QuickBooks / קוויקבוקס שאלות און הילף
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

יז בתמוז האט געשריבן:איך האב נעכטן אינסטאלד קוויקבוקס 09, און איך וויל שיקן אן אינוואויס, פרובירט זיך צו קאנעקטן צו מיין אוטלוק. באט איך זעה נישט קיין סענד קנעפל. נאט אייך א בילד וואס איך זעה.
איך האב פונקט געהאט די זעלבע מעשה ווען איך האב געוואלט אימעילן א פיקטשער גראד פונעם אינטערנעט (IE8) האב איך באקומען אקוראט די זעלבע סקרין.
האב איך געטון וואס איך האב געשריבן דא
שטרויזאק האט געשריבן:view>
toolbars>
costumize>
גיי צו standard אויף די לינקע זייט, אויף די רעכטע זייט וועסטו זען די send command, כאפ עס אן און דרעג עס אריין צו די toolbar.
און עס ארבעט אמחי'.
וליתר ביאור שטעל איך ארויף א סקרינשאט, דו זאלסט טרעפן די "סענד" באטטען.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
שטרויזאק האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:איין זאך וואס איך וויל וויסן איז, צי ביי קאסטומערס אינוואויסעס וועט מען קענען סארטירן לויט די קאסטומער PO נומבערס. למשל א קאסטומער וואס קויפט כסדר איין מיט PO נומערן ווען ער קאלט אריין טשעקן א סטעטוס אויף א ארדער ווייסט ער דאך בלויז זיין PO נומער, און איך ווייס בלויז מיין סעילס ארדער נומער. דארף זיין א וועג וואס מ'זאל קענען זען פונדרויסן די קאסטומער PO נומבער.
ליידער איז נאך נישט געקומען די צייט צו דעם.
האועווער, אן עצה צו דעם איז, לייג אריין די PO נומבער אין די מעמא פיעלד.
נאכדעם קאסטומייז די קאלומס אין די קאסטומער סענטער עס זאל ווייזן די מעמא. (רייט-קליק אונטן אין די רעכטע זייט פון די קאסטומער סענטער>קאסטומייז קאלומס)
די עצה טוה איך שוין זייער לאנג טאקע, אבער ס'יז דאפלט ארבעט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
נאך א שאלה.
ביים ענטערן א קרעדיט פון א ווענדאר, גייט אלס דער קרעדיט עגעינסט A/P און דער קרעדיט ווערט אויסגענוצט בלויז ביים באצאלן די קומענדיגע בילל, דורך אראפרעכענען אויטאמאטיש דעם קרעדיט באלאנס.
וואס טוט זיך אבער ווען דער ווענדאר גיבט מיר בפועל צוריק געלט למשל אין פארם פון א טשעק אדער א ריפאנד צום קרעדיט-קארד, וויאזוי רעקארדיר איך עס אין ק"ב אז עס זאל מער נישט זיין קיין קרעדיט עגענסט די קומענדיגע בילס וויבאלד איך האב דאך שוין באקומען דאס געלט צוריק אין A/R ?

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
איך אזא פאל, גיי אריין צו יענעם קרעדיט, איך מאך עס פאר א זיראוי, אבער ביי מעמא שרייב איך אריין די דיטעילס פון די מעשה.
*
איך וויל וויסן עפעס אנדערש, UPS זייער INVOICE NUMBER איז אייביג די ערשטע זעקס נומבער'ס די אקאנט נומבער, און דערנאך קומט צו דריי דיזשעטס [למשל, מיין אקאונט נומבער איז: Z83L56, און די ביל נומבער'ס זענען Z83L56596]
ווען איך ענטער זייער ביל, דארף איך קודם מעניולי טייפן די ערשטע זעקס נומבער'ס. איז דא א וועג אז ס'זאל ארויפקומען [למשל ביי MEMO] די ערשטע זעקס נומבער'ס, איך זאל עס קענען געבן א שנעלע קאפי און פעסטן ביי די אינוואויס נומבער?
*
איך וויל וויסן עפעס אנדערש, UPS זייער INVOICE NUMBER איז אייביג די ערשטע זעקס נומבער'ס די אקאנט נומבער, און דערנאך קומט צו דריי דיזשעטס [למשל, מיין אקאונט נומבער איז: Z83L56, און די ביל נומבער'ס זענען Z83L56596]
ווען איך ענטער זייער ביל, דארף איך קודם מעניולי טייפן די ערשטע זעקס נומבער'ס. איז דא א וועג אז ס'זאל ארויפקומען [למשל ביי MEMO] די ערשטע זעקס נומבער'ס, איך זאל עס קענען געבן א שנעלע קאפי און פעסטן ביי די אינוואויס נומבער?
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
יא, לייג אריין דיין אקאונט נומבער אין די UPS ווענדאר פראפייל, וועט עס אלס ארויפקומען אויפן בילל
דיין תשובה צו מיר איז זייער נישט ריכטיג געטון, כ'אף דו פארשטייסט.
קודם כל, מאכן פאר א זערא וועסטו דאך נישט זען דעם קרעדיט פונדרויסן, קענסט אפשר מאכן די קוואנטיטי פאר א זערא וועט דער טאטאל זיין זערא פארשטייט זיך.
נאכדעם, ס'פעלט זיך בכלל נישט אויס צו עדיטן דעם ביל, נאר ביים באצאלן די בילל קליק אויף "יוז קרעדיטס" און נעם אראפ די טשעק פון דעם קרעדיט ביל וועט עס אויטאמאטיש נישט פארנוצט ווערן ביים יעצטיגן פעימענט.
חוצ מזה, צו פאטשקענען מיט גע'ענטער'טע בילס איז נישט קיין אפשען און זיכער נישט קיין ריכטיגע וועג.

קען מיר אפשר עמיצער ענטפערן אויף א פשוטע פראגע (אפשר נישט אזוי פשוט...)
ביי די ארבייט, בין איך היבש בעהיינד מיט ענטערן בילס אין קוויקבוקס, איז דא א וועג איך זאל עס קענען טאן אינדערהיים (איך האב דארט אויך קוויקבוקס פאר א זייטיגע ביזנעס) און עס דערנאך קאפיען אויף מיין סערווער אין די ביזנעס?
אויבנאויף האב איך געטראכט צו מאכן א בעקאפ פייל ביי די ארבייט, און עס דערנאך עפענען אינדערהיים, און דערנאך יענץ בעקאפן, און עס צוריקאפלאודן ביי די ארבייט (נישט אז איך ווייס גענוי פונקטליך וויאזוי איך וואלט דאס געטאן... אבער דאס וואלט געווען מיין נעקסטע שאלה...) דוכט זיך אבער אז דאס מיינט אז איך וועל דארפן אהיימגיין דער לעצטער פון די ארבייט, אדער עטליעסט זיין דער לעצטער צו נוצן קוויקבוקס, אז נישט וועל איך דאך מארגן נישט האבן דעם לעצטן בעקאפ, א יא?
איצטערט איז מיין פראגע, איז דא א בעסערע עצה?

למדן האט געשריבן:קען מיר אפשר עמיצער ענטפערן אויף א פשוטע פראגע (אפשר נישט אזוי פשוט...)
ביי די ארבייט, בין איך היבש בעהיינד מיט ענטערן בילס אין קוויקבוקס, איז דא א וועג איך זאל עס קענען טאן אינדערהיים (איך האב דארט אויך קוויקבוקס פאר א זייטיגע ביזנעס) און עס דערנאך קאפיען אויף מיין סערווער אין די ביזנעס?
כבין נישט די גרעסטע מבין, אבער אויבן אויף מיין איך איז דא א פשוטע עצה טאמער קענסטו אריין לאגען פון דיין היים קאמפיוטער צום ביזנעס קאמפיוטער קענסטו דאך אויטאמאטיש האבן עקסעס צונעם ק.ב. פייל - אבער אויב וואלט דאס געווען די מצב דאן וואלסטו נישט געפרעגט קיין קשיות דא
וואס כ'טראכט יא אז אפי' די גייסט נישט אווקע די לעצטע פון אפיס קענסטו בעטען אז דער לעצטער זאל דיר אימעילן די ק.ב. פייל אויף וואס די וויסלט ארבעטען, אין ווען די ענדיגסט דיין עבודה דאן אימעיל צוריק אין אפיס אז דער ערשטער אינדעפרי זאל זיך נעמען ארבעטן אויף די זעלבע פייל (אז נישט וועט דאך דיין גאנצע ארבעט גיין לאיבוד)
אבער ווי ערוונעט אפשר איזדא נאך עצות.....
אויבנאויף האב איך געטראכט צו מאכן א בעקאפ פייל ביי די ארבייט, און עס דערנאך עפענען אינדערהיים, און דערנאך יענץ בעקאפן, און עס צוריקאפלאודן ביי די ארבייט (נישט אז איך ווייס גענוי פונקטליך וויאזוי איך וואלט דאס געטאן... אבער דאס וואלט געווען מיין נעקסטע שאלה...)
די עצה פארדעם איז פשוט דארפס אויפזוכן די ק.ב. פייל (געווענדליך הייסט דאס אזוי ווי דיין קאמפאני רופט זיך אין ק.ב.) קאפי עס ארויף אויף דיין יו.עס.בי. - וחוזר חלילה - טאמער האסטו א פרגראם אין דיין יו.עס. בי. צי סינקען קענסטו אלעס טאן מיט איין קוועטש
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
למדן די האסט דערמאנט א ווארט וואס קען דיר ממש העלפן דא.
דו שרייבסט "ביזנעס סערווער", מיינסטו דערמיט צו זאגן אז די קוויקבוקס פייל פון דיין קאמפאני ליגט אויף א סערווער און אסך קאמפיוטערס קענען עקסעסען און ארבעטן אויף די זעלבע פייל.
טאמער יא איז דאך פשוט, לאג אריין צו יענעם סערווער און עפען אויף דעם פייל מיט דיין קוויקבוקס אינדערהיים וועסטו אגאנצן צייט ארבעטן אויף זעלבן פייל.
דארפסט נישט בעקאפן און צוריקשיקן וכו'.
מען ברויך נאר טרעפן א וועג זאלסט קענען אריינלאגירן צום ביזנעס סערווער.

יישר כח בן-יועזר און שוועמל פאר'ן פרובירן צו העלפן.
אנטשולדיגט פאר'ן נישט אזוי קלאר ארויסברענגן, אבער בן יועזר האט "געכאפט" מיין פראבלעם אז 'מאמענטאל' קען איך נישט אריינלאגן פון דערהיים צום ביזנעס-סערווער, דערפאר האב איך געזוכט אן אנדערע עצה.
מיר צו אימעילן דעם בעקאפ פייל וועט אויך נישט ארבייטן צוליב די זעלבע סיבה, ווייל איך האב נישט יעצט קיין אינטערנעט עקסעס ביינאכט פאר די נעקסטע פאר וואכן.
אפן גערעדט: איך בין ביי די שוויגער
אבער טאקע דערפאר זוך איך גראדע צו בלייבן שפעט ביי די ארבייט... סאו, וועל איך עס ארויפלייגן אויף מיין יו-עס-בי, און איינמעלדן די אנדערע צוויי פערזאנען וועלכע ארבייטן אויף ק"ב, אז איך דארף זיין דער לעצטער און דער ערשטער צו עפענען ק"ב יעדן טאג. (סייווי בין איך רוב צייט אויף ק"ב און די אנדערע צוויי נוצן עס נאר נאכצוקוקן א באלאנס וכדומה, און כמעט נישט קיין דעטע ענטרי.)
