וועט אנליין קאמערס איבערנעמן היימישע אינדוסטריס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

היימיש_אנליין
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:23 pm

וועט אנליין קאמערס איבערנעמן היימישע אינדוסטריס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימיש_אנליין »

א גוטען.

איך האב מיך אינטרעסירט אין א נושא וואס איז מיר שוין לאנג אינטרעסאנט, און געשריבען א שטיקל ארטיקל דערוועגן, איך האב געקלערט אז דא זענען די ריכטיגע מענטשען מיר צוצוגבען ידיעות און הערות צו ארויסהאבען דער נושא, וואס איז אינטרעסאנט און אינפערמאטיוו פאר יעדער:

היימישע ביזנעסער אנליין

אין דער אלגעמיינער וועלט איז א גרויס חלק פון ביזנעס אריבער אנליין, ווי אזוינע ריזען ווי אמאזון און יעדער אנדערע געשעפט פארקויפט זיינע זאכען אויפ'ן אינטערנעט. ווי אויך א ריזן חלק פון די מארקעטינג איז אריבער פון טעלעוויזיע און צייטונגען צו דער אנליין וועלט פון פי פי סי און אנדערע אנליין מארקעטינג.

ביי דער היימישער עולם איז לכאורה דער אנליין וועלט שטאטער אריינצוגיין, צוליב 1) די מערכות און איסורים אויפ'ן אינטרענעט, וואס מאכען אז ווייניגער שטובער האבען אקסעס צו'ם אנליין וועלט, און 2) דער אלגעמיינער צוריקגעשטאנענהייט פון דער היימישער ציבור וואס טוישט שווערער זיינע הרגלים וואס ער טוהט און ווי ער קויפט.

דאך דארף מען נישט זיין קיין גרויסער נביא צו פארשטיין אז ביז עטליכע יאר וועט א גרויסע חלק פון די היימישע ביזנעס אויך זיין אנליין. און דער שאלה איז נאר ווער וועט זיין דער נחשון וואס וועט כאפן רוב ביזנעס..

פארשידענע ביזנעס זענען לאו דווקא אידיש ווי למשל עלעקטראניקס וואס סיי אידן סיי גוים קענען קויפן ביי די זעלבע געשעפט און עס עקזעסטירט נישט ממש קיין אידישער סעגמענט פון די מארקעט (חוץ אפשר כשר'ע טעלעפאנען..) הגם אז עס איז דא א אידישע קלייענטעל און אידישע קאמפעניס ווי למשל B&H וואס איז זייער פארגעשריטען אין די אנליין וועלט. די זעלבע אסאך היימישע פארקויפען אויף אמזאון וכדומה, דאס איז אבער נישט דווקא א אידישע מארקעט נאר א זאך וואס

איך טראכט צו מאכען אזוינע קאטאגאריעס פון ביזנעסער וואס זענען גרויס ביי דער היימישער וועלט און פראבירען זעהן ווי זיי האלטן אויפ'ן אנליין פראנט. איך שרייב וואס איך ווייס און האב געדענקט בשעת'ן שרייבען, איך האף דער עולם וועט צוגעבן פון זייערע ידיעות עס זאל ווערן מער א דבר השלם.

1) צייטונגען. איז א ביזנעס וואס האט אין זיך א ריין אידישע סעגמענט וואס קויפען דווקא אידישע צייטונגען, און דאס שיינט צו זיין א גרויסע מארקעט יעדער פאר יאר קומט ארויס א נייע מאגאזין אדער צייטונג און א חלק זענען מצליח.
וואס איז געשעהן איז אז די באזעצענע גרויסע אידישע צייטונגען זענען געווען שפעט צו דער געים פון אינטערנעט, און דאס האט גורם געווען אז א גאנצע נייע חלק פון אידישע נייעס וועבסייטס האבען איבערגענומען דער מארקעט.
א חלק פון דעם איז: (אין ארץ ישראל)
• בחדרי חרדים,
• כיכר השבת,
• חרדים עשר,
• לדעת,
• רוטר.
אין אמעריקע: וואס איז נייעס, ישיבה ווארלד נייעס, און פורומען אזויווי אייוועלט,
שפעטער האבען זיך די טראדיציאנאלער צייטונגען צוגעכאפט און היינט האט שוין כמעט יעדער צייטונג א וועבסייט, למשל המודיע וואס איך ווייס ווערט גענוצט אסאך אויף קלאסיפיידס וכדומה, און אפילו אידישע צייטונגען ווי למשל דער איד און די צייטונג http://ditzeitung.com/ האבען א וועבסייט. עס האט אבער ווייט נישט די השפעה פון די געדרוקטע צייטונג.

2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.
אן אינטרעסאנטע אידישע וועבסייט אין דער תחום איז http://watsonsale.com/וואס לייגט ארויף יעדער וואך די ספעשילס פון אלע גראסעריס אין היימישע געגנטער. אויך האבן זיי אן עפפ פאר ענדרויד און אייפון.
(דער סארט ביזנעס איז מיר אינטרעסאנט, עס באלאנגט מסתמא פאר א היימישער איד, אבער דער געדאנק איז דאך פונקט אזוי לויטיג פאר א גוישע געשעפט, פארוואס מאכט ער עס נישט פאר אלע געשעפטן?)

די זעלבע רעסטארואנטען און טעיקאוט, א חלק היימישע פלעצער קען מען באשטעלן אויף seamless, אדער האבען א וועבסייט, רוב האבען נישט.


3. ספרים ותשמישי קדושה. איז א אידישע מארקעט וואס איז אויך גאנץ שוואך אנטוויקלט אנליין, איך האב נאכנישט מצליח געווען טרעפן ספרים וכו' נארמאל אנליין, עס איז דא למשל eichlers.com/ אבער עס איז ווייט נישט אהערגעשטעלט. עוז והדר למשל האט א וועבסייט http://www.oz-vehadar.com/en/ ווי אויך ארסטקרול וכדומה, עס זעהט דערווייל נישט אויס צו זיין א קאנקורענץ צו געשעפטן.
וויאזוי אויך איבוקס, וואס כמעט יעדער גוישע ספר פארקויפט זיך היינט אין קינדל וכדו', איז כמעט נישטא צו באקומען פאר קיין אידישע ספרים אדער ביכער, נישט אין אידיש נישט אין לשון קודש נישט אין ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס.
תורה'דיגע ספרים דארף מען אוודאי צייכענען אוצר החכמה, http://www.otzar.org/ וואס יעדער תלמיד חכם וחוקר תורני נוצט היינט, איך האב געהערט אז עס איז דא מחברים וואס דרוקען ספרים גלייך צו אוצר החכמה אריין און דרוקען בכלל נישט אין געשעפט. ווי אויך http://www.hebrewbooks.org/ דאס אלעס קומט נאכנישט צו סתם קענען קויפן א נוצליכע ספר עלעקטראניש.

4. קליידונג. איז דא א גרויסער אידישער מארקעט, ווי g&g gb, הוטן, שטריימלאך, און אזוי אויך ווייבערישע קליידער וואס זוכן צניעות'דיג. איך מיין אז קיין איינער פון זיי פארקויפט דערווייל נישט אנליין, אינטרעסאנט טאקע פארוואס.
די ניישלאס פרויען קליידער געשעפט זעה איך האט יא א וועבסייט
http://thelingerieshopny.com/

5. מארקעטינג איז דא א אידישער אינדוסטרי פון עדווערטייזן אין די צייטונגען, אין בתי מדרשים, קול מבשר, מבשר ואומר. א חלק איז דא אנליין מען קען עדווערטייזען אויף די אנליין צייטונגען, איך ווייס נישט אויב איז עס מער אדער ווייניגער עפעקטיב ווי אין געדרוקטע צייטונגען. קען מען מארקעטן אויף גוגל אדער פעיסבוק דווקא צו'ם היימישער עולם? איינער האט שוין פראבירט?
איך האב געטראפען דער וועבסייט yidsense.com/ וואס פארקויפט אז ער מאכט targeted מארקעטינג אויף אידישע (זעהט אויס לאו דווקא היימישע) וועבסייטס. איך ווייס נישט אויב ארבעט עס למעשה. אויב איינער האט עקספירענס אדער ווייסט מער איבער דעם זאל ער ביטע שרייבען.

6. צדקה וחסד. דארף מען נישט אויסשמועסען אז עס איז דא אין דעם א גרויסער אידישער אפטיילונג, איך ווייס אז עס איז דא עפס פאר חסד און חברים און אנדערע, הגם איך האב דאס נישט פראבירט און ווייס נישט וויאזוי עס ארבעט.
נאך א חידוש וואס איך האב געזעהן איז דער וועבסייט http://charidy.com/ וואס איז ווייטער לכאורה נישט דווקא פאר אידען, אבער ווערט אנגעפירט ביי פרומע (ליובאוויטשע?) יונגעלייט דערווייל נאר געזעהן היימישע צדקות נוצען דאס. איך האב דאס אנגעטראפען ווען דרור האט דורך דעם געשאפט ,$300,000 אין איין טאג. דאס ברענגט אן אינטרעסאנטע וועג פון שאפן אסאך געלט שנעל אנליין פאר א קאמפיין דורך מעטשען די נדבות. אינטרעסאנט וויאזוי אזא סארט זאך וועט זיך אנטוויקלען אין די היימישע מארקעט.

7. מוזיק : אסאך היימישע טעיפס פארקויפט מען היינט אנליין ביי https://mostlymusic.com/http://www.nigunmusic.com/

ווי אויך קען מען קויפען פארשידענע אידישע זינגערס טעיפס אויף די אלגעמיינע מוזיק געשעפטן פון אייטונס, גוגל פלעי, און אפילו שפילען אויף ספאטיפי אד"ג. הגם איך ווייס נישט ווי צוגעשטעלט איז פאר א איד וואס וויל נאר אידישע מוזיק זאל נוצען די סערוויסעס, קען מען זיך פארשטעלן אז ביז אפאר יאר וועט זיין אזא מעגליכקייט צו פילטערן, אדער וועט איינער מאכן א היימישע סטרימינג סערוויס..

דא דארף מען מסתמא צייכענען קול הלשון http://www.kolhalashon.com/ וואס שטעלט צו אן א שיערו שיעורי תורה בחינם אויפן אינטערנעט און דורך ספיציעלער קיאסאס אין בתי מדרשים וכו', און האט מסתמא באנקראטירט ובלכתך בדרך וכדו' (טאמער נישט איז א פליאה וויאזוי..)
איך האב אויך געטראפאן נאך אן ענליכע סייט torahdownloads.com איך בין נישט באקאנט אזוי וואס איז דערמיט.


איך האף אז דער עולם וועט צוגעבן פון זייערע ידיעות און מען וועט קלוגער ווערן..
לעצט פארראכטן דורך היימיש_אנליין אום מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

עיקר שכחתָ, https://www.yidclick.com/
זעהט אויס ווי א פירמע וואס האט געמאכט פארשידענע דיעלס מיט לאקאלע ריטעיל געשעפטן און דורך דעם אויפגעבויעט א ריזיגן דאטא בעיס, א וועבסייט וואס פירט צו 10 וועב סייטס, הערליך דעזיינט, אלע דעם זעלבן סטייל נאר אנדערע קאלירן. ווי אויך האבן זיי 24 שעה לייוו טשעט!, איין גרויסע קארט, ועוד ועוד.
פארוואס זיי אדווערטייזן נאכנישט ווייס איך נישט אבער דאס איז זיכער אז ווען יא וואלטן זיי געמאכט שיין געלט.
Worth to check out.
היימיש_אנליין
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימיש_אנליין »

שכויעח וועלטניק, זייער אינטרעסאנט, איך האב טאקע קיינמאל געהערט דערפון, אינטרעסאנט זיי עדווערטייזן נישט מער. איז דא עפעס א סיבה? איינער האט שוין אמאל פראבירט איינקויפען דארט און קען זאגען א ריוויו?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איך בין זיכער אז ס'איז דא א סיבה. קיין זיין זיי זענען נאך אין די פראבע שטאפלען אבער סוכ"ס בין איך געוואר געווארן דערפון פון עפעס אן אדווערטייזמענט. קען זיין זיי האבן קודם נאר ארויסגעלייגט דעם וועבסייט צו כאפן דעם איידיע..
עניוועי לאמיר האפן אז איינער דא וועט וויסן מער אינפאו און זיך אנרופן..
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אפשר וואלט כדאי געוועזן צו טוישן דעם קעפל צו מער א שרייעדיגן, צו ציען מער באזוכער, וועט אפשר דעמאלט זיך טרעפן עפעס צוגעבער..
לדוגמא; "קען אנליין מארקעטינג וועלט איבערנעמען היימישע אינדוסטריע?" וכדו'
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קליידונג. איז דא א גרויסער אידישער מארקעט, ווי g&g gb, הוטן, שטריימלאך, און אזוי אויך ווייבערישע קליידער וואס זוכן צניעות'דיג. איך מיין אז קיין איינער פון זיי פארקויפט דערווייל נישט אנליין, אינטרעסאנט טאקע פארוואס.
די ניישלאס פרויען קליידער געשעפט זעה איך האט יא א וועבסייט
http://thelingerieshopny.com/

עס איז גראדע יא דא אסאך צניעות קליידער וועבסייט. זיי זענען נישט דוקא געבעיסט אין וויליאמסבורג. אויסערדעם זענען רוב פון די געשעפטן אויף סאושל מידיא.

http://buypastel.com

http://www.doubleheaderusa.com/

http://www.toetallyyou.com


און נאך..
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אינטערעסאנט, פעסטעל איז אויסגעשטעלט נאר אויף מאביל סייט וויו.
היימיש_אנליין
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימיש_אנליין »

וועלטניק האט געשריבן:אפשר וואלט כדאי געוועזן צו טוישן דעם קעפל צו מער א שרייעדיגן, צו ציען מער באזוכער, וועט אפשר דעמאלט זיך טרעפן עפעס צוגעבער..
לדוגמא; "קען אנליין מארקעטינג וועלט איבערנעמען היימישע אינדוסטריע?" וכדו'

געפאלגט. לאמיר זעהן אויב די עצה העלפט..
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

האב איך היינט געזען אז איינהארן'ס גראסערי אין ב"פ האט צוגעשטעלט א סייט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

וואס איז די ציל פון די אשכול?

ברענגען אלע וועבסייטס פון היימישע ביזנעס?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די דיזיינער »

א פיין אשכול
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די דיזיינער האט געשריבן:א פיין אשכול
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Galaxy
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 7:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Galaxy »

מושיס פלעיס רעסטאראונט אין וויליאמסבורג
http://www.moishesplace.net
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

די נייע אויסגאבע בית
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

The Shoppers Route: http://theshoppersroute.com/
Williamsburg Bulletin: http://www.willbulletin.com/
Weekly Link: http://weeklylink.com/
Community Connections: http://www.3712222.com/
The Monsey View: http://www.themonseyview.com/
The Jewish Phonebook: http://thejewishphonebook.com/2015book/
Info718: http://www.info718.com/
Jewish 411: http://www.jewish411.net/
Yiddish Tribune http://www.yiddishtribune.com/
וואס נאך?
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעקט »

היימיש_אנליין האט געשריבן:
3. ספרים ותשמישי קדושה. איז א אידישע מארקעט וואס איז אויך גאנץ שוואך אנטוויקלט אנליין, איך האב נאכנישט מצליח געווען טרעפן ספרים וכו' נארמאל אנליין, עס איז דא למשל eichlers.com/ אבער עס איז ווייט נישט אהערגעשטעלט. עוז והדר למשל האט א וועבסייט http://www.oz-vehadar.com/en/ ווי אויך ארסטקרול וכדומה, עס זעהט דערווייל נישט אויס צו זיין א קאנקורענץ צו געשעפטן.
וויאזוי אויך איבוקס, וואס כמעט יעדער גוישע ספר פארקויפט זיך היינט אין קינדל וכדו', איז כמעט נישטא צו באקומען פאר קיין אידישע ספרים אדער ביכער, נישט אין אידיש נישט אין לשון קודש נישט אין ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס.
תורה'דיגע ספרים דארף מען אוודאי צייכענען אוצר החכמה, http://www.otzar.org/ וואס יעדער תלמיד חכם וחוקר תורני נוצט היינט, איך האב געהערט אז עס איז דא מחברים וואס דרוקען ספרים גלייך צו אוצר החכמה אריין און דרוקען בכלל נישט אין געשעפט. ווי אויך http://www.hebrewbooks.org/ דאס אלעס קומט נאכנישט צו סתם קענען קויפן א נוצליכע ספר עלעקטראניש.

.


זייער אן אינטערסאנטע געדאנק, טאקע נאכנישט דא א היימישע ספרים געשעפט מיט אלערליי ספרי קודש אויף די וועב.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

נישטא, הא? http://www.eichlers.com/
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וועלטניק האט געשריבן:נישטא, הא? http://www.eichlers.com/

ער האט דאך געשריבן דערוועגן
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

היוצא מכל הנ"ל למעשה. אז אויב מ'וויל נאך זיין אין ביזנעס אין אפאר יאר ארום מוז מען מאכן זיכער צו האבן א אנליין אנוועזנהייט.
די וועלט פארט יעצט יענע ריכטונג. אפי' מיר פראבירן צו שטיין ווייט פון די וועב. אבער מיר זענען אויפ'ן וועג אהין (נאר מיט א דילעי).
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ווישוואש האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:נישטא, הא? http://www.eichlers.com/

ער האט דאך געשריבן דערוועגן

ריכטיג נישט באמערקט, (עפעס ראנג מיט די לינק אויסלייג),
איז פארוואס "נאכנישט דא א היימישע ספרים געשעפט מיט אלערליי ספרי קודש אויף די וועב"? וואס פעלט פון זייער וועבסייט?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווען ביגלאייזן אין ב"פ וועט גיין אנליין, דאן וועט זיין די ריכטיגע ריבאן-קאטינג פון מכירת ספרי קודש אויפן געוועב
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וועלטניק האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:נישטא, הא? http://www.eichlers.com/

ער האט דאך געשריבן דערוועגן

ריכטיג נישט באמערקט, (עפעס ראנג מיט די לינק אויסלייג),
איז פארוואס "נאכנישט דא א היימישע ספרים געשעפט מיט אלערליי ספרי קודש אויף די וועב"? וואס פעלט פון זייער וועבסייט?

די גרעסטע לדעתי איז לעהמאן אין ענגלאנד http://www.lehmanns.co.uk/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך גלייב »

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

פר בן בקר האט געשריבן:היוצא מכל הנ"ל למעשה. אז אויב מ'וויל נאך זיין אין ביזנעס אין אפאר יאר ארום מוז מען מאכן זיכער צו האבן א אנליין אנוועזנהייט.
די וועלט פארט יעצט יענע ריכטונג. אפי' מיר פראבירן צו שטיין ווייט פון די וועב. אבער מיר זענען אויפ'ן וועג אהין (נאר מיט א דילעי).

מיר ווייסען נאר ווי די וועלט איז באשר הוא שם, פאר 40 יאר ציריק האט מען געמיזט זיין און ניטינג צי זיין און ביזנעס, און יעצט זעט עס אויס אז מען מיז זיין אנליין, אבער מיר ווייסען נישט וואסערע חידישים עס ווארט אונז נאך אפ.

למשל און מיינע אויגן גייט זיך די גאנצע טעקסי ביזנעס טוישן, ווי נאר די סעלף דרייווינג קארס קומען אריין, קימט אויס אז די מעדאליען׳ס און מאנהעטען גייען זיין ווערט ??? אבער דערווייל האב איך נישט געזען אז די פרייז פאר א מעדאליען זאל פאלען.
און אויב 3d פרינטינג ארבעט זיך באמת אויס, דעמאלט ווייס איך אפילו נישט ווי אזוי זיך משער צי זיין די טויש.

ממילא צי זאגען אז א לאקעל סטאר מיז זיין אנליין וועגען יארען ארום, ווייס איך נישט. אבער ער זאל זיין אנליין ווייל ״יעצט״ איז די ביזנעס דארט דעס יא.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

.

למשל און מיינע אויגן גייט זיך די גאנצע טעקסי ביזנעס טוישן, ווי נאר די סעלף דרייווינג קארס קומען אריין, קימט אויס אז די מעדאליען׳ס און מאנהעטען גייען זיין ווערט ??? אבער דערווייל האב איך נישט געזען אז די פרייז פאר א מעדאליען זאל פאלען.
און אויב 3d פרינטינג ארבעט זיך באמת אויס, דעמאלט ווייס איך אפילו נישט ווי אזוי זיך משער צי זיין די טויש.
.[/quote]
3d ? כהאב געמיינט אז יעדער האט שוין פארגעסן פון דעם
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”