קוויק בוקס שאלה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

יישר כח פאר'ן פרובירן צו העלפן, איך זע אבער אז איך האב מיך נישט גוט מסביר געווען.

אוודאי, ביזטו גערעכט אז נאכדעם וואס א ביזנעס באצאלט שטייערן באלאנגט די איבעריגע געלט פאר די ביזנעס און נישט פאר'ן אפיסער פון די ביזנעס.

ביי מיר קען אבער לכאורה זיין אביסל אנדערש, ווייל איך טראכט פון מאכן א קאראפארעישאן [מסתמא איז דאס א "על-על-סי"] אין וואס איך וועל זיין די איינציגסטע אפיסער, און פיילן די אינקאם אינאיינעם מיט מיין פערסאנעל טעקס רעטוירן. א חבר מיינער האט עפעס ענליכס, און איך האב שוין גערעדט דערוועגן מיט אן אקאונטענט, און ער זאגט אז איך וועל דארפן פיילן 'סקעדזשועל אי' און די ביזנעס קען מיר געבן א קעי-1 פארם פאר פארטנערשיפ אינקאם [ענליך צו א 1099].

דער אקאונטענט וויל אבער זען מער דעטאלן פון מיין ביזנעס, און איך וויל אים ווייזן א סעמפל וויאזוי איך האב עס אויפגעסעט אין קוויקבוקס, וואס דערפאר האב איך דא געפרעגט מיין פראגע [פיל ביליגער ווי פרעגן מיין אקאונטענט א קוויק-בוקס שאלה...]

הרב שוועמל, האסט אויפגעברענגט איין אפציע וויאזוי איך קען ארויסנעמען געלט פון א ביזנעס, דורך שרייבן א טשעקל צו מיין נאמען און פיילן א 1099, --- טא, איז מיין פראגע איצטערט: נניח אז איך וועל פיילן א 1099 אדער א קעי-1, אבער וואספארא "אקאונט" זאל איך נוצן ווען איך שרייב מיר דעם טשעקל?
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

דו מיינסט מסתם אן S קארפארעישאן.

דו דארפסט מאכן אן "עקוויטי" אקאונט מיטן נאמען Shareholders Distributions.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

קוויקבוקס: ענטערן ריאימבורסמענט טשעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך שיק מיט פעדעקס און יו פי עס.

ווען זיי צעברעכן א פראדוקט אין טרענזיט, זאל נישט אויסגערעדט זיין, פייל איך א קלעים אויף די ווערט פונעם פראדוקט (די קאסט פרייז) און געווענליך באצאלן זיי לויט וויפיל דעקלערד וועליו מען האט אריינגעלייגט בעת'ן מאכן דעם לעיבל.

נאך א וואך צוויי שיקן זיי צוריק די געלט דורך א טשעק.

וויאזוי לייג איך אריין דעם טשעק אין קוויקבוקס?
מאכן א קרעדיט פארן ווענדער - למשל פעדעקס - איז נישט ריכטיג ווייל ס'יז נישט קיין קרעדיט, סי'ז א טשעק.
מאכן סתם א דעפאזיט אין באנק אקאונט, וועל איך דאך נישט וויסן פארוואס און פארווען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

    מאך א קרעדיט מעמא.
    מאך א דיפאזיט.
      די נאמען פון דעם ווענדאר - Received from
      Account - A/P
      Check number
    גיי צו פעי ביללס וועסט דארט זען די אקארשט-געמאכטע טשעק (ווייל עס איז א פלוס אין A/P).
    סעלעקט די טשעק.
    גיי צו סעט קרעדיטס און עפפליי די קרעדיט מעמא צו דעם טשעק.

לאז וויסן אויב עס ארבעט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

א גרויסן שקויעך, שטרויזאק!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לחיים ולברכה האט געשריבן:1) וועלכע אקאונט נוצטו ווען דו באקומסט קעש פון א קאסטומער? איך נוץ אן אקאונט וואס רופט זיך 'גמ"ח'. ביים באצאלן א ביל נוץ איך א טשעק פון די גמ"ח אקאונט.
2) כסאכדעס. אויב ווילסטו האלטן חשבון וויפיל דו האסט נאך, דארפסטו נוצן די אינווענטארי אפציע, און ביי די רעפארטס קענסטו זעהן פונקטליך וויפיל דו האסט נאך.
3) אויף די אינוואויס זעלבסט טאקע נישט, אבער ביי די רעפארטס קענסטו זעהן פונקטליך די פראפיט.

1) איך באקום קיינמאל קיין קעש, און אויב יא לייג איך עס נישט אריין :|
אבער אין ק"ב ביי דיפאלט איז דא אן אקאונט וואס הייסט קעש, האב איך געוואלט וויסן צו מען קען דאס אפשר נוצן. אויב נישט, איז דיין עצה א גוטע צו מאכן א באנק מיטן נאמען קעש.

3) רעפארטס ווייס איך, איך וויל אבער א שנעלערע אפציע, ווען א קאסטומער מוטשעט צו זען גלייך די קאסט און וויפיל נאך איך קען אראפגעבן. עס איז דא פארשידענע טעמפלעיטס, איינס איז 'מאלטיפל סעילס ארדערס' דארט קומט ארויף מער קאלומס איינס מיין איך האט די קאסט (?).
סאכדעס זאגט ביי סעלס ארדער קען מען יא, דארף מען א קוק טאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

איך זוך יעצט צו באקומען קוויק בוקס, איך דארף נישט דו בעסטע און לעצטע אפדעיטוט,
קען מיך אפשר איינער זאגן ווי מ'קען עס באקומען פאר די ביליגסטע פרייזן.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
מענטש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש »

אויב ווילט איר "קויפן"קוויק בוקס איז אזוי קוויק בוקס קומט יעדעס יאר ארויס מיט א נייע ווערסיע און ווען זיי קומען ארויס מיט די נייע ווערסיע הערן זיי אויף צו פארקויפן די אלטע
אבער אין קוויק בוקס אליין איז דא אפאר מינע עס איז דא רעגולער קוויקבוקס פאר 200 דאללער (איך קען דיר עס פארשאפן פאר אביסל ביליגער) און נאכדעם איז דא א איינס וואס רופט זיך אקאונטענט און יענץ איז ארום 350 און די אנדערע איז ענטערפרייס וואס קאסט אפאר אלפים.

איז אויב ווילסטו קויפן וועט דיר עס קאסטן 200 דאללער און אויב ווילסטע נישט קויפן פארשאף דיר איינס בחנם ודי. אבער עס איז דא געוויסע זאכן וואס מען קען נאר טוהן אויב מען האט א געקויפטע קוויקבוקס...
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין א "מענטש" און ענטפערן
מיין שאלה איז אויב מיט די רעגולער קען מען האבן employers.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

עמפלויאיס קענסטו האבן מיט אלע אבער דו דארפסט צו קויפן די פעיראל פראגראם

גראדע איז דא א טריק (נישט קיין געשווינדעלטע מעשיות...) וואס רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון ווי אזוי מען קען מאכן מען זאל האבן פרי פעיראל אבער פארשטייצעך נישט מיט אלע אפציעס וואס זי גיבן דיר ווען דו באצאלסט דערפאר..

איז אזוי פאר פעיראלל מוז מען האבן א כשרע קוויקבוקס ווייל פאר פעיראלל ברויך מען דאון לאודען יעדע שטיק צייט די טעקס טעיבל און ווען דו גייסט ארויף אויף זייער סייט קענען זיי גלייך זעהן צו ביסט כשר צו נישט איז אויב ווילסטו עס פאר עמפלויאיס עצה איך דיר צו נעמען א כשרע (עטליעסט די פעיראלל פראגראם זיכער)
א חתימה ברויך מען האבן ?
מענטש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש »

שמיי_דריי האט געשריבן:גראדע איז דא א טריק (נישט קיין געשווינדעלטע מעשיות...) וואס רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון ווי אזוי מען קען מאכן מען זאל האבן פרי פעיראל אבער פארשטייצעך נישט מיט אלע אפציעס וואס זי גיבן דיר ווען דו באצאלסט דערפאר..


אפשר ביסטו אביסל מער מסביר וואס דו מיינסט טריקס און נישט געשווינדעלט? ווי אזוי מאכט מען דאס?

פארצייטישער, ווי שמיי דריי האט שוין געזאגט, כדאי צו ארביטן מיט עמפלויאיס און דו ווילסט אליינס מאכן דיין פעיראל פארשטייסטו אליינס אז דו מוזט האבן טעקס טעיבעלס צו וויסן וויפיל אראפ צו נעמען.. און פאר די טעקסט טעיבעלס מוזטו האבן א גערעטשיסטערטע קוויק בוקס..

אויב ווילסטו עפעס קויפן פארבינד דיך מיט מיר.. איך בין א קוויקבוקס פרא אדווייזער (דאס מיינט אז איך האב מיר געלערנט ביי זיי קוויקבוקס און איך האב א דיפלאמע פון זיי...) און איך קען דיר פארשאפן וואס דו דארפסט נאר פאר 10 פראצענט ביליגער...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך דיסטריביוט א געוויסע אייטעם פאר איינעם, יעדן חודש דארף איך אים גיבן א רעפארט "קעש בעסיס" דאס הייסט אויף וויפיל פון זיינע אייטעמס איך האב באקומען באצאלט פון די קאסטומערס פאריגן חודש, און לויט דעם באצאל איך אים, נאך א יאר אים גיבן ריפארטס האב איך מיך געכאפט אז עפעס שטימט נישט, און איך האב מיך דערזעהן מיט א מוראדיגע לאך אין קוויק בוקס.

ווען ראובן האט גענומען פון מיר צען שטיקלעך סחורה פאר הונדערט דאלער, און צוויי חדשים שפעטער האט ער מיר געגעבן 50 דאלער אויפן חשבון, קומט ארויס אויפן ריפארט אז איך האב באקומען באצאלט פאר די צען שטיקלעך, דעם נעקסטן חודש ווען ער האט מיר געגעבן די איבריגע 50 דאלער, קומט נאכאמאל ארויף אויפן ריפארט די גאנצע צען שטיקלעך.

און היות איך האב יענעם באצאלט יעדן חודש וויפיל דער ריפארט האט געזאגט אז מען האט באקומען באצאלט דערויף האב איך אים שיין איבערגעצאלט, עס רעדט זיך פון צענדליגער קאסטומערס און הונדערטער שטיקלעך סחורה און דער פראבלעם ווערט נאר ווען א קאסטומער באצאלט נאר א חלק פון א ביל אויפאמאל, ממילא איז עס נישט געווען אזוי מערקבאר אין אנפאנג.

פארשטייט זיך דאס איז נאר ווען מען מאכט א ריפארט "קעש בעסיס"

עס איז גוט צו וויסן נישט אדורכצופאלן מיט דעם זעלבן פראבלעם.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

גראדער האט געשריבן:יעדן חודש דארף איך אים גיבן א רעפארט "קעש בעסיס"

ווען ראובן האט גענומען פון מיר צען שטיקלעך סחורה פאר הונדערט דאלער, און צוויי חדשים שפעטער האט ער מיר געגעבן 50 דאלער אויפן חשבון


הרב "גראדער", אז מ'צאלט דיר צוויי און דריי חדשים שפעטער איז עס דאך נישט קיין קעש בעסיס??!!!
סאיז נישט "גראד" אזוי צו ריפארטן די קאסטומערס... די דארפסט זיי לייגן אויף אקראול בעסיס.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך נעם פון שמעון סחורה, און איך פארקויפ עס פאר ראובן, ראובן באצאלט געווענטליך צווישן 30 און 90 טאג שפעטער, איך באצאל פאר שמעון נאר נאכדעם וואס איך האב שוין באקומען דאס געלט פון ראובן, ממילא מאך איך פאר שמעון יעדן חודש א רעפארט פון פאריגן חודש "קעש" בעסיס, ד.ה. אויף וויפיל פון שמעון'ס אייטעמס איך האב באקומען קעש פארגאנגענעם חודש.

א קעש בעסיס רעפארט ווייזט דיר נאר די אייטעמס אויף וואס דו האסט באקומען באצאלט אין די צייט אפשניט אויף וואס דו שטעלסט אן דער רעפארט זאל דיר ווייזן, נישט קיין חילוק ווען דו האסט עס פארקויפט.

גאנץ גראד...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

דיין פראבלעם איז זייער פארשטענדליך און עס איז נישט קוייקבוקס פראבלעם... עס איז דיין פראבלעם.. פארוואס??

זייער "גראד"... ווען דו שרייבסט אריין אין קוויק בוקס אז איינער האט דיר שוין באצאלט איז לדוגמא ראובן האט גענומען פון דיר צעהן שטיקלעך יעדע איינס קאסט צעהן דאללער און ער באמאלט דיר נאר 50 דאללער פרעגט דיר קוויקבוקס וואס דו ווילסט טוהן מיט די איבעריגע פופציג דאללער (ווייל דו האסטאך אים פארקויפט צעהן שטיק פאר איטש צעהן דאללער קומט אויס צו הונדערט דאללער...) איז אויב שרייבסטע אוועררייד איט (דאס מיינט אז ער זאל פארגעסן פון די אנדערע פופציג) וועט ער דיר פרעגן פון וועלעכע אקאונט און טאמער איז עס א דיקאונט מאכסטו א דיסקאונט אקאונט און דו לייגסט עס דארט אריין

אבער טאמער ווען ער פרעגט דיר וואס דו ווילסט טוהן מיט די איבעריגע פופציגער לייגסטע אריין אז ער איז עס נאך שולדיג איז ווען ער גייט באצאלן די אנדערע פופציג וועסטו עס עפלייען צו די זעלבע אינוואויס וועסטו אי''ה נישט זעהן קיין טעותים אין די רעפארטס...
א חתימה ברויך מען האבן ?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

זאל איך זיך אנרופן? אויב דו נוצט אינווענטארי, איז דאס בכלל נישט גראד... ס'איז לכאורה "נישט" דיין פראבלעם, נאר א פראבלעם פון קוויקבוקס.

אויב מ'נוצט אינווענטארי, וועט דער קעש בעיסיס רעפארט ארויסגעבן א פאלשע רעפארט. כ'האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין, כ'האב דאס נאר ערווענט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לחיים ולברכה האט געשריבן:זאל איך זיך אנרופן? אויב דו נוצט אינווענטארי, איז דאס בכלל נישט גראד... ס'איז לכאורה "נישט" דיין פראבלעם, נאר א פראבלעם פון קוויקבוקס.

אויב מ'נוצט אינווענטארי, וועט דער קעש בעיסיס רעפארט ארויסגעבן א פאלשע רעפארט. כ'האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין, כ'האב דאס נאר ערווענט.



הוא אשר דיברתי, ביי קעש בעסיס קומט ארויס פאלשע רעפארטס.

אבי איינער נעמט זיך שוין אן פאר מיר...

יישר כח
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

קרעדיט אין קוויק באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

שאלה: כהאב באמערקט אין קוויק באקס אז איינע פין מיינע קאסמטומער האבן א קרעדיט פין $300 (יעדע מאל וואס כאינוואויס איהם פרעגט מיר ק.ב. צי כוויל ניצן די קרעדיט) איך ווייס אבער פאר א פאקט אז ער האט נישט אזא קרעדיט - אדרבה ווען איך גיי צי מיין קאסטומערס ליסט שטייט דארט אז ער האט א באלאנס וואס ער איז מיר שולדיג

מיין שאלה איז 1) ווי קען איך עדיטן אין אויסמעקן די קרעדיט

2) פין ווי איז די קרעדיט נולד געווארן מתחלה
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

די פראבלעם קען זיך נעמען ווען מען ענטערט יענעמס פעימענט און מען האט עס נישט אפלייעד צו זיין אינוואויס, במילא בלייבט עס א קרעדיט אין ק.ב. ווייל ער האט נאכנישט גענוצט די געלטער, מאך זיכער אז יעדע פעימענט איז געווארן APPLIED צו א פריערדיגע אינוואויס/ביל
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

מיין קוויק בוקס האט געמאכט פראבלעמען, אינטואיט האט געזאגט אז דאס פייל איז צובראכן און זיי פארעכטן עס פאר א גוטן פרייז.

איך האב עס אריינגעשיקט צו אינטואיט און אויף דערווייל האב איך געניצט מיין לעצטע בעקאפ פייל, היינט האב איך צירוק באקומען מיין געהעריגע פייל, דארף איך יעצט איבערלייגן אלע אינפארמעישאן אינעם געהעריגע קויקבוקס.

איז דא עפעס א וועג אריבערצופירן פון איין קוויקבוקס פייל צום צווייטן? אדער איך מיז אלעס נאכאמאל ענטערן?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

עס האט זיך מיר געמאכט א פראבלעם וואס איך מיין אז מען קען עס נישט פאררעכטן אבער פאר איך גיב אויף וויל איך זיכער מאכן אז מען קען טאקע נישט... אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מען מאכט עס

ווי באקאנט נעמט די קרעדיט קארד מעסטער קארד און וויסע ארויס אויף איינמאל א חודש די גאנצע געלט וואס קומט זיי די פראצענט. און מען מאכט אויף א ווענדער מערטשענט סערוויס צו ווי אזוי מען וויל עס רופן און מ'רעקארד דארט יעדע חודש די געלט וואס זיי האבן ארויסגענומען...

