קרייסלער האט געשריבן:כהאב געהערט אמאל בשם פון אן ערליכע קליגע איד נבג״מ זאגענדיג פאר זיין שנה ראשונה אייניקל: קוק אהער איך אלץ אן ארבעטער לערן איך יעדן פארטאגס צוויי שעה, איך דאווען (טערסאנט נישט אריינגערעכענט הכנות...) און זייגער ניין בין איך שוין ביי דער ארבעט
איך דארף ארבעט פראם ניין טו פייו אפגעזעהן צו די רבי האט נעכטען חתונה געמאכט אדער סאיז שושן פורים
אין די זוממער טעג דאווענט מען נישט מנחה אינמיטן די ארבעט
לאנטש איז לערך א האלבע שעה
ווען איך קום אהיים עס איך נאכאמאל, העלף ארויס אין שטוב און איך גיי צום שיעור
יעצט מיין טייער אייניקל תורתו אומנתו מיינט אז אין די שעות וואס איך ארבעט לערנסטו אבער נישט קיין טראפ ווייניגער
דארפסט פונקט אזוי לערנען פארן דאווענען, זיין ניין אזייגער ביי די גמרא, נישטא קיין תירוצים פון יומא דפגרא׳ס
לאנטש איז נישט מער ווי א האלבע שעה
ביינאכט דארפסטו האבן א שיעור פונקט ווי מיר
אין אנדערע ווערטער די זעלבע סקעזשועל ווי א ווארקינג בוי, דעמאלטס קענסטו גיין אין כולל
זאל מיר איינער אנצייגן א כולל וואס קומט אפילו נאנט צו אזא סקעזושל
ווען א כולל צאלט כאטש האלב וואס סיי וועלכע דזשאב צאלט, איז עס בכלל א קאמפעריסן. דערווייל איז עס סתם אראגאנץ און פון-אויבן-אראפ אנגעקוקט די כולל אינגעלייט. עס זאל זיין זייער קלאר, איינער וואס האט א קינד און האלט נישט ביים לערנען, זיצט 'נישט' אין כולל. אויב זיצט ער נאך דארט פאר א וועידזש וואס איז ניטאמאל גענוג אויף צו דעקן נאר זיין גראסערי בילל, איז עס ווייל ער האלט ביים לערנען. העלמיר זעהן צו דער זיידע וואלט געווען ערליך פון 9 ביז 5 ווען מען צאלט אים ח"י פעמים גארנישט.