קרעדיט קארד פראסעסינג - מערטשענט סערוויסעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

קרעדיט קארד פראסעסינג - מערטשענט סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעדיט קארד פראסעסינג איז א ברייטע טעמע אין די ביזנעס וועלט און איז ווערט אויסצושמועסן.

גוטע פראוויידערס מיט קאמפעטיטישע ראטעס.
אמעריקען עקספרעס - זייער דיסקאונט רעיט האלט אין איין ארויפגיין.
דיסקאווער\ דיינערס קלאב - לוינט זיך בכלל?
צענדליגער סקעם בריוון אין אימעל און אין פאסט צו סוויטשן די קרעדיט קארד פראסעסינג
וכו' נאך נוצבארע אינפארמאציע

אויב איינער האט עפעס אריינצורעדן, ביטע נעמט איבער די מייק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מיין פירמע נוצט פידעלעטי מירטשענ'ס סירוועס.
זיי געבן זייער גוטע קאסטומער סירוועס, און שטייצעך גאר ביליגע ראט'עס.

די האסט דערמאנט אמעריקען עקספרעס, האב איך מיך דערמאנט אזא מעשה,

איינמאל האבן זיי אריינגערופן אין אפיס פרעגן צו איך בין צופרידן פון זייערע סירוועס'ס, אז זיי פרעגן האב איך רעכט צו ענטפערן... האבעך מיך באקלאגט פאר דעם יענטע אז זייערע ראטעס זענען פיל העכער ווי די אנדערע פירמעס,

האט זי מיר מסביר געווען אז ס'איז אמת אז זיי זענען אביסל טייערער אבער מען דארף אין אכט נעמען אז אנדערע פירמעס האבן פארשידענע זייטיגע טשארטש'ס וואס זיי האבן נישט.

איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגן, אבער וואסאכילק? אונז פלאנ'ן עניוועי נישט צו סטאפן נעמען אמעקס סא מוז'מר צאלן וויפיל זיי בעטן...

אה נאכאזאך מענין לענין,

עס איז דא סטאר'ס וואס געבן כידוע אזא קרום מיט די נאז ווען דער קאסטומער שטרעקט אויס א קארטל אלץ א פארם פון באצאלן, ווער רעדט נאך די מחמירים בעטן נאך אביסל מער לכבוד דעם.

איך פארשטיי זייער גוט די געפיל פון דעם געשעפטס מאן ווייל איך זע אויך יעדע חודש וויפיל געלט גייט אוועק פארדעי קרעידט פראסעסינג פי'ס...

אבער! וואס מען פארגעסט איז, וויפיל געלט האט ער שוין באצאלט פאר עדווערטייזמענס מיך אריינצושלעפן, און וויפיל וואלט דער מיסטער געצאלט איך זאל נאכאמאל איינקויפן ביי אים און נישט ביי זיין קאנקורענט...

מבשרי אחזה... די סטאר'ס וואס איך קויפ כסדר ווייסעך שוין פונקטליך ווער ס'קרומט און ווער נישט, און אטאמאטיש פארשטייט איר ווער ס'באקומט מיין באזוך... (איך האב כמעט קיינמאל נישט קיין גרינ'ס אויף מיר).

פארדעם בין איך געקומען צו די באשלוס אז ס'לוינט אנצונעמען אפילו דיסקאווער בסבר פנים יפות!.

שטייצעך אז דאס איז נאר א ביזנעס וואס האט ערענסטע קאנקורענט... ווער נישט 'זאל' נאר נעמען גרינ'ס.

עניוועי שכח שוועמל פארן אויפברענגן אזא אקטועלע ענין.

א גוטע וואך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

החחחעעםם... די מייק קראצט...

יא שוועמל, די פראסעסינג אינדעסטרי איז זייער א ברייטע, אין ס'איז דא זייער א שטארקע קאמפעטישן, אפילו ביים היימישן עולם איז דא זייער א שטארקע קאמפעטישן...

לויט וויפיל איך פארשטיי, (איך ארבעט נישט מיט קיין קרעדיט קארדס,) איז די מעין זאכן אויף וואס מ'קוקט, די רעיט'ס, (וויפיל ס'קאסט יעדע טרענזעקשען) און אויך "נעקסט דעי פאנדינג" איז היינט צו טאגס א שטארקע פעקטער... ווי אויך איז די סערוויס, און אנדערע זאכן, וויכטיג....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איך בין שוין אסאך בא'גנב'עט געווארן אפילו פון 'היימישע' פירמעס. די רעיטס זענען קיינמאל נישט געווען דאס וואס זיי האבן צוגעזאגט, און די פיעס און טשארדזשעס זענען כסדר געשטיגן, און קאסטומער סערוויס האב איך נישט געקריגן פון זיי.

למעשה האב איך שוין נישט קיין מערטשענט אקאונט, אבער ווי איך הער איז טאקע פידעליטי דאס מערסטע ארענטליך. אין אמת'ן האב איך זיי גערופן פאר'ן גיין צום אנדערן [גנב], און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי געבן טאקע העכערע רעיטס, אבער ס'איז נישטא קיין פיעס וכו'. איך האב זיך בא'נער'ישט און געגאנגען צום אנדערן, אבער אויפ'ן טעלעפאן האט מיר אויסגעזעהן ווי זיי זענען היבש ארענטליך און צוגעלאזן צום קאסטומער.

אויף אמעריטשויס (פרייזלער) הער איך אויך עפעס אויסערגעווענליכע גוטע רעזולטאטן.
לעצט פארראכטן דורך לחיים ולברכה אום זונטאג מארטש 15, 2009 10:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איידער מיר רעדן פון די היימישע פראוויידערס ווי 'פידעליטי', 'היי-טעק' אדער 'פרייזלער' וכו' איז דא פולא פאקטארן וואס מען דארף וויסן בעפאר מען סיינט אויף מיט איינעם.

די אלע דערמאנטע קאמפאניס, ווי אויך אלע טויזענטער אנדערע וואס סקעם'ן יעדן איינעם דורך אימעילס און בריוון מיט קלינגענדיגע לאזונגען "ווי פראווייד יו וויט אנביטעבל רעיטס" וכו', זענען בלויזע אגענטן פאר די באנק, בלויזע בראוקערס וואס זוכן אריינצוכאפן ווי מער קאסטומערס. דעריבער טרעפט מען פארשידנארטיגע ראטעס פון איינעם ביזן צווייטן פונקט ווי דער גראסערי שלאגט זיך מיטן קאנקורענט און פארקויפט קדם גרעפ זשוס פאר א דאלאר ביליגער. נאר וואס דען זיי געבן טאקע ביליגער אויפן בעסיק ראטע אבער זיי ריפן דיך אפ ערגעץ אנדערש. מער איבער די ראטעס און פיס און קומענדיגען ארטיקל בל"נ.


די קרעדיט קארד פראסעסינג ווערט זשענערעלי צעטיילט אין 3 הויפט קאטאגאריעס:
1) בעסיק פראסעסינג מיט א טערמינאל -- סווייפּ אדער פָּאנטש-אין פראסעסינג
2) אונליין פראסעסינג -- אן קיין טערמינאל, ס'ארבעט דורכן קאמפיוטער (אונליין סטאר וכדומה)
3) ווייערלעס פראסעסינג -- מיט א ספעציעלע ווייערלעס טערמינאל

די בעסיק פראסעסינג וואס א געווענליכע "בריק ענד מארטאר" ביזנעס פארמאגט קריגט מען א טערמינאל וואס מען פלאגט איין דערין א טעלעפאנישע ליניע און עס קאמיוניקירט מיט די באנק דורכאויס א טראנזאקציע. אין דעם טערמינאל איז אויך דא א קי-פעד מיט נומערן וואס אין פאל דער קאסטומער האט נישט דעם פיזישן קארטל צו קענען סווייפן קען מען אריינפאנטשן די נומערן דערינען.
די ראטעס ביים פאנטשן זענען לרוב העכער ווי ביים סווייפן! חוץ אויב האט מען א ספעציעלע קאנטראקט מיטן פראוויידער צו קענען מער פאנטשן ווי סווייפן.
דעריבער זעהט מען צומאל א מערטשענט גיבט א קרום מיטן מויל ווען מען זאגט אים "סארי כ'אב נישט מיין ק"ק מיט מיר, איר קענט עס אריינלייגן?" ווייל דאן צאלט ער מער געלט אלס א 'פאנטש-אין קארד'.


ביי אונליין פראסעסינג קומט צו א 'פארמיטלער' צווישן די באנק און דעם "ווירטואלע שאפינג קארט" (אי-קאממערס סאלושען). די ריזיגע געיטוועי פירמעס זענען "אוטורייז.נעט", וועריסיין, סייבער-סאורס, פעיפעל-פרא, איי-טרענזעקט וכו' נאך פול. זייער תפקיד איז צו קאמיוניקירן מיט ווירטואל שאפינג קארט און דערנאך מיטן באנק וחוזר חלילה, די געיטוועי מאכט זיכער אז די אינפארמאציע וואס דער קאסטומער שטעלט אריין שטימט מיט די אינפארמאציע אין פייל מיטן באנק און אזוי ווערט דער טראנזאקציע געקלערט.

די געיטוועי קאמפאני מאכט געלט דורך רעכענען א מאנאטליכע אפצאל פון בערך 10 ביז 30 דאלאר, פלאס א 'טראנזאקציע פי' פאר יעדן טשארזש בערך 20-30 צענט געוואנדן וויאזוי דיין בראוקער האט דיך אויפגעסיינט. דאס הייסט חוץ די מאנאטליכע דיסקאונט ראטע און אנדערע פיס פון די פראוויידער איז דא נאך אן אפצאל פאר די געיטוועי.


ווייערלעס נוצט נישט קיין געיטוועי אזויווי ביי אונליין פראסעסינג, אבער עס קאסט פול טייערער צוליב די עצם מאשינקע וואס פארמאגט בילט-אין ווייערלעס טעכנאלאגיע ווי אויך די מאבייל קאמיוניקאציע וואס איז טייערער פונקט ווי א סעלפאון איז געווענליך טייערער פון א לענדליין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויזע און מעסטער-קארד
א פראוויידער שטעלט צו פראסעסינג פאר אלע פיר מעיזשאר קרעדיט קארדס, וויזע מעסטער אמעקס דיסקאווער. אבער די ראטעס וואס ער שטעלט צו פארן מערטשענט זענען בלויז פון 'וויזע און מעסטער-קארד'. ווייל דארטן באקומט ער זיין אייגענע דיסקאונט פון די באנק און ער האט א רעכט ארויפצושרויפן די דיסקאונט פראצענט פארן מערטשענט כדי ער זאל אויך פארדינען עפעס פון יעדן טראנזאקציע.

אמעריקען עקספרעס און דיסקאווער זענען אנדערש פון געווענליכע קארטלעך און עס איז באזירט אויף זייער אייגענע בענק דערפאר בעטן זיי א פיקסד רעיט אין וואס דער פראוויידער קען נישט אריינרעדן. אבער צוליב צושטעלן סערוויס פארן מערטשענט ערלעדיגט ער די נויטיגע פאפירן אייך אויפצוסיינען דערצו. אבער א קליינער אפצאל מאכט ער יא פון די אמעקס דיסקאווער, דאס איז די עטליכע צענט וואס ער רעכענט אייך פאר יעדן טראנזאקציע פי.

פיס און ראטעס
די צאלונגען פאר די קרעדיט קארד פראסעסינג סערוויס ווערן איינגעטיילט אין עטליכע קאטעגאריעס. עס זענען פארהאן פיקסד פיס און עס זענען פארהאן די ראטעס וואס ווערן גערופן "דיסקאונט רעיט", אויף דאס קוקט יעדער איינער ווען מען סיינט אויף מיט א פראוויידער.

די פיקסד פיס זענען געווענליך צאהלונגען וואס קומען מאנאטליך אדער אן איינמאליגע 'אויפסיינען פי', לדוגמא:
אויפסיינען פי; = בערך 150 דאלאר
מאנאטליכע סטעיטמענט פי; = בערך $10
מינימום פי- אויב האט איר גארנישט געטשארזש; = בערך $15
פער טראנזאקציע פי - דאס איז חוץ די געווענליכע דיסקאונט רעיט; = בערך 20 צענט
אדררעס וועריפיקעשאן פי - אויב האט איר אויפגעסיינט פאר דעס סערוויס; = בערך 5 צענט
געיטוועי פי - אויב נוצט איר אונליין פראסעסינג; = בערך 20 צענט.

אמעריקען עקספרעס און דיסקאווער רעכענען אן איינמאליגע אויפסיינען פי פון ארום 25 דאלער.


דיסקאונט ראטעס
די דיסקאונט רעיטס זענען שטארק געוואנדן וועלכע פון די אויבנדערמאנטע פראסעסינג סערוויסעס איר נוצט.

פאר די בעסיק פראסעסינג סערוויס ווען מען סווייפט א קארטל זענען די ראטעס אומגעפער = 1.80 פראצענט פון די טאטאל טרענזעקציע אמאונט. אויב פאנטשט מען אריין די קארטל קאסט עס בערך פון 2.00 ביז 2.15 פראצענט.

פאר די אונליין פראסעסינג סערוויס ווען מען נוצט א שאפפינג קארט אדער א ווירטואלע טערמינאל זענען די ראטעס אומגעפער = 2.29 פראצענט פון די טאטאל טראנזעקציע. פלאס עס קומט צו א געיטוועי פי ווי דערמאנט פון 20 ביז 30 צענט פער טראנזעקציע.

פאר ווייערלעס פראסעסינג זענען די ראטעם ארום 3.5 ביז 3.95 פערצענט. טא ווען איר גייט צו א דינער און איר זענט מנדב 100 דאלער אין די ווייערלעס טערמינאל, קאסט עס פארן מוסד א שיינע פראצענט.

קרעדיט קארד טייפּס
חוץ די אלגעמיינע ראטעס קומען צו נאך פארשינדנארטיגע טשארזשעס און פיס, דארטן זענען דא פראוויידערס וואס קענען גוט אריינארן די מערטשענטס.
עס זענען פארהאן פארשידענע סארטן קרעדיט קארד און צו דעם קומען צו די אלע פיס. איין קליינעם דוגמא איז די באקאנטע "ריווארד קארד" פון סיטי אדער בענק אף אמעריקע, האט איר שוין אמאל געטראכט פון וואו די בענק האבן געלט צוריקצוגעבן די אלע מתנות פארן ענד-יוזער? דער תירוץ איז אז דארטן קומען צו נאך א קליינע אפצאל וואס די בענק רעכענען צו פערט טראנזאקציע, און די פראוויידערס לייגן צו געווענליך דעם טשארזש צום מערטשענט מיט גרויסע פראצענטן זיכער צו מאכן אז זיי בלייבן מיט עפעס געלט.

לדוגמא פראוויידער א' גיבט איייך א קוואויט פאר אונליין פראסעסינג פון 2.00 פראצענט פער טראנזאקציע, 7 צענט טראנזאקציע פי, 15 צענט געיטוועי פי, 5 דאלאר סטעיטמענט פי. דאס קוקט אייך אויס מוראדיג ביליג פאר בלויז 2 פראצענט. וואס איר ווייסט אבער נישט איז אז פון ערגעץ מוז ער דאך אויך מאכן געלט, טא גייט ער ארויפלייגן וויפיל ער קען נאר ביי די אלע סארטן ריווארד קארטלעך און אייך דארטן אפריפן. ער קען אייך רעכענען אזויפול ווי 2 דאלאר צי מער פאר געוויסע קאמערציעלע סארטן קארדס אין וועלכן איר דערזעט זיך סוף חודש צאלן היבט מער פון וואס איר האט געמיינט לויטן דיסקאונט רעיט.

פראוויידער ב' גיבט אייך אבער א גאנץ טייערערע קוואויט פון 2.39 פראצענט, 20 צענט טראזאקציע פי, 22 צענט געיטוועי פי, 10 דאלער סטעיטמענט פי. איר קוקט עס אן ווי זייער טייער וויבאלד די דיסקאונט רעיט איז פול העכער פון פראוויידער א'. אבער ביי די ענדע גייט איר צאלן ווייניגער סוף חודש פאר פראוויידער ב'. דאס איז צוליב וויבאלד ער מאכט שוין געלט פון די העכערע דיסקאונט ראטע, וועט ער צולייגן א פול קלענערע אפצאל ביי די אלע סארטן וויזע מעסטער קארטלעך, נאר בלויז די מינימום וויפיל עס קאסט אים.

דאס איז בלויז א דוגמא וויאזוי דער סיסטעם ארבעט. דעריבער טאר מען נישט נתפעל ווערן ווען איינער זאגט אייך צו א קליינע דיסקאונט רעיט, ווייל ער וועט סוף כל סוף מאכן זיין געלט ערגעץ אנדערש.


ס'יז כדאי צו וויסן וויפיל סארטן קרעדיט קארטלעך עס איז פארהאן וויבאלד עס אפעקטירט די פיס און ראטעס, אט האט איר א טיילווייזע ליסטע פון קרעדיט קארד טייפס:
דעביט קארדס;
ווארלדקארד מעסטער;
ביזנעס-טו-ביזנעס קארדס;
קאמערציעל לעוועל 1- און לעוועל 2 קארדס;
ענהענסד קארדס;
ריווארד קארדס;
קאמערציעל טעקס עקזעמפט קארדס;
סיגנעטשור פריפערד קארדס;

צו די אלע טייפס קומען צו פארשידענע אפצאלונגען וואס די בענק רעכענען צו און דער פראוויידער לייגט עס צו צום סטעיטמענט. דעריבער דארף מען זיכער מאכן איידער איר סיינט אויף צו באקומען א פולע קוואויט מיט אלע פיס פאר אלע סארטן קארטלעך.


אמעריקען עקספרעס
אמעריקען עסקפרעס רעכענט פון 2.95 ביז 3.5 דיסקאונט רעיט פער טראנזאקציע. דאס איז פול העכער פון וויזע מעסטער אבער מערטשענטס קענען זיך נישט ערלויבן אויפהערן נעמען אמעריקען עקספרעס וויבאלד פולע קאסטומערס צאלן מיט אמעקס.
לעצטענס האבן זיי אנגעהויבן צולייגן א מאנאטליכע פי פון 4.95 פאר אלע מערטשענטס וואס ווילן נעמען אמעקס, און זייערע ראטעס זענען ארויף מיט נאך 25. פראצענט.

דיסקאווער רעכענט ארום 2.5 ביז 3 פראצענט פער טראנזאקציע, זיי האבן נישט קיין מאנאטליכע פי. אבער גאר ווייניג מענטשן צאלן בכלל מיט דיסקאווער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אזוי שרייבנדיג האלט איך יעצט א בריוו אין די הענט וואס כ'אב נעכטן געקריגן פון אמעריקען עקספרעס אז נאך א ריוויאו אויף מיינע אקטיוויטי גייען מיינע רעיטס ארויפגיין פון 2.95 צו 3.5 פראצענט קומענדיגען מאנאט, צוליב מיין ביזנעס אקטיוויטי וואס 'קוואליפייט' זיך צו קלאסיפיצירן אין א אינדאסטריע פאר א העכערע רעיט...

איך וויל מיך דא עפענטליך באדאנקען פאר אמעריקען עקספרעס פארן העכערן מיינע רעיטס. איך שפעקוליר ערענסט אויפהערן אינגאנצן נעמען אמעריקען עקספרעס.
אדאנק פאר אייער ביז איצטיגע הילף
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די מאנטלי פי פון עמעקס, נעמען זיי אראפ, אויב מ'סיינט זיך אויף פאר אנליין בילינג.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

שער כח שוועמל פאר די רייכע ידיעות איך האב שוין אסאך מאל געוואלט 'פארשטיין' דעם סיסטעם יעצט פארשטיי איך שוין!.

טענק יו נאכאמאל

ווען די האסט געשריבן וועגן אמעקס האב איך אויסגעפלאצט. טענק'ס!.

איך האב פריער געשריבן אז אמעקס האט נישט די אלע פי'ס סא זענען זיי נישט אזוי טייער, די ווייסט דערפון?

אויך האביך געזען אז דיסקאווער ארבעט שוין יא אזוי ווי וויזע אין מעסטער אז זיי גיין דורך פראוויידער'ס נישט אליינס.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

ישר כח שוועמל פאר די אינפראמאציע.

אין אנדערע ווערטער, די קעדיט קארדס מאכן שווערע געלטער חוץ פונעם קאסטומער.
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

א גרויסן ישר כח פארן עפענען דעם אשכול, איך האב טאקע פונקט יעצט געוואלט אנהייבן זיך צו אינטערסירן וואס איך דארף טוהן אנצוהייבן נעמען קרעדיט קארטס פאר מיין ביזנעס וואס עפענט זיך ביז געציילטע טעג
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח שוועמל און היימישער איד, ווען נישט כ,זאל אלעס דארפן דורכגיין אויף מיין אייגענע הויט, וואלט עס געווען נייעס פאר מיר. און יא, היימישער איד האט א פונקט, אמעקס האט למעשה א פיקסד רעיט, וואס דאס לאזט דיך אויסרעכענען ביים טשארדזשן, וויפיל עס וועט דיר קאסטן. ווידעראום וויזא און מעסטער, קענען צומאל צוקומען צום זעלבן פראצענט ווי אמעקס, נעמליך אויב טרעפסטו זיך אן מיט איינע פון די קאטעגאריעס וואס שוועמל האט שוין דערמאנט.
אגב, איז ראוי להזכיר AAA VISA וואס זיי האבן מיר געגען גאר גוטע רעיטס, און אויך געלאיערט די רעיטס ביי אמעקס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געדולד האט געשריבן:ישר כח שוועמל פאר די אינפראמאציע.

אין אנדערע ווערטער, די קעדיט קארדס מאכן שווערע געלטער חוץ פונעם קאסטומער.


געדולד, ריכטיג.
די בענק מאכן געלט בלויז ווען דו נוצט דיין ק"ק דורכדעם וואס דער מערטשענט צאלט אראפ א פראצענט פאר זיי. און כ"ש אויב האסטו לעיט פעימענט, APR וכו' מאכן זיי אודאי געלט אויף דיר.

יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס זיי בעטן דיר כסדר צו נוצן דיין קארטל אנשטאט קעש ....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

באקומען אין אימעיל היינט פון א היימישער איד, איך לייג עס אן א נאמען, אויב דארפט איר מער אינפארמאציע ווענד זיך צו מיר אין אישית

Good Day!


In these economic hard times we all strive to cut business expenses so
less of our hard earned money will be wasted, thereby increasing our
profit. As always we constantly search the market for the best
available products to best serve our customers.


Credit Card Processing

Credit Card Processing is one of the expenses in the operation of
every business. Statistics show that credit card sales increased
drastically over the past few years. Today, over 75% of purchases are
made by credit card, including wholesalers, service companies, and
charity donations.

There are a lot of reasons attributed to that. A large factor is
today’s failing economy, every time a card is used; up to 4% of the
low profit margin is swiped away by the processing firms, costing
businesses thousands of dollars annually.


I was introduced to “Cross Atlantic Ventures". They started business
with one concept: reduce their expenses, automatically reducing their
clients processing fees, but
nevertheless maintaining the highest level of accuracy and customer
satisfaction.

They had put forth a large sum of money in an escrow account which
allows them to assess the risk levels of their clients. By doing so
they are able to maintain a large credit line with HSBC while
simultaneously eradicating their liability. This allows them to offer
any merchant the highest quality service at the lowest rate.

After carefully researching this company I excitedly joined them to
offer my business acquaintances & friends the opportunity to save
20%-25% on their processing charges.

Remember, I’m not asking you to switch for the rate you are currently
paying. We will reduce your cost significantly! Please give me the
opportunity to prove those facts to you by faxing me your last credit
card statement. Within 24 hours, I'll email you a compression chart
showing you how much you would pay with us and your total savings. I’m
positive there will be no need to persuade you after that.

Looking forward to serving all your credit card processing needs!


Thank You very much!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

האט עס שוין עמיציר פרובירט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

איך האב אים קאמפעירד מיט מיין יעצטיגן סערוויס פראוויידער - וואס לויט מיין ריסיורטש איז ער ממש דאס ביליגסטע פון די טראדיציאנאלע - און ער איז אויס געקומען היבש ביליגער.

נאר וואדען, אין דעם פעלד איז זייער שווער צו קאמפעירן, ווייל עס איז אזוי קאמפלעצירט אז די ווערסט אינגאצען צודרייט מיט די אלע פארשידענארטיגע חשבונות.

אבער עס מאכט סענס זיין סברה פארוואס ער קען קעבן ביליגער

איך וואלט שוין אריבער געגאנגען צו אים, נאר פאר א סיבה קען איך נישט איבער לאזן דעם ביי וועם איך בין יעצט.

איך וואלט זייער געוואלט וויסען צו ער איז טאקע אזוי גוט ווי ער זאגט,
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאס זעט אויס ווי א טיפיקל ספעם.

אויף די אלע "compression chart" [א ספעלינג אישו] ווי ער רופט עס אן, קען מען זיך אויסדרוקליך נישט פארלאזן, זיי פארפירן דיך.

וואטעווער, לויט מיין אינפארמאציע איז יעצט די ביליגסטע היי-טעק מערטשענטס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

לויט מיין אינפארמאציע האט היי-טעק שוין אריינגענארט הונדערטע קאסטומערס מיט זייער פארפירענדע ליגנט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ער איז א היימישער איד, אסאך יודן האבן געסוויטשט צו אים און זענין זייער צופרידן, אויך געבן זיי ספעציעלע הנחות פאר נאן פראפיט ארגענעזעישנס, מוסדות וכדו'
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איך האב אויך געהאט געסוויטשט צו אים, און ס'האט מיר גענומען זייער לאנג צו כאפן אז איך צאל איבער. און ווען כ'האב געוואלט רעדן צו איינעם האב איך געקענט טאפן א וואנט. כ'האב געמוזט רופן די מערטשענט קאמפאני און קענסלען די אקאונט ווייל היי-טעק האט דאס מיר נישט געטוהן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

געסוויטשט צו וועם? דער פון וועם איך רעד, אדער היי-טעק?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

און איך אויך פון זיי. ס'האט מיר גענומען אפאר חדשים צו כאפן אז כ'צאל צו סאך פאר די פיעס, און קיין סערוויס באקום איך נישט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועם די רעדסט, אז די האסט איבערגעצאלט.

האסט פרובירט וועם איך האב אנגעטראגן?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כ'האב נישט געגלייבט אז דו ביזט אזוי נאאיוו (אנטשולדיגט). האסט נישט געזעהן מיין תגובה אויפ'ן פאריגן עמוד? און אז דו כאפסט נאכאלץ נישט, וועל איך שרייבן קלאר:
איך האב געהאט א מערטשענט אקאונט ביי היי-טעק, און איך האב געצאלט אסאך מער ווי זיי, דאס מיינט צו זאגן היי-טעק, האט מיך פאראויסגעזאגט. חוץ דעם, האבן זיי, ווייטער היי-טעק, נישט צוגעשטעלט קיין נארמאלע סערוויס. גענוג קלאר?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

האסט פרובירט וועם איך האב אנגעטראגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”