גם מאחורי האט געשריבן:איש חמודות האט געשריבן:קודם אינקריסן די עקזיסטירענדע
למה??? אפשר לכבוד דעם וועט נאכדעם דיקליינען די נייע קארטל וואס וואלט געווען גרעסער ווידי אינקריס?
לויט וואס דו שרייבסט אז דו פלאנסט צו טוהן ביידע, סיי אינקריסן און סיי עפלייען פאר א נייע קארטל, דו ווילסט נאר וויסן וואס צו טון קודם, איז זיכער בעסער קודם צו אינקריסן די עקזיסטירענדע.
טעמו של דבר: ווייל אין רוב אומשטענדן קען מען היינט אינקריסן קרעדיט ביי אן עקזיסטירענדע קארטל "אן" א הארד פאול.
משא"כ עפלייען א נייע קארטל איז "כמעט" אוממעגליך אן א הארד פאול, איך שרייב "כמעט" ווייל ס'איז דא געציילטע וואס לאזן יא, למשל סיטיזענס באנק (אבער דאכט זיך אז ס'איז נאר פאר ווער ס'בענקט ביי זיי).
דעריבער צו אינקריסן קודם עקזיסטירענדע וועט גארנישט שאטן פארן נייעם קארטל וואס מ'וויל עפלייען, משא"כ טאמער עפלייעט מען קודם פאר א נייע, איז מעגליך אז זייער אויטאמאטישע סיסטעם וועט שוין דעדעקטן די נייע הארד פאול און מ'וועט לכבוד דעם באקומען ווייניגער נייע קרעדיט אדער קען מען גאר ווערן אינגאנצן צוריקגעוויזן אויב האט מען צופיל אינקווייעריס.
חוץ מזה, עפלייען א נייע קארטל איז בכלל נישט זיכער אז מ'גייט ווערן אנגענומען, כאטשיג מ'מיינט אמאל אז יא, אבער מ'קען ווערן דיסעפוינטעד ביים זעהן אז א הארד אינקווייערי האבן זיי געמאכט אבער מ'איז נישט געווארן עפראווד, הה"ד פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.
פארשטענדליך?