למעשה איז מיר אויסגעקומען צו טוהן א טובה פאר איינעם און אים אביסל מסדר זיין זיין קוויקבוקס.. און דא איז עס געזעהן.. איך האב מיך אנגעשטאלפערט.. די מערטשענט סערוויס איז א קאסטומער און גארנישט קיין ווענדער... הערט א מעשה.. פרעגטס מיר אפילו נישט ווי אזוי מען באמערקט נישט אזא גראבע טעות... די רעפארטס שטומען דאך פשוט נישט...

יעצט צו די פוינט.. איז דא א וועג ווי איך קען מאכן די קאסטומער מיט אלע זיינע אינוואויסעס זאלן ווערן א ווענדער און די אינוואויסעס זאלן ווערן בילס???
איך מיין אז נישט בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט אבער אפשר דאך.. שערי קרעטשמע לא ננעלו... איינער ווייסט דא צו מען קען עס מאכן און אויב יא וויאזוי???....

שכח למפרע פארן ענטפערן..
א חתימה ברויך מען האבן ?
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

צום זאך האט געשריבן:די פראבלעם קען זיך נעמען ווען מען ענטערט יענעמס פעימענט און מען האט עס נישט אפלייעד צו זיין אינוואויס, במילא בלייבט עס א קרעדיט אין ק.ב. ווייל ער האט נאכנישט גענוצט די געלטער, מאך זיכער אז יעדע פעימענט איז געווארן APPLIED צו א פריערדיגע אינוואויס/ביל


די רעדסט דאך אזוי צום זאך טאקע דאס איז געווען מיין פראבלעם, מיין קאסטומער האט מיר באצאלט א חלק פונעם ביל האב איכעס שוין ריקארדעד, דערנאך האט ער צוגעצאלט די איבריגע האבעך פשוט פאראכטן די פריעדיגע פעימעינט, האב איך אבער נישט געכאכפט אז ק.ב. האב נישט צוגעלייגט די השלמה צי די ביל נו אויב אזוי איזעס געבליבען א קרעדיט!!! שכח נאכאמאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערשי קניהויז האט געשריבן:מיין קוויק בוקס האט געמאכט פראבלעמען, אינטואיט האט געזאגט אז דאס פייל איז צובראכן און זיי פארעכטן עס פאר א גוטן פרייז.

איך האב עס אריינגעשיקט צו אינטואיט און אויף דערווייל האב איך געניצט מיין לעצטע בעקאפ פייל, היינט האב איך צירוק באקומען מיין געהעריגע פייל, דארף איך יעצט איבערלייגן אלע אינפארמעישאן אינעם געהעריגע קויקבוקס.

איז דא עפעס א וועג אריבערצופירן פון איין קוויקבוקס פייל צום צווייטן? אדער איך מיז אלעס נאכאמאל ענטערן?


עס רופט זיך DATA MERGING. דאס הייסט מערזשן צוויי קאמפאני פיילס.
פרוביר דא http://www.q2q.us/

עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו טוהן.

נאך א וועג איז צו עקספארטן צו עקסעל אדער IIF איין קאמפאני פייל מיט אלע טרענזעקשאנס און דערנאך צוריק אימפארטן צו די אנדערע קאמפאני פייל, מאך זיכער צו אווער-רייטן די עקזיסטינג דאטע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אסך מאל מאכט זיך א ווענדאר בעט א דעפאזיט בעפאר ער שיקט אן ארדער.

וויאזוי איז די ריכטיגע וועג עס אריינצולייגן?
צו מאכן א ביל אדער אייטעם רעסיטס איז דאך נישט אמת.
צו געבן סתם א טשעקל, אויב עפליי איך צו א PO וועט ער פארלאנגען עס מוז שטימען די באלאנס וואס איז דאך נישט מעגליך אויב איך צאל א דעפאזיט וואס איז ווייניגער געווענליך. און אויב עפליי איך עס נישט צום PO ווערט ער דאך נישט ארויפקומען ביי 'פעי ביללס' עס צו קענען עפלייען צום ביל. נו?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

שכוח שוועמל, איך דארף זעהן וואס ס'איז מיר גרינגער.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”