אן א מארטגעטש אויך? ביטע געב א ברעיקדאון ווי דו קימסט אן צי 12 טויזענט? א חוץ אויב סיז דא טעקס עדשאסמעננטס. איך בין מסכים אז מען דארף רעכענען אבער נישט מוכרח אז עס וועט אנקימען צי 12 טויזענט.
מיין אפיניאן: אזוי ווי עס איז דא מער קאמפעטישען, במילא זייער אסאך קליינע סעלערס אנע עקשנות פאלן ארויס פון די געים, בנוסף צי דעים איז דא וואס די סופלייערס פון טשיינע ווערן אליין סעלערס, סאו איז עס א שווערערע פעלד, במילא פאלן די נישט עקשנים ארויס.
על כן קום איך צי א מסקנה אז עקשנים, קריעטיוו חברה, געדולדיגע חברה וואס האבן צייט צי ווארטן ביז מען מאכט פראפיט, קענען נאך שיין מצליח זיין אין פרייוועט לעיבל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אין קורצן: די ברענגסט אריין א פראדוקט און דו לייגסט ארויף דיין נאמען דערויף. דו שאפסט א נאמען פאר דיין ברענד וואס וועט הייסן 'נו גוט' און דו פארקויפסט זאכן אונטער דיין נאמען.
כדי צי פראטעקטן דיין נאמען אז קיינער זאל עס נישט קענען נוצן, דאן דארפסטו מאכן א טרעידמארק, וואס דאס שאפט אז קיינער זאל ליגעלי נישט מעגן נוצן דעם נאמען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אזוי ווי איך זעה אז די הנהלה האט אריינגעלייגט די אשכול אין די געהעריגע ביזנעס קעטעגארי, דאס טייטש אז עס קומט ארויף ביי אקטיווע אשכולות, און נישט אזוי ווי ביז יעצט באהאלטן ביי היימישע פארברענגן, במילא האב איך אנגעהויבן רילייזען אז איך דארף ברענגען מער תכלית'דיגע סחורה צום טיש, במילא גיי איך אי''ה אפשרייבן א קרעש קורס כדי ארויציהעלפן פרישע חברה אריינציגיין אין עמעזאן.
דיסקלעימער: איך שרייב די ביג פיקטשער.
1. קענסט אנהייבן חלום'ן פון א נאמען פאר דיין ברענד.
2. פאנג אן מאכן ריסערטש וועליכע קעטעגארי דו ווילסט אנהייבן. אין דשאנגלסקאט.קאם איז דא א טאל ווי דו קענסט זעהן א סיכום פון אלע היירענקינג פראדאקטס אין יעדע קעטעגארי. לייג צי די עס רענקינג קראם עקסטענשאן צי דיין קראם. רענקינג איז טייטש די וויפילטע נאמבער די פראדוקט איז אין די קעטעגארי, און ווי נידריגער די נאמבער איז, אלס מער אייטעמס פארקויפט זיך.
3. ווען דו ווייסט דיין קעטעגארי ווי דו ווילסט אריינגיין, דאן לייג ארויף א טרעידמארק אויף דיין נאמען, אויב האסטי שוין אויך א לאגא דעמאלטס קענסטו עס אויך טרעידמארקן ציזאמען מיט נאמען.
4. פאנג אן צי סערטשען סופלייערס אויף עליבאבא, אדער מעיד אין טשיינע דאטקאם. מאך א דשענערעל נוסח פאר די ערשטע באגריסונג אין פרעג א פרייז, און די מינומום אף קוואנטיטי, ס'טייטש, וויפיל איז די ווייניגסטע שטיקלעך וואס דו קענסט באשטעלן.
פרטים יבואו.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours