איך בין כמה פעמים געווען אויף באזוכען אין תפיסה אפ צו רעכטן דארט מיט די ארעסטאנטען ימים נוראים, ימים טובים און שבתים. האב איך געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט די ארעסטאנטען גאנצע טעג, נישט בלויז אינעם וויזיטינג רום, נאר טיף אינעווייניג אין די סאמע תפיסה.
ס'איז מבהיל על הרעיון די גייסטישע פייניגונג און יסורים וואס די ארעסטאנטען גייען אריבער. צב"ש וועט אן ארעסטאנט טרונקען נאר במידה ובמשורה, ווייל ער זאל נישט דארפן ארויס-גיין פאר געברויכן. פארוואס? ווייל אנצקומען צום ביה"כ דארף מען אריבער גיין די קארידאר ווי עס זיצן גארדס, און עס איז אן אפקומעניש זיך צו טרעפן פארנט פון א גארד, בפרט אויב איז דער גארד באקאנט אלס א שטייפער מאן.
אזוי און ענליכע טויזענטע חשבונות דרייט זיך ארום אין קאפ פונעם ארעסטאנט יעדע רגע פון טאג.
איך פלעג אמאל פראבירן אויפצוכאפן די נומערן פון די אלגעמיינע ארעסטאנטען, און שפעטער נאכקוקן זייערע פארברעכענס. ס'איז מיר דורך א סקורך אין די ביינער און ממש באנומען א פחד ווען כ'האב געזעהן מיט וואספארא פארברעכער איך האב פארברענגט. איך בין געווען באשיצט אלס א פרייער מאן, שטעל זיך פאר וואס די נעבעכדיגע ארעסטאנטען מאכן נעבעך מיט צווישן די געמיינע פארברעכער. פילע פון זיי דאס ארגסטע וואס די מענטשהיייט פארמאגט.
מאלטיפליי דאס ביי ניינצן+ יאהר....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
פון http://www.yiddish24.com בולעטין ב' לך פ' ר' מרדכי יצחק סאמעט מאכט דעם מיטוואך חתונה זיין יונגסטע קינד און עסקנים רופן פאר תפילות די עסקנים אין שפיץ פון העסקן הרב משה מארגרעיטן ארבייטן אויף פארשידענע פראנטן אז עס זאל נאך זיין די וואך גוטע נייעס, און בעטן אז כלל ישראל זאל מתפלל זיין פאר מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זאל ארויסקומען מאפילה לאורה.
אינטערוויו: "אנא אני בא מצערו של אבא", פרישע דעטאלן איבער די קעיס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט פון הונטער די קאליסן ערב דאס חתונה מאכן זיין יונגסטער קינד דעם מיטוואך. וועט דער טאטע זיין ביי די חתונה? : מגיד הרב לייבוש ליש : http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5NjA=
אדיר איום האט געשריבן:אינטערוויו: "אנא אני בא מצערו של אבא", פרישע דעטאלן איבער די קעיס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט פון הונטער די קאליסן ערב דאס חתונה מאכן זיין יונגסטער קינד דעם מיטוואך. וועט דער טאטע זיין ביי די חתונה? : מגיד הרב לייבוש ליש : http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5NjA=
ר' לייביש זאגט, ר' משה משה מארגרעטן האט אים געזאגט די וואך אז וואשינגטאן איז שוין איבערגעדרייט און אלעס ווארט יעצט נאר אויף אינזערע תפילות טייערע ברידער לאמיר איין רייסן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין '''היינט''' אויף די גרויסע נייעס און ר' מרדכי יצחק זאל היינט אנגאנצן באפרייט ווערן הרה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט געבעטן אז יעדער זאל זאגן קפיטל ק"ז און קפיטל קמ"ב פאר די ישיעה פון ר' מרדכי יצחק