ביזנעס אדווייזער - מבין!
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
ביזנעס אדווייזער - מבין!
איך זוך איינער (נישט פאר מיר, נאר פאר א קרוב...), וואס זאל קענען זען פון די תכונת הנפש פון דער מענטש, אויף וואס ער איז געאייגנט און אין וועלכער פעלד ער זאל זיך אריינלייגן.
עס זענען דא מענטשן וואס טוען דאס פאר געלט, איך זוך אזא זאך.
קען איינער ארויסהעלפן?

דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
אפשר @זאלץוואסער
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
פועל גרופע און אירע גלייכענס טוהן דאס.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
כ'ווייס נישט ווער ס'איז גוט, אבער כ'האב מיטגעהאלטן ווי אן 'עדווייזער' וואס איז אגב אויך א לייף אינשורנס אגענט, האט פרובירט אריינצודרייען א אינגערמאן אלס אגענט אונטער אים, א זאך וואס איז געווען דער שטערקסטער "יעצנו רע", ב"ה איך האב אים אויפגעקלערט אין וואספארא זומפ יענער לייגט אים אריין.
גראדע דער יעניגער האט א גוטן רעקארד אין העלפן אינגעלייט אין זייער ביזנעס (מיט סוקסעס!) בלי תשלום גמול, דא אבער איז ער שטארק נישט גערעכט געווען.

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
ר׳ שמואל, קודאס לכם.
וואלט איר אפשר מסביר געווען וויאזוי איר האט מברר אז עס איז יעצנו רע?
לאזט מיר מסביר זיין.
עס איז וואר אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר לייף אינשורענס; אבער בכדי צו באשליסן אויף איינעם וואס איז דערינען אז עס איז נישט גוט פאר יענעם, ברויכט איר לכאןרה עפעס א קריטעריאן צו מאכן אזא באשלוס. נישט?

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14566
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
מי אנוכי צו זאגן א מיינונג, אבער אויב יענער האט עפעס וואס ציהט אים מער. זאל ער יענץ אויס טרייען און אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס, קען ער גיין צו א צווייטע ארבעט.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
אומנות
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
לכבוד הרב שטארק זיך,
דער אינגערמאן פארשטייט נישט צו קיין נומערן, סימפל. איך קען אים פערזענליך און איך האב דאס געוואוסט, האב איך אים געפרעגט אפאר שאלות וואס ער האט געדארפט נוצן די קאפ און אויסרעכענען א פאלעסי, און ער איז דורכגעפאלן מיט די טעסט, צודעם איז ער א שטילער אינגערמאן, אין ביהמ"ד גריסט ער פונדערווייטנס נאר וועם ער קען זייער גוט. ער האט אנדערע מעלות, ווי א שטארקע רצון און איז גרייט צו שוויצן, און בעז"ה וועט ער מצליח זיין אין וואס ער טוט.
עכט האט ער אויך געוואוסט אז ס'איז נישט פאר אים, נאר אז די עדווייזער האט אים 'קלאר' געזאגט אז ער איז ממש געבוירן פאר דעם איז ער געווארן איבערגענומען.
נאכאמאל, דער דאזיגער עדווייזער האט שוין אסאך אידן ארויסגעהאלפן, און איך בין מייעץ אז מ'זאל גיין צו אים, אבער כבדהו וחשדהו.

- שר האלף
- תגובות: 1263
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
בן דותא האט געשריבן:פועל גרופע און אירע גלייכענס טוהן דאס.
עטליכע יאר בין איך געווען אין אזא סיטואציע, זיך אומקוקנדיג אויף א קאריער פעטה, איך בין ארויף צו פועל, זיי האבן מיר זייער קלאר געזאגט אז זיי זענען נישט דא פאר עדווייס, אז די ווייסט וואס דו ווילסט קענען זיי העלפן טרעפן א קורס אדער א דשאב אין די ליין.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
נאופ, קוקט נישט אויס ווי ער איז פארדעם געבוירן, אבסעלוט נישט. אבער פון די אנדערע זייט, איז קוועסטשענעבל צי די צוויי דערמאנטע פאקטארן זענען דיסקוואליפייערס.שמואל בארג האט געשריבן:לכבוד הרב שטארק זיך,
דער אינגערמאן פארשטייט נישט צו קיין נומערן, סימפל. איך קען אים פערזענליך און איך האב דאס געוואוסט, האב איך אים געפרעגט אפאר שאלות וואס ער האט געדארפט נוצן די קאפ און אויסרעכענען א פאלעסי, און ער איז דורכגעפאלן מיט די טעסט, צודעם איז ער א שטילער אינגערמאן, אין ביהמ"ד גריסט ער פונדערווייטנס נאר וועם ער קען זייער גוט. ער האט אנדערע מעלות, ווי א שטארקע רצון און איז גרייט צו שוויצן, און בעז"ה וועט ער מצליח זיין אין וואס ער טוט.
עכט האט ער אויך געוואוסט אז ס'איז נישט פאר אים, נאר אז די עדווייזער האט אים 'קלאר' געזאגט אז ער איז ממש געבוירן פאר דעם איז ער געווארן איבערגענומען.
נאכאמאל, דער דאזיגער עדווייזער האט שוין אסאך אידן ארויסגעהאלפן, און איך בין מייעץ אז מ'זאל גיין צו אים, אבער כבדהו וחשדהו.
אויב קען ער האלטן א גוטע ארבייט-עטיק, און איז קאוטשעבל קען ער זיין סורפרייסינגלי סוקסעספול.
(כרכד נישט פון ספעציפיש פון דעם מענטש, נאר אן אפהאנדלונג איבער די אינפאו וואס מיר האבן איבער אין דזשענעראל)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
שמואל בארג האט געשריבן:לכבוד הרב שטארק זיך,
דער אינגערמאן פארשטייט נישט צו קיין נומערן, סימפל. איך קען אים פערזענליך און איך האב דאס געוואוסט, האב איך אים געפרעגט אפאר שאלות וואס ער האט געדארפט נוצן די קאפ און אויסרעכענען א פאלעסי, און ער איז דורכגעפאלן מיט די טעסט, צודעם איז ער א שטילער אינגערמאן, אין ביהמ"ד גריסט ער פונדערווייטנס נאר וועם ער קען זייער גוט. ער האט אנדערע מעלות, ווי א שטארקע רצון און איז גרייט צו שוויצן, און בעז"ה וועט ער מצליח זיין אין וואס ער טוט.
עכט האט ער אויך געוואוסט אז ס'איז נישט פאר אים, נאר אז די עדווייזער האט אים 'קלאר' געזאגט אז ער איז ממש געבוירן פאר דעם איז ער געווארן איבערגענומען.
נאכאמאל, דער דאזיגער עדווייזער האט שוין אסאך אידן ארויסגעהאלפן, און איך בין מייעץ אז מ'זאל גיין צו אים, אבער כבדהו וחשדהו.
איך בין דא אריינגעפאלן און געזעהן דעם שטיקל פון ר' שמואל, וויל איך קאמענטירן, ווייל ס'איז נוגע לענין:
מענטשן אינדרויסן פון די לייף אינשורענס אינדוסטרי אדער בכלל אין ריקרוטינג און אין היירינג, מאכן אסאך מאל דעם טעות אז מ'זוכט צו נעמען "יעדעם" און פאר דעם איז מען גרייט צו זיין א "יועץ רע".
וויל איך אייך זאגן אז אויב איז די מעשה מיט איימיצן וואס טוט דאס פאר פרנסה, בין איך ברור כשמש אז ער האט געהאט גוטע סיבות צו טראכטן אז יענער איז "יא" געמאכט דערפאר, טראץ וואס דו האסט באשטימט אז נישט. און למעשה דיינע פאר נקודות וואס דו ברענגסט פארוואס יענער איז נישט קוואליפיצירט זענען צומאל הויפט סיבות פאר סוקסעס אין די אינשוערנס אינדוסטריע, און אז דו ווילסט וועל איך דיר באישי געבן נעמען (איך דארף קלערן צו מ'מעג) פון גאר סוקסעספולע עידזשענטס וואס מענענדזשער'ס וואונטשן זיך אזוינע צו הייערן, און ס'איז זייער מעגליך אז יענער איז פון אזא טייג געקנאטן.
זייער אסאך מאל אין פעלד פון געבן עדווייז, סיי ביי דעם פאל און סיי ביי אנדערע, קומט א דיעה חיצוני פון איינעם וועם מ'פרעגט שטייענדיג אויף איין פוס, און דער יעצנו רע ווערט זייער שנעל שייך אויפן פארקערטן ריכטונג.
לאמיך דיר נאר זאגן צוויי דריי פרטים צו געדענקען.
1. קענען א מענטש אפי' פון די נאנט, איז נישט גענוג צו קענען וויסן אויב יענער איז גוט פאר א פאך, טראץ וואס ס'העלפט אריינלייגן די אינפארמאציע וואס מ'דארף צו קענען מאכן דעם באשלוס, איז עס נישט גענוג פארן עצם באשלוס.
2. די וואס הייערן מענטשן און זענען אחריות פאר זייער סוקסעס (ווי די פאל איז ממיט די לייף אינשורענס קאמפאני'ס וואס מענעדזשער'ס ווערן געקנס'ט פאר דורכפעלער) זענען אין רוב פעלער מער מקפיד צו זעהן דעם אמת פשוט ווייל פינאנציעל איז עס זיי בעסער.
3. ווען דו גיסט עדווייז פאר איינעם וואס האט שוין באקומען פון א צווייטן (וואס איז א פראפעשינעל) לוינט זיך צו נעמען די עפפארט און פרעגן פון דעם פראפעשאנעל פארוואס ער זאגט וואס ער זאאגט. דו וועסט ווערן סורפרייזט...
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ביזנעס אדווייזער - מבין!
פאר אזאנע שיינע תוכנ'דיגע רייד פון 'הער זאלצוואסער' איז ווערד געווען מיין תגובה, אפילו על צד איך בין נישט גערעכט.
לעצם הענין וויל איך נישט דעבאטירן דעם ספעציפישן פאל, צוליב וואס איך שפיר אז דער אויבנדערמאנטער יועץ לייענט אויך דא, טא פארוואס פארוואנדלן א כללית'דיגע טעמע אין יחידי'שע מאורע. אלענפאלס, מיין כוונה איז געווען ארויסצוברענגן "כבדהו וחשדהו", בדרך כלל זענען די עדווייזערס גוטע, העכסטנס נעם נאך אן אפיניען פון א צווייטער אומאפהענגיגער מאן.
----
שרייבענדיג איצטערט, דערמאן איך מיר נאך א פאל פון א גוטער ידיד מיינע וואס איז געגאנגען צו א ארבייט פארמיטלונג קאמפעני, דער בעה"ב האט זיך אראפגעזעצט מיט אים מאכן א רעזומעי, און אזוי שרייבנדיג אים אויסגעפרעגט און געגעבן א געוואלד מיט גוטע ראט און טיפס געאייגנט לויט זיינע כשרונות, עס האט יענעם זייער שטארק ארויסגעהאלפן, דער וויזיט האט אים געקאסט אפאר טאלער, א דזשאב האט ער אים נישט געשאפן אבער אים געשטעלט אויף די פיס.