פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

בס"ד
[align=center]איך האב עס אליינס אויספרובירט, און עס האט געארבעט!
[/align]
[align=center]פרנסה בדרך כבוד ובריווח:
[/align][align=center]פאנטאסטישע רווחים.[/align]
[align=center]מיט א[/align][align=center]מינאמאלע השקעה[/align].
[align=center]
● כשר געלט, 'נישט' קיין דריידלעך.
● גרינג און בחינם צו דערלערנען דעם פאך.
● פעהלט נישט אויס קיין געלט אינוועסטירונג.
● אביסל צייט, געדולט, און אנטשלאסענע רצון.
● שיין פארדינען און מאכן גרויס געלט בעזר השם!
[/align]

[align=center]אינהאלט:
[/align]
פילע אינפארמאציע, טיפס, געדאנקן, און אלעס וואס איר דארפט וויסן איבער עפענען אן אפיליעט מארקעטינג ביזנעס. קלאר, אינפארמאטיוו, און פראפעסיאנאל דורך אייגענע ערפארונג פון דער שרייבער פון די שורות.

[align=center]מטרה:
[/align]
איר זאלט קענען באשליסן צו איר ווילט ווערן א טייל פון דער סוקסעספולער עפאכע, אויב איר שפירט אז עס איז געאייגענט פאר אייך, און אנהויבן מצליח צו זיין מיט גאר שיינע חודש'ליכע רווחים בעזרת השם.
affiliate marketing.jpg
affiliate marketing.jpg (59.89 KiB) געזען 5747 מאל

[align=center]
אריינפיר
אביסל טרענינג נאר, פאר בחינם
[/align]


אין די פאלגענדע שורות וועלן איך בעז"ה פארשטעלן א גרינטליכער אפהאנדלונג און א פולער איבערזיכט, און באריכט איבער אלעס ארום "אפיליעט מארקעטינג" (AFFILIATE MARKETING), וואס איז א געבענטשטע מקור הפרנסה פאר פילע היימישע אינגעלייט, וגם אני בתוכם, וואס זענען גאר שיין מצליח דערין, און נעמען ארויס דערפון פאנטאסטישע סכומים חודש'ליך בדרך כבוד לפרנסתם ולפרנסת אנשי ביתם.

דבר בעתו מה טוב, אין דער יעצטיגער תקופה ווען ליידער זענען גאר אסאך ביזנעסער, בעיקר קלענערע און פריוואטע, שטארק אפעקטירט געווארן פונעם אלוועלטליכן קאראנא-ווירוס, און צווישן זיי אויך פילע היימישע ביזנעסער פון אחינו בני ישראל, וואס האט געברענגט דערצו אז זייער אסאך אינגעלייט זענען געבליבן ארבעטסלאז, און געוועזענע שיינע פארדינער זענען איבערנאכט געבליבן אן א מקור הפרנסה ה"י. שיינט אצינד ארויס דער געוואלדיגער געלעגענהייט פון AFFILIATE MARKETING וואס איז א שטראל פון האפענונג פאר אלע אין אזאלכע מצבים אין דער יעצטיגער שווערע מצב. אויך אויב דו ביסט נישט געווארן אפעקטירט אין דיין ביזנעס פון דער מארקעט, קען עס דיר זיין אינטערעסאנט אלץ א מעגליכע סייט דזשאב, און אזוי אויך אויב דו האסט נאנטע און באקאנטע וואס זענען יא געווארן אפעקטירט, און/אדער ליידער אינגאנצן פארלוירן זייער מקור הפרנסה, קענסטו זיי שיקן מיין ארטיקל, וואס קען מעגליך זיין זייער ישועה, און דער זכות וועט פארבלייבן פאר דיר לעד ולנצח.

מיין אייגענע עקספיריענס

איך פערזענליך, די שרייבער פון די שורות, בין א יונגערמאן פון עטליכע יאר פון די חתונה, איך האב ב"ה אן אייגענע ביזנעס פון וואס איך מאך פרנסה צו דעקן דעם חודש, און אפי' אביסל איבריג אויף אוועקצולייגן, וואס אין מיינע זייטיגע צייט האב איך פאר עטליכע חדשים צוריק אנגעהויבן טון 'אפיליעט מארקעטינג' אלץ א סייט job, און איך האב אליינס נישט געגלייבט אז עס וועט אזוי שנעל מצליח זיין, און איך וועל אין אזא קורצע תקופה אנהויבן זעהן אזאלכע שיינע רווחים פון אריינלייגן די געפאדערטע מינאמאלע ארבעט ווי איך וועל מסביר זיין סטעפ ביי סטעפ.

אין אנדערע ווערטער, איך קום ענק נישט פארקויפן עפעס וואס איך האב געליינט ערגעץ, אדער געזעהן, געהערט, פון איינער וואס האט מצליח געווען דערין, נאר 'אני הגבר', איך האב עס פרובירט, און בס"ד מצליח געווען, און איך בין גרייט צו העלפן נאך אידן אריינקומען דערין, און אזוי אויך בין איך גרייט צו ענטפערן אויף סיי וועלכע פראגעס אין מיין פריוואטע אימעיל אדרעס:

[email protected]

פאר וועם איז דאס געאייגענט?

ווי געשריבן זענען מיינע שורות נישט נאר געוואנדן פאר געוועזענע 'ביזנעסלייט' וואס זענען אפעקטירט געווארן פינאנציענאל פונעם ווירוס, נאר אויך פאר אזאלכע וואס זענען יא מסודר מיט א פרנסה, זיי קומען אהיים יעדע וואך מיט זייער געהאלט, אבער זיי ווילן אין דער זייט טון נאך עפעס השתדלות, און פארברייטערן זייער מקור הכנסה, צו קענען לעבן אביסל ברייטער, אדער אוועקצולייגן געלט חתונה צו מאכן די קינדער א.א.וו. און אזוי אויך איז דאס שארק געאייגענט פאר 'מתחילים', פרישע יונגעלייט וואס זענען נאך אין דער פאזע פון 'זוכן אן ארבעט', וואס דאס קען זייער מעגליך זיין א גלענצענדע געלעגענהייט פאר זיי.

די זעלבע איז דאס אויך שטארק געאייגענט פאר פרויען וואס זוכן צו ארבעטן פון אינדערהיים, אדער פאר כולל יונגעלייט וואס ווילן עפעס טון א חלק טאג. און דאס איז טאקע איינס פון די הויפט מעלות אין דער פאך, אז מען קען מצליח זיין דערין אפי' נאר מיטן אריינלייגן עטליכע שעה א טאג. טראץ דעם וואס ווי פארשטענדליך איז דא מער שאנסן צו וואקסן שנעלער, און מאכן מער געלט, ווי מער שעות מען וועט אריינלייגן דערין.

אויך פיל איך פאר וויכטיג אויסצושמועסן, אז פאר אנליין סעללערס, ווי 'עמעזאן' און 'איבעי' סעללערס, איז ממש א שאד אויב מען טוט עס נישט, און אזוי אויך פאר יעדע אנליין סערוויס ווי למשל IT, קרעדיט קארדס, קרעדיט ריפעיר, און מער ווייניגער אלעס וואס מ'דארף זיך נישט טרעפן פיזיש צו מאכן א סעיל, וואס דורך אפיליעט קענען זיי דאפעלטן זייערע סעילס.

איז "אפיליעט מארקעטינג" א גרינגע פאך?

יעצט, אויף די פראגע צו "אפיליעט מארקעטינג" איז א גרינגע פאך אדער נישט, איז דער תירוץ א 'יא', און א 'ניין'. דהיינו, אויב זענט איר פון די מענטשן וואס זוכן עפעס וואס מען קען מאכן געלט מיטן זיצן מיט די פוס אין די הייעך, און זעהט ווי די געלט פליסט אריין אין אייער קאנטע, דאן איז דאס אויסדרוקליך 'נישט' געמאכט פאר אייך, ווייל כדי צו מצליח זיין דערין, דארף מען זיין גרייט אריינצולייגן די געפאדערטע ארבעט.

ווידער פון די צווייטע זייט, איז דער תירוץ אויפן דערמאנטער פראגע, אן אויסדרוקליכער 'יא'!, עס איז א גרינגע פאך, מען דארף אויסדרוקליך נישט האבן כמעט קיין קוואליפאקאציעס זיך עס צו לערנען און עס אנהויבן טון, און עס איז עפעס וואס ווערט נאר גרינגער מיט די צייט.

איינמאל דו מאכסט געלט דערפון, פארט עס שוין ווי פון זיך אליינס

נאך מער פון דעם, אז איינמאל דו האלסט שוין דארט ווי דו האסט געוואלט אנקומען און דו מאכסט שוין די געלט וואס דו האסט געוואלט מאכן, צו אפי' נישט, אבער דו מאכסט שוין לאמיר זאגן עטליכע טויזענט דאללער א חודש דערפון, וועסטו ווייטער מאכן די געלט מידי חודש בחודשו, אן כמעט דארפן אריינלייגן נאך ארבעט. דהיינו, אז דו ארבעט וואס דו וועסט נאך יא ווייטער אריינלייגן דערין, וועט בעז,ה נאר העלפן אז דיינע פארדינסטן זאלן זיך פארמערן.

איך פערזענליך קען עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט האבן נאך א אינקאם פון לאמיר זאגן טויזענט דאללער א חודש, זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין אפיליעט מארקעטינג, און נאך א נישט צו לאנגע תקופה ווען זיי האבן זיך שוין געזעהן מאכן די געלט, האבן זיי עס געלייגט אין א זייט, און געלאזט די באן ווייטער פארן פון זיך אליינס, ברענגענדיג ווייטער די זעלבע טויזענט דאללער א חודש, און צומאל אפי' מער, מיטן נישט דארפן זיין פארנומען דעמיט מער ווי ממש א קארגע פאר שעה א חודש.

כדי בעסער ארויסצוהאבן דער געדאנק, וואלטן מיר אייך געראטן צו ליינען ווייטער מיט 'געדולט', ביז צום סוף, וואס דאס איז הויפטזעכליך איינס פון די 'וויכטיגסטע' קוואליפאקאציעס וואס פעהלט זיך יא אויס צו האבן צו קענען מצליח זיין אין "אפיליעט", 'מתון מתון ארבע מאות זוזי שוויא', (און אין אונזער פאל אסאך מער ווי ארבע מאות... בעז"ה).

דארף איך טאקע גארנישט קענען פון פארדעם?

אויב איר פרעגט דער פראגע, איז שטארק מעגליך איז אצינד איז דער ערשטער מאל וואס איר הערט בכלל פון דער רעיון פון "אפיליעט מארקעטינג", און איר ווייסט נאכנישט געהעריג דער משמעות דערפון.

די גוטע נייעס איז אבער, אז 'ניין', מען דארף גארנישט קענען דערצו, און טאקע ממש גארנישט, ניטאמאל דארף מען האבן דער 'בעסטער' ענגליש דערצו, דארפסט בלויז קענען ממש די בעיסיקס, און די 'מינאמאלע' טרענירונג וואס מען דארף יא האבן דערצו, איז עפעס וואס איז אוועילעבל פאר אייך גענצליך אומזיסט! (זעהט ווייטער מער דערוועגן).

וואס זענען די הויפט וויכטיגסטע זאכן וואס מען דארף יא האבן דערפאר?

עס וועט זיך אפשר הערן עטוואס 'קאמיש', אבער די סאמע וויכטיגסטע זאכן וואס מען דארף יא האבן אנצוהויבן, איז קודם ווי פארשטענדליך אביסל 'צייט' ווען עס צו טון, און מען קען עס אפי' טון אויך בלויז א שעה צוויי א טאג.

דערנאך איז ווי איך האב שוין געשריבן, דארף מען האבן 'זיץ פלייש' און 'געדולט', ווייל דאס איז אויסדרוקליך נישט עפעס וואס מען הייבט אן מאכן געלט אין 'טאג נומער איינס'. מען הייבט אן מאכן געלט נאך עטליכע וואכן, אדער נאך צוויי דריי חדשים, ווענט זיך אין געוויסע זאכן ווי שפעטער אויסגעשמועסט, און אוודאי מיט דער באגלייטער סייעתא דשמיא וואס אן דעם הויבט זיך דאך גארנישט אן.

און דער שענסטער חלק פון אלעס איז, אז מען דארף נישט האבן קיין איין 'רויטע סענט' צו אינוועסטירן אין דער ביזנעס אין אנהויב, במילא אפי' לאמיר זאגן אז דו ווילסט נאר 'אנרירן דער קלאמקע', אויסטרעטן אביסל דער באדן דערפון, איז עס נישט עפעס וואס דו וועסט דערלייגן געלט אין פאל וואס דו ביסט מחליט אז עס איז נישט פאר דיר. (נאכן זעהן אז עס איז יא פאר דיר, איז דא עוועלעבל גאר א סעפיסטאקירטער פראגראם, וואס יענץ קאסט שוין יא א חודש'ליכע מעמבערשיפ, אבער פאר איינער וואס וויל באמת וואקסן און זיין גרויס אין דעם, איז עס ווערט יעדע דאללער, איך האב אויך אנגעהויבן בחנם, אבער צום סוף ווען איך האב שוין געזעהן מיין פאטענטשעל, האב איך מיר איינגעשריבן אין דער פראגראם, וואס דאס האט מיר בס"ד געברענגט מיין מאקסימאלע הצלחה וואס פארט כסדר ארויף, זעה מער ווייטער).

וואס זענען די שאנסן צו מצליח זיין דערין?

דאס איז די ערשטע קשיא וואס א היימישער וויל וויסן די ערשטע זאך קען מען מאכן געלט דערין... די ענטפער פאר דעם איז 'א קלארן יא'! מ'קען מאכן ערענסט געלט דערפון, והא ראיה מיליאנען מענטשן מאכן גרויס געלט דערפון, און א טייל דערפון זענען אויך גרויסע מיליאנערן פון דער ליין.

מיט די דערמאנטע קוואליפאקאציעס, און מיט דער ריכטיגער צוגאנג דערצו, איז דער סוקסעס ראטע ממש א 100% צו מצליח זיין! ווי עס זענען עדות די פילע היימישע אידן, און להבדיל נישט אידן, וואס זענען אין דער אינדערסטרי מיט גרויס סוקסעס, און אדרבה, איר קענט אלייס מאכן אייער פארשונג דערויף.

עס איז צום באטאנען, אז דער עיקר גורם צו דער הויכע 'סוקסעס ראטע' פון אפיליעט מארקעטינג, איז צוליב דער בלויזער פאקט, אז דער ביזנעס איז נישט געבויעט אויף צו מאכן א שנעלע דאלער 'היינט' מיט פארשידענע דריידעלעך, וואס דאס איז ווי באקאנט א 'דרך קצרה וארוכה', עס גלאנצט אפשר אויף דער רגע, אבער עס האלט זיך נישט פאר צו לאנג, און דאס איז אין פאקט וואס רוב היימישע יונגעלייט ביי אונז ווילן אלץ אז מ'זאל גראד גיין צו די טריקס און די דריידלעך... און זוכן וועגן וויאזוי מ'קען גלייך אנהייבן מאכן געלט, אן צו דארפן אדורך גיין די נארמאלע לעגעטימע וועג.

אנדערש איז אבער 'אפיליעט', וואס דאס איז געבויעט אויפצובויען א לאנג-טערמיניגע אינקאם, און עס איז עפעס וואס ווערט געבויעט פארזיכטיג און ריכטיג, טרעפל נאך טרעפל, און עס וועט בשום אופן נישט ארבעטן אויף דער אנדערע וועג פון 'טריקס' ווי שפעטער עקלערט. דעריבער דארף מען קלאר וויסן אז עס גייט נישט נעמען א טאג אדער א וואך, ס'וועט נעמען אפאר חדשים ביז מ'וועט עכט אנהייבן צו זען געלט דערפון, אבער איינמאל מען האלט שוין דארט, וועלן זאכן שוין פארן ווייטער למעלה למעלה זייער שנעל.
*
וואס איז דאס "אפיליעט מארקעטינג"?

יעצט וועל איך צוגיין צו דער מיליאן דאללער פראגע, "וואס איז דאס "אפיליעט מארקעטינג"?
איך וויל קודם אויסקלארן, אז עס קען זיין פאר איינער וואס הערט דאס די ערשטע מאל וויאזוי דאס ארבעט, וועט אביסל צומישט ווערן אין אנהויב, און דאס איז זייער נארמאל, ווייל עס איז געוויסע נייע אינפארמאציע, און מען וועט עס מעגליך דארפן איבערליינען צומאל עטליכע מאל צו ארויסהאבן דער נושא.

אזוי אויך איז דא דער 'קעניג' פאר אפיליעט מארקעטינג, וואס דאס איז דער בארימטער "וועלטי אפיליעט " וועבסייט https://www.wealthyaffiliate.com?a_aid=326dd67b, וואס דאס איז דער גרעסטע צענטראלע פלאפארמע פאר שווערע צענליגער אפיליעטערס, זיי שטעלן צו אלעס וואס מען דארף האבן צו קענען אנהויבן אפיליעט מארקעטינג אריינגערעכענט פראפעסיאנאלע טרענינג, און צו א גרויס חלק סערוויסעס האט מען עקסעס בחינם פריי פון אפצאל, אויך פאר די בעסיק טרענינג, און ווי שוין פריער ערווענט.

יעדער פארשטייט אליינס, אז דאס צושטעלן אזויפיל חומר פאר בחינם, מיט גאר פראפעסיאנאלע טרענינג, איז נישט פון גוטסקייט אדער פון נישט האבן וואס צו טון. זייער חשבון איז, אז זיי וועלן דיר געבן צו 'טעיסטן' וואס דאס איז, און פון וואס די רעדע איז, און ווען דו שפירסט אז עס איז פאר דיר זאלסטו ווערן ביי זיי א מעמבער.

איך האב אויך אזוי אנגעהויבן, איך האב עס געוואלט אויספרובירן אן אריינלייגן א ניקל דערין, פשוט צו זעהן צו מ'רעדט דא פון נאך עפעס א סקעם צו ווייס איך וואס, אבער נאכדעם ווי איך האב אנגעהויבן זעהן אז דאס איז פאר מיר, און אז איך האב בדרך הטבע א שטארקע פאטענטשעל דערין, בין איך געווארן א מעמבער פאר זייער מינאמאלע $49 מעמבערשיפ א חודש, וואס דאס האט מיר געגעבן עקסעס צו 'אלע' זייערע סערוויסעס, וואס דאס האט מיר געהאלפן אנקומען צו מיין אינקאם וואס איך מאך יעצט דערפון פון וואס איך בין ב"ה שטארק צופרידן, און עס האלט נאר אין איין זיך העכערן.

אפיליעט איז אדווערטייזן סיי וואס אין דיין וועבסייט

איז אזוי, דער געדאנק פון אפיליעט מארקעטינג איז זייער פשוט,
אמאל פלעגט אדווערטייזינג ארבעטן אז א פירמע האט אנגערופן אן אויסגאבע און באצאלט געלט אריינצולייגן זייערע עדס, און די פירמע האט געדארפט באצאלן פארן אויסגאבע און דארט האט זיך עס געענדיגט.
היינט ארבעט עס אבער גאר אויף א אנדערע אופן, כמעט א יעדע גרויסע פירמע האט אן AFFILIATE PROGRAM פשט איז, אז די סיינסט זיך אויף ביי עני פירמע וואס דו ווילסט, לאמיר זאגן אויף עפעס א פראדוקט צו וואס דו האסט א געפיל דערצו, אדער קענסט זיך אביסל אויס דערמיט, און די הייבסט אן לייגן עדס פון יענע פירמע אויף דיין וועבזייטל, און ווען איינער קויפט עפעס פון יענע פירמע אדורך דיין עד, דאן באקומסטו א געוויסע פראצענט פון די סעיל.

וויפיל פראצענט פונעם סעיל באקומסטו?

די פראצענט וואס פירמעס באצאלן איז געוואנדן און די CONVERSION RATE, וואס מיינט וויפיל פראצענט טשענס איז אז ווען איינער גייט קליקן אויף דיין עד וועט ער צום סוף עפעס קויפן דורכדעם, למשל עמעזאן האט א מורא'דיגער סיסטעם צו פארזיכערן אז ווען איינער גייט צו AMAZON.COM וועט ער צום סוף קויפן עפעס ממילא קומט אויס אז זיי טוען בעצם אסאך מער פון דיר פאר'ן סעיל, ממילא וועט עמעזאן נישט צאלן מער פון 8% קאמישען פונעם סעיל, און אזוי אויך איבעי און וואלמארט און די אלע גרעסערע קאמפעניס. (ווייל עס איז דא א גרויסע שאנס אז עס זאל געשען א סעיל דורך דעם קליק).

אבער קלענערע פירמעס, וועלן באצאלן אפילו 50% און אסאך מאל מער פון דעם ביז ארום 75%, געוואנדן און די פראדוקטן.

בנוסף לזה, איז דא נאך א זאך וויאזוי דו קענסט מאכן געלט פון האבן א אייגענע וועבסייט, וואס איך וועל אנרירן נאר אויפן שפיץ גאפל, אז מען קען גיין צו GOOGLE AD-SENSE וואס דו געבסט אוועק פלעצער און דיין וועבזייטל און זיי לייגן אריין עדס פון אלע מיני פירמעס, געוואנדן אין די סוירטש סיסטעם וואס גוגל כאפט אויף פון יעדע קאמפיוטער, דהיינו, אזאלכע פראדוקטן וואס יענער האט לעצטענס געזוכט, א.א.וו. און גוגל וועט דיר באצאלן געלט אויף איינער וועט קליקן אויף דער עד אין דיין וועבסייט און דורך דעם מאכן דעם עפעס קויפן.

פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך אסאך וואספארא מין פראדוקט די פראמאטס, א פראדוקט ווי אן סינגל אייטעם ווי למשל א פרינטער אדער טשענדעלער וועסטו נישט באקומען צו א גרויסע פראצענט, ווייל די פירמע מוז דאך אויכעט מאכן עפעס רווח דערויף, אבער אויף א פראגראם אדער א סערוויס וואס מ'דארף באצאלן חודש'לעך, קענסטו מאכן אפילו מער ווי 50%. ד.ה. אז ווען איינער ווערט א מעמבער דורך דיר למשל אין Fresh Books און צאלט $45 א חודש, קענסטו מאכן אויף דעם לאמיר זאגן ארום האלב דערפון.

יעצט, איינמאל די ביסט איינגעשריבן און עני אפיליעט פראגראם וועסטו באקומען צוטריט צו קענען באקומען LINKS AND BANNERS פון אלע פראדוקטן די ווילסט פראמאטן, און זיי האבן א סיסטעם צו וויסן ווען איינער קליקט אויף די עד צו וויסן אז ס'קומט פון דיר.

פאר ווי לאנג בלייבט יענער אויף דיין קרעדיט?

איינמאל איינער קליקט אויף דיין לינק צו א וועבסייט, וועסטו באקומען קאמישען אויף אלעס וואס יענער קויפט אויף יענע וועבסייט יענעם טאג, און נישט נאר אויפן פראדוקט די האסט פראמאטעד, נאר אויפן טאטעל סעיל וואס יענער גייט מאכן דארט, און אפי' יענער וועט נאר קויפן אנדערע זאכן אויפן יענער וועבזייטל, און בכלל נישט דער פראדוקט וואס דו האסט אים פראמאטעד, וועסטו אויף מאכן דיין פראצענט דערויף, ווייל פאקטיש איז ער דורך דיר אנגעקומען צו זייער וועבסייט.

לאמיר גיין א טריט ווייטער, אפי' יענער זאל למשל גארנישט קויפן, אבער ער וועט צוריקקומען דער קומענדיגער טאג אין די 24 שעה וואס דו האסט אים אהינגעשיקט, איז עס אויך אויף דיין קרעדיט, און דו וועסט באקומען דיין פראצענט דערויף. און ביי געוויסע קאמפעניס וועסטו באקומען דער פראצענט אפיד אויב יענער קומט צוריק א וואך שפעטער, און אפי' א חודש שפעטער ביי מאנכע, ווענט זיך אין דער גרויסקייט פון דער קאמפעני.

וואס איז די ערשטע זאך וואס מען דארף טון אנצוהויבן?

איז אזוי, בעצם איז דא דריי מינע וועגן וויאזוי מען קען מאכן געלט דורך אפיליעט מארקעטינג, איינס, איז אזוי ווי Dans Deals, Kollel Budget , א.א.וו. וואס ביי אזא זאך דארפסטו יעדן טאג אפדעיטן דיין סייט, און זיין זייער אקטיוו, אבער נישט פון דעם גיי איך יעצט רעדן, ווייל פאר א ביגינער איז עס זיכער נישט געמאכט.

די צווייטע וועג וויאזוי דו קענסט מאכן געלט דורך אפיליעטינג איז, אזוי ווי דו האסט שוין אסאך מאל געזעהן פארשידענע קאמפעניס וואס אפפערן דיר געלט אויב דו Shop'סט דורך זיי אנליין, און אויב דו האסט זיך געווינדערט אמאל וואס ס'איז פשט דערפון, איז עס זייער פשוט, זיי זענען שוין אזוי גרויס, און זיי מאכן גענוג געלט דורך דיר ווען דו קויפסט דורך זיי, אז זיי זענען גרייט צו שערן מיט דיר זייערע פארדינסטן, און דורך דעם מאכן אז דו זאלסט קויפן דורך זיי.

בלויז אלץ א גוטע דוגמא פאר דעם איז דער בארימטע Rakuten וואס זיי האבן אלץ אזאלכע סארט אפפער'ס, ווי צ.ב.ש. יעצט האבן זיי אז דו באקומסט $10 אויב דו סיינסט זיך אויף צו קויפן דורך זיי, און דאס איז בלויז פארן זיך אויפסיינען, חוץ די איבריגע פראצענטן וואס דו באקומסט אראפ ביים קויפן סיי וואס דורך זיי. און זיי האבן כסדר אסאך אזאלכע פראמאשענס, וואס איז פשט דערפון? זייער פשוט, זיי זענען זייער גרויס אין אפיליעטינג, און זיי שערן מיט דיר א חלק פון זייערע פארדינסטן.

און אגב, אז איך האב עס שוין יא דערמאנט אלץ א דוגמא, קענסטו זיך אויפסיינען דורכן קליקן דא צו קויפן אויף גוגל דורך זיי, וואס בלויז פארדעם וועסטו באקומען 10$ אויף דיין ערשטע ארדער, פלאס א פראצענט אראפ. אבער נישט פון דעם גיי איך יעצט רעדן, ווייל צו מאכן געלט פון דעם אלץ איינגעטומער פון אזא סארט ביזנעס, דארף מען אויך זיין זייער גרויס, און היבש לאנג אין די ליין.

אבער דריטע וועג איזו ואס איך האב אנגעהויבן טון, און דאס איז וואס איך וואלט רעקאמענדירט פאר אנדערע, פשוט ווייל דאס קענסטו אנהויבן זייער קליין, און צוביסלעך וואקסן דערין מער און מער בעז"ה, און פון דעם וועל איך אביסל מאריך בדיבור זיין אז מען זאל קענען ארויסהאבן בערך וויאזוי דאס ארבעט, און וויאזוי מען קען מצליח זיין דערין.
איז ערשט לאמיר קלאר מאכן צוויי מיני וועבזייטליך וואס ס'איז דא, און קלאר מאכן פון וועלעכע מיר רעדן דא.

1. פראדוקט וועבזייט

2. ניטש NICHE וועבסייט

פראדוקט וועבסייט איז זייער פשוט, ס'איז כשמו כן הוא, א זייטל וואס די פארקויפסט נאר פראדוקטן, און ווען איינער וויזיט דיין סייט, וועט ער זען אלע סארטן פראדוקטן וואס די פארקויפסט, פון דעם איז אבער זייער שווער צו מאכן געלט, ווייל די גייסט מער ווייניגער און קאמפעטישען מיט עמעזאן, וואלמארט, איבעי, א.א.וו. וואס זיי באצאלן ביליאנען דאללער א יאר פאר אדווערטייזינג, ממילא וויאזוי גייסטו זיך אריינבאקימען און די מארקעט? (די איינציגסטע וועג איז באצאלטע עדס, וואס דאן איז אויך נישט זיכער אז מענטשן גייען קומען צו דיין וועבזייטל, אודאי איז דא וועגן וואס מ'קען טון אבער דעס וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטע מאל, אונז וועלן רעדן פון די אנדערע מין וועבזייטל.)

די צווייטע קעטאגאריע וועבזייטל איז א 'ניטש' NICHE וועבסייט, א 'ניטש' מיינט א ספעציפישע זאך, למשל איר קענט פארקויפן ווייטימינען, נאכדעם קען איר עס צוטיילן און קלענערע קעטעגאריס למשל, ווייטעמינען צו פארלירן וואג, דערנאך צוטייל עס און מער למשל פארליר וואג פון די פוס, אדער פארלירן וואג נאטירלעך, שנעל, א.א.וו.

ווי מער סעפעסיפיק, אלץ א גרעסערע שאנס צו מצליח זיין בעז"ה

דער מציאות איז, אז ווי מער ספעציפיש דו גייסט גיין, אלץ ווייניגער קאמפעטישען גייסטו האבן, און די דארפט נישט זארגען אז ס'איז דא צו א קליינע מארקעט דערפאר, ווייל די גייסט ארויס צו א וועלט פון פיר ביליאן מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט, זוכענדיג עצות און פראדוקטן פאר זייערע פראבלעמען, און זיך גרינגער צו מאכן דאס לעבן. אויב אזוי, אפי' אפילו די גייסט אריין און א מארקעט פון "פעדער האלטערס" פאר א אפיס דעסק, אויב ווערסטו נאמבער איינס און די מארקעט פון פען האלטערס פאר אפיס דעסק, דאן גייסטו מאכן אסאך געלט, ממילא לוינט זיך אלץ אריינצוגיין און ווי מער ספעציפיש וואס דאן איז די טשענס צו ווערן נאמבער איינס דערין אסאך גרעסער.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער, א 'ניטש' וועבסייט איז נישט געבויט אויף פראדוקטן וואס דאס מיינט אז ווען איינער גייט צו דיין וועבסייט זעט מען נישט קיין ליסטעס פון פראדוקטן וואס מ'קען קויפן פון דיר, וואס מ'זעט יא איז ארטיקלעך וואס די שרייבסט אויף דער נושא, דהיינו, אז די שרייבסט ארטיקלעך איבער די נושא און וואס די ביסט אריין, און אין א יעדן ארטיקל ריקסטו אריין אפאר פראדוקטן וואס העלפן פארן פראבלעם וואס די שרייבסט, און ווען מענטשן וועלן זיכן אינפארמאציע איבער די נושא וואס די שרייבסט, וועלן זיי ליינען זיי דיין ארטיקל און זיי וועלן דיר טראסטן, ווייל די שרייבסט דאך אסאך איבערן פראבלעם וואס זיי האבן, איז מסתמא האסטו געטון די ריסוירדזש (און דו האסט טאקע געטון עטוואס ריסוירזש), זעה ווייטער) ממילא ווען ווען די רוקסט אריין אינעם ארטיקל א פראדוקט אדער צוויי וואס וועט אסאך העלפן פאר די פראבלעם, וועלן זיי זייער מעגליך קליקן אויפן פראדוקט און עס קויפן. (זע ווייטער מער פונקטליכע משלים).

וויאזוי ס'ארבעט און קורצן

די וועלסט אויס א נושא וואס אינטערעסירט דיר, און טאקע דוקא עפעס אין וואס דו האסט אינטערעס, ווייל אזוי וועסטו בעז"ה האבן מער א דריוו דערצו, און שענער מצליח זיין דערין בעז"ה. און דו עפענסט אויף א וועבזייטל ווי די שרייבסט ארטיקלעך איבער די נושא פון וואס דיין וועבסייט איז געמאכט פאר, און אין א יעדע ארטיקל וואס די שרייבסט זיכסטו אויף וואספארא פראדוקטן איינער וואס האט די פראבלעם איבער וואס דו שרייבסט קען ניצן און דו פראמאטס די פראדוקטן. דיין ארבעט איז אז דו דארפסט מאכן אז מענטשן זאלן קומען צו דיין וועבסייט און אויב באקומסטו א שיינע צאל מענטשן צו קומען צו דיין וועבסייט קענסטו מאכן שיין פרנסה דערפון.

נא, טראכסטו אודאי וויאזוי קען איך באקומען וויזיטערס צו מיין סייט ווען ס'איז דא אזויפיל קאמפעטישן... איז לאמיר קודם אויסשמועסן אפאר נקודות פארן מסביר זיין וויאזוי די קענסט צוקומען דערצו, און דערנאך וועלן מיר גיין צום חלק וויאזוי מ'קען גרינגערהייט באקומען וויזיטערס צו דיין וועבסייט.

עמעזאן און איבעי סעלערס (אדער סיי וואספארע אנליין ביזנעס) דאפלט אייערע סעילס!

אויב איינער פארקויפט עפעס ממילא אויף עמעזאן, איז ממש א שאד נישט אריינצוגיין אין אפיליעט, דהיינו אז דו וועסט שרייבן אפאר ארטיקלעך איבער די נושא איבער די פראדוקטן וואס די פארקויפסט אויף עמעזאן, און דו וועסט מאכן צוויי מאל געלט. למשל, אויב די פארקויפסט א פיל וואס מאכט פארלירן וואג און די פארקויפסט עס פאר $60 א באטעל פון 30 פילס, דאן קענסטו שרייבן אן ארטיקל איבער די פראבלעם פון איבערוואגיגקייט, און באשרייבן אלעס ארום די נושא, און נאכדעם צולייגן אז די און די פראדוקט האט דיר געהאלפן, און דיינע ליינערס נאכן ליינען דיין ארטיקל און וואס די געבסט עצות און אינפארמאציע דערין, וועלן דיר טראסטן און קויפן דיין פראדוקט (פארשטייט זיך אז די שרייבסט נישט אז ס'איז דיין פראדוקט) און אז זיי קויפן עס, קומט אויס אז חוץ פון די פראפיט וואס די מאכסט אויפן סעיל פון עמעזאן, באקומסטו נאך $4 קאמישען אויפן סעיל פון AMAZON ASSOCIATES.
און נישט געזארגט איבער טרעפן די תוכן פארן ארטיקל ס'איז זייער גרינג.

וואס צו טון אויב דו קענסט נישט גוט שרייבן ענגליש?

אפי' אויב דו ביסט נישט קיין גוטע שרייבער, נאר דו קענסט בלויז בעסיק ענגליש, קענסטו אפיר זוכן אנדערע ארטיקלען אנליין איבער דער נושא, און דו קענסט פון דעם צוזאמשטעלן א גוטע ארטיקל. דא דארף מען אויסקלארן, אז מאכן ממש קאפי פעיסט, דעיס זאלסטו קיינמאל נישט טון, ווייל אויב גוגל כאפט עס אויף, וועלן זיי דיר קענען אראפווארפן, און ס'וועט זיין שווער צוריק ארויפצוקומען מיט די וועבסייט. סא דו דארפסט אלץ מאכן זיכער צו טוישן גענוג זאכן אינעם ארטיקל וואס דו קאפיסעסט.

אדער קענסטו טון וואס איך טוה אסאך, איך שטעל צוזאם מער ווייניגער די אינפארמאציע וואס איך וויל האבן אינעם ארטיקל, און איך שיק עס אריין צו איינעם אויף fiverr.com פארוואס איך וועל צאלן $5 און באקומען העכסט פראפעסיאנאלע סחורה. (איך האב געדארפט אויספרובירן עטליכע חברה דארט, ביז איך בין אנגעקומען צו גוטע).

מיין Pass צו סוקסעס!

איך האב גענומען איין זאך, אן איינגענארטיגער 'ניטש', און עס קאסטעמייזט און זיך ארומגעשפילט דערמיט עס צו מאכן זייער סעפעסיפיק, און דו קענסט אויך נעמען עפעס וואס דו גלייכסט און האסט ליב, אדער א געפיל דערצו. און דאס איז דו ערשטע זאך וואס דו דארפסט טון, אפמאכן אין וואס דו גייסט אריין. געדענק אבער: ס'מוז נישט זיין אז דאס וואס דו מאכסט אפ ערשט אין דעם וועסטו בלייבן, וועסט אייביג קענען טוישן, אבער קודם ווער נישט סטאק אין דער חלק, נעם עפעס, טראכט אן איידיע, און ביסט רעדי צו גיין צו דער נעקסטער סטעפ.

בשעה טובה ומוצלחת: עפענען א וועבסייט

wealthy affiliate וועט דיר העלפן עפענען א וועבסייט אויף word press, זיי וועל דיר געבן די טרענינג פאר דעם, און אויסלערנען אלעס וואס דו דארפסט וויסן וויאזוי צו אפעריעטן דיין וועבסייט. אויף word press וועסטו האבן אן אויסוואהל פון צענליגער Themes , איך נוץ די generate press ס'איז זייער שיין, און עס צייגט העכסט פראפעשאנעל און עס איז גרינג צו זיך ארומשפילן דערמיט און עס שיין קאסטעמייזן, סא איך וואלט דר רעקאמענדירט אויך צו גיין מיט דער טעמפלעט, אבער דו קענסט זיך אויך ארומקוקן זעהן צו ס'איז דא עפעס וואס געפעהלט דיר מער, דער עיקר איז אז דו דארפסט עס ליב האבן, און עס זאל זיין לויט דיין געשמאק.

איך האב געפאלאוט די ערשטע טרענינג וויאזוי צו פאוסטען, און וועגן privacy policy, און אזוי אויך די איבריגע בעסיקס וויאזוי צו זוכן פאר גוטע keywords, וואס דאס איז די 'העדדער' וואס גייט 'רענקן' דיין פעידזש הויעך אין גוגל, דהיינו, אז עס גייט ארויפקומען פון די העכערע און ערשטערע ווען איינער גייט מאכן א סוירדזש אויף א פראדאק וואס דו פארקויפסט.

וויאזוי צו מאכן סוסעספול קיווארד'ס?

אויף wealthy affiliate האבן זיי גאר א סאפיסטאקירטע keyword research סיסטעם, וויאזוי זיי לערנען אויס צו מאכן די בעסטע קיווארד'ס אז דו זאלסט רענקן הויך אין גוגל, אויף וואס איך קען זאגן מיט א פולן מויל "אז עס ארבעט גוט", און עס ארבעט "גאר" גוט, איך האב עס פרובירט, געפאלאוט אינסטראקשענס, און ב"ה מצליח געווען אויף אזוי ווייט, אז אין געוויסע סוירטשעס קומט מיין וועבסייט ארויף די דריטע און צומאל אויך די צווייטע אויף גוגל ווען איינער זוכט פאר דער אייטעם וואס איך שטעל פאר, און ב"ה אז איך באקום צוליב דעם זייער אסאך קליקס, און מענטשן קויפן וואס איך Promote זיי.

איך אפיליעט פאר עמעזאן און פאר נאך איין קאמפעני רילעיטיט צו מיין 'ניטש', איך האב אויך גוגל עדס אויף מיין סייט, וואס פון דעם אליינס מאכן איך 'יעדן טאג' געלט ב"ה, און בעז"ה ווי מיינע סוירטשעס פארן ארויף, פארט די אינקאם פון די גוגל עדס אויך ארויף, אבער דאס אלעס איז שוין נאר די סייט בענעפיטס.

נישט אויפגעבן ווילאנג גוגל אנערקענט דיין וועבסייט

אגב איז וויכטיג צו וויסן, אז גוגל וועט דיך נישט אננעמען אין די ערשטע טאג וואס דו וועסט אפלייען אז זיי זאלן לייגן עדס ביי דיר אין דיין וועבסייט, אויך נישט און די צווייטע און אפי' נישט אין די דריטע טאג וואס דיין וועבסייט וועט זיין אפן... עס וועט נעמען א גוטע פאר וואכן ווילאנג זיי גייען דיך בכלל אנערקענען און אננעמען גענוג גוט און שטארק, אז זיי זאלן פילן ווי עס לוינט זיך צו לייגן עדס אין דיין וועבסייט, למשל ביי מיר, האבן זיי מיך rejected 3 מאל, און זיי האבן מיר געזאגט אז איך בין נישט גענוג אינטערעסאנט פאר זיי אז זיי זאלן ביי מיר לייגן עדס, איך האב אבער נישט אויפגעגעבן, איך בין געווען prepared דערפאר און געוויסט אז ס'קומט אזוי, איך האב נישט אויפגעגעבן, און ב"ה צום סוף האב איך מצליח געווען, עס איז געקומען נאך עטליכע פאוסט'ס וואס איך האב געלייגט, וואס בדרך כלל דעמאלטס וועלן זיי דיך גערן אננעמען צו לייגן עדס ביי דיר.

איך האב געפאוסט ארום 3 פאוסט א וואך צו האלטן אקטיוו מיין וועבסייט, געווענליך ווען גוגל זעהט אז דו ביסט אקטיוו און דו האלטס אין איין פאוסטן, וועלן זיי דיך אנהויבן רענקן העכער און העכער. אזוי אויך איז גוט צו באקומען comments אין דיין וועבסייט, וואס דאס ווייזט פאר גוגל אז מענטשן זענען אינטערעסירט אין דיינע פאוסט'ס, און ממילא ווערסטו נאך העכער.

וויאזוי צו באקומען comments אויף דיין וועבסייט?

אויב דו באקומסט נישט קיין קאמענט'ס, איז עס נישט קיין שום פראבלעם, אויף wealthy affiliate איז דא דערפאר א ספעציעלע פראגראם וויאזוי דו קענסט בעטן ווען דו נויטיגסט זיך אין קאממענטס, עס קאסט בלויז 2$ צו קויפן א קאממענט. אדער קענסטו עס קויפן מיט פוינטס וואס דו באקומסט דורכן קאממעטן אויף אנדערע וועבסייטס, איך האב געמאכט זיכער אז לכה"פ איין מאל אין צוויי וואכן זאל איך באקומען א קאממענט. (דער קאממענטס פראגראם איז נאר אוועילעבל פאר א פרימיום מעמבער וואס צאלט חודש'ליך, אויב דו ביסט א מעמבער נאר בחנם, וועסטו קענען בעטן פון דיינע נאנטע צו קאמענטן אויף דיין וועבסייט אויב דו ביסט מסכים זיי זאלן וויסן וואס דיין וועבסייט איז, אדער קענסטו זיך אליינס קאמענטן מיט דיינע פארשידנע גוגל אקאונטס וואס דו פארמאגסט).

זייטיגע טיפ: קויף קיינמאל נישט מער ווי איין קאממענט, און דו וועסט ממילא באקומען עטליכע, ווייל ווען די פראגראם שיקט ארויס א אימעיל אז מען דארף איין קאממענט אויף יענע וועבסייט, וועלן געווענליך גלייך אהינקומען עטליכע מענטשן צו געבן די 'איין' נויטיגע קאממענט. סא בעט קיינמאל נישט מער ווי איין קאממענט אויפאמאל, און זיכער באצאל קיינמאל נישט פאר מער ווי איינס.

זיי שטעלן דיך אויך צו לייוו טרענינג יעדע וואך, עס קומט גראדע אויס שבת, אבער מען קען עס אייביג צוריקהערן מיט א פלעיבעק סיסטעם. (זייטיגע נאטיץ: אז דו האסט א פילטער אויף דיין קאמפיוטער וועסטו מסתמא דארפן בעטן דיין פילטער קאמפעני דיר דו עפענען אז דו זאלסט זיין אפן צו אלע ווידיאוס פון די סייט, אלעס ווערט געגעבן דורך א מאנ'ס פערזאן, און מען זעהט נאר אויסגעהאלטענע זאכן דארט).

פלאגאינס. (וועלכע סאפטווער צוצולייגן צו דיין וועבסייט)

יעצט וועל איך דיר געבן א ליסטע פון פלאגאינס וואס איך האב גענוצט צו עדען צו מיין וועבסייט, און וועלכע טרענינג ווידיאוס איך האב געוואוטשט בעפאר אנהויבן צו פאוסטן, אז איז מיר זייער צוניץ געקומען, און איך גלייב אז עס וועט דיר אויך שטארק בייהילפיג זיין.

All in one seo
EWWW Image Optimizer

די פלאגאינס וועסטו טרעפן אין די ערשטע פאר ווידיאוס אויף WA וואס דאס איז ממש א מוז צו האבן אין ארשער דו זאלסט קענען בעז"ה מצליח זיין דערין.
יעצט נאך עטליכע פלאגאינס וואס איך נוץ מיך גרינגער צו מאכן צו פאוסטן אין מיין וועבסייט:

Duplicate Post
TinyMCE Advanced

Duplicate Post נוץ איך צו איבערשרייבן די זעלבע פאוסט נאכאמאל, דהיינו, אויב איך האב געשריבן א פאוסט וועגן די בעסטע האנטוכער פאר האטעלס, און יעצט וויל איך שרייבן וועגן די בעסטע בעט געוואנד פאר האטעלס, גייט מיין פאוסט זיין מער ווייניגער די זעלבע אינפארמאציע, סאו ואס איך גיי טון, איז דופליקעיטן מיין ערשטע פאוסט פון האנטוכער, און עס אריינברעגן צו די פלאץ אין מיין וועבסייט ווי איך וויל שרייבן וועגן בעט געוואנט, און דערנאך עס עדיטן פארשטייט זיך.

איז יעצט קומט אריין דער TinyMCE Advanced פלאגאין, וואס דעיס וועט דיר העלפן אויפאיינמאל צו קענען טוישן איבעראל ווי עס שטייט "האנטוכער" צו "בעטגעוואנט", און דערנאך איבעראל ווי דו רעדסט וועגן האטעלס אין Brooklyn ny, וועסטו דורך TinyMCE Advanced קענען טוישן איבעראל ווי עס שטייט Brooklyn ny אין די פאוסט צו albony למשל. און דערנאך צו אלע אנדערע סיטי'ס און סטעיטס וואס דו ווילסט. א.א.וו. עס איז אזא געדאנק ווי Find Replace אין Word און עס איז עפעס וואס קומט מיר זייער גוט צוניץ, און כ'בין זיכער אז עס וועט דיר שטארק ארויס העלפן. און דו וועסט דורך די צוויי פלאגאינ'ס קענען מאכן אז פון איין פאוסט זאל ווערן ממש הונדרעטער און צענליגער פאוסט אין no time" אויב דו פארשטייסט נאכנישט געהעריג וויאזוי עס ארבעט, וועסטו עס כאפן זייער גרינג איינמאל דו ביסט דערינען.

Classic editer
איז אויך זייער א גוטע און וויכטיגע פלאגאין צו האבן, פשוט צו פארזיכערן אז דו שרייבסט גוט, און דיינע פאוסט'ס זאלן נישט זיין קיין ליצנות.

MailChimp Forms by MailMunch

דאס איז א גוטע פלאגאין וואס וועט דיר ברענגען אז מענטשן זאלן זיך סובסקרייבן ביי דיר מיט זייער אימעיל אדרעס, עסו ועט געבן א פאפ אויף ווען מען קומט ארויף אויף דיין סייט, און בעטן מענטשן זאלן זיך איינשרייבן צו באקומען אפדעיטס פון דיר, וואס איינמאל דו קענסט מאכן זיכער אז דאס זאל געשעהן, האסטו יעצט עקסעס צו די אלע אימעיל אדרעסן זיי צו שיקן כסדר'דיגע אפדעיט'ס ווען דו האסט געפאוסט א פרישע פאוסט אין דיין וועבסייט א.א.וו.

די שאלה איז נאר וויאזוי מאכט מען טאקע אז מענטשן זאלן זיך וועלן איינשרייבן? עס איז דא אויף דעם פארשידענע מהלכים, וואס איך האב געטון איז געווען, אז איך האב גענומען א קיופאן וואס איינס פון מיינע קאמפעניס צו וועם איך אפיליעט שטעלט צו פאר אלע קליענטן וואס קומען אן צו זיי דורך מיר, איזו ואס איך האב געטון איז, אז איך געב עס נאר פאר ווער עס סיינט זיך אויף צו באקומען מיינע אימעיל'ס, אזוי האב איך טאקע באקומען א רייע פון מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן ביי מיר, וואס עטווענטואל האט דאס מיר געברענגט אסאך ריווח בסייעתא דשמיא.

וויכטיגע טרענינג ווידיאוס פארן אנהויבן טון אין אפיליעט מארקעטינג:

פאר דו הייבסט אן צו פאוסטן אין דיין וועבסייט, איז זייער וויכטיג צו וואטשן די פאלגענדע SEO ווידיאוס, זיי וועלן דיר געבן אלע טריקס און וועגן וויאזוי צו מאכן דיי פאוסט זאל רענקן הויעך אין גוגל, קוק עס דורך מיט ישוב הדעת, און מאך זיכער עס צו פאללאען.

https://my.wealthyaffiliate.com/trainin ... that-ranks

https://my.wealthyaffiliate.com/trainin ... data1/2019 soe checklist

https://my.wealthyaffiliate.com/trainin ... e-rankings

די פאלגענדע צוויי איז אויך זייער גוטע און וויכטיגע ווידיאוס וואס איך רעקאמענדיר שטארק:

https://my.wealthyaffiliate.com/trainin ... -marketing

https://my.wealthyaffiliate.com/trainin ... t-converts

אויף WA איז דא א געוואלדיגע סופפארט סיסטעם, דו קענסט אלעמאל פרעגן אלע דיינע שאלות וואס דו האסט אויף זייער לייוו טשעט גרופע אויף זייער סייט (אויך ווען דו ביסט נאכנישט א פרימיום מעמבער), און די וועסט בדרך כלל באקומען אן ענטפער אין בלויזע מינוטן ממש.

זיי האסטען דיר אויך דיין וועבסייט, און דיין דאמעין נאמען, און זיי שטעלן דיר ממש צו א יעדע סארט Tool וואס דו דארפסט נאר האבן צו קענען מצליח זיין בעז"ה.

פארשטייט זיך אז זיי ווילן אז מיט די צייט, אז דו זעסט אז איז געאייגענט פאר דיר, זאלסט ווערן א פרימיום מעמבער, און דו זאלסט צאלן $49 א חודש, וואס דאס איז באמת א געלעכטער פאר וואספארע סערוויס זיי שטעלן דיר צו פארדעם, ווי דארט וועסטו באקומען אסאך אסאך מער, און באקומען צוטריט צו אלע זייערע סערוויסעס וואס זיי שטעלן צו, און ווי געזאגט וואלט איך דיר געראטן אנצוהויבן בחינם, און אז דו זעסט אז ס'ארבעט פאר דיר, האסטו צייט זיך איינצושרייבן דעמאלטס און ווערן א פרימיום מעמבער פאר $49 א חודש, און ביז צוויי דריי חדשים נאכן אנהויבן וועסטו בעז"ה אנהויבן צו מאכן געלט.

איך האף אז מיינע ווערטער זענען ארויסגעקומען גענוג קלאר, און עס איז זיכער אז איינמאל דו וועסט באזוכן דער סייט, און וואוטשן די וויכטיגע ווידיאוס וואס איך האב דיר צוגעצייכענט, וועסטו ווערן אסאך קלארער אין די גאנצע זאך וויאזוי עס ארבעט. אבער אזוי צו אזוי פאר זיי וועלכע פראגע וועט מיר זיין א פארגעניגן דיר צו קענען העלפן, און איך בין אוועיל אין מיין פריוואטע אימעיל אדרעס פאר סיי וועלכע הילף.

[email protected]
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

איך האב שוין פאר צווי יאר צוריק אדורך געטוהן די ליין אבער איך בין געבליבען שטעקן ווייל איך האב נישט געהאט קיין niche פאר א וועבסייט, עס קאסט א פופציגער א חודש איך האב זיי געפאלויט פיר חדשים אדרבה קומט אריין קךאר מיט א סעמפל פון א סוקסעספולע וועבסייד.. אויף די מהלך
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

די וועבזייטל דארף ווערן גענאכט אויף word press? אדער wix איז אויך גוט,
דאכט זיך מיר אז wix דארף צו זיין מורא׳דיג פשוט
The Divided States Of America
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

יש בו האט געשריבן:די וועבזייטל דארף ווערן גענאכט אויף word press? אדער wix איז אויך גוט,
דאכט זיך מיר אז wix דארף צו זיין מורא׳דיג פשוט


זיי געבען טרעינינג פאר ווארד פרעס אבער לכוארה קענסטו מאכן א וובסייט אויף wix אויך. איך קען מיך נישט אויס מיט wix
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

קעש האט געשריבן:איך האב שוין פאר צווי יאר צוריק אדורך געטוהן די ליין אבער איך בין געבליבען שטעקן ווייל איך האב נישט געהאט קיין niche פאר א וועבסייט, עס קאסט א פופציגער א חודש איך האב זיי געפאלויט פיר חדשים אדרבה קומט אריין קךאר מיט א סעמפל פון א סוקסעספולע וועבסייד.. אויף די מהלך

בעצם איז דא צענדליגע niches ווי טרעוול טויס רעסעפיס דייעטס health אדג מען דארף זיך פלעין אראפזעצען טראכטן אין סערטשן. עס איז טאקע ראטזאם נישט צי ספענדן געלט פאר מען האט נישט א ניטש אבער עס איז זעכער דא צענדליגע ניטשעס.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

זייער קלאר און גוט אראפגעלייגט, און ווען מען הערט עס פון אן אייגענער ערפארונג, איז עס עפעס וואס מען קען שטארק אננעמען.

ייש"כ פארן מיטיילן.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

יישר כח
וויאזוי קומען מענטשן אן בכלל צו די וועבסייט?
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:יישר כח
וויאזוי קומען מענטשן אן בכלל צו די וועבסייט?

די עיקר חכמה איז צי האבן גיטע קיווארדס זיי לערנען אויס ווי אזוי ציטרעפן גיטע קיווארדס אין אלעס ארום
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

אלס איינער וואס טוט אין אפיליעטס וואלט איך געווארנט עס איז גארנישט אזוי גרינג און פונקט ווי איבעראל דארף מען שווער ארבעטן, אן אינוועסטמענט פון צייט און געלט קומט מען נישט אן ווייט. והעיקר וואלט איך געמאכט א דיסקלעימאר אז דער ציל פון אן ארטיקל ווי דאס אשכול איז צו חאפן מענטשן צו אויפסיינען דורך די לינקס און מאכן אפיליעט קאמישאנס ממילא זאג איך ווי גרינג א דאלאר עס איז (אן קיין דריידלעך).

איך האב מיר פארט אלץ געוואונדערט פארוואס עס איז נישט דא מער אפיליעט מארקעטינג פרנסות ביי היימישע אינגעלייט. דער עכטער וועג צו מצליח זיין איז נישט א זשענעריק וועבסייט קאפיען ווערטער איבער בעסטע האנטיכער איבער וואס די האט נישט קיין מושג, נאר באמת צושטעלן ווערטפולע אינפארמאציע און דורכדעם נוצן אפיליעט לינקס. מענשטן וועלן זיך שנעל לערנען אויב די ביסט קראנט אדער בלויז פאר קליקס. למשל אז האסט עקספיריענס אין פאטאגרעפי קענסטו באשרייבן יעדע נייע קעמרע די מעלות און חסרונות פון א פראפעסיאנאלע קוק ווינקל און זיך אויפבויען מיט די צייט, און שיקן לינקס צו B&H אדער עמעזאן. אין פאקט B&H האט זיך שטארק געבויעט דורך אפיליעטס וואס האבן באשריבן פראפעשאנעל פאטאגרעפי, זיי האבן אן אין האוז פראגרעם א לינק איז אויף זייער פראנט פעיזש אונטן.

א צווייט דוגמא אויב ביזטו באקאנט אין ניו יארק טוריזם ספאטס למשל און לייגסט זיך אריין דערין, וועסטו באשרייבן די בעסטע טוריזם איידיעס פאר די מיליאנען וואס קומען קיין ניו יארק, און באקומסט א קאמישאן פאר א עמפייער סטעיט טיקעט אדער בראדוועי שאו. פארשטיי אז אסאך טוען דאס שוין פאר דיר אין יעדע ליין און זענען שוין אויפגעבויט פאר גוגל ממילא גייסטו דארפן שוויצן און נוצן קאפ צו אנקומען ערגעץ.
לעצט פארראכטן דורך פתחיה אום מאנטאג יוני 22, 2020 10:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

פתחיה האט געשריבן:אלס איינער וואס טוט אין אפיליעטס וואלט איך געווארנט עס איז גארנישט אזוי גרינג און פונקט ווי איבעראל אן דארף מען שווער ארבעטן, אן אינוועסטמענט פון צייט און געלט קומט מען נישט אן ווייט. והעיקר וואלט איך געמאכט א דיסקלעימאר אז דער ציל פון אן ארטיקל ווי דאס אשכול איז צו חאפן מענטשן צו אויפסיינען דורך די לינקס און מאכן אפיליעט קאמישאנס ממילא זאג איך ווי גרינג א דאלאר עס איז (אן קיין דריידלעך).

איך האב מיר פארט אלץ געוואונדערט פארוואס עס איז נישט דא מער אפיליעט מארקעטינג פרנסות ביי היימישע אינגעלייט. דער עכטער וועג צו מצליח זיין איז נישט א זשענעריק וועבסייט קאפיען ווערטער איבער בעסטע האנטיכער איבער וואס די האט נישט קיין מושג, נאר באמת צושטעלן ווערטפולע אינפארמאציע און דורכדעם נוצן אפיליעט לינקס. מענשטן וועלן זיך שנעל לערנען אויב די ביסט קראנט אדער בלויז פאר קליקס. למשל אז האסט עקספיריענס אין פאטאגרעפי קענסטו באשרייבן יעדע נייע קעמרע די מעלות און חסרונות פון א פראפעסיאנאלע קוק ווינקל און זיך אויפבויען מיט די צייט, און שיקן לינקס צו B&H אדער עמעזאן. אין פאקט B&H האט זיך שטארק געבויעט דורך אפיליעטס וואס האבן באשריבן פראפעשאנעל פאטאגרעפי, זיי האבן אן אין האוז פראגרעם א לינק איז אויף זייער פראנט פעיזש אונטן.

א צווייט דוגמא אויב ביזטו באקאנט אין ניו יארק טוריזם ספאטס למשל און לייגסט זיך אריין דערין, וועסטו באשרייבן די בעסטע טוריזם איידיעס פאר די מיליאנען וואס קומען קיין ניו יארק, און באקומסט א קאמישאן פאר א עמפייער סטעיט טיקעט אדער בראדוועי שאו. פארשטיי אז אסאך טוען דאס שוין פאר דיר אין יעדע ליין און זענען שוין אויפגעבויט פאר גוגל ממילא גייסטו דארפן שוויצן און נוצן קאפ צו אנקומען ערגעץ.

קיק איבער וואס איך האב געשריבן יא איך שרייב קלאר אז מען דארף אריינלייגן צייט אין דעים. אין יא מען קען מאכן שיין געלט

[ווען די פארקויפסט זאכען אויף עמעזאן גייסטו אויך אין קאמפטישן מיט צענדליגע סעללערס אין דאך טאמער די טיסט עס ר'כטיג קען מען ש''ן מצליח זיין]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

זייער אינטערעסאנט.

שלעפט דאס נישט אוועק די אטענשאן פון די געהעריגע ארבייט? ווען מ'צוטיילט די אינקאם פער שעה, איז דאס פראפיטעבל גענוג?
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

שמואל בארג האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט.

שלעפט דאס נישט אוועק די אטענשאן פון די געהעריגע ארבייט? ווען מ'צוטיילט די אינקאם פער שעה, איז דאס פראפיטעבל גענוג?


די קענסט עס טון וועלכע שעה אין טאג די ווילסט סא קענסט עס טון ביינאכט אין עס וועט בכלל נישט שטערן די ארבעט דורך די טאג.

אנפאנג וועסטי נישט מאכן עכט געלט אבער מיט די צייט נאכן אויפבויען א גיטע וועבסייט וועט די רווחים זיין אסאך מער ווי די פאר שעה וואס די לייגסט אריין בעזר השם. עס איז פינקט ווי יעדע ביזנעס נעמט צייט ביז מען מאכט געלט די מעלה דא איז אז עס פעלט נישט אויס אסאך געלט אינוועסטמענט עס איז מער צייט אינוועסטמענט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך פארשטיי אז מ'קען געהעריג ארבייטן, מיין פראגע איז געווען אויב במציאות נעמט עס נישט אוועק די אטענשאן פון די געהעריגע ארבייט.

דאס איז זיכער אז מ'דארף האבן געדולד אפצושרייבן אזא לאנגע ארטיקל אזוי ווי איר האט דא געטון, דאס איז די ערשטע בחינה אויב מ'איז קוואליפיצירט...
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

שמואל בארג האט געשריבן:איך פארשטיי אז מ'קען געהעריג ארבייטן, מיין פראגע איז געווען אויב במציאות נעמט עס נישט אוועק די אטענשאן פון די געהעריגע ארבייט.

דאס איז זיכער אז מ'דארף האבן געדולד אפצושרייבן אזא לאנגע ארטיקל אזוי ווי איר האט דא געטון, דאס איז די ערשטע בחינה אויב מ'איז קוואליפיצירט...



ביי מיך האט עס נישט אוועקגנומען מיין קאפ אבער יעדע מענטש דארף זיך אליין קענען
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

שמואל בארג האט געשריבן:איך פארשטיי אז מ'קען געהעריג ארבייטן, מיין פראגע איז געווען אויב במציאות נעמט עס נישט אוועק די אטענשאן פון די געהעריגע ארבייט.

דאס איז זיכער אז מ'דארף האבן געדולד אפצושרייבן אזא לאנגע ארטיקל אזוי ווי איר האט דא געטון, דאס איז די ערשטע בחינה אויב מ'איז קוואליפיצירט...

ער שרייבט דאך אינעם ארטיקל אז ס'דא טריקס פאר איינער וואס קענען נישט שרייבן.
זעה נאכאמאל.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

advertised on JCN
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

איך בין נייגעריג צו איינער האט עס טאקע אויספרובירט?
איך האב צומאל איבריג צייט אין מיין טאג / וואך / און איך וואלט עס ווען אויספרובירט, עס זעהט מיר אויס ווי א זאך וואס מען קען מצליח זיין דערין בעז"ה!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פאר א גוטע דוגמה וואס מ׳דארף טוהן,
איז צו מאכן אזא ארטיקל וואס @נייע אייטעמס האט אהער געשטעלט,
ער איז א נאה דורש ונאה מקיים כאחד
The Divided States Of America
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

האט די ביזנעס סוקסעס רעיט די זעלבע ווי acn?
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

[left]Wealthy Affiliate Complaints
1. No Refunds
2. Not Enough Offered In Starter Membership
3. They Ban Some Plugins
4. They Only Offer Basic TLDs
5. No Phone Number
6. Too Much Chatter In The Community
7. Too Many Emails
8. It's Too Expensive
9. Rank Gamers & Spambassadors
What's an Ambassador?
10. Wrong Answers
11. Too Much Emphasis On Joining The MMO Niche
12. No cPanel
13. Referrer (Mentor) Is Unavailable
14. Free Domain Isn’t Included In Price
15. Cannot Downgrade From Premium To Starter
16. All The Reviews Are Affiliates Looking For A Commission
17. They Don't Give Enough Niche Direction
More Direction = Less Variety & Creativity
Should You Do Niche Research Before Building A Website?
18. Not Enough Success Stories
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

שוין דא אשכול וועגן דעם....

viewtopic.php?f=3&t=5357&p=148560#p148560
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

טריליאנער האט געשריבן:שוין דא אשכול וועגן דעם....

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 60#p148560

:wink:
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: פון מיין ערפארונג, צו דיין עתיד... אויב דו גלייכסט געלט, איז דער אשכול פאר דיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

רבותי ליצנות און א זייט עס איז באמת א גוטע מקור לפרנסה פאר אסאך אידן. ניין, סאיז נישט ווי די acn וכדו' אבער סאיז אויך נישט געלט אן ארבעטן, פארפאלן געלט וואקסט נאכאלס נישט אויף א בוים. נאר וואס דען סאיז דא מענטשן וואס גלייכן מער אזא סארט ארבעט וואס קענסט ארבעטן און דיינע שעות און לויט דיין געשמאק, און אין דיין פלאץ.

דאס איז בנוגע די עצם געדאנק, אבער בנוגע די קאמפאני וואס חברנו הרב אייטעמס איז מציע, קען איך נישט זאגן ווייל איך ווייס נישט.


פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך האלט אז עס איז גוט איר זאלט דאס וויסן. סקען צינוץ קומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”