גאלדענע באסעס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

גאלדענע באסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

העי, האסט נאכנישט געהערט פון אזא זאך? שרעק דיך נישט, איך אויך נישט ביז לעצטענס, סאו, פיל דיך נישט באפאטשט, באדראעט, באמאכט, פארשעמט ענד אן ענד אן.

איך קוק אזוי איבער די בליק'ן פונ'ם עולם גולם, און כ'זע אז דער ציבער הויבט אויף די ברעמען. ס'רוב חברה ווייסען נישטאמאל וואס דער סאכדעס וויל, זינט ווען איזער א שרייבער, ווער האט אים געגעבן די אוטארעטי צו עפענען אנעשקויל? און דער איבריגער עולם, זענען דאך ס'רוב שויניש דא, (יאכער, כאדעך באמערקט, דארפסט נישט אריינשרייען, אוקעי, צייטליך דו אויך, לאמיך קומען צום ווארט. עלקא פנים, לאמיך קומען נעבן ס'ווארט.) און ווער עס זענען יא דא, שרייעט יעדער גוט מארגן געלער, האסטעך דערמאנט אז דו האסט א קי-בארד? כ'מיין יעדע ציגעלע האט א בארד, (יעדע? נע דברה תורה בלשון בני אדם) וואס האסטעך דערמאנט פון די קיעלעך? און נאך מער, אפשר קומסטו צום ווארט דארט? ס'גייט זיך נאכמאאל אנהויבן די קארני דזשאוק פון הקדמות? קאט די קרעפלעך, און לאז עסן עפלעך, און רעדט צום זאך.

אבער ווען עס קומט צו רעדן פון די גאלדענע באסעס, דאן אישוין אנאנדערע מאנסע. אמער? דאס אישוין אן אלטער חידוש, און מ'האט זיך איצט געכאפט דערויף.

אונזערע זיידעס, ווען מ'האט גערעדט פון די גאלדענע אמעריקע, האבן זיי דאך תיכף פארשטאנען, אז מ'רעדט פון ניו יארק, מ'קען דאך נישט רעדן פון נוי גערסי, ווייל פרעג א לעקוואוד'ען אידל צי ער לעבט אין די גאלדענע אמעריקא, וועסט נישט פארטיגן פאר א שעה. ער וועט דיר אויפצייגן אז אפילו לויט'ן רמב"ם, וואס ר' חיים לערנט אריין פשט, קעמען ניט זאגן גאלדענע אמעריקא, ווייל די פאן איז בלוי רויט און ווייס. אלזא, אויב עפעס גאלדענע אמעריקא, רעדט מען נאר פון נוי יארק. אדער ווי אנדערע רופן נוב דרהק. עפעס אזוי, כ'קען עס נישט געהעריג ספעלן.

נו, גיי זאג אונזערע זיידעס אין יוראפ, אז אין די גאלדענע אמעריקע איז דא גאלדענע באסעס. ער וואלט דאך דיך אנגעקוקט ווי פון זינען אראפ, ווי א וואנזיניגער בארירטער פארשוין. איי פארוואס גאלדענע אמעריקא יא און גאלדענע באסעס נישט? אהה דאס איז שוין פשוט, ווייל (אבי, ברענג שנעל א משל) אמממ וואס נאר? אה יא, פארוואס אמעריקע יא, און באסעס נישט. אהה יא פשוט, ווייל ווי האט מען דען געזען אזא זאך ווי באסעס אין הוידא-נאנאש? א טרעין ליידער האט מען געזען, און שוין צופיל, ירחם ה'. אבער באסעס? מרדכי שמאיע, נישטא אזא זאך. נו, איז וואס גייט דא פאר? כ'מיין יא די באסעס פארן, אבער וואס פארט די מיט אונזער ענין דא. אוי כ'בין דא פארפלאנטערט געהעריג, א_ווי צוויי גאלדענע באסעס זאלן מיר שטיין פאר מיין נאז. און איינס פון הינטן. איז אזוי, מ'דארף דאך וויסן וואס גייט פאר דא, אהה דעס ווארט האט נאך אויסגעפאלט, דאס ווארט: דא. פינטל.... (שוין האבעך גענוג פאר גרויזאמער'ן אויך.) גיימער איבערכאזערן, אונזערע זיידעס אפילו ווען זיי האבן געוואוסט פון די גאלדענע אמעריקא צו זאגן, האבן זיי אבער פון קיין גאלדענע באסעס, נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטאן. (אויך מיר אן אויסדרוק... אבער וועמ'ווייסט ווען וואס וואו צו שטעלן, איז ממש א פלאנדזשער, אוי, כ'זאג נישט גוט די ווארט, כ'רוף אן מיין ס'אידענע, רגע..... אוקעי, פלעזשור....) אלזא, קומער צוריק צום ענין, מה זה ואבו מאזען, דאסיניען פון די גאלדענע באסעס.


דערוילעם ווייסטאך, מ'זעמיר דאין נוי יארק, מ'האמיר דא די הויכע פאלטישענס, (פארציילט נישט קיינעם, עס זענען דא היבש נידריגע, הן ברוך והן בוועשעם.) מ'האמיר געהאט א הויכגעשפריצטער שפריצער, וואס ער איז אגב יא גאנץ (גארנישט מיט משפחת גאנץ, קרעמער, שריי נישט גלוי) הויעך, אבער ליידער זייער נידעריג געוועזען, פארשעמט די נויב יארקער פנים, משרוף האינטערנעט עד סופו, כ'רעדט שויניש פון דעם וואס פון וואשינגטאן האט מען פארלאנגט א רעזיגענאציע תיכף... בומס, צי ער וויל צי ער וויל נישט, גרויסער דיסטריקט אטוירני וואדוביסט, פאק פעק, און גיי ארויס פון סיטי האל.

שוין, לאמיר נישט קערן קיין שמוץ, ווייל כ'קענאך שמוציג ווערן. (הגם כאב א בעזעם, אבער לאמיר נישט פארציילן פאר קיינעם, אוקעי שמערי?) דער שפיצער איז ארויסגעלאפן פון סיטי האל, ער האט זיך כמעט איבערגעדרייעט אויף די טרעפ, ווען קיינער זעט נישט, אינאך איין זאך, אבער דא איז מען דאך אים נאכגעגאנען, אזש ס'געווען בושות. (ווי זאגט נאר ס'עפעס, אז מ'קען נישט תיכף פארציילן ווער עס איז אויף די נאן פליי ליסט, ווייל אויב יא, און עס וועט זיך אויסשטעלן נישט ריכטיג, וועט דאך זיין בושות.... אוי לאותה בושה, ענדערש זאל דער טעראריסט, עה וואס זאג איך? דער פארשוין אנטלויפן, אבער קיין בושות וועט נישט זיין.)

בקיצער, לאמיר לאזן דעם שפיצער לויפן, ער האלט שוין באלד ביים טאנעל, ער ווארפט זיך אט אט אריין אין וואסער, הו קערס. האט ער אונז איבעגעלאזט מיט גאר א חשובן ממלא מקום, וואס איז נישט קיין אנדערע ווי אונזער בלינדער שחור, מר פעטערסאן שטורעם הודו. דער יעניגער האט מיך דערמאנט ווי איך זיץ אין גיטע חעס, און כ'שפיל קאגעלעך. ווער האט נאך געווינען ווי איך? הא? ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף א בענקל, ער קוקט נישט אין ערגעץ, ווייל ער קען פשוט נישט זען. אבער געלט וויל ער מאכן. נו וויאזוי מאכט מען געלט? הא?

דער פעטערסאן וואקט אין גאס, ער האט מיט זיך זיין בלינד הינטל, און זיין בלינדע שטעקן (זייטס שטיל, כ'ווייס כ'ווייס, לאטס מיך אויסרעדן) און ער שפאנצירט זיך אזוי אויף די גאלדענע גאסן פון אמעריקא, און גארנישט, ער זעט נישט. אלל אוו א סאדען, ער וואקט אראפ אין די נישט ריכטיגע מינוט אויפ'ן שטראוז, און בובסססס א קוויטשע א שריי, גארנישט א באס פון סקול האצעך פונקט גענומען פארן דארט ביי די זייט, און פונקט איז ער דארט אראפ. פרעג ער עמיצין, זאג מיר, וואס אידא געווען? דער חכם וועמען ער האט אפגעשטעלט, האט זיך בארעכנט צו זאגן, אז א גאלדענע באס האט אים כמעט אראפגעקלאפט.
בומססס די מחשבות הויבן אן ווירבלען, נוי יארק וועט זיין ס'רייכסטע סטעיט אין אמעריקא, ער לויפט ארויף צוריק צו זיך אין אפיס, ער טראכט נישט קיין צוויי. ער הויבט אויף א טעלעפאון צו אן אלטן חבר זיינעם, מיט די אטעם אינעם שטעקן זאגט ער אים, הערסט? כ'גיי זיין גאווערנער אין די רייכסטע סטעיט אין אמעריקא. ער געט אים א פרעג, זאג מיר, וואסערע קאלער האבן די קאר פלעיטס? זאגט ער אים, סייסט? ווייס און בלוי. יוי דער פעטערסאן אטעמט אפ, הההה טענקס גאד. ער פארופט אן עמערדזשענסי מיטונג. חברה מ'גייט מאכן געלט. דהיינו, מ'זאל מאכן נייע פלעיטס, יעדער וועט דארפן קויפן נייע. דערוילעם קרומט מיט'ן קול, ווייל מיט די נאז העלפט סייווי נישט, ער זעט דאך נישט. וואס גייט כאפן דעם עולם? פארוואס זאל מען קויפן נייע? אההה דא קומט עס, האלטסט ענק דעם אטעם:

מ'גייט מאכן גאלדענע פלעיטס...... WOW נאר באסעס מעגן זיין גאלד? פירט ער אויס מיט פאטאס. דערוילעם האט שוין געכאפט וואס עס גייט דא פאר, און מ'האט אפגעמאכט ר'לעדיגט, מ'גייט טוישן פון ווייסע פלעיטס, צו געלע פלעיטס.
פעטארסען געעט א געשריי, ווווואאאאאאס??????? געלע? כאגעזאגט גאלדענע, אהה יא, אייעם סארי מיסטער גאווערנער, גאלדענע פלעיטס.

אלזא, אלע האבן פארשטאנען אז עס איז גאלד נישט געל, און ווען מ'רעדט פון די נייע פלעיטס רעדט מען נאר פון גאלדענע פלעיטס. (שפעטער איז פעטערסאן געוואויר געווארן אז עס געל די באס נישט גאלד, איז די גאנצע פלאן צופאלן, נישט אזוי יודל?)

אבער דאס אלעס גייט מיך נישט אן, זאל נוי יארק זיין רייך זאל זי זיין ארים, וואס אידע חוצפה פון נעמען אונזערע שיינע פלעיטס און עס בייטן אויף אזא עקעלדיגע קאלער? שטיי איך און כ'רעג זיך, זע איך אין די צייטונג, אז עס איז גארנישט געל, ער שרייבט פלעין אז מ'האט עס געטוישט צו גאלד און בלוי. כ'ציפ מיך צי כ'זעה גוט, ביז כאבאשלאסן, אז די געלע באסעס איז אויך גאלד, והי' בזה פעטערסאן, ותהא נשמתו צרורה מיט אלע צרות אמן כן יהי רצון.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רבי חנניא בן עקשיא אומר וכו' יתגדל ויתקדש שמיה רבא.

משה צו יעקב: האסט אן אנונג וואס דער דאיען האט דא געזאגט?
יעקב: ליידער נישט, אבער מיר האבן דאך דעם כלל אז אגרא דכלה דוחקא, דער עיקר איז דאס וואס מען דרוקט זיך צו לאכן...
משה: נע, דאס איז נישט מיין פראבלעם, געלאכט האב איך גענוג און גענאך, אזש מיין רעקל האט זיך אויפגעריסן פון גרויס דוחקא. מיין פראבלעם איז די גאלדענע באסעס
יעקב: נו, צרת רבים חצי נזק, לאמיר ביידע גיין צום דאיען איבערפרעגן פשט.
משה: וויאזוי קומט מען אן צונעם?
יעקב: ס'הייסט? מיט א געלע/גאלדענע "שלח תגובה".
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

סאכדעס: ;l;p-
קרעמער: ביסטאך געווען און ביפי נעכטען, ניין?
האסט נישט געזעהן די נייע געלע..כ'מיין די גאלדענע פלעיטס?
the SCY is the limit
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

סאך-דעת:

שכוח פאר'ן אויסשרייען אונזער וויי געשריי.

כ'אב געוואוסט א'סאט א שייכות גאווערנער פעטרעזעהל, נאר נישט צו ס'ארבעט מיט א גזירת שוא אדער בנין אב (איינער ווייסט וואס כ'וויל ווייל איך נישט).

יעצט נאכן הונט מיט- שטעקן פארשטייעך שוין, בינעך רואיגער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

בלינדע מאלפע'ס פיטערט מען גאלדענע באנאנעס.

סאכדעס, האסט א געלען שריפט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

סאאאככדדעעססס....

יעצט האב איך געזען א גאלדענע טעקסי דורך פארן...
.

אזא לאנגס און גוטס פון סאכדעס שוין לאנג נישט געליינט, מיט דיינע הקדמות דערמאנסטו מיך פון איך הער'ס גוטע צייטן.

אגב, ווער ס'קען ציילן וויפיל () און .. ס'איז דא און די ארטיקל גייט באקומען א לאלי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סאכדעס טאקע ווייניג אבער ווען יא איז עס שוין איינמאל א גוץ...

יא די מיאוסע גאלדענע פלאטעס איבלען, מ'וועט זיך מוזן צוגעוואוינען שנעל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

נאך א מזל אז דו האסט יעצט געשריבן, ווייל ווען נאך צוויי קארס פון מיין בלאק באקומען דאס וואלט איך אויסגעגעבן מין גאנצן כעס אין א ברויזענדן ארטיקל. דער ארטיקל איז מיר שוין געליגן אויפן צונג און ס'האט געהאלטן אט ביים אויפבאסטן, סאכדעס יעצט האבעך מיר מוציא מצה געווען מיט דיינעם. יא, ס'שטעלט פון זיך אליינס ווען מ'זעהט ווי מ'מאכט א תיטוש תורת פלעיטעיך, פאר צירקע צען יאר האט ניו יארק געהאט שיינע קלאסישע פלאטעס, א נחת געווען אנצוקוקן, יעצט יעדער אויטא וואס פארט נאך אדורך דערמיט קוק איך אן מיט ווייטאג נישט גלייבענדיג אז אין אנדערהאלבן יאר וועט מען זיי געדענקען גענוי ווי מען געדענקט היינט די "סטעטשו אויף ליבערטי פלעיטס", (די יונגע צווישן אונז זאלן אראפ לייגן די הענט...), שוין, כ'האף אין צען יאר ארום וועט דער יעמאלסדיגער גאווערנאר געשטעטנער צוריק טוישן צו א שיינעם דיזיין.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

הערליך שיין עמוק מתוק

א ספעציעלן שכח פאר הרה"ץ שליט"א פאר א לינק אהער אין טאלק
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משה קאפויער האט מיך אויסגעכאפט מיט איין זאך, איך האב עכט געמיינט אז פארדינט האט ארויפגעבראכט א פרישע/אלטע ארטיקל פונעם דייען, כ'מיין דער דייען אידעך אזוי פארנומען לעצטענס... ס'קאן ניט זיין אז דער דייאן האט פארשריבן די דאזיגע ארטיקל אין די היצטיגע טעג, ער האט דאך ניט קיין צייט...

סאכדעס סאכדעס, סאטמער אנגעכאפט א בענקעניש צו דיינע הקדמות... (יאפ איכער איך מיין דיך אויך...) ווי זאגט נאר מאשקע אזא צייט??? ער זאגט נישט, ער שלאפט שוין...

וויזוי האט נאר צום זאך געשריבן? סאכדעס, האסט א געיל'ן פעדער...

מעגסט ווען זיין מער אפט דא...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאכדעס סאכדעס, סאטמער אנגעכאפט א בענקעניש צו דיינע הקדמות...

מוז נישט זיין דייקא סאטמער, סיגעט איז אויך גוט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

א יישר כוח פאר אלע מגיבים, עס איז ווי געז צום מאטאר, (וואס?) הגם איך האב סייווי הנאה צו שרייבן ארטיקלן, די צייט ערלויבט עס מיר נישט. אבער פארט האבעך הנאה פון די מגיבים.

