גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

פרנסה בריווח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:30 am

גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה בריווח »

איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין ביזנעס פארום אבער איך זע נישט קיין אנדערע פארום איבער זשאבס, אויסער דעם ביזנעס לייט ד.ה. ארבעטס געבער זענען גוט געאייגנט צו ענטפערן אויף די פראגע.

צווישן א גאנצער ציבור איז אלעמאל דא פארשידענע סארט טאלאנטן, וועלכע (דארפן ווען עכ"פ) ווערן גוט אויסגענוצט ווען מען זוכט א זשאב, צו טון די זאכן צו וועלכע מען איז נאטורליך געאייגנט און מען קען דערין בעסער מצליח זיין. פארהאן די מיט אנטוויקלטע ביזנעס חושים בעת אנדערע זענען זייער גוט אין סאושעל סקילס און באאיינפלוסן מענטשן צו קויפן זייער פראדוקט, די מיט 2 רעכטע הענט וועלכע זענען טויגליך צו טון הענדי ארבעט א.א.וו.

מיין שאלה איז בנוגע די א.ג. מצויינים אין ישיבה, וואס זייער עיקר שטארקייט איז זייער קלארער שארפער מח מער ווי די עווערעזש. ווי קענען זיי דאס אויסנוצן צו טרעפן א פרנסה אין די היימישע מארקעט וועלכע זאל זיין געאייגנט און פאלפילינג פאר זייערע נאטורן, און אריין ברענגען א שיינע הכנסה בעז"ה. אסאך וועלן מסתמא גלייך טראכטן פון פראגראמינג (כאטש וואס אסאך פראגרעמערס זענען לאו דוקא אין די קאטעגאריע) אדער אקאונטינג, וואס מען דארף זיך לערנען פאר זיי לאנג און צומאל אויך האבן א עדווענסד דיגרי, אבער די שאלה איז אויף אלע סארט מעגליכקייטן וועלכע זענען שייך.

מען קען אויך ענטפערן אין אישי אדער אימעיל [email protected] אויב עס איז באקוועמער
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ווער זענען טאקע די מצויינים אין ישיבה?
כ׳מיין צו פרעגן וועלכע חלק אינטעלעקט מאכט עס, ווייל כידוע ווערט קלוגשפאט צוטיילט אויף פארשידענע חלקים...

לויט דעם קען מען פראבירן צופאסן א פאך
פרנסה בריווח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:30 am

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה בריווח »

אין דעם קאנטעקסט רעדט מען פון א "אנאליטיקעל מיינד", א גרונטליכער לערנער בעיון וועלכער קען האלטן קאפ אין מער קאמפליצירטע פעלער, נישט דער שטחיות'דיגער לערנער וועלכער קען אפלערנען אסאך בלעטער גמרא אויף א אויבערפלעכליכן אופן, הגם די סארט פיינע בחורים מתמידים וועלן אויך ווערן אנגערופן מצויינים
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

די גוטע קעפ האבן דווקא math קעפ?
א פראגרעמער דארף האבן אסאך זיץ פלייש וואס נישט יעדער מציון האט.
וואס מיינט ביי אייך א מציון?
א מתמיד?
א גוטע זכרון?
א שנעל תפיסה?
א גוטע הבנה?
יעדע פון די כשרונות קענען גענוצט ווערן פאר אן אנדערע סארט ארבעט so it is good if you can be specific.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

פרנסה בריווח האט געשריבן:אין דעם קאנטעקסט רעדט מען פון א "אנאליטיקעל מיינד", א גרונטליכער לערנער בעיון וועלכער קען האלטן קאפ אין מער קאמפליצירטע פעלער, נישט דער שטחיות'דיגער לערנער וועלכער קען אפלערנען אסאך בלעטער גמרא אויף א אויבערפלעכליכן אופן, הגם די סארט פיינע בחורים מתמידים וועלן אויך ווערן אנגערופן מצויינים


עס זענען דא ענעליסטס אין יעדע אינדוסטרי. פיינענשל ענעליסט איז נאר איין דוגמא.

א CFO דארף אן ענעליטיקל מיינד אבער טאמער האט ער נישט אביסל ברייטע פלייצעס איז זיין ענעליטיקל מיינד נישט ווערט צו פיל.

Acquisitions איז נאך א זאך ווי מען קען מאכן זייער שיין פרנסה און געווענטליך קומט אזא position מיט אביסל equity אויך אבער מען דארף האבן איינער וואס זאל זיין אינטערעסירט דיך צו לערנען די אינדוסטרי און נאכאמאל מען דארף ווייטער ברייטע פלייצעס וואס א מציון האט נישט אלעמאל.
פרנסה בריווח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:30 am

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה בריווח »

וויפיל אזאלכע סארט פאזיציעס זענען עוועילעבל אויף די היימישע מארקעט פאר איינעם וואס האט נישט קיין דעגרי וכדו'? אפילו אויב יא, וואסערע עקספיריענס דארף מען האבן פאר דעם און וויאזוי קען מען דאס באקומען?

וואס מיינסטו ברייטע פלייצעס?
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

פרנסה בריווח האט געשריבן:וויפיל אזאלכע סארט פאזיציעס זענען עוועילעבל אויף די היימישע מארקעט פאר איינעם וואס האט נישט קיין דעגרי וכדו'? אפילו אויב יא, וואסערע עקספיריענס דארף מען האבן פאר דעם און וויאזוי קען מען דאס באקומען?

וואס מיינסטו ברייטע פלייצעס?


ברייטע פלייצעס איז איינער וואס קען נעמן ריסקס און זאגן פאר א קאמפעני טו אזוי טו אזוי.
דעס איז געווענליך וואס מען עקספעקט פון א גוט באצאלטע cfo אדער acquisitions guy.

1. מען דארף א דעגרי.

2. מען קען קענען די זאכן אן א דעגרי אבער וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן איינער זאל דיך נעמען אן א דעגרי און דיך טראסטן און דיר געבן פול טרעינינג.

3. עס ווערט שווערער און שווערער צו באקומען אזא סארט פאזישן אן א דעגרי.
אוואדי, עס איז נאך דא קלענערע היימישע קאמפאניס וואס דארפן דווקא א היימישע מענטש פאר זייערע פינאנצן ודל.

4. אן א דעגרי מאכט מען על פי רוב נישט מער ווי 150 מיט א דעגרי קען אזא מענטש מאכן 150 ענד אפ.
פרנסה בריווח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:30 am

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה בריווח »

ייש"כ פארן ענטפערן.

דו רעדסט בעיקר פון פיינענשאלס, און עס מאכט סענס.

איז שייך למשל צו ארבעטן ווי א אסיסטענט פאר דעם סי עף או צי אקוויזישאנס?

וואו זוכט מען - אדער גיבט מען זיך איין - פאר אזאלכע זשאבס?

וואס טוט זיך אין אנדערע אינדוסטריעס?

א ישיבה דיגרי מאכט עפעס אויס אין דעם הינזיכט?
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

ווע איינער זוכט א דזשאב צווישן היימישע אידן גייט א דעגרי העלפן?
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

פרנסה בריווח האט געשריבן:ייש"כ פארן ענטפערן.

דו רעדסט בעיקר פון פיינענשאלס, און עס מאכט סענס.

איז שייך למשל צו ארבעטן ווי א אסיסטענט פאר דעם סי עף או צי אקוויזישאנס?

וואו זוכט מען - אדער גיבט מען זיך איין - פאר אזאלכע זשאבס?

וואס טוט זיך אין אנדערע אינדוסטריעס?

א ישיבה דיגרי מאכט עפעס אויס אין דעם הינזיכט?


ניין. א ישיבה דעגרי מאכט נישט אויס.

דו דארפסט רעדן צו מענטשן וואס קענען דיך. ביים היימישן עולם גייט עס רוב מאל אז מען הייערט אן ענטרי לעוול מענטש פאר אזא סארט ארבעט וואס דו זוכסט בעיסד אן טראסט.

יא עס איז שייך צו זיין אן אסיסטענט פאר א cfo אבער דו דארפסט קענען עפעס בוקיפינג אדער אקאונטינג אדער קומען מיט עפעס עקספיריענס ווייל אנדערש איז יעדע 12טע קלאס מיידל ווערט מער ווי דיר.
לעצט פארראכטן דורך Porfavor אום פרייטאג יאנואר 29, 2021 3:00 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוטע פרנסה מעגליכקייטן פאר "גוטע קעפ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

א פוינט האט געשריבן:ווע איינער זוכט א דזשאב צווישן היימישע אידן גייט א דעגרי העלפן?


אין פיינענסעס און אנאליטיקס, זיכער יא.

אויב איז עס א מער עדווענסד פאזישן אין יענע אינדאסטרי דעמאלץ קוקט מען שוין מער אויף וואס איז די מענטש באמת קעיפעבל אוו, זיינע אקאמפלישמענטס וכו'.

אין אנדערע ווערטער, א דעגרי איז נאמבער וואן אדער דארף מען האבן גאר א געטרייער מענטש וואס איז דיך גרייט צו אריינעמען און אויסלערנען די פאך אזויווי א טאטע איז מחיוב צו טון פאר זיין זון.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”