און יישר כח נאכאמאל פאר די הילף

- שמיי_דריי
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט
למדן יעצט איז געקומען מיין חלק
איך רעד איצט פון עקספיריענס...
מערטשען פון איין קוויקבוקס צו א צווייטע קען מען נישט. פינטל.
איך האב איינמאל אריין געלייגט מיין גאנצע ארבייט אין איין קוויקבוקס מיטן חשבון עס צו מערטשען מיט א צווייטע און למעשה האט מען נישט געקענעט און איך האב אפילו גערופן אינטואיט צו עס איז דא א וועג און זיי האבן געזאגט ניי אז עס איז נישטא קיין אפציע דערפאר
מאכן א בעקאפ און עס עפענען אויפן ביזנעס קאמפיוטער איז נישט קיין עצה ווייל דעמאלטס וועט ער דעליטען די גאנצע אלטע סחורה וואס דו האסט אויף די ארבייט קאמפיוטער און ער וועט האלטן נאר די בעקאפ פון די היים קאמפיוטער

א חתימה ברויך מען האבן ?
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
שמיי_דריי האט געשריבן:למדן יעצט איז געקומען מיין חלק

איך ווייס נישט וואס דו רופסט 'מערזשן', אבער ווילאנג סי'ז א קוויקבוקס פייל קענסטו עס עפענען און יעדע קאמפיוטער וואס האט קוויקבוקס - אבער ! נישט מיט א נידריגערע ווערסיע!
די זעלבע ווערסיע אדער א העכערע איז נישט קיין שום פראבלעמא.
שמיי_דריי האט געשריבן:מאכן א בעקאפ און עס עפענען אויפן ביזנעס קאמפיוטער איז נישט קיין עצה ווייל דעמאלטס וועט ער דעליטען די גאנצע אלטע סחורה וואס דו האסט אויף די ארבייט קאמפיוטער און ער וועט האלטן נאר די בעקאפ פון די היים קאמפיוטער
האט שוין יאנאש גוט געזאגט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- קבל את האמת
- שר מאה
- תגובות: 149
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm
שמיי_דריי האט געשריבן:למדן יעצט איז געקומען מיין חלק
איך רעד איצט פון עקספיריענס...
מערטשען פון איין קוויקבוקס צו א צווייטע קען מען נישט. פינטל.
איך האב איינמאל אריין געלייגט מיין גאנצע ארבייט אין איין קוויקבוקס מיטן חשבון עס צו מערטשען מיט א צווייטע און למעשה האט מען נישט געקענעט און איך האב אפילו גערופן אינטואיט צו עס איז דא א וועג און זיי האבן געזאגט ניי אז עס איז נישטא קיין אפציע דערפאר
מאכן א בעקאפ און עס עפענען אויפן ביזנעס קאמפיוטער איז נישט קיין עצה ווייל דעמאלטס וועט ער דעליטען די גאנצע אלטע סחורה וואס דו האסט אויף די ארבייט קאמפיוטער און ער וועט האלטן נאר די בעקאפ פון די היים קאמפיוטער
אויב האט איר שנעלע אינטערנעט אינדערהיים
און די קאמפיוטער ביי די ארבעט קען בלייבען אנגעצונדען
דאן קענט איר האבען בחנם לאג מי אין. און ארבעטען פון דערהיים דורך אריין גיין אין די ארבעט קאמפיוטער
הצלחה
https://secure.logmein.com/home.asp?lang=en
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
דריי שאלות:
1) וויזוי קען מען צאלן בילס מיט קעש?
ער גיט מיר נישט קיין אפציע צו סלעקטן די קעש אקאונט ביים באצאלן.
2) ביים ענטערן אייטעמס. וואס איז א חילוק צווישן א "אינווענטארי אייטעם" און א "נאן-אינווענטארי אייטעם"?
ביידע מאל קומען ארויף די זעלבע פיעלדס, און נאכדערצו ווען ס'ווערט אסיינד צו די זעלבע אינקאם און עקספענס אקאונטס.
וועט ערגעץ ביי די סוף חשבונות כאפן א חילוק?
3) ווען איך מאך אן אינוואויס איז דא א וועג צו זען די "קאסט" פון די אייטעם? כדי איך זאל האבן א שטיקל ידיעה איבער וויפיל איז די פארדינסט לגבי די סעיל פרייז.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
כדי שלא להשאיר השוועמל מבוזה, העלעך פרובירן ענפערן לויט מיינע ידיעות.
1) איך האב נאכקיינמאל נישט געמאכט קיין קעש אקאונט, אלזא ווייסעך נישט.
2) לכאורה איז דער חילוק צי דו ווילסט האלטן חשבון אויף אינווענטארי, צי נישט.
3) איך מיין אז ביי אן אינוואויס איז עס נישט מעגליך, איך פיר זיך אזא פאל צו מאכן אן עסטימעיט, דארט קען מען יא זעהן גענוי וויפיל מ'לייגט ארויף מארקעטאפ. און דאן איז דא אן אפשען צו מאכן דערפון אן אינוואויס.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
1) וועלכע אקאונט נוצטו ווען דו באקומסט קעש פון א קאסטומער? איך נוץ אן אקאונט וואס רופט זיך 'גמ"ח'. ביים באצאלן א ביל נוץ איך א טשעק פון די גמ"ח אקאונט.
2) כסאכדעס. אויב ווילסטו האלטן חשבון וויפיל דו האסט נאך, דארפסטו נוצן די אינווענטארי אפציע, און ביי די רעפארטס קענסטו זעהן פונקטליך וויפיל דו האסט נאך.
3) אויף די אינוואויס זעלבסט טאקע נישט, אבער ביי די רעפארטס קענסטו זעהן פונקטליך די פראפיט.

אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אפשר קען מיר עמיצער העלפן מיט א קוויק בוקס פראגע:
איך האב א זייטיגע ביזנעס וואס איז אויפגעסעט אין קוויק בוקס בעיקר אלס א "סערוויס" ביזנעס, ד"ה אן אינווענטארי וכו',
אן ארויסשרייבן גענויע דיטעילס, וועל איך דעסקרייבן די ביזנעס אז עס איז כמו-"קאנסולטינג", איך העלף מענטשן/ביזנעסער מיט איידיעס וויאזוי זיך אויסשטעלן און אויפסעטן, איידיעס פאר עדווערטייזינג און מארקעטינג. הקיצור, איך קויף נישט גארנישט און איך פארקויף גארנישט, טא, מיין אינקאם איז נישט אויף ספעציפישע אייטעמס ווייל איך האב דאך נישט קיין אינווענטארי, און אויך נישט אויף סערוויסעס וואס קאסט מיר געלט ווייל איך מאך דאך נישט קיין ריפערס וכדומה, עס איז בלויז גערעכנט פאר צייט אדער פאר א פארטיגן פלאן וכו'. די זעלבע איז מיט מיינע עקספענסעס, איך האב נישט אזא מין זאך ווי "קאסט אוו גודס סאולד" ווייל דאס וואס איך פארקויף קאסט מיר נישט א פרייז.
אין קורצן, איך רעכן פאר צייט אדער פאר א פראיעקט, און דאס איז מיין אינקאם -- דערנאך רעכן איך אראפ די עקספענסעס וואס קאסט מיר אויפצוהאלטן די קאמפאני [סאו-טו-ספיק], אריינגערעכנט מיין אפיס-רענט, קאמפיוטער, אינטערנעט, טעלעפאן, קאר, אד"ג , אלעס וואס בלייבט איבער איז מיין נעט אינקאם אויף וואס איך צאל שטייערן, און נאכ'ן צאלן שטייערן איז די איבעריגע געלט טעכניש "מיינס".
יעצט איז מיין פראגע, ווען איך נעם ארויס פונעם איבערגעבליבענע געלט, און איך שרייב זיך א טשעק פון די ביזנעס, וויאזוי זאל איך דאס ענטערן? וואספארא מין אקאונט איז דאס? עס איז דאך נישט א חלק פון די "ביזנעס' עקספענסעס" פאר'ן נייעם שטייער-יאר, עס איז ריין-געלט פון פריערדיגן יאר. עס איז דאך נישט אז איך ליידיג אויס די אקאונטס נאכ'ן צאלן שטייערן, און איך פאנג אן א נייעם יאר מיט א זערא באלאנס, די יארן לויפן ווייטער און טשעקס קומען אריין, און גייען ארויס, טא, וואס איז די אויסגעהאלטענע וועג צו טאן? וויאזוי שטעל איך עס אין ריכטיגן 'פלאץ'? וואס איז די בעסטע 'אקאונט' צו נוצן?
דורכקוקנדיג די טשארט אוו אקאונטס, האב איך געזען אז איך האב דארט אזא זאך ווי "ריטעינד אוירנינגס" -- איז דאס עפעס וואס האט שייכות צו מיר? און אויב יא? אפשר איז מיר עמיצער מסביר גענוי וויאזוי דאס ארבייט.
יישר כח

דיין טעות איז, אז דו מיינסט אז נאכן צאלן שטייערן איז די געלט טעכנישט "דיינס" !
דאס געלט באלאנגט פארן קארפארעשאן וואס איז א ברי'ה בפני עצמו, דו ביסט אפשר דער אפיסער פון דעם ברי'ה און אויך דער סיינער אויפן אקאונט, אבער דאס געלט באלאנגט ווייטער פאר די ביזנעס ווילאנג דו נעמסט עס נישט ארויס, נישט קיין חילוק וויפיל יאר עס ליגט דארט.
כדי ארויסצונעמען געלט [אידיש גערעדט], איז דא פארשידענע רעקאמענדאציעס ווי למשל מאכן טשעקס פאר אדווערטייזמענט עקספענס [מוסדות זשורנאלן - שכ"ל], ביזנעס מיטטינג עקספענס [גראסערי און בוטשער - חתונה זאלן], אפיס סופלייס [ווילהעלם הארדווער], אויטא עקספענס [קאר און אינשורענס]. וכו' וכו'.
אויך זענען דא מער קאמפליצירטע וועגן למשל א קאסטומער וואס פארקויפט עס ווייטער דארפסטו נישט פיילן קיין טעקס, ווייל יענער פיילט שוין. אבער איך ראט נישט זאלסט עס טון אן א געניטער אקאונטענט.
כדי צו וויסן אבער וועלכער איז א ריכטיגע הוצאה פאר די ביזנעס און וועלכע נישט, מוזטו מאכן "קלעסעס" אין קוויקבוקס. יעדע טראנזאקציע וואס איז נישט לעזשיד מאך צו קלעס B וכדומה. דערנאך וועט דאס אלעס ארויסקומען ביי ריפארטס.
ריטעינד עירנינגס איז נישט פאר דיר, ס'יז פאר אינווענטארי געווענליך.
אויסצושרייבן א טשעקל פאר דיר אליינס קענסטו טון אין צוויי וועגן, אדער דורך פיילן א 1099, אדער אויב דו ביסט עמפלויעד אין די ביזנעס וואס דאן דארפסטו פיילן עמפלויעמענט טעקס, ווארקערס קאמפ. וכו' וכו' נאך טעקסעס. איז די שאלה צי עס לוינט דיר זאלסט ארבעטן אין די ביזנעס.
פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר אויב דו ביסט א לעגאלער ביזנעס. אויב אבער מאכסטו שבת פאר דיר מיט א קעש ביזנעס, דאן קענסטו טאן וויאזוי דו ווילסט. לאקי יא.