אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס גלייכסטו מער, ווינטער אדער זוממער?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:00 pm

ווינטער
62
51%
זומער
59
49%
 
סך הכל שטימען: 121

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דער בוכ"ע דער משנה עתים ומחליף את הזמנים האט אויסגעשטעלט די וועלט, עכ"פ וואו רוב היימישע אידן וואוינען צו זיין איינגעטיילט מיט צוויי הויפט סעזאנען, ווינטער וואס נעמט אריין אייז קאלטע וועטערס, מיט שנייען אבער די לופט איז הערליך אן קלאר. וואודעראום זומער האט מעלות אז דער טאג איז לענגער, מען קען שיין הנאה האבן פון דעם באשעפער'ס בריאה, מען קען גיין אין גאס אן א מאנטל זיך צו באשיצן פון קעלט, אבער פון די אנדערע זייט אז שרעקליך הייס און הימוד וואס פארשווערט פאר דעם מענטש מיט נאכנאנדע שוויצן און פארזיכערן אז מען קילט זיך אפ מיט עיר קאנדישאן אד"ג.

שטעלט זיך די פראגע: וואס גלייכסטו מער, ווינטער אדער זומער?

יעדער פארשטייט אז די סעזאנען זענען וואס דער רצון השם איז, מען רעדט נאר וואס מען 'גלייכט' ענדערש.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דער עולם איז מכובד אריינצוקומען שטימען.
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

עס ווענדט זיך וואס איז שווערע צו דערטראגן, די נאכנאנדע נאסקייט און שוויצן אדער די ביטערע פרעסטן, לענ"ד
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

זיכער ווינטער, אה, די לופט! זומער איז זייער שווער פאר מיר.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זימער קען מען גיין און קאנטרי

ווינטער קען מען אפשר גיין קיין פלארידע אבער צומערסטנס א וואך
(חוץ אויב מען האט שוין רעטייערט..)
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ווינטער קען איך גיין אנגעפעלצט, זומער איז נישט מעגליך צו אויסמיידן די היץ.

האמיר געוועלט פאר ווינטער
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

40 degrees
איז דאס בעסטע אין מיינע אויגן,
היינט מיט גלאבעל הארמינג קען זיך עס מאכן אין רוב חלקים פון יאר...

שכח טאטע פאר די פעלוזשען....!!
לעצט פארראכטן דורך אקטיוויסט אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאני...
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

מאך נאכאמאל די זעלבע אנקעטע אין די הייסטע וואך פון זומער, איך בין נייגעריג אויב די רעזולטאטן וועלן זיין די זעלבע
(דיסקלעימער: איך האב געשטימט פאר זומער)
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

כ׳האב זײער ליב די קעלט אבער כ׳האב נישט ליב די װינטען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

ווענד זיך אויך אסאך ווי וואינט, די סיטי מענטשען קענען למשל מער ליב האבן ווינטער ווייל סאיז נישט אזוי קאלט ווי אפסטעיט אין נישט ליב האבן זימער ויייל סאיז מער הייסער.
והאיפכה באפסטעיט.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

טראוועי האט געשריבן:ווענד זיך אויך אסאך ווי וואינט, די סיטי מענטשען קענען למשל מער ליב האבן ווינטער ווייל סאיז נישט אזוי קאלט ווי אפסטעיט אין נישט ליב האבן זימער ויייל סאיז מער הייסער.
והאיפכה באפסטעיט.

די סיטי איז אבער נענטער צום ים אין ס׳איז סאך װינטיגער װי אין אפסטעיט סא די קעלט פאַטשט סאך מער אין פונים װי אין אפסטעיט,סתם קריספי קעלט איז א מחיה
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Surprising to me that more people like winter
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

האלצשטיין האט געשריבן:Surprising to me that more people like winter

ווען די רעדט’ס פין זוממער דערמאנט מען זיך פין זיך שלעפען אין די היץ שבת מיטן טלית צו א קידוש אין מען קומט אן דורכגעוויקט נאס שמעקעדיג... די פיאות פריזי צעפלויגן... רויטע באקעלעך.. וכד’
משא’’כ ווינטער פעלצט מען זיך אן פיין.. א ווארימע קאר נאכן סטארטן שטייצעך די ליפט איז א מחי’
(איך רעד נישט פין די אייזיגע סייוואלק)
שוין... אזוי קען מען שיילען אין שיילען...
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פרעגסט מיך יעצט אוודאי זאג איך זומער, פרעג מיך איבער אין 5 חדשים ארום
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווינטער איז די בעסט!!

אין די ווינטער קען מען זיך אנפעלצן און ס'איז מסודר. אין די זומער איז נישטא ווואס צו טון. אז דער בורא האט געזאגט ס'זאל זיין הייס וועט מען שוויצן!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

געוועלט ווינטער, אההה א ציגערעטל אין די קאלטע לופט מיט א הייסע קאווע ארומגענומען מיט שיינע ווייסע שניי.

וואסערע טעם האט שוין די ציגערעטל ארומגענומען מיט נוזשענדע מאסקיטאס אין הייסע יומיד שוויץ.
לעצט פארראכטן דורך ווענגלייך אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך וואוין אין קאנאדא, סאו זומער..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ווענגלייך האט געשריבן:געוועלט ווינטער, אההה א ציגערעטל אין די קאלטע לופט מיט א הייסע קאווע ארומגענומען מיט שיינע ווייסע שניי.

וואסערע טעם האט שוין די ציגערעטל ארומגענומען מיט נוזשענדע מאסקיטאס אין הייסע יומיד שוויץ.

אוי זאגסטו גיט
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ווענגלייך האט געשריבן:געוועלט ווינטער, אההה א ציגערעטל אין די קאלטע לופט מיט א הייסע קאווע ארומגענומען מיט שיינע ווייסע שניי.

וואסערע טעם האט שוין די ציגערעטל ארומגענומען מיט נוזשענדע מאסקיטאס אין הייסע יומיד שוויץ.

;l;p-
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

'זומער' האט א ריזיגע חסרון אז עס איז הייס, און אנכי הקטן לייד נישט קיין היץ מער ווי עוורדיזש. אבער זולת זה האט עס נאר מעלות.

ווידעראום 'ווינטער' האט נאר חסרונות. ווערט פרי נאכט, קאלללט... אנגעשנייעט, פארכמורעט.

ממילא העלמיר גיין מיט 'זומער'.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

שוין דא אזא אנקעטע, דארט האב איך איבערגעגעבן מיין קלארע שיטה

viewtopic.php?f=106&t=51925
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סאבאבא האט געשריבן:שוין דא אזא אנקעטע, דארט האב איך איבערגעגעבן מיין קלארע שיטה

viewtopic.php?forms=0&t=51925

די שאלה צו מען גלייכט זומער אדער ווינטער - און צו מען גלייכט קעלט אדער היץ, איז שונה לחלוטין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

איך וואלט אראפ מיט 'לחלוטין' אבער ביסט גערעכט אז ס'אנדערע ענינים.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

נשמת השכל האט געשריבן:'זומער' האט א ריזיגע חסרון אז עס איז הייס, און אנכי הקטן לייד נישט קיין היץ מער ווי עוורדיזש. אבער זולת זה האט עס נאר מעלות.

ווידעראום 'ווינטער' האט נאר חסרונות. ווערט פרי נאכט, קאלללט... אנגעשנייעט, פארכמורעט.

ממילא העלמיר גיין מיט 'זומער'.

;l;p- גא״ם לדברך
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנקעטע: ווינטער אדער זומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

'ווינטער' איז מיין באשוואורענע פריינט, נאך פון אלץ קינד אין חדר. איך ווייס נישט צו עטס קענטס אים 'ווינטער' איז אן ערנסטע יונגערמאן, ער שרייט נישט און מאכט נישט קיין וועזן פון זיך נאר גייט זיך שטיל און באשיידן זיין וועג געלאסן מיט געמאסטענע טריט. אמת, פון אינדערויסן קוקט ער טאקע אויס אייז קאלט און שווארץ טונקעל אבער אינעווייניג ברענט א נאטורליכע אינערליכע הייצונג וואס ווארעמט אן אלע גלידער און ווערט נאר מער שטערקער און קאנטראסט צום דרויסענדיגע פראסט. אמת, פון דערויסן קוקט ער טאקע אויס אביסל פארמאכט און ערנסט אפשר אפילו שטרענג אבער אינעווייניג באהאלט זיך א וועלט פול מיט תוכן אין אינערליכע שיינקייט.
'זומער' גלייך איך נישט. ער איז מער קינדעריש און צולאזט, אויבעפלעכליך און חיצוניות'דיג, ער האט אזא מין פאלשע שמייכל ארויפגצויגן אויפן געזיכט שוין, לאמיר נישט בארעדן..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”