א טריט אריין אין ביזנעס 1#
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
צל עובר האט געשריבן:@זאלץ וואסער דרייט זיך נאך דא?
אדער ער איז שוין נסתלק געווארן לשמי מרומא עילאה בית שכונתי'?
זאלץוואסער האט געשריבן:שלום עליכם. איך לעב ב''ה
צל עובר האט געשריבן:הודו לשם.
איר האט שוין לאאנג נישט געשריבן, ווי וואנט מאר.
אז איר זענט נאך יא דא, איך באלעק זיך מיט יעדע ווארט.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
- קוועטש
- שר חמישים
- תגובות: 95
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
- לאקאציע: אין בית המדרש
Pdf מיט אלע הוספות
לעכטל האט געשריבן:עולם האמת האט געשריבן:לעכטל האט געשריבן:איז מעגליך אריינצולייגן אלע גוטע זאכן אין א PDF איך זאל עס קענען ליינען מיט הרחבת הדעת?!
מיט הכרת הטוב1
גא"מ
נו?!
דא האסטו
- אטעטשמענטס
-
- א טריט אריין אין ביזנעס 1.pdf
- (235.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 232 מאל
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
- קוועטש
- שר חמישים
- תגובות: 95
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
- לאקאציע: אין בית המדרש
זאלץוואסער האט געשריבן:נאכן איבערקוקן די פגדפ קומט צוריק די אפעטיט
תלי"ת האבן מיר פראבירט עס צו לאזן ווי מער ארגינעל, מיר האבן עס אויסגעפיצט (אראגענומען די אלע שכחס מיט אריינפירס) צאמגעשטעלט נושאים און פרוביט צוצולייגן וואו עס האט אויסגעפעלט קעפלעך היילייטס (מעגליך נישט ווי די כוונה פונם שרייבער) גענוצט א דינע פאנט עס זאל נישט פארנעמען קיין סאך דפים, שיפור הלשון ושגיאות דא און דארט. איך האף אז עס איז גוט ארויס, ואתכם הסליחה אויב נישט. אדרבה ביטע מעורר זיין און מיר וועלן עס פאררעכטן בעז"ה
איך האב מיך נישט געקענט גלייבן ביים מאכן די פדף אז דעס איז די תוכן האשכול, א רעדי קונטרס מלא תוכן רעדי צו גיין צום דריק (פעלט זיך נאך די גראפיקס, אבער איך האב געזיכט אז עס זאל זיין ווייניגער ווי 256 קב)
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm
דער אידישער ביזנעסמאן
האט זיך למעשה געפענט אזא אשכול ׳דער אידישער ביזנעסמאן׳?
אויב נישט אפשר ביסטו ווייטער א מזכה את הרבים כבוד הרב זאלץ וואסער?
וואס מיך אינטרעסירט איז וויאזוי צו אינטערוואען א potential איינגעשטעלטע?

יקר מציאות האט געשריבן:האט זיך למעשה געפענט אזא אשכול ׳דער אידישער ביזנעסמאן׳?
אויב נישט אפשר ביסטו ווייטער א מזכה את הרבים כבוד הרב זאלץ וואסער?
וואס מיך אינטרעסירט איז וויאזוי צו אינטערוואען א potential איינגעשטעלטע?
יא זעה דא
ער האט אבער נאך נישט אדרעסירט די נושא
איך פרעג נאר!
קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין היינט געזיצען מיט הרב זאלץ וואסער
איך מיז ענק זאגן ער איז עפעס נישט נארמאל גיט!
גאייגענט פאר יעדעם וואס דארף א ביזנעס יועץ,
אדער פאר פערסנעל עדווייס צי וויסן ווי צי שטעלן די נעקסטע טריט אלץ ארבעטער, פארוואס איך האב אים געניצט.....
ער האט מיר ארויסגעהאט נאך בעסער ווי מיר אליין!
וואס קאסט עס?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2660
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#
איך גיי אי"ה אנהייבן אריינצוברענגען דא געוויסע פון די שאלות וואס מענטשן פרעגן אין אישי, מיט די תירוצים, וויבאלד איך זעה אז זייער אסאך גייען אין זעלבן שפאן, און ס'איז ממש א שאדע אז מ'זאל נישט אויסשמועסן ברבים.
די וואס האבן אין עבר געשיקט צו מיר און זעהען נישט זייער שאלה דא, ביטע מיר שיקן א רעמיינדער און איך וועל איה ארויף שטעלן די שאלה מיטן תשובה (פארשטייט זיך אז נישט מיט קיין שום פערזענליכע אינפארמאציע וואס ווערט טייל מאל אויסגעשמועסט אין פריוואטן פארנעם.
די וואס האבן אין עבר געשיקט צו מיר און זעהען נישט זייער שאלה דא, ביטע מיר שיקן א רעמיינדער און איך וועל איה ארויף שטעלן די שאלה מיטן תשובה (פארשטייט זיך אז נישט מיט קיין שום פערזענליכע אינפארמאציע וואס ווערט טייל מאל אויסגעשמועסט אין פריוואטן פארנעם.
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#
שאלה א'
לכבוד הרב זאלץ וואסער. קודם כל יישר כח פאר אייערע ארטיקלען אין סיי וועלכע נושא איר שרייבט נאר, איז זיך צו באלעקן די פינגער.
איך האב געזעהן אז איר נעמט אן שאלות אין די אשכול א טריט אריין אין ביזנעס, אא''כ שיק איך אייך מיין שאלה.
אויב ווילט איר עס לייגן אין פובליק ביטע נעמט אראפ די פלעצער וואו איך האב געארבייט און וואו איך ארבעט יעצט.
קודם כל וויל איך אראפלייגן מיין ארבעטס בעקראונד וואס איז מין הסטם וויכטיג צו וויסן, פאר איר געבט מיר סיי וואספארע עדווייס:
איך וואוין אין א פלאץ (מאנטשעסטער) וואס כמעט די איינציגסטע ארבייט עוועילבל דא אין שטאט. זענען אדער אין א מוסד , אדער אין גראסערי, אדער וועירהאז ארבעט (וואס איז כמעט נישטא). די ארבייט אין גראסערי ווערט דא היפש מער אראפגעקוקט ווי אין אמעריקע. די ווערהאז ארבעט, ווי ווייט איך ווייס, וואלט מען אין אמעריקע נישט געגעבן פאר א איד צו טוהן, מען וואלט ענדערשט גענוצט א גוי דערפאר .
די בעסטע באצאלט פון די אלע דריי פלעצער איז אין די מוסדות. סיי ווייל זיי צאלן מער פער שעה, ווי אויך באקומט מען באצאלט 52 וואכן א יאר, און א עקסטערע וואך פסח און סוכות, וואס דאס מיינט 54 וואכן א יאר.
ווען עס איז געקומען מיין רייע צו זוכן א דזשאב האב איך געדארפט אויסקלויבן פון ממש די פאר אפשענס. מיין מורה דרך האט מיר מייעץ געווען צו ווערן א קינדערגארטן מלמד טראץ וואס איך וואלט דאס נישט קיינמאל אפילו נישט גענומען אין באטראכט, אבער דאך אז א מורה דרך הייסט פאלגט מען, האב איך געפאלגט און אנגענומען די ארבייט. א יאר שפעטער האב איך אנגענומען נאך א ארבייט (אויף די איבריגע שעות וואס איך האב נישט געהאט קינדערגארטן) דאסמאל אין א קאלטע וועירהאוז , עבודת הפרך, נישט אזוי ווייט פיזיש. נאר מער גייסטיש שווער (ווי אויך האט דער בעל הבית אייביג ליב געהאט צו ווייזן אז ער קען מאכן די ארבעט אסאך שנעלער ווי יעדעם).
ביידע ארבעט זענען מיר נישט אנגעקומען גרינג, אבער ווי נישט ווי האב איך דאך אמעריקאנע בלוט און איך האב עס נישט געהאלטן ביים אויפגעבן פאר איך האב עפעס בעסערס.
נאך א יאר בערך איז דורך געגאנגען, און מיין פאלגן מיין מורה דרך האט זיך אויסגעצאלט. די מנהל האט מיר אריינגענומען אלס סעקרעטערי און איך האב אפגעלאזט די וועירהאוז און די קינדערגארטן מלומדת. היינט איז יעדער ברוך ה' זייער צופרידן פון מיין ארבייט, די מנהל מאכט מיר שפירן ממש ווי אן אייגענע בעל הבית, דהיינו ער האט מיר געגעבן א אייגענע אפיס, און ער שטייט נישט אויפן קאפ, און ב''ה אז ער אנערקענט מיין ארבעט, דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.
די פראבלעם איז אז איך זעה נישט אז אפאר יאר ארום זאל מיר די וועידש זיין גענוג צו לעבן, בעיקר ווייל איך האב מחליט געווען צו ארבעטן אויף די פאפירן, און איך באקום נישט פון די רעגירונג די דירה געלט, וואס דאס איז רוב פון די רענט, און חוץ פון דעם דארף איך צאלן טעקס וכו'. ווי אויך דאס אז איך מאך א גוטע ארבעט, זעהט נישט אויס צופיל אויסצומאכן אויף מיין וועידש, וויבאלד עס איז נישטא קיין ריכטיגע צוזאמען ארבייט צווישן די מנהל און די הנהלה גשמיות.
די שאלה איז יעצט וואס וואס קען איך טון צו הייבן מיין אינקאם?
איז דא היינט די מעגליכקייט צו נעמען ארבעט אין א צווייטע מדינה דורכ'ן אינטערנעט ווי למשל אין אמעריקע און באקומען באצאלט די וועידשעס וואס מען צאלט דארט?
אזוי אויך אויב איר קענט ביטע געבן חיזוק פאר די אידן וואס ארבעטן אלעס אויף די ביכער, און פארקוקן אויף די גרויסע געלטער וואס מען קען באקומען פון די רעגירונג. (אדער אפשר האלט איר אז עס איז נישט קיין מעלה צו ארבעטן אינגאצן אויף די ביכער).
י
ישר כח פאר'ן ליינען, איך האף אז עס איז נישט געווען צו לאנג. אויב עס קומט אייך נישט אן צו שווער וואלט איך מיר געפרייט צו באקומען א תשובה פון אייך.
נאמען געהיטן אין די רעדאקציע