80/20

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

שלום וברכה טייערע ידידים, כ׳האב זיך לעצטענס אנגעשטויסען אין א געדאנק וואס מען מען קען עס צושטעלן צו אסאך חלקים אין לעבן האביך געטראכט אז דער עולם דא וועט הנאה האבן פון דעים (ס׳איז מיר אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט פון דעים דא, און אויב יא ביטע לינקעווען)

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א איטאליענער גוי מר. פארעטאו וואס האט איין טאג באמערקט אין זיין גארטען אז 20% פון זיינע פלאנצונגען ברענגען אים 80% פון די גוטע סחורה, אזוי אריינטראכטונדיג אין זיין נייע המצאה האט ער באמערקט ווי 20% פון די בירגער פון איטאליע זענען בעה״ב איבער 80% לאנד, און פון נאכן באמערקן אז נאך אסאך פעלער און אינדעסטריעס זענען אויסגעשטעלט אזוי איז ער צוגעקומען צום געדאנק אז:
״20% פעולות ברענגען 80% תוצאות״
דאס הייסט אז 80% פון דיינע תוצאות קומען פון 20% פעולות.

די געדאנק איז ווייט פון פונקטלעך אבער היפש אקאורט.

לאמיר אנהייבן ביים גראסערי 80% פון די פראדוקטען זענען דארט נאר פאר 20% פון די קאסטומערס, ווידער די געשעפט אייגענטומער מאכט זיין 80% געלט פון 20% פון זיינע קאסטומערס.

און צו סעילס, 80% פון די סעילס קומט דורך 20% סעילס לייט, און יעדע סעילס מאן פאר זיך 80% פון זיינע רווחים קומען פון 20% סעילס.

די ראודס אין אונזער וועלט: 20% מענטשען ניצן 80% פון די אלע שאסייען און 80% מענטשען ניצן נאר 20%.

די זעלבע איז ביי העלטקעיר, וויפיל מענטשען באנוצען זיך מיט 80% פון די ריסארסעס? לכאורה נישט מער ווי 20%, און די אנדערע 80% ניצען נאר 20%.

טראכט אריין מיט וויפיל פון דיינע חבירים די פארברענגסט דורכ׳ן טאג?

און וועלכע שטובער אין דיין הויז דרייסטו זיך 80% פון די צייט? 20% פון דיין הויז!

די מגי״ש אין ישיבה, 20% בחורים פארשטייען 80% פון די שיעור און די איבריגע 80% ליידער נאר 20%.

למעשה?

ווען עס קומט אויסצושטעלן דיין טאג טראכט פארדעים וועלכע פון מיינע 20% פעולות ברענגען די 80% תוצאות, און טאקע דארט זאלסטו זעהן אריין צולייגען דיין עיקר ארבעט.

פידבעק איז עפרשיעיטעט!
ווער עס קען מוסיף זיין איז מכובד.

הצלחה מרובה!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נאר 20 % ליינער וועלען מגיב זיין.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פיינע קרעפלעך דאס,
The Divided States Of America
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אינטערסאנט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3795
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

זייער א אינטרעסאנטע געדאנק

בכליליות איז באקאנט אז למשל רוב פלענער וואס א ביזנעס מאכט געשעהט נישט און רוב מיטונגען ענדיגן זיך אן קיין חידושים
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די 80/20 רול איז א זיסע איידיע וואס איז א גוטע וועיקאפ קאל (wakeup call)

ס'איז נישט קיין הלכה למעשה מסיני אדער להבדיל א סייענס בעיסד פאקט

פארוואס פעלט אויס צו זאגן אזא פשוט'ע זאך? ווייל כ'האב שוין געהערט פון אינגעלייט נאכזאגן און ארויסנעמען די ראנג מסקנות

און אפילו אויב וועט איינער אויפווייזן אז אז די רול פון 80/20 גייט נישט אן איבעראל האט ער נאך אלץ נישט אפגעפרעגט דעם קאנסעפט


יעצט וואס איז פשט דערפון? און וויאזוי קען איך הנאה האבן דערפון?

דאס קען גענוצט ווערן אויף גאר אסאך וועגן אבער איך וועל שרייבן וואס איז מיר די גרינגסטע און כ'מיין אויך די גרינגסטע צו פארשטיין. האפענטליך וועלן אנדערע מער און בעסער קענען אויסשמועסן

נאטורליך ווען איינער טוט ביזנעס אויף א נארמאלן אופן וועט ער האבן פארשידענע ערליי קליענטן. אזעלכע וועלכע ברענגען אים מער רווחים און אזעלכע וואס ברענגען אים ווייניגער רווחים. געווענליך וועלן רוב קליענטן ברענגען קליינע רווחים בשעת די גרויסע רווחים וועלן בעיקר קומען פון געציילטע קונים

אויב וויל מען ארויסנעמען פון דעם ביזנעס דאס מאקסימום, דארף מען פרובירן צו פארמערן די קלאס וואס זענען די מערסטע פראפיטבאר

אויב פארקויפט מען פראדוקטן מיט אן ענדלאזע סופליי און מער קאסטומערס איז נישט קיין שטער, קען מען אנהאלטן די רעגולערע ביזנעס אבער לייגן א גרעסערע דגוש צו זעהן וואס ברענגט די גוטע קאסטומערס און זעהן דאס צו פארמערן

אויב אבער איז מען אין א סערוויס ביזנעס און מ'קען נישט סערווירן מער קונדן ווי וויפיל צייט מ'האט דארף מען טראכטן יעדע קאסטומער (קודם ביים אננעמען נייע און מיט די צייט אפילו די אלטע) אין וועלכע קאטאגאריע ער פאסט אריין און זיכער מאכן אז מ'נעמט נאר אן קאסטומערס וואס גייען ברענגען געהעריגע פארדינסטן

יעצט ווי קומט די 80/20 רול אריין? ס'איז ס"ה א דערמאנונג אז דו קענסט (למשל) פארדאפלען דיין פראפיט אן פארדאפלען די סייז פון דיין ביזנעס דורך זעהן צו באקומען די (20%) גוטע קאסטומערס

אזוי אויך מוז נישט זיין אז ווען די ביזנעס וואקסט (און מ'געבט נישט אכט אז ס'זאל זיין מיט גוטע קאסטומערס) אז די פראפיט וועט וואקסן פראפארציאנעל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כוח @קרעפלעך און @הענדימען פאר דעם שיינעם שמועס.

ס'איז א אינטערעסאנטע קאנסעפט וואס עפלייט מסתמא צו 80% פון א מענטשנ'ס לעבן... און א שטארקע נקודה למחשבה וואס קען זיין שטארק בייהילפיג פאר א מענטש צו סעטן זיינע פריאריטעטן.
---
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

יעצט געליינט זייער שיין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לאמיר אנהייבן ביים גראסערי 80% פון די פראדוקטען זענען דארט נאר פאר 20% פון די קאסטומערס, ווידער די געשעפט אייגענטומער מאכט זיין 80% געלט פון 20% פון זיינע קאסטומערס

קענסט עס מער נוצן ווען דו ווילסט כאפן דיינע גוטע קאסטומערס. אבער לאמיר דיך געבן א ביישפיהל ארויסצוברענגען מיינע ספיקות צו ס'ארבעט אלעמאל.

לאמיר זאגן אז נאר צוואנציג פראצענט שרייב-כוחות (מחשבה, שרייבן) וואס זענען פון אלעמאל אן אריין אין אייוועלט ארטיקלן פיטערט אכציג פראצענט נוטיגע אינפארמאציע. וואס קענסטו מיט דעם טון אויף למעשה? אפילו אויב דו ווייסט וועלכע פון די צוואנציג פראצענט כוחות עס האט דעליווערט די אכציג פראצענט גוטע אינפארמירענדע ארטיקלן. ווער זאגט דיר פארוואס די דעליווערי פון די צוואנציג פראצענט האט זיך דעליווערט אזוי שטארק ווי אכציג פראצענט. אפשר איז די דעליווערי געשעהן נאר ווייל די איבעריגע אכציג פראצענט אומנויטיגע ארטיקלן.

אויפן טאג טעגליכן לעבן ווייסעך אויך נישט צו אויף למעשה וועט זיך טוישן אלץ א בעסערע מער פראדוקטיווער טאג. די וועלט וועט נישט ווערן א בעסערע וועלט דורכדעם, ווייל עס וועט נאר זיין צו באקומען אייטעמ'ס וואס מ'קען מאכן דערויף געלט. מ'וועט נאר קענען קויפן עפל. אבער נישט עפעס א שהחיינו.

משה זאגט אויס תהלים, און ער זעהט אז נאר צוואנציג פראצענט פונעם זאגן, איז געווען אכציג פראצענט כוונה. וואס זאל ער יעצט מאכן ווייניגער, און וואס זאל ער מאכן מער? די וועלט באשטייט פון קליפות. זאכן וואס קוקן אויס איבעריג. שלאפן. און דאס גלייכן. מ'קען אבער זעהן די בענעפיט דערפון.

ס'קען זיין אז ס'לוינט זיך צו האלטן אין גראסערי איינמאל א יובל אייטעמס, ווייל די איינמאל א יובל האט עפעס א זרח געקויפט דארט עפעס, און געווארן א קאסטומער. און אויב נעמט ער עס ארויס, האט ער א פאטענציאל צו פארלירן קאסטומערס, ווייל וויפיל מאל קומסטו אריין אין א געשעפט און דו זוכסט דארט עפעס א קליינע נאגל פון עפעס א פארשטופטע סייז. און ווען דו טרעפסט נישט דעם נאגל מאכסטו אפ ביי דיר אז דער סטאר פארקויפט גארנישט. איך ברענג נאר ארויס אז דער כלל קען מען נישט נוצן מיט'ן גאנצן קראפט.

לאמיר זאגן א ספרים סטאר וועט פארקויפן נאר עסענשל ספרים. ער האט געמאכט א ספרים סטאר פון צוואנציג פראצענט, צו געווינען אכציג פראצענט. גייען מענטשן קומען דארט? מענטשן קומען אריין צו קוקן עפעס א פארשטופטע ספר וואס קיינער קויפט קיינמאל נישט. מערכת כוכבים ומזלות. און אז מ'איז שוין דארט, קויפט מען שוין נאך עפעס.

עכ"פ (דא בין איך שוין נאך די צוואנציג פראצענט?) והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זעהער האט געשריבן:זייער א אינטרעסאנטע געדאנק

בכליליות איז באקאנט אז למשל רוב פלענער וואס א ביזנעס מאכט געשעהט נישט און רוב מיטונגען ענדיגן זיך אן קיין חידושים

איך האב שוין זייער אסאך געטראכט דערפון. איך פלעג שטיין און זיך רעגן אויף די אומנויטיגע שמועסן וואס מ'פלאפעלט צווישן זיך, וואס האט מען דערפון? טראמפ גייט דא קומען פרעגן אונזער דיעה? די זאך ווער זאגט דיך אז מ'האט נישט דערפון? נאר דער אייבערשטער ווייסט.
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

איך זעה אז הענדימען דערמאנט עס שױן אבער איך װיל אביסל בעסער פארשטײן איז עס א פראופט זאך? למשל די אלע משלים פון ראוד. סעילס. העלט קעיר. אין נאך האט מען געמאכט שטודיעס אין עס איז אזױ? אדער איז עס א עװרידזש? אדער א חלום װאס אײנער האט געטראכט אין עס קען אסאך מאל זײן אזױ?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: 80/20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

יישר כח פאר אלע מגיבים. איז אזוי, עס איז זייער ווייט פון א מציאות אז אזוי מיז עס ארבעטן ביי א יעדע פאל, אזוי ווי @נשמה זאגט אז א געשעפט קען נישט אינגאנצען איגנארירען די 80% וואס ברענגט אים די קלענערע חלק, נאר מ׳קען ארויסנעמען פון דעים געוואלדיגע ניצען אזוי ווי @הענדימען ברענגט ארויס ווען מ׳לייגט די דגוש אויף די זאכען וואס ברענגען דיר למעשה מער.

אויב דער עולם ווייזט אינטערעסע אין די נושא, קען מען נאך מרחיב זיין מיט נאך אסאך פלעצער ווי עס איז דא די געדאנק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”