קרעמער, ס'ערשטע מאל וואס יאך געדענק אז דו זאלסט מגיב זיין אויף אן ארטיקל, און רעדן צו די זאך. געווענדליך פארפארסטו צו אנאנדער געשיכטע. (עיין ערך משה הירש)

ר' שמחה, יישר כוח פאר'ן זיך אננעמען.

שטארק זיך, דיין קאמפלימענט איז זייער געשמאק.

צום זאך, האסט גוט פארשטאנען ס'פשעטל.

געלעגער, ביי דיר האבעך אויסגעשאסן, אזש דאס גאנצע עסן אין מויל איז כמעט ארויס.

שוועמל, מ'פארשטיי מיר זיך אויפ'ן ווינק.

שמערי, אויף דיין ארטיקל בינעך שויניש מוותר.

משה, דו האסט א פוינט.

וויכי, דיינס איז נאך שטערקער, דו דערמאנסט ס'ווארט דאיען עטליכע מאל.

לאז געמאכט, יעדעס ווארט איז קעש.

ביקסאד, ראנג אדרעס.

פארציילט נישט פאר קיינעם, דאס גאנצע תגובה איז געשריבן געווארן, אנצוקומען צו ביקסאד....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

סאכדעס וואס האסטעך אזוי צולאזט, סידור הייס?
בעט מרדכי שמאיע זאל ברענגן א קאלט גלעזל גאלדענע משקה...
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

גאלדענע סאכדעס'לעך...

דער חידוש אידאך געוואלדונע.... ממש גין געיל!... ווען דער טונקל-בלינדער גובערנאטאר זאל נאר וויסן וואָערפאַקאַשעוועטאָנדאָ.... בטלן!

איצט, מיטן חידוש פונעם אויבער-דאיען, איז מיר שוין אויך קלאר געווארן ס'גאנצע צעמישעניש צווישן די געלע ציין און די גאלדענע ציין ביי די אלטע לייט... כ'ווייס נאר נישט צו די גאלדענע ציין איז געל נאכצומאכן די געלע, צי די געלע איז גאר גאלד...

אינטערעסאנט אינאר אז פונקט יעצט ווען די פרייז פון גאלד איז אזוי הויך, און דער בודזשעט איז אזוי באגרעניצט, האט ניו יארק באשלאסן צו נוצן דייקא גאלד פאר די פלעיטס. באלד וועט נאך א יוד מאכן א ביזנעס פון שמעלצן אייערע אלטע פלעיטס פאר קעש....

...וואס רעד איך? קליינער סוחר, שמעלצן באסעס פאר קעש!... אהההההה!... יעצט כאפ איך שוין די גאנצע 'קעש פאר קלאנקערס' פראגראם... די גאווערמענט אידאך מאסיוו, גנבים וואזעזענען, יעדע דאלאר קומצעך פאר זיי.

עניוועי, איר זעט וואדאטוצעך, איין חידוש פון סאכדעס... און דאס ווערט. דער סאכדעס אידאך קלאנקערס... כ'מיין קעש...

_________________________
קלאסיפיידס:

מיר ווילן מעלדן אז מיר גרייטן זיך בקרוב ארויסצוגעבן דעם נייעם ביכל "די געילע קינדער יארן פון ר' סאכדעס'ל דאיען", לויפט און קויפט!

***

די הצלה האט געמאלדן אז עס האט זיך לעצטנס פארמערט עקסידענטן ל"ע, זיי זאגן אז עס נעמט זיך בעיקר פון דעם וואס דרייווערס פארן זייער שנעל און פרובירן צו כאפן דעם לייט ווילאנג ער איז נאך גאלד. "די גאלדענע לייט מיינט 'סלאו דאון' נישט 'ספיד אפ'..." זאגט מיט א שמייכל ר' הערשל געיל שליט"א, לאנג יעריגער קאארדינעיטאר פון חברה הצלה אין ביאליסטעק. ר' הערשל איז וואויל באקאנט שוין יארן לאנג מיט זיין געילן הארץ מיט וואס ער גיבט זיך אוועק פאר יעדן איד. מיר האפן אז זיינע ווערטער וועלן עושה רושם זיין.

***

מיין קינד איז געווען גאלד דעם זיבעטן טאג, איך האב געקויפט א פרק שירה און ער איז גראד געהאלפן געווארן, אויב איינער ווייסט פון איינעם וואס זוכט א פרק שירה זאל זיך מעלדן צו די מוזיק.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך פארשטיי שוין פארוואס די אידן פונעם אלטן פלעגן טאקע רופן אמעריקא "די גאלדענע אמעריקא" ווייל זיי געדענקען נאך אז אמאל איז געווען אין אמעריקא די מגיפה פון "די גאלדענע (געלע) פיבער.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

הייב דיך אויף און פאר צום געלע צוויבל. אבער שוין!
ס'ווארט דיר דארט אן ערענסטן דין תורא!
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, ווי שוין געמאלדן פריוואט, האמער פיין הנאה געהאט אז איינער האטצעך אנגענומען פאר דאס וואס ס'באדערט יעדן איינעם, (און איך האמעך איינגערעדט אז נאר מיר באדערטעס.) האמער פיין געלאכט, (וויזוי שרייבסטו? האסטעך דערמאנט איכער'ן אין דיין ארטיקל. און דערצו האבן נאך אפאר חברה מיך אויסגערעכענט אין זייער מזכיר נשמות ליסט. דאס גייט אויך אויף דיין קרעדיט. איי איז געווען צייטן.....)

עניוועי, א גרויסן יישר כח.

יענטאאש, זיי פארן שנעל נישט ווייל זיי ווילן כאפן די גאלדענע לייט, זיי ווילן כאפן די גאלדענע פלעיט פון די קאר פאראויס פון זיי, גאלד אידעך ווערט א מאיאנטעק.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאכדעס!!! יעצט ווייסעך שוין וויזוי צו ספעלן דאיען...

אבער וואסאסטעמערדא אנגעברענגט? דעם אלטן יענטאשש מיט גאלדענעם טאלעסקאטען? מיט זיין סטעישן-וועגן...

יענטאשש!!! לעשיטאסך, וויזוי גייט פארענטפערט ווערן די שבת גאלדענע מצות???

וויזוי האט נאר יענער געזאגט? פייער איז גאלד? רבש"ע, איין'ס ביי מיר אין בעקיארד...

טשאבעס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יאפס! מ'מאכט עס שוין! נאדיר אין ווילי...
Gold bus.JPG


פון דעם האסטע גערעדט?
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

משה קאפויער האט געשריבן:זעהנדיג די קעפל פון אשכול, און אז סאכדעס איז דער פותח האשכול, האב איך געמיינט זיכער אז ס'איז אן אלטער "געלער" פארשטויבטער אשכול וואס "פארדינט" האט נארוואס ארויפגעבראכט פון קעלער, דען דער דיין ר' סאכדעס האט דאך שוין קיין ארטיקל נישט געשריבן פאר ווייס איך ווי לאנג .


אודה ולא אבוש, איך האב אויך אזוי געמיינט ווען איך האב געזעהן דעם קעפל אז "פארדינט" האט ארויפגעברענגט דעם געהענגעל...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

האלא די גאלדענער בדחן כמיין שרייבער(נישט די נאמען..) אזאנס??! ס'פאסט טאקע פארן רויטן סאכדעס..

ביסטאך עפעס אזוי סמאד, פארסט אזוי פון גאלד צו געל אז מקען מיינען אז די ביסטאך פשוט טוער אוי וואס זאגיכדא?

צו ענין, די ביסטאך געילער פון געיל אזאנס אראפצולייגן מיט אזאנע משלים, זאג מיר דעם אמת האסטו געהאט אויפגעמישט דארט א מישלי חושים סמוז זיין אזוי וויילאניש וואלסטוך ווען צומישט(ווייל יעצט האסטו נישט געמישט..)

אקעי איך הייב אן רעדן נישט צודערזאך לאמיר שיקן אין שוין...

שלאנג.. כמיין שלחחחחח....
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מהיום והלאה ווען דו פארלירסט דעם דשאב אנשטאט א פינק סליפ, א גאלד סליפ....,
גאלדענע זכרונות, פון גאלדענע ארטיקלען, פון דיין גאלדאנע פעדער, וואס הערשט נישט קיין ראסט אויף זיי מעגן זיין אפטער.... אז נישט קריגסטו א גאלד סליפ...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

ענינים דיונים...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גוגל שכוח פארן ארויפברענגען!!!!!
איי זכרנו ימים מקדם די אמאליגע שרייבער.... דאסי דאך סחורה ווי געל!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”