עפענען דיין אייגענע ביזנעס קען זיין זייער א סוקסעפולע פינאציעלע אפשען און עס קען אויך זייער טשאלעדזינג.
אן אייגענע ביזנעס קען זיין צומאל זייער עקסיידינג און צומאל שטארק דיפרעסינג.עפענען און פירען אן אייגענע ביזנעס איז גאר אנדערש פון סיי וועלכע דזשאב איר זאלט נאר וועלען אנ-נעמען. אזוי ווייט אז אן אייגענע ביזנעס קען צומאל טוישען דיין גאנצע לייף סטייל. איר דארפט זיך אליין קענען אויב זענט איר טאקע גרייט צו מאכן דעם באשלוס פון אריין טאנצען און ביזנעס. אויב זענט איר פארהייראט, איז וויכטיג דאס איבער צו רעדן מיט אייער צד השני אויב זי/ער איז גרייט פאר די ביזנעס.
א ביזנעס אונער פון א פארהעלטעמסיג קליין געשעפט ווערט אנגערופן מיטן שפאט-ווערטעל סי. או. אי. דאס הייסט "טשיף אף עווריטינג". און טאקע דערפאר, ווען מען איז מצליח קען מען מאכן גריגער און שנעלער גרויס געלט פון סיי וואספארא באצאלטע דזשאב.
מיר וועלען אינעם קומענדיגען ארטיקען אויסששמיסען די מעלות און חסרונות פון זיין אליין און ביזנעס.
די מעלות
- · ווינטפאַל: איר קען מאַכן פיל מער געלט אַז אַרבעט פאר אייך אליין ווי איידער פאר עמעצער אַנדערש.
· אָטאנאמיע: זיין דיין בעל הבית, און מאַכן אלע החלטות איז קריטיש צו דיין אייגן הצלחה.
· אינפלוענס: איר האט די מעגליקייט צו העלפן אנדערע. אזוי ווי אויפנעמען ארבייטער אין דערמיט ביישטייערען צו די עקענאמיע.
· סעקיוריטי: קיינער קען דיך נישט פייערען.
· דיסקאווערי: די קענסט אויפראבירן נייע זאכען, דיך צו איבער צייגען וואס איז גוט אדער פארקערט.
· איבערזיכט: איר זענט דער אוסשליסליכער אויפזעהר אויף אלע ווינקלען פון אייער ביזנעס.
· עקספיריענס: איר האט די מעגליכקייט זיך צו לענרנען פארשידענע ביזנעס עקספערימענטן אין דיסיפלינס.
· קאנטאקט: איר קענט האלטען די בעסטע קאנטאקט מיט אייערע קליענטן. הערן פון זיי דיירעקטלי ווי אזוי מען קען בעסער סערווירן.
· זעלבסט-זיכערקייט: פירן אן אייגן געשעפט הייבט זייער שטארק אייער זעלבסט-זיכערקייט.
· אינטערעס: אן אייגען געשעפט אינטערסירט דיך אסאך מער די הצלחה.
· לאנג טערמיניגע וועליו: אן אייגענע ביזנעס קען מען עווענטויעל פארקויפן פאר א גוטן פראפיט, אדער קען מען עס איבער געבן פאר די קינער-אייניקלעך.
· פרוכט-באר: אן אייגענע ביזנעס קען צומאל פירן אריין צו גיין און נאך ביזנעסער, אינדרויסען פון דיי ארגינעלע אינדוסטרי.
די חסרונות.
- · אינוועסטמענט: מען דארף אריין לייגען אסאך אייגען געלט, און מען איז שטארק אויס געשטעלט אז אלע זאל גיין קראכען.
· צוגעבינדענקייט: מען דארף ארבייטען גאר לאנגע שעות. קליינע מעגליכקייטן פאר וויקעישאן.
· נערישקייטען: מען קען צומאל ווערן פארשלעפט מיט אומ-וויכטיגע זאכן וואס ברענגט נישט קיין געלט.
· אומ-קאנסיטענסי: אייער אינקאם איז נישט סטאבילץ צומאל פארדינט מען אסאך און צומאל גארנישט.
· אנשטרענג: איר דארפט דיך אנשטרענגען צו מאכן שווערע דיסישענס. הייערן און פייערען.
· לערנען: איר דארפט זיך לערנען אסאך נייע זאכען. בוק-קיפינג. פיילינג. אינוועטארי קאנטראל. מאקעט ריסערדזש. פראדאקשען. אדווערטייזינג. פראמאשען'ס. מענעדזשמענט.
· מארקעטאינג: די קען דיך טריקענען די טאש'ן פארן זעהן א פעני.
· אינוועטארי: אמאל האט מען צו-אסאך. צו מאל צו-ווייניג.
· טאריפ'ס: אז איר האנדאלט מיט אייטעם'ס פון אנדערע מדינות, זענט איר אויס-געשטעלט צו אן אומ-סטאבילן קלימאט.
· פעיראלל און היומען ריסארסעס: די טאפיק אליינס ברענגט קאפ וויטאג.
· העלטה קעיר און אימפלאי בענעפיט'ס. מען מיז עס האבן און עס קאסט זייער טייער. רוב קליינע ביזנעסער מיטשענען זיך גאר שטארק דערמיט.
איר ווילט נאך אלץ אריין אליין אין בינזעס?
זייער גוט. מיר קענען אייך העלפען. ווארט מיט שפאנונג.