער האלט די הינדל דאס ווייטסטע וואס שייך, און אזוי דרייט ער און זי זאגט...

די סיטואציע האט מיך אביסל דעמאנט פון מיין פחד וואס איך האב ביים דורך לויפן אינטערן אווערפעס דארט אויף די ווייט שטראסע, דארט וואו די פייגליך האבן זיך באקוועם געמאכט און לאזן אראפ יעדע פאר מינוט הילכיגע באגריסונגען פאר יעדען עובר ושב..
יעדעס מאל איך גיי דארט דורך גיט עס מיר א ציטיר און איך שעפשע א געבעט צום נורא עלילה אז איך זאל נישט געטראפן ווערן פון די מתנות, (ס'איז באקאנט וואס יארמער רב האט זיך אויסגעדריקט אמאל נאכן באקומען אזא משלוח מנות פון א פייגל: באשעפער איך דאנק דיר אז קיען קענען נישט פליען..)

און דאן איז עס געשעהן.....

ס'איז אראפגעקומען א שפע פון אויבן... און מיט א פלאטשקע האט עס געלאנדעט אויפ'ן רעין קאוט....

די קולות וואס דארט איז פארגעקומען איז שווער צו באשרייבן. איך האב אפגעטראגן פון דארט נאך פאר איך וועל מכובד ווערן מיט נקיון החצר.. ( די פאמיליע איז געווען מיינס א קרוב, זאלן זיי מיך באמערקן דארט וואלט איך געדארפט צולייגן א האנט.. די כאאס איז געווען אויפ'ן העכסטן, די טאטע האט פארקרימט זיין געזיכט די מאמע האט געשריגן די קינדער האבן נישט געוואוסט וואס ס'האט זיי דא באטראפן)

דאס וואס איך האב מיטגעהאלטן איז טאקע געווען צום שמייכלן אבער דאס גיט נאך נישט די רעכט פאר אלע אזוי גערופענע מוסדות צו טוען דאס אומרעכט און מאכן די גאסן אומריין און שמיציג. ווען די סיזאן ענדיגט זיך און די כפרות ווערן פארשיקט צום שלאכט הויז בלייב איבער פאר אלע וואס וואוינען און געגענט צו אטעמען פעדערן און טרעיטן אויף כפרה זאפט.

מיין רוף צו די מוסדות און איין ווארט. איר שטעלט צו כפרות, מאכט זיכער נאכצורייניגן! באדעקן די גאס מיט געלע פליסיגקייט איז גענוג אומרעכט אבער ווען ס'איז פארטיג ביטע רייניגט נאך.

א דאנק!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

גם אנכי בצרה... איך וואוין הארט נעבן אזא טשיקען שטאל!! וואס זאל איך דיר זאגען... נאך די רעגן וואס סאיז פריער געקומען... השם ירחם... שוין כפרות עוונות....

נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- שיין אראפ געלייגט!!!!
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אז מ'רעדט שוין פון כפרות, אפשר קען איינער מסביר זיין וואס ס'פשט פון 'לעבעדיגע' כפרות, איינער מיינט דען אז מ'גיבט דא טויטע כפרות?
געלעגער Gorgeous! כה לחי!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אבי איינער זאגט שוין ארויס הויעך וואס ליגט מיר שוין יארן אויפ'ן הארץ, כ'האף נאר אז דער וואס דארף זאל דאס אויך הערן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויפריכטיג, גראמאטיק און ספעילינג קלאפט? אויב נישט ביטע צייג צו.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מען האט גערעדט אז מען קען נישט קריטיקירן קיין קרעטשמע ארטיקלן, אבער אז דו פארלאנגסט וועל איך דיר אנצייגן, אבער וועסט מוזן ווארטן א וויילע.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

חחח געלעגער, אז ס'גוט איגיט
און די גאנצע געשטאנק איז נאך פרייליכע נייעס, פרייליך פארוועם? חחח


און געלעגער כאב נאך פרייליכע נייעס, היי יאר וועט צום ערשטן מאל זיין א אתרוגים טרעילער ביי ליע קארנער ראסס סטריט, א שמחה און אלע עולמות
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך קוק זייער ארויס דעראויף.
דאס איז מיין בעסטע קאמפלימענט.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

;l;p- געלעגער
דו ביסט פאר די בוקס!
ברענג נאך.
אפס, שיעור פארגעסן, יישר כח
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שיק אים נישט צו די בוקס, מיר דארפן אים האבן דא....
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עפעס רעדט ער פון פליגל(עך) כ'אף ס'גייט נישט הערשן גילוי דא, כ'בין נישט קיין כפרה ( וואס?...)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

האב נישט אזוי מורא, זיי נאר מסביר וואס דיין ניק האט מיט דיין אוועטער....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליכע ארטיקל, שמעקט מיילן!

אבער אין אמת'ן אריין מוז ארויסגעברענגט ווערן די הארעוואניע וואס די שלעפשיץ'ע קהילה (נאר א משל) לייגט אריין טאקע צוליב דעם שלעכטן נאך-גערוך וואס כפרות לאזן איבער, און טאקע ביי מיין בית המדרש וואו מען האט נעכטן געשלאגן כפרות אין די מאסן, איז היינט געווען ציכטיג ריין צו סליחות זאגען, קיין ריח, קיין אפפאל, זילטש! (אויך נעבן א געוויסע בוטשער געשעפט וואס איך בין פריער פארבייגעגאנגען איז נישט געווען קיין זכר פונעם כפרות שלאגן פון א גאנצן טאג!).
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:אבער אין אמת'ן אריין מוז ארויסגעברענגט ווערן די הארעוואניע וואס די שלעפשיץ'ע קהילה (נאר א משל) לייגט אריין טאקע צוליב דעם שלעכטן נאך-גערוך וואס כפרות לאזן איבער, און טאקע ביי מיין בית המדרש וואו מען האט נעכטן געשלאגן כפרות אין די מאסן, איז היינט געווען ציכטיג ריין צו סליחות זאגען, קיין ריח, קיין אפפאל, זילטש! (אויך נעבן א געוויסע בוטשער געשעפט וואס איך בין פריער פארבייגעגאנגען איז נישט געווען קיין זכר פונעם כפרות שלאגן פון א גאנצן טאג!).

גם אני מצטרף לדברי המייסד שליט"א
אבער די ביהמ"ד האט דערביי נאך א כוונה אז מען זאל קענען דארט זאגן סליחות...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שכויח געלעגער
די אינגלעך לויפן ברענגען כפרות ווייל זיי ווילן כאפן די טיפס...

איך האב געזען ווי א טאטע גיבט איינס צי צוויי דאלאר פאר דעם אינגל וואס האט אים געברענגט די נעבעכדיגע עופה'לה.
דער זעלביגער אינגל האט מיך אויך סארווירט מיט בעטענדע אויגן, ביים צוריקגעבן די עוף איז ער געבליבן ווארטן אפשר קומט נאך עפעס..

וואס האלטסטו כ'אב איך געדארפט געבן א דאלאר?
(זיס, זיי מיר נישט זיס יעצט קום אהער און מאך אנקעטע)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האלט אז עס קומט אים דעם טיפ. געווענליך בין איך דערקעגן פון געבן טיפס, אבער דאס איז בלויז ווען עס איז די רעדע פון א באצאלטער ארבייטער, אבער א אינגל וואס העלפט ארויס מיט אן ענין וואס איז מיר זייער נישט בא'טעמ'ט צו טון אליינס, קומט אים א גרויסן יישר כח מיט א מתנת יד.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א דאנק געלעגער פארן מיך מאכן שמייכלען. גאר גוט!

איך האב צום גדלי' נאכמיטאג אפגעשיקט מיין משפחה צום בוטשער סטאר און דארט האבן איינע פון די הערשי'ס געטוען גענוי וואס מיין ווייב האט אים געהייסן און איך בין געבליבן שלאפן צוליב'ן תענית.

ארגער פון אלעם איז דאס שטיין אין די לאנגע ליין צום שוחט יום כיפור פארטאגס. א שמאלער דורכגאנג און יעדער האט נאך מיט זיך א לעבעדיגער עוף וואס קען ליאדא מינוט שמוציג מאכן אלע שכינים. אבער איך גלייב אז געלעגער וועט שוין מאכן אן עקסטערע ארטיקל וועגן ערב יום כיפור.

מ'ווארטמער צו הערן פון דיר אפט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געבענטש זאל זיין די מוסד וואס האט געמאכט די כפרות נעבן געלעגער, אזוי האב איך מיך ערלויבט א גיטע שמייכל אימיטן די ארבעט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שוין האב איך ארייגעכאפט הנאה צו האבן פון דיין ארטיקל...

וואס זאלעך דיר זאגן, דיין ארטיקל ציט עפעס א געלעכטער ווי א מאגנעט, וויפיל איך דריי די אויגן צווישן די שורות, דרייט זיך מיר די מילצן.... יאפס ס'איז מיר געפאלן די דמיון צו די מאגנעט... יו דיד איט עגעין!

ווי איז די שקויעך קנעפל?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך ווייס נישט וואס די פארפירסט דא אז מענטשן האבן מורא פון שטיין נאנט צו די 'לעבעדיגע עופות' צוליב זייערע מעשים...

נאדער אויפן בילד. נישטא וואס מורא צו האבן!
אטעטשמענטס
כפרות 1.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

און אפילו האסט יא מורא, איז אלעמאל דא א עצה דערצו.

נאדער אויפן בילד ווי א קלוגער איד האט זיך אן עצה געגעבן..
אטעטשמענטס
כפרות 2.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'זעהט אויס וואו די איד אויפן ערשטן בילד איז נישט מקפיד אויף תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו...
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

סאיז מעגליך אז ער איז יא מקפיד דערויף...
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

אקעי געלעגער נעם אפאר גרינע
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יעצט אריבערגעאנגען די כפרות צענטער נעבן מיין הויז, אזויווי איך בין פארקילט האבעך נישט געפילט דעם פיינעם גערוך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”