פארווייטאגט האט געשריבן:36 געסט האט געשריבן:ידעתי האט געשריבן:
קענסט די זעלבע זאך איבערשרייבן אויף אידישע קאמפאניס.
מעיאנעיז איז פון די זאכן וואס ביי מיר קויפט מען שוין Hellmans א שטיק צייט. די היימישע לעיבל קען איך אליין פרינטן פאר אסאך ביליגער.
און אזוי איז מיט רוב עסן Staples.
סך הכל מאכן זיי א run ביי א גואישע קאמפעני, און איך גלייב זייער שווער אז די כשר'ן ( אויב זיי טוען עס) קאסט מיליאנען.
ביודעי ומכירי קא אמינא אז די אלע הכשרים פארלאזן זיך איינער אויפן צווייטן, פארלאז איך מיך אויך אויף זיי
גפן, הדר, גליק'ס, בלו פענטרי, ווערן אלע געמאכט אינעם זעלבן נאר כשר'ע פאבריק.
און כפי ידיעתי געהערט דער פאבריק פאר גפן.
אמר"ש איז עס א געפערליכע עולה מצד לא ידעתי (יד"נ) פאר פארציילן א מעשה שלא היה, פשוט קאלט צו מאכן אנדערע אשר אינם יודעים בין ימינם לשמאלם, בפרט בענייני כשרות. וכמש"כ בעל חמרא טבא, והובא דבריו לקמן.
מיין רב, וואס איז א מומחה לענייני כשרות, לאזט מיר נישט ניצן קיין העלמאן'ס, כ'האב נישט קיין אהנונג פארוואס אדער פארווען, אבער פון עקספיריענס מיט מיין רב, ווען ער וואלט ווען נישט געוואוסט וואלט ער געזאגט לא ידעתי, און ווען ער האלט ווען אז עס איז כשר, וואלט ער מיר געזאגט.
חמרא טבא האט געשריבן:איר האט דורכגעשמועסט אייער הנהגה מיט א בעל מכשיר אדער לפחות א מומחה בענייני כשרות בעפארן ארויסלייגן סטעיטמענטס וואס קענען מכשיל זיין אומוויסנדע אידן?
התחברות האט געשריבן:ווער ס׳פארלאזט זיך אויף א אנאנימע ניק אויף כשרות באשלוסן - דער וועט סייווי נישט אננעמען דיין טענה אז ער איז מכשיל אנדערע.
ריכטיג, אבער ליידער מענטשען וואס ווייסן נישט, ווייסן דאך נישט, והדברים ידועים ליודעים, און אנדערע ווערן נכשל ל"ע.
על אף וואס די שמועס באלאנגט אין א כשרות אשכול אבער איך שפיר א פליכט מיך צו פארענטפערן.
ראשית כל, ביודעי ומכירי קאמינא, א נאנטע חבר/ קרוב וואס איז א משגיח פאר איינע פון די מערסטע אנגענומענע הכשרים האט מיר עס געזאגט. כמעט יעדע פראדוקט היינט האט א אינגרידיענט וואס מפארלאזט זיך אויף די OU/OK וכו וכו. מהאלט אפ כסדר מיטינגען צוזאמען און מאיז בדעה אחת אויף רוב זאכן. ממילא ביי spices אדער staples וואס פארמאגט נישט אזויפיל קאמפליצירטע אינגרידיענטס ( אנדערש ווי קענדיס און נאך) איז עס בעסיקלי אקוראט די זעלבע פראדוקט.
אבער והעיקר, יעדער איד האט זיך זיינע סטאנדארטן, און וואס ביי איינעם איז א שטארקע/שוואכע הכשר איז ביים צווייטן פונקט פארקערט, און עס איז דא אסאך פאקטארן וואס גייען אריין אינעם מהות פונעם בעל מכשיר אויך. יעדע ערענסטע הכשר האט סטאנדארטן חוץ די כשרות פונעם פראדוקט וואס זיי נעמען איו באטראכט פארן געבן די הכשר. יעדער פארשטייט אז די OU למשל וועט נישט געבן א הכשר אויף synthetic pork chips אדער התאחדות אויף כשר לפסח פיצא. די עדה האט א ליסטע מיט תנאים פאר יעדע רעסטוראנט מיט זייער הכשר וואס האט גארנישט מיט די כשרות פון די מאכלים, די OU האט אפאר יאר צוריק געמאכט א רעסטוראנט טוישן זייער נאמען ביים איבערנעמען די הכשר וכו וכו.
ביי מיר, איז א מייקר השער, א קאמפעני וואס האט 4 צו מער משפחות שותפים, און יעדער מעמבער מוז לעבן אן אויפרייסערישן לעבן, צו אפילו א יחיד וואס רעכנט זיך נאר מיט זיינע אינטערעסן אויף לעבנסוויכטיגע פראדוקטן פונקט אזא סתירה צו אידישקייט ווי די רעסטוראנט וואס בלייבט אפן שפעט ביינאכט מוצאי שבת, צו די קאמפעני וואס מאכט כשר לפסח בעגלס.
סאיז אפשר כשר, אבער נישט אידיש.
און א בעל מכשיר וואס אינטערסירט עס נישט איז אין מיינע אויגן א "שוואכע הכשר".