וויאזוי מאכט מען געלט?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב געטראכט פון אפאר נקודות מיטצוטיילן מיטן עולם בנוגעה זוכן דזשאבס, בעיקר פאר פרישע יונגעלייט

שיעלע! דאס איז א מעסטער פיעס, הערליך שיין צונומען דעם נושא פון אלע זייטן און פון יעדן אספעקט.

מ'דארף מאכן קאפיעס דערפון און פארשפרייטן צווישן אלע כולל אינגעלייט.. (העכסטענס זאל מען עס מלביש זיין אין א שיינע קאלארד גליון, ס'זאל ווערן מער אויפגעכאפט...)
---
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

אלעס משפט מען און מען שרייב עס צווי טעג ראש השנה.
עצות הדרכות איז פיין ביז ראש השנה.
צדיקים האבן ראש השנה נישט גילערנט נאר געדאוונט. וואל דע 48 שעה איז דע הצלחה און סייעתא דשמיא פאר א גאנץ יאהר הבעל"ט.
בדוק ומנוסה.
איך בעט דיך גלייב אמתדיג און דער בורא כל העולמים זאל דיך בענטשן מיט אלעם גוטן בני ברוכי חיי ארוכי ומזונא רוויחי מיט אלע בעלזא פירושים.
א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענשט יאהר פאר דיר און פאר מיר און פאר גאנץ כלל ישראל. אמן
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב געטראכט פון אפאר נקודות מיטצוטיילן מיטן עולם בנוגעה זוכן דזשאבס, בעיקר פאר פרישע יונגעלייט

שיעלע! דאס איז א מעסטער פיעס, הערליך שיין צונומען דעם נושא פון אלע זייטן און פון יעדן אספעקט.

מ'דארף מאכן קאפיעס דערפון און פארשפרייטן צווישן אלע כולל אינגעלייט.. (העכסטענס זאל מען עס מלביש זיין אין א שיינע קאלארד גליון, ס'זאל ווערן מער אויפגעכאפט...)

אךך דעי כולל אינגעלייט וועלן שוין וויסן וועלעכע ביזנעס סהאט געצאלט פאר די גליון און ווער סשטייט אונטער דעם נייע סקעם.... פאלאדיך אויף זיי.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לעקישבער האט געשריבן:

דאס איז די אמת'ער מהלך רייך צו ווערען, מען לערענט יעדעם אויס ווי אזוי רייך צו ווערען...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@שיעלה, די שרייבסט עטליכע וויכטיגע פוינטס!

איך עגרי זייער מיט די פוינט פון אריינטאנצען
בנוגע נעמען פראגראמען איז מער א קאמפלעצירטע נושא ואין כאן המקום , בעיקרון זעה איך נישט די פראבלעם אחוץ וואוטשערס און די אכטע וואס די 2 איז זייער שווער אפצילאזן

וואו איך האב דערמאנט איז כדאי אויסצוהערן נפתלי הארוויץ וואס טוישט די גאנצע Mindset פון מאכן געלט

מען דארף נישט מורא האבן אריינצוגיין אין א אינדוסטרי אפילו עס איז נישט וואס מען האט מלכתחילה געפלאנט

לאז דיך פירן פון אויבן און העסט בעזרת ה׳ אנקומען
מען ברויך אויך געדענקן די כלל פון בדרך שאדם רוצה לילך , אז די שטרעבסט צו א געוויסע ציל העסטו עס דערגרייכען בס״ד
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שיעלע, זייער פיין געשריבן.

נאר די פוינט וועגן א פראפעשענעל ריקרוטער זענט איר נישט גערעכט, אין מיין אז עס איז דא גוטע ריקרוטערס וואס שאפן גוט באצאלטע ארבעט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

צוקער וואסער האט געשריבן:שיעלע, זייער פיין געשריבן.

נאר די פוינט וועגן א פראפעשענעל ריקרוטער זענט איר נישט גערעכט, אין מיין אז עס איז דא גוטע ריקרוטערס וואס שאפן גוט באצאלטע ארבעט.

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז בדרך כלל זענען זיי ווערט א רעטעך, פאר א בעגינער זענען זיי נישטא, און פאר עקספיריענס ברענגען זיי גארנישט.

איך שרייב עס בדרך כלל, אמת סזענען דא אויסנאמען, אבער מקען נישט רעכענען אויף דעם און מדארף פרובירן אליינס, ס'שאדט נישט צו גיין פאר א אינטערוויו, אבער ווער נישט דיסעפוינטעד..
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

שיעלע בהמה האט געשריבן:מצד שני, פון געהאלט, סיי די כמות און צומאל סיי די זמן הפרעון.. לאמיר נישט רעדן.. וועקעישאן?! מאיז יעצט בעקט אפ.. און מדארף האבן אביסל אחריות.. ניין? נישט אזוי? מרעד מיר דאך דא ווי נארמאלע מענטשן.. בכלל, מארגן קום אריין א שעה פריער ווייל וכו'..

נאכדעם זענען דא געוויסע בעלי בתים וואס רייטן אויף נעבעכדיגע יונגעלייט וואס חלומען פון ארבעטן און האבן א פרנסה.. זיי באקומען 600 דאלער א וואך שווארץ געלט און טוען פערזענליכע שקלאפעריי באדינונגען און ארבעטן ווי חמורים און דער בעה"ב שטייט מיט זיין צוגעמאכטע פויסט (אזוי ווי פישל פון גדי פאללאקס בוכער) ווי כאילו ער האט עפעס וואס דו גייסט נאך איין טאג באקומען פון אים.. און דער נערישער יונגערמאן לאזט זיך רייטן (אזויווי דער קאצקער זאגט, פארוואס איז א פערד א פערד? ווייל אז מטריעט אים ווי א פערד און ער לאזט זיך, דאן איז ער טאקע א פערד!)

-----

סיין נישט קיין פעיפערס פאר קיינעם ביז ווילאנג דו ווייזט עס פאר דיין טאטע/רב/מורה דרך, דו דארפסט וויסן צו וואס דו ביסט דיך מחייב ביים אננעמען א דזשאב, פון איינצאלן געלט איז אפגערעדט..

די ארבעטס שעות איז פונקט אזוי וויכטיג ווי די פאקטישע געהאלט, וועלכע שעות? וויפול שעה א טאג אין טאטאל? וויפיל פער שעה? און וואס מיינט דאס אין טאטאל פאר די וואך? (למשל 17 דאלער א שעה איז "לכאורה" גאנץ שיין פאר א ישיבה בחור/כולל אינגערמאן.. אבער דאס מיינט טעכניש 680 פאר א וואך.. און ווער רעדט נאך אויב דו צאלסט טעקסעס..)

קיינמאל נישט נעמען קיין גאווערנמענט פראגראמס אויב פלאנסטו אמאל זיך אויפציהייבן די קאפ און זיך סטאביליזרן פינאנציעל, דו וועסט קיימאל נישט האבן די שטארקייט צו אויפגעבן 50 טויזנט דאלער ווערט און דאס איינטוישן מיטן אליינס ארבעטן פאר 50 טויזנט דאלער שווערער...

מדארף זייער שטארק פרובירן אז 5:00 שפעטסטנס 6:00 נאכמיטאג זאל מען זיין פטור פון די ארבעט, דו האסט א אייגענע לעבן, סכאפט א עקל אין א גרויל צו זעהן מענטשן וואס די גאנצע "זיך" איז זיין קאריער און ער ווייסט נישט גארנישט חוץ נאכלויפן דעם דאלער, נישטא קיין פאמיליע, נישטא קיין קינדער, נישטא קיין רוחניות, נישטא בעצם קיין "זיך"...
מדארף קענען איבערטראכטן רעגלמעסיג אויב לוינט זיך צו בלייבן ביי "די" ארבעט, אויב איז נישטא ערגעץ א בעסערע אפערטוניטי, אפשר קענסטו אין די צייט טון עפעס אנדערש און אוועקשטעלן עפעס א אלטערנאטיווע פרנסה קוואל, אפשר קענסטו עפעס טון בעפאר אדער נאך די ארבעט שעות..

וואו וואו הערליך קלאר געשריבן
מען ווייסט ניטאמאל וויפיל אידן שפייען בלוט צוליב די אובענדערמאנטע זאכען
און די באסס איז אייביג גערעכט....
יישר כח גדול

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

בשבילי נברא האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב געטראכט פון אפאר נקודות מיטצוטיילן מיטן עולם

שיעלע! דאס איז א מעסטער פיעס, הערליך שיין צונומען דעם נושא פון אלע זייטן און פון יעדן אספעקט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: טרעפן א דזשאב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הייליג האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:מצד שני, פון געהאלט, סיי די כמות און צומאל סיי די זמן הפרעון.. לאמיר נישט רעדן.. וועקעישאן?! מאיז יעצט בעקט אפ.. און מדארף האבן אביסל אחריות.. ניין? נישט אזוי? מרעד מיר דאך דא ווי נארמאלע מענטשן.. בכלל, מארגן קום אריין א שעה פריער ווייל וכו'..

נאכדעם זענען דא געוויסע בעלי בתים וואס רייטן אויף נעבעכדיגע יונגעלייט וואס חלומען פון ארבעטן און האבן א פרנסה.. זיי באקומען 600 דאלער א וואך שווארץ געלט און טוען פערזענליכע שקלאפעריי באדינונגען און ארבעטן ווי חמורים און דער בעה"ב שטייט מיט זיין צוגעמאכטע פויסט (אזוי ווי פישל פון גדי פאללאקס בוכער) ווי כאילו ער האט עפעס וואס דו גייסט נאך איין טאג באקומען פון אים.. און דער נערישער יונגערמאן לאזט זיך רייטן (אזויווי דער קאצקער זאגט, פארוואס איז א פערד א פערד? ווייל אז מטריעט אים ווי א פערד און ער לאזט זיך, דאן איז ער טאקע א פערד!)

-----

סיין נישט קיין פעיפערס פאר קיינעם ביז ווילאנג דו ווייזט עס פאר דיין טאטע/רב/מורה דרך, דו דארפסט וויסן צו וואס דו ביסט דיך מחייב ביים אננעמען א דזשאב, פון איינצאלן געלט איז אפגערעדט..

די ארבעטס שעות איז פונקט אזוי וויכטיג ווי די פאקטישע געהאלט, וועלכע שעות? וויפול שעה א טאג אין טאטאל? וויפיל פער שעה? און וואס מיינט דאס אין טאטאל פאר די וואך? (למשל 17 דאלער א שעה איז "לכאורה" גאנץ שיין פאר א ישיבה בחור/כולל אינגערמאן.. אבער דאס מיינט טעכניש 680 פאר א וואך.. און ווער רעדט נאך אויב דו צאלסט טעקסעס..)

קיינמאל נישט נעמען קיין גאווערנמענט פראגראמס אויב פלאנסטו אמאל זיך אויפציהייבן די קאפ און זיך סטאביליזרן פינאנציעל, דו וועסט קיימאל נישט האבן די שטארקייט צו אויפגעבן 50 טויזנט דאלער ווערט און דאס איינטוישן מיטן אליינס ארבעטן פאר 50 טויזנט דאלער שווערער...

מדארף זייער שטארק פרובירן אז 5:00 שפעטסטנס 6:00 נאכמיטאג זאל מען זיין פטור פון די ארבעט, דו האסט א אייגענע לעבן, סכאפט א עקל אין א גרויל צו זעהן מענטשן וואס די גאנצע "זיך" איז זיין קאריער און ער ווייסט נישט גארנישט חוץ נאכלויפן דעם דאלער, נישטא קיין פאמיליע, נישטא קיין קינדער, נישטא קיין רוחניות, נישטא בעצם קיין "זיך"...
מדארף קענען איבערטראכטן רעגלמעסיג אויב לוינט זיך צו בלייבן ביי "די" ארבעט, אויב איז נישטא ערגעץ א בעסערע אפערטוניטי, אפשר קענסטו אין די צייט טון עפעס אנדערש און אוועקשטעלן עפעס א אלטערנאטיווע פרנסה קוואל, אפשר קענסטו עפעס טון בעפאר אדער נאך די ארבעט שעות..

וואו וואו הערליך קלאר געשריבן
מען ווייסט ניטאמאל וויפיל אידן שפייען בלוט צוליב די אובענדערמאנטע זאכען
און די באסס איז אייביג גערעכט....
יישר כח גדול

יא יא.. און אטא די שיינע אידן זענען א"ג בעלי חסד און גיי ווייס וואס נאך..
אבער פאלנע ליגנט, גניבה, דרייען, ארומ'חוש'ן, לא תרדה בו בפרך, לא תלין וכו' איז טאטאלי פיין און עקסעפטעד..

אבער במקום בלעימען זיי בלעים דיך אליינס, דו דארפסט וויסן דיין (אומ)ווערד און וויפיל דו ביסט גרייט צו עסן שטרוי מיט א בעה"ב, דו מעגסט האבן די כוח זיך אפציזאגן,

מדארף האבן א געוויסע מאס חוצפה, סאיז פשוט א מוז.

(בעצם איז א שמוס פאר זיך וועלכע טולס א ארבעטער האט וואס ער קען ניצן אנטקעגן זיין בעה"ב, אבער סאיז וויכטיג צו וויסן אז "אם אין שלום אין כלום", און בדרך כלל לוינט ענדערש דיפלאמאטיע)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שיעלע בהמה האט געשריבן:ועל כולם, זוך א ארבעט וואו דו וועסט זיך לערנען א פאך אזוי אז די טאג וואס דו ווערסט געפייערט זאל טעכניש זיין די בעסטע טאג אין דיין ביזנעס לעבן..

שטערקסטע ליין, לדעתי.
;l;p- ;l;p-
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לאמיר אנהייבן מיט צוויי פאקטן

-- די עוורידזש יערליכע אינקאם פון דעם דורכשניטליכן אמעריקאנער האוסהאלד איז ארום 50k
-- די עוורידזש יערליכע עקספענס פון א אידישע לעבן איז ערגעץ צווישן 100k און 150k... לכאורה נענטער צו 150k

האיך יתקיימו שניהם? די דאזיגע קשיא דארף און מוז אונז מאכן ערנסט טראכטן.

במקום פייטן און ריסטראקטשערן אונזער סאסייעטי לאמיר טראכטן וויאזוי מקען פרובירן עס צו מאכן ארבעטן, ווי די שפריכווארט לויטעט, אז דאס לעבן גיבט דיר לעמאנס מאך דערפון לעמאנעיד

מדארף פארשטיין אז דאס לעבן איז ארומגענומען מיט הונדערטער פאקטארן און אספעקטן און דאס לעבן קען זיך "נישט" דרייען ארום באדזשעטינג..
וואוינען אין א וואלד אוועק פון סאסייעטי אדער אין א קליינע דומפיגע בעיסמענט איז נישט קיין מהלך...
האבן ליידיגע פרידזשידערס און גיין אין צוריסענע פלעסטיג שיך מיט א געפלאצטע שנה ראשונה רעקל איז נישט קיין מהלך..
אוועקלייגן געלט ווען סאיז נישטא פון וואס.. און לעבן א דעפרייווד לעבן ווייל מדארף האבן חתונה צו מאכן איז נישט קיין מהלך...
א אומציפרידענע בני בית און גייסטיש בארירטע קינדער איז נישט קיין מהלך....

יא!! מדארף לעבן מיט א חשבון און נישט ספענדן פאר נערישקייטן,
ניין!! באדזשעטינג איז נישט די ענטפער פאר אונזער פינאנציעלע קריזיס (הגם סאיז יא א וויכטיגע רינגעלע אין די סעט אוו רולס)

מדארף פארשטיין אז דאס לעבן איז ארומגענומען מיט אסאך אסאך דערויסנדיגע פאקטארן און ביז ווילאנג מאיז נישט מקיף אלעס איז א שאד יעדעס ווארט, און מיט דעם מיין איך אויכעט די וועלכע רופן צו מופן קיין גיי ווייס וואו.. הגם אין טעאריע איז עס די ריכטיגע זאך צו טון און איך וואלט עס אפשר אליינס קאנסידערט אבער זאכן זענען בכלל נישט סימפל אנגעהויבן פון גשמיות און געענדיגט ביי רוחניות..

א לעיקוואדע יונגערמאן האט מיר געזאגט אויף עפעס א סאטמארע אינגערמאן וועלכער האט ארויסגעמופט קיין לעיקוואד, ער ווייסט נישט אין וואס ער לאזט זיך אריין, לעיקוואד איז א ערליכע און הייליגע שטאט אבער צו ווייסט ער אז אין 15 יאר ארום וועט ער האבן קינדער וועלכע גייען פארמאגן די ליטווישע שמעק? ניין סאיז נישט קיין פראבלעם, אבער נעמט ער אין חשבון אז ער גייט האבן קינדער וועלכע זענען טאטאל אנדערש פון וואס ער קען זיך בכלל פארשטעלן?
לאמיר זאגן אז סאטמאר וועט זיך עסטעבלישן דארטן במשך די נעקסטע תקופה, דו ווילסט ניצן דיינע קינדער אלץ די וועלכע טרעטן אויס די וועג? פאר וואס? פאר 150k טויזנט דאלער??? סיריעסלי??

-----

פאר איך קום צו צו וואס איך פערזענליך קלער, לאמיר אראפשטעלן מיין פערזענליכע בליק.

-- פינאנץ איז א נושא מיט אסאך רינגעלעך וועלכע צוזאמען פארמירן זיי די גרויסע בילד

-- רוחניות איז טאקע אויסדריקליך א פאקטאר ווען סקומט צו ביזנעס, אבער אני הקטן גיי מיט די הנחה אז א יונגערמאן וואס פלאנט צו גיין ארבעטן זאל גיין ווי פריער (פון א יאר כולל.. וואטעווער.. רעד איך נישט אריין)

-- סאסייעטי איז אפשר קראנק.. אבער ענדערש פאוקעס אויף דיין פערזענליכע לעבן וויאזוי עס צו מאכן ארבעטן(איינמאל דו וועסט האבן געלט אפשר וועסטו קענען מאכן א חילוק.. הו קנאוס..)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לאמיר צוריקגיין צו מיין פריערדיגע קשיא

אויב דער עוורידזש אמעריקאנער משפחה פארדינט דורכשניטליך 50k, וויאזוי אין דער וועלט איז שייך צו שפייזן און אויסהאלטן א אידישע משפחה וואס קאסט בערך 3 מאל אזוי סאך??

לאמיר זיך מאכן נאך א ווייטאגליכע חשבון, וויפיל פראצענט מענטשן קענען אוועקלייגן געלט סוף חודש? זייער ווייניג
קומט אויס אז די טעגליכע 9to 5 וואס דו ארבעטסט איז בלויז פאר סורווייוול.. אין אנדערע ווערטער, דו פארברענסט די טאג/וואך/חודש אלעס נאר בכדי עס צו קענען דורכלעבן.. שרעקעדיג!!

שטעלט זיך די מיליאן דאלערדיגע קשיא, איז שייך עפעס צו טון דערצו? אויב יא, וואס?

---------

פאר איך גיי ווייטער, להוי ידוע אז אין יוראפ האט מען גענומען די כתיבה זייער סיריעס און מאיז געגאנגען ארבעטן,
בזמן הנודע ביהודה איז פראג געווען א שטאט פון ארבעטערס.. אזוי איז געוועזן אין גאנץ יוראפ
די וועלכע האבן געהאלטן ביים לערנען האבן זיך סייווי מוסר נפש געווען און סאיז געווען א דבר פשוט אז דאס גיין ארבעטן איז די דעפאלט ערווארטונג פון יעדע יונגערמאן
איך פארשטיי גאנץ קנאפ צו די מאדערענע מעשיות פון האלטן יונגעלייט אין כולל אויב האלטן זיי נישט דערביי.

(לאמיר זיין קלאר, סזענען געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אנדערש און יעדער האט א פליכט נאכצוגיין זיין מסורה, איך רעד אבער פון די מעינסטריעם אנגענומענע מיינונג.)
-----
לאמיר זיך מאכן נאך א חשבון

ווען קען א מענטש אוועקלייגן געלט?
זייער פשוט, די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה,

פאר צוויי סיבות.
ערשטנס, די בני בית קען נאך ארבעטן
צווייטנס, די עקספענסעס זענען נאך רעלאטיוו נידעריג

די דאזיגע געלט דארף מען אוועקלייגן און דערמיט אויף עפעס א וועג פרובירן זיך צו בויען א פינאנציעלע עתיד
------

לאמיר רעדן פון נאך א אספעקט,

ווען קען א מענטש טון עפעס פאר פרנסה? די ענטפער איז גאנץ סימפל, פון 9to 5..

קומט אויס זייער א שרעקעדיגע נקודה, אויב א מענטש איז אנדער-פעיד איז נישט פשט אז ער באקומט נישט גענוג באצאלט.. נאר ער פארקנעכטעט טעכניש זיין גאלדענע צייט וועלכע ער קען ווען ניצן צו בויען א ביזנעס אדער זיך לערנען א פאך און גיבט עס אנשטאט דעם אוועק צו א צווייטן
און די זעלבע איז ווען א מענטש ארבעט איבעריגע שעות אווערטיים פאר קליינגעלט

איינער האט זיך מיר אויסגעדריקט: ווען איך גיי נאך געלט, און איינער בעט מיך 5 צענט טשעינדזש פאר א דיים איז יענער נישט מער ווי א פשוטער גנב... איך קען דאך אין די צייט מאכן געלט, מיין צייט איז יעצט מוקדש פאר צדקה..

בקיצור, טיים איז מאני, און אויב איינער פארברענט דיר דיין 9to 5 דארפסטו מאכן פליטה, לא די ער צאלט דיך נישט נעמט ער דיך נאך צו דיין גאלדענע צייט אין וועלכע דו דארפסט אויף עפעס א וועג אנקומען צו 100k א יאר מינימום,

צייט איז נישט קיין געלעכטער, דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך וואס ממוז האבן בכדי צו קענען טון סיי וואס פאר זיך,
א קלוגע איד נעמט ענדערש א דזשאב מיט ווייניגער באצאלט, די עיקר אבער ער זאל קענען האבן אפאר שעה פאר זיך צו קענען אליינס פרובירן מאכן א איבעריגע דאלער אדער עפענען א ביזנעס
----------------------

בקיצור

--- מדארף גיין ארבעטן...
--- די צייט צו גיין ארבעטן און אוועקלייגן אפאר דאלער איז תיכף נאך די חתונה ווען די עקספענסעס זענען נאך נידעריג
--- ממוז עווענטועל פארדינען כאטשיג הונדערט טויזנט א יאר (מינימום),
--- צייט איז די שליסל צו אלעס
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

שיעלע! יישר כח!!
מאסיב!!
דו מאכסט מיך זייער נייגריק וואס די טוסט פאר פרנסה?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שיעלע איך מעג צולייגען א געדאנק? איך מיין אז יעדער חתן דארף זיך גיין לערנען עפעס א קארס ביינאכט זיך צו לערנען א פאך, צו עס זאל זיין גרעפיקס, צו בוקקיפינג, צו פראגרעממינג, צו IT, צו סיי וואס, יעדער איינער לויט זיין טאלענעט און געשמאק, דאס וועט עם בעזהשי"ת ברענגען צו באקומען א בעסער ארבייט, און א בעסערע געהאלט, מען געט אויס אזוי פיל געלט אויף נארישקייטען ביי יעדער חתונה, קען מען אויסגעבען נאך אפאר דאללער אז דער אינגערמאן זאל האבן א פאך אין דער האנט, און זיך קענען אוועקשטעלען אויף די אייגענע פיס נאך די חתונה.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בבקשה האט געשריבן:שיעלע איך מעג צולייגען א געדאנק? איך מיין אז יעדער חתן דארף זיך גיין לערנען עפעס א קארס ביינאכט זיך צו לערנען א פאך, צו עס זאל זיין גרעפיקס, צו בוקקיפינג, צו פראגרעממינג, צו IT, צו סיי וואס, יעדער איינער לויט זיין טאלענעט און געשמאק, דאס וועט עם בעזהשי"ת ברענגען צו באקומען א בעסער ארבייט, און א בעסערע געהאלט, מען געט אויס אזוי פיל געלט אויף נארישקייטען ביי יעדער חתונה, קען מען אויסגעבען נאך אפאר דאללער אז דער אינגערמאן זאל האבן א פאך אין דער האנט, און זיך קענען אוועקשטעלען אויף די אייגענע פיס נאך די חתונה.

דיסאגרי
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער מסביר.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

א חתן פאר די חתונה האט נישט קיין אהנונג וואס ער וויל טוהן פאר פרנסה, און אפילו ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט, מיינט נאכנישט אז ער איז טאקע געמאכט דערפאר.

אפילו איינער נעמט א קורס, ווער זאגט אז ער וועט טרעפן דאס וואס ער זוכט, זענען נישט געווען גענוג מענשטן וואס האבן געצאלט שווערע געלטער זיך צו לערנען א פאך און דערנאך האבן זיי נישט געטראפן א פאזיציע פאר דאס וואס זיי האבן זיך געלערנט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אלעס איז מעגליך, אבער אביסל השתדלות מעג מען טוהן, א קארס מוז נישט קאסטען טויזענטער דאלער, מען קען פאר אפאר הונדרעט דאללער אויך נעמען א קארס, דאס וואס די זאגסט אז א חתן האט נישט קיין אהנונג וואס ער וויל טוהן, דאס ווענדט זיך ווי אלט דער חתן איז, און ווי ערוואקסען ער איז. אפילו צום סוף וועט ער נישט טרעפען ארבייט אין דעם פעלד וואס ער האט זיך געלערנעט וועט ער גאנץ אפט עס דאך קענען ניצען אלץ א סעללינג פאוינט, איך קען דאס אויך.

באמת קען איך נאר רעדען פאר זיך אליין, איך האב געליינט אפאר פראגרעממינג ביכער (בין הזמנים האט מען טאטע פארלאנגט אז איך זאל דאס טוהן, אנשטאט פון גיין ליידיג), אנפאנגענדינג פון ווען איך בין געווען 14, און דאס איז וואס איך טוה היינט צו טאגס פאר פרנסה, עס האט נישט געקאסט קיין גאנצע הונדרעטער, און פון דעם האב איך פרנסה שוין באלד 5 יאר.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בבקשה האט געשריבן:שיעלע איך מעג צולייגען א געדאנק? איך מיין אז יעדער חתן דארף זיך גיין לערנען עפעס א קארס ביינאכט זיך צו לערנען א פאך, צו עס זאל זיין גרעפיקס, צו בוקקיפינג, צו פראגרעממינג, צו IT, צו סיי וואס, יעדער איינער לויט זיין טאלענעט און געשמאק, דאס וועט עם בעזהשי"ת ברענגען צו באקומען א בעסער ארבייט, און א בעסערע געהאלט, מען געט אויס אזוי פיל געלט אויף נארישקייטען ביי יעדער חתונה, קען מען אויסגעבען נאך אפאר דאללער אז דער אינגערמאן זאל האבן א פאך אין דער האנט, און זיך קענען אוועקשטעלען אויף די אייגענע פיס נאך די חתונה.

על ראשון ראשון..

אוואדע מעג מען צולייגן.. דאס איז נישט מיין אשכול, איך וויל פונקט אזוי הערן

בנוגע דיין נקודה עגרי איך הונדערט פראצענט, כוועל מוסיף זיין, ביי מיין תנאים איז מיין טייערע שווער זז"ג צוגעקומען צו מיר זאגן אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם אז איך זאל מאכן לייסענס אלץ חתן,
הגם איך בין בעצם מער קאנסערוואטיוו געשטימט און איך ברעך נישט אזוי שנעל קיין גדרים וואס די פריערדיגע האבן אוועקגעשטעלט האב איך באשלאסן אז די איסור פון דרייוון בעפאר די חתונה האט שוין עקספייערט, פשוט מיט א מיגו אז אויב וויל איך דוקא קען איך פאר אסאך ביליגער קויפן א סמארטפאון..

מכאפט זיך נישט, דרייוון איז טעכניש א פאך, אפשר איז עס נישט מער ווערט ווי 800 דאלער א וואך, אבער אכט הונדערט דאלער איז אויכעט עפעס.. סאיז זיכער בעסער פון גארנישט
ועוד, וויפיל מער פרנסה געלעגנהייטן קומען אינטער ווען מהאט א קאר

חוץ א מעשה, די גאנצע לייסענס פראצעדור קאסט ארום 7-8 הונדערט דאלער אויב קען עס דיין טאטע באצאלן דאן נעם עס פון אים, סאיז זיכער מער אויסגעהאלטן צו נעמען פון א טאטע געלט פאר דרייווערס לייסענס ווי איידער מוזיק ביי די חתונה.. דאס קען נאך אריינגיין אין כלל פון מלמדו אומנות
און בכלל, וויאזוי פילט אהיימצוקומען אין שנה ראשונה איבערגעבן פארן ניי געטראפענע פלגא אז מהאט געפעילט די ראוד טעסט?.....

----------

בקיצור, צוריק צו די פוינט פון זיך לערנען א פאך אלץ חתן, סאיז אוואדע א גוטע זאך
(זעלבסטפארשטענליך אז מדארף אבער אכט געבן וועגן טעכנעלאגיע)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לאמיר גיין ווייטער מיט אונזער פריערדיגע הנחה אז די עיקר וואס א מענטש דארף האבן בכדי צו בויען פינאנציעלע סוקסעס איז צייט

לאמיר עס זאגן אין אביסל אנדערע ווערטער, חוץ די ארבעטס שעות וואס מארבעט אויף צום לעבן דארף מען ערגעץ וואו קענען אוועקלייגן געלט

די בעסטע וואלט לכאורה געווען אויב א מענטש קען זיך אויפסעטן א קוואל פון פאסיווע אינקאם, דהיינו, דו דארפסט נישט גארנישט טון און די געלט פליסט אריין.. בעיוטיפול!!
די פראבלעם איז נאר אז לויט מיין ידוע איז קיינער נישט פאראינטערעסירט צו באצאלן פאר אזא סארט פאך..

אבער דא לאמיר צוקומען צו מיין נקודה וואס כהאב פריער געשריבן איבער מאכן לעמאנעיד פון אונזער לעמאן לייף סטייל
זינט מיר וואוינען שוין יארן צודריקט אין געציילטע קאנצעטרירטע געגנטער באדייט דאס אין אנדערע ווערטער אז אונזער ריעל עסטעיט איז זייער זייער סעיף
א געגנט וואס איז פארזיכערט אין א דימענד פאר דירות איז קרוב צו פארזיכערט אז די ווערד פון די הייזער וועלן נישט דראפן און אז דו וועסט אלץ זיין ביכולת צו טרעפן א טענענט, ע"פ דרך הטבע

פאר איך גיי ווייטער לאמיר זיין קלאר וואס איך זאג יא, און וואס איך זאג נישט..
ניין!! גיי נישט אריין אין קיין ריעל עסטעיט
ריעל עסטעיט איז א פול טיים דזשאב און אויב טוסטו דאס נישט פול טיים וועסטו בלייבן קרח מכאן וקרח מכאן
מקען אין די גויאישע געגנטער מאכן א 10 פראצענט קעפ-רעיט, אסאך מער ווי אין סיי וועלכע אידישע געגנט, נאר וואס דען
1 סאיז נישט פארזיכערט די ווערד פון די דירות
2 סאיז א פול טיים דזשאב צו דיעלן מיט די גוים און מיט די מעינטענענס
ווער רעדט נאך פון פיקס ענד פליפ, אויב ביסטו נישט געבוירן הענדי וועסטו אנקומען צו די דירה ווי די האן אין די בני אדם און קויפן א גארבידזש הויז און בלייבן סטאק דערמיט מיט א גרויסע מארטגידזש צו באצאלן..

אשר על כאן, אויב ווילסטו באמת טון אין ריעל עסטעיט, דאן דארפסטו דאס טון פול טיים (אינטער 25-30 טירן בלייבסטו נישט מיט גענוג רוח צו קענען לעבן דערפון), און דו מוזט וויסן עקזעקטלי וואס דו טוסט

יעצט לאמיר צוקומען צו וואס איך זאג יא..
יעדער קען טון "חסידישע ריעל עסטעיט", דהיינו קויפן אין די היימישע געגנטער, איך רעד בעיקר פון מאנראו מאנסי
די חשבון איז גאנץ פשוט, זעץ דיך אראפ מיט א מארטגעדזש בראוקער און גיי איבער די נאמבערס,
1 פאר וויפיל קען איך ווערן אפראווד צו ארויסבארגן פון די באנק
2 וויפיל דאון פעימענט מוז איך האבן, הכל בכל מכל, אריינגערעכנט אלע קלויזינג קאסטן (אני הקטן האב געקויפט א הויז מיט 25 טויזנט, רעד מיט דיין מארטגעדזש בראוקער)

יעצט ווען דו האסט דעם חשבון, זעץ דיך אראפ מיט א ריעל עסטעיט עידזשנט און שטעל אים אוועק קלאר וואס דו זוכסט,
-- וויפיל מעג דיין הויז קאסטן
-- וועלכע געגנט בערך דו זוכסט
-- באשטעטיג וויפיל רענט דו קענסט דארט בעטן,
די עיקר איז אז די רענט זאל קענען דעקן אלע הוצאות

רעכן אויס וואס די טאטאל חודשליכע הוצאות מעגן זיין נאך אלעם אז די רענטל אינקאם זאל עס דעקן
-- מארטגידש
-- טעקס
-- קאנדאו פי
-- אינשורנס
-- יוטיליטיס (אויב דו צאלסט עס)

גיי איבער די נאמבערס, סיי אליינס, סיי מיטן מארטגידזש בראוקער, און סיי מיטן ריעל עסטעיט עידזשנט
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר גיין ווייטער מיט אונזער פריערדיגע הנחה אז די עיקר וואס א מענטש דארף האבן בכדי צו בויען פינאנציעלע סוקסעס איז צייט

לאמיר עס זאגן אין אביסל אנדערע ווערטער, חוץ די ארבעטס שעות וואס מארבעט אויף צום לעבן דארף מען ערגעץ וואו קענען אוועקלייגן געלט

די בעסטע וואלט לכאורה געווען אויב א מענטש קען זיך אויפסעטן א קוואל פון פאסיווע אינקאם, דהיינו, דו דארפסט נישט גארנישט טון און די געלט פליסט אריין.. בעיוטיפול!!
די פראבלעם איז נאר אז לויט מיין ידוע איז קיינער נישט פאראינטערעסירט צו באצאלן פאר אזא סארט פאך..

אבער דא לאמיר צוקומען צו מיין נקודה וואס כהאב פריער געשריבן איבער מאכן לעמאנעיד פון אונזער לעמאן לייף סטייל
זינט מיר וואוינען שוין יארן צודריקט אין געציילטע קאנצעטרירטע געגנטער באדייט דאס אין אנדערע ווערטער אז אונזער ריעל עסטעיט איז זייער זייער סעיף
א געגנט וואס איז פארזיכערט אין א דימענד פאר דירות איז קרוב צו פארזיכערט אז די ווערד פון די הייזער וועלן נישט דראפן און אז דו וועסט אלץ זיין ביכולת צו טרעפן א טענענט, ע"פ דרך הטבע

פאר איך גיי ווייטער לאמיר זיין קלאר וואס איך זאג יא, און וואס איך זאג נישט..
ניין!! גיי נישט אריין אין קיין ריעל עסטעיט
ריעל עסטעיט איז א פול טיים דזשאב און אויב טוסטו דאס נישט פול טיים וועסטו בלייבן קרח מכאן וקרח מכאן
מקען אין די גויאישע געגנטער מאכן א 10 פראצענט קעפ-רעיט, אסאך מער ווי אין סיי וועלכע אידישע געגנט, נאר וואס דען
1 סאיז נישט פארזיכערט די ווערד פון די דירות
2 סאיז א פול טיים דזשאב צו דיעלן מיט די גוים און מיט די מעינטענענס
ווער רעדט נאך פון פיקס ענד פליפ, אויב ביסטו נישט הענדי בן הענדי וועסטו אנקומען צו די דירה ווי די האן אין די בני אדם און קויפן א גארבידזש הויז און בלייבן סטאק דערמיט מיט א גרויסע מארטגידזש צו באצאלן..

אשר על כאן, אויב ווילסטו באמת טון אין ריעל עסטעיט, דאן דארפסטו דאס טון פול טיים (אינטער 25-30 טירן בלייבסטו נישט מיט גענוג רוח צו קענען לעבן דערפון), און דו מוזט וויסן עקזעקטלי וואס דו טוסט

יעצט לאמיר צוקומען צו וואס איך זאג יא..
יעדער קען טון "חסידישע ריעל עסטעיט", דהיינו קויפן אין די היימישע געגנטער, איך רעד בעיקר פון מאנראו מאנסי
די חשבון איז גאנץ פשוט, זעץ דיך אראפ מיט א מארטגעדזש בראוקער און גיי איבער די נאמבערס,
1 פאר וויפיל קען איך ווערן אפראווד צו ארויסבארגן פון די באנק
2 וויפיל דאון פעימענט מוז איך האבן, הכל בכל מכל, אריינגערעכנט אלע קלויזינג קאסטן (אני הקטן האב געקויפט א הויז מיט 25 טויזנט, רעד מיט דיין מארטגעדזש בראוקער)

יעצט ווען דו האסט דעם חשבון, זעץ דיך אראפ מיט א ריעל עסטעיט עידזשנט און שטעל אים אוועק קלאר וואס דו זוכסט,
-- וויפיל מעג דיין הויז קאסטן
-- וועלכע געגנט בערך דו זוכסט
-- באשטעטיג וויפיל רענט דו קענסט דארט בעטן,
די עיקר איז אז די רענט זאל קענען דעקן אלע הוצאות

רעכן אויס וואס די טאטאל חודשליכע הוצאות מעגן זיין נאך אלעם אז די רענטל אינקאם זאל עס דעקן
-- מארטגידש
-- טעקס
-- קאנדאו פי
-- אינשורנס
-- יוטיליטיס (אויב דו צאלסט עס)

גיי איבער די נאמבערס, סיי אליינס, סיי מיטן מארטגידזש בראוקער, און סיי מיטן ריעל עסטעיט עידזשנט

פארוואס זאל א אינגערמאן ענדערש קויפן פאר אינוועסטמענט ווי פאר זיך אליינס?
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

איך טענה שוין לאנג אז די כוללים זאלן צושטעלן קורסעס ביי לאנטש וכדומה.
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

א פוינט האט געשריבן:איך טענה שוין לאנג אז די כוללים זאלן צושטעלן קורסעס ביי לאנטש וכדומה.

עס איז דא אסאך געדאנקען פארן כלל אבער זינט עס איז נאכנישט געשעהן דארף מען פרובירן זעהן וואס מען קען אליין טוען פאר זיך (אזוי וויי שיעלע האט אויבן געשריבן)

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: וויאזוי מאכט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

הייליג האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:איך טענה שוין לאנג אז די כוללים זאלן צושטעלן קורסעס ביי לאנטש וכדומה.

עס איז דא אסאך געדאנקען פארן כלל אבער זינט עס איז נאכנישט געשעהן דארף מען פרובירן זעהן וואס מען קען אליין טוען פאר זיך (אזוי וויי שיעלע האט אויבן געשריבן)

גערעכט, שיעלע האט זייער גוטע פוינטס, אשאד כ'האב עס נישט געזען אפאר יאר צוריק, אבער די געדאנק פון כוללים איז נאך אלץ אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”