א טריט אריין אין ביזנעס 1#

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תשובה א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א גוטן ר' (הב"ש)

קודם לכל, ווען איך בין אריין אין די ארבייטס וועלט בערך 20 יאר צוריק, האב איך אויך אנגעהויבן אין קינדערגארטן בניגוד לרצוני, פשוט ווייל נאר אזוי האט מען געקענט באצאלן די בילל'ס.

גאר אינטערסאנט איז דער חלק פון דיין מעשה אז מ'האט דיך גענומען פאר סעקרעטאר, מיך האט מען אויך פארן זומער געגעבן אזא מין דזשאב וואס איז טאקע געווען פיהל בעסער.

ווי איך פארשטיי פון דיר ביזטו נאך א אינגערמאן (פאררעכט מיך אויב איך בין נישט גערעכט) פשוט ווייל דו פארציילסט מיר נאר די היסטאריע פון 2 יאר בערך.

אויב מאכסטו יעצט שיין פרנסה, און דו ביזט צופרידן מיט דיין פאסטן, וואלט איך דיר געראטן אז דו זאלסט מאכן מער און מער השתדלות צו טוהן א גאר גוטן דזשאב, און האלטן די אויגן זייער אפן פאר סיי וועלכע אפארטוניטיס.

עס איז זייער שווער צו זאגן אז מ'זאל זוכן נאך א דזשאב, ווען מ'איז באמת צופרידן וואו מ'איז. דו וועסט סיי ווי נישט טוישן אזוי שנעל, און צו מוסיף זיין ג"ב על ג"ב (דזשאב על דזשאב) (איך וועל נוצן דעם מליצה אין די נעקסטע געלעגנהייט... געפעלט מיר גוט) איז אויך נישט קיין עסק ווען מ'איז אין אזא פאזיציע, ענדערש ארבייט אויף דיין אייגן שטאנד אז דו זאלסט שטייגן.
עפן אויף אלע טירן פון דיין השתדלות לגבי שטייגן אין דיין ארבייט וואו דו ביזט, אזוי אז ווען סיי וועלכע געלגענהייט מאכט זיך זאלסטו זיין גרייט צו גיין ווייטער.
זאלסט האבן פוהל הצלחה אין אלע ענינים.

נ.ב. איבער די נושא פון נעמען פון די רעגירונג איז נישט אזוי פשוט, עס זענען דא אידן וואס דארפן נעמען און ס'איז דא וואס טארן נישט נעמען. (וועל מיר מאכן א געלעגנהייט אי"ה)

----

איך גיי ווייטער שרייבן וועגן די נושא אביסל ברייטער אי"ה אין דעם קומענדיגן תגובה.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

ג"ב על ג"ב (דזשאב על דזשאב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

זייער אסאך קומען אריין די שאלות פון מוסיף זיין א דזשאב צו מאכן מער אינקאם וכדו'

ווען דער מצב איז פשוט אז ס'איז נישטא קיין געלט אין שטוב, און מ'מוז דעקן דעם בודזשעט, איז דאך עס נישט קיין שאלה, א מענטש דארף טון וואס ער קען צו קענען קאווערן זיינע פליכטן. פארשטייט זיך אז אראפנעמען פליכטן וואס מ'דארף נישט פלעכטן איז אויך א פליכט, אבער מיר רעדן יעצט נישט פון דעם.

ווען דער מצב איז ב"ה גוט, און מ'איז א חכם עינו בראשו און מ'פרובירט מוסיף צו זיין, איז דא אמאל ווען דער כל המוסיף גורע איז זייער שייך. דהיינו:

אודאי אויב די צייט ערלויבט, און אמאל איז עס מער אז "די צייט פארלאנגט" מ'האט צו "לאנג צייט" און מ'קען זיך פשוט נישט אן עצה געבן מיטן טאג, איז אודאי בעסער צו טון א ארבייט וואס ברענגט מ'זאל קענען אוועק לייגן געלט, און אויב ס'גייט נישט אויפן חשבון פון די פאמיליע, אדער פול טיים דזשאב (איך רעד נישט דא פון תורה ותפילה) איז זיכער אז ס'איז א גוטע זאך.

זייער אסאך מאל איז אבער נישט דאס דער פאל: מ'ארבייט פון צופרי ביז ביינאכט, מ'מאכט שיין פרנסה, און מ'איז באזארגט אז מ'טוט נישט גענוג השתדלות צו בויען דעם צוקונפט.

די איינציגע זאך פון דעם צוקונפט וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט בידינו צו בויען איז דאס אייגענע רעפוטאציע און פלייסיגקייט, עס איז נישטא קיין שום אנדערע וועג פאר א אינגערמאן זיך צו בויען ווי דאס אז ער טוט דעם בעסטן דזשאב דארט ווי ער איז יעצט.

אויב איז א מענטש צופרידן פון זיין ארבייטס פלאץ
צופרידן פון זיין בעה"ב
צופרידן פון זיין באצאל

דארף ער ארבייטן אז אלע טירן זאלן זיין אפן אז אויב מאכט זיך אמאל א גוטע געלעגנהייט פאר אים צו שטייגן ערגעץ אנדערש, זאל מען זיך רייסן אים צו האלטן, און רייסן אים צו נעמען. דאס איז די בעסטע סיטואציע אין בויען דעם צוקונפט.

ווידעראום אויב איז מען אויף א דזשאב, און מ'פאנגט אן צו טון זייטיגע מלאכות, און דער בעה"ב איז דער ערשטער עס צו דערקענען, איז דאס דער ערשטער גרויסער פלעק אויפן רעזומעי, און ס'שטערט שטארק צו וואקסן.

אין קורצן: אינגערמאן מיט א גוטע דזשאב גוטע פרנסה, טראכט נישט יעצט אז 5 יאר ארום וועסטו דארפן מער. (אודאי מעג מען טראכטן דערפון ווען נויטיג, אבער וויכטיגער איז) טראכט יעצט וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל ווערן דער וויכטיגסטער ארבייטער וואס יעדער וויל האבן?

זיי ארגעניזירט
טו א זאך בשלימות
זיי פרייליך.

איך האף אז דאס איז גענוג פאר די נושא פאר יעצט.
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

קען זיין סיז שוין דא אזא אשכול אויב יא ביטע צוווייזן.
איך האלט אינמיטען עפענען א ביזנעס באט אזויווי איעדער וואס עפענט א ביזנעס ווייסט קומט אונטער אזוי פעל אומגעראכטענע שוועריקייטן וואס איך וואלט געקענט נוצן העלפ אזא איינער וואס וועט זיך אריינלייגן רושו ורובו אינעם ביזנעס און באמת זיין אינטערעסירט ארויסצוהעלפן וויל איך וויסן וואס דער עולם וואס האט שוין עספעריענס אין עפענען עפעס ווייסט וועגן אזא איינעם
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

סאפטוועיר,advertisement, ברענדינג, סתם עצות אויף למעשה
אזא איינעם נישט פונעם עולם השקר אדער עולם הדמיון
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

וואלט געמעגט זיין א PDF פון די אלע ארטיקלען,
כ'ווייס נישט, ארויסגעפרינטן ליינט'סיך עס בעסער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

זאלץוואסער האט געשריבן:
דער אמת איז אז די חברים קענען נישט באמת וויסן, טראץ וואס חברים ווייסן געוויינליך די תכונות נפש פונעם מענטש, איז אבער "סעילס" א זאך וואס מ'דארף אויך הערן פון דעם עמפלאיער אדער אנדערע פראפעסיאנאלן וואס קענען זיך אויס אין ספעציפישן פעלד, ווייל אין סעילס אויב וועט דער מענטש דורכפאלן איז עס אמאל א בכי' לדורות, און דאס איז א ריסק וואס מ'זאל נאר נעמען אויב מ'האט א פראפעשענעל אפיניאן.


פארוואס זאגסטו א בכי' לדורות ער קען זיך אויף הייבן און גיין מאכן סעילס און א אנדערע אונדעסטרי ?
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

Re: א טריט אריין אין ביזנעס 1#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

בכי' לדורות מיינט אז א מענטש קען אמאל צוליב איין שלעכטע טריט זיך צוברעכן א פוס. ודי
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”