ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלד. נאמבער 2:

עטליכע האבן אנגעפרעגט אין אישי, וועלכע לאוקעישאן פאנגט מען אן?
היות דאס איז א ברייטע שאלה וועלן מיר דאס דא ענטפערען.

לויט די כללי הטבע וואס דער באשעפער האט אוועגעשטעלט בשעת בריאות העולם, איז אין א יעדעס פלאץ אינעם כדור העולם וואס איז אקופירט דארך מענטשליכע באשעפענישן דא הייזער אין פארשידענע אנדערע סראקטשערס צי דינען מענטשליכע באדערפענישן. ווי אויך, דור הולך ודור בא, עס וועט אלטס זיין עקסטשעינדשינג הענדס.
על כל פנים, אין יעדעס פלאץ ווינאר איבער די וועלט, אויב האט איר גרינטלעך ארויס די מארקעט, אין געניג דיעלס קימען אן צי אייך, קענט איר מצליח זיין.

די שאלה איז נאר, ווי איז דאס בעסטע איינציפלאנצען די ערשטע קערענדלעך, וועלכע עריע איז די בעסטע געאייגנט פאר אייך?
דאס איז נישט מעגלעך צי ענטפערן. מיר וועלן נאר געבן אפאר כלליות'דיגע טיפס, אבער געדענקט - יעדעס כלל האט א יוצא מן הכלל.

פרייסינג.
די ערשטע זאך וואס איר וועט נעמען אין באטראכט זענען די פרייזן. איר פאנגט ערשט יעצט אן, קיינער באווארפט אייך נאכנישט מיט געלט, די נאמבערס דארפן פשוט שטימען מיט אייער באדשטעט. עס קען זיין די בעסטע דיעל, אבער אויב האט איר נישט דאס געלט אין קאנעקשאנס צי דעליווערן א דאון פעימענט אין מארדגעדש, זענט איר נישט זייער פראקטיש. (אנלעס איר ווילט טיען בראוקערידש, א שמיעס פאר זיך)

קאנוויניענס.
ווי אויך דארפט איר נעמען אין באטראכט אייער אייגן קאנוויניענס. איר ווילט נישט דארפן פארן 5 שעה צי יעדע געלעגענהייט. דאס וועט אייך סתם אויסברענען, אין אייך מאכן זיך פארלאזן אויף אנדערע מענטשן פריצייטיג, וואס קען קאסטן א טייערע פרייז. די כלל וואס מען געט נערמאל איז נישט מער ווי א שעה/שעה-אהאלב פין ווי איר וואונט. אבער דאס איז פארשטייט זיך שטארק געוואנדען אויף אייער פרעזענדליכע רייזע פיבער.

סטאבילעטי.
לעסט באט נאט ליעסט, די קוואלעטי פין די עריעס רעזעדענטס. א פלאץ ווי עס וואונען ע"פ רוב סטאבילע נערמאלע מענטשן איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין. אבער א געגענט געפלאגט מיט הויכע קריים רעיטס אין הפקרות, קימט מיט אן א שיער פראבלעימען וואס איז שווער פארצישאצן, די נאמבערס קענען אויסזעהן זייער טעמטינג, אבער פאר א סיבה איז דאס אזוי ביליג אין אוועיליבען פאר יעדן בעגינער.
א גרויסע אינוועסטער האט מיר אמאל געזאגט זיין כלל; א עריע ווי ער האט מורא זיך אריבערציכאפן 11PM אין פארקען זיין קאר דריי בלאקס אוועק, אין ציוואקן צי זיין פראפערטי - אינוועסט ער נישט.

אפשר איז כדי אויך צילייגען; ווען איר פאנגט אן איז טאקע כדי צי האבן 100% פאוקעס אויף איין מארקעט. אבער איינמאל איר  זענט גיט אויסגעקאכט אין איין עריע וועט עס אייך זיין זייער גרינג צי עדאפטען צי אנדערע ענליכע געגענטער. נאך אלעס לויפט אלטס אויף מער ווייניגער די זעלבע כללים. איר דארפט נאר אביסל עדשאסטען די דינאמיקס פין יעדעס געגענט פאר זיך.

אבער דער עיקר איז; פרעגט נישט אזויפיעל קשיות, טאנטסט אריין, טיט די ריכטיגע השתדלות. די אוצר ליגט באגראבן ביי אייך אינטערן אויבן...
לעצט פארראכטן דורך קעמערשעל מארטגעדשעס אום מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 6:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סטאבילער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 2:59 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאבילער »

איז Upper Vailsburg אין נוארק א גוטע געגנט?
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

‘קאמעקשעל׳ איר קימט אריין גאר שטארק, חזק ואמץ!

שוין געניצט ׳גיפּערענסי׳ בעבר, אייער אנאליז איז אן טארגעט ווי מזאגט.

לגבי עדווייס פאר יונגעלייט, קודם זעמיר נאך אויך יונגעלייט.. אבער די נקידה ברויך מען חזר׳ן מאה פעמים ואחד, סאיז נישט גרינג, קיינער ווערט ניט רייך איבערנאכט, מדארף זיין גרייט צו שוויצן, סטארגלען, זוך צירייבן, און א עקסטער פּלאס דאזע סייתא דשמיא!
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

כלל וכלל האט געשריבן:

ישר כח אויף די פידבעק.

די טערם "אינגערמאן" האבן מיר נישט געמיינט עידש נאר סטעידש. כל זמן א מענטש זיכט צי לערנען אין איז גרייט צי מקבל זיין פין אנדערע קען ער וואקסן. לייף איז עאי לערנינג עקספיריענס. ווי לענגער איר האלט עס אן די ווייטער וועט איר אנקימען.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

סטאבילער האט געשריבן:
איז Upper Vailsburg אין נוארק א גוטע געגנט?
שוואכע געגענט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

איינער דא מיט עקספיריענס און Chicago, Il ?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

קעש האט געשריבן:
איינער דא מיט עקספיריענס און Chicago, Il ?
Pm me.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
זעלבע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:08 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבע »

ווי אין פענסילוועניע איז גוט צו אינוועסטן?
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

זעלבע האט געשריבן:
ווי אין פענסילוועניע איז גוט צו אינוועסטן?
קאמערשעל? רעזידענשעל?

וויפיל קעש האט איר?

קימט אריין קלארער, וועט מען אייך קענען ענטפערן קלארער
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלט נאמבער 3:

אייער הויז צי וואונען - איז נישט קיין אינוועסטמענט.
אייער אינוועסטמענט - איז נישט קיין הויז צי וואונען.

אינעם היינטיגן אנאליז וועלן מיר אויסשמועסן א וויכטיגע פרעספעקטיוו, ווי עס מאכט זיך אסאך א שטיקל צימישעניש בעיקר ביי יונגערע אינוועסטערס. וואס די פריער מען כאפט דאס, קען דאס שפארן בעד דשאדשמענט, וואס אין אונזער פאל מיינט דאס אסאך געלט.

א פריוואטע הויז און אן אינוועסטמענט זענען טאקע ביידע סטרוקטשערס וואס שטייען אויף א שטיקל קרקע. אבער די צוויי האבן קיין שייכות נישט. אין אויב מען מישט דאס, איז כמעט בדוק ומנוסה אז איר גייט נישט זיין ביכולת צי פאסן אן אבדשעקטיוו דעסיזשען.

א הויז צי וואונען - אן עמאישענעל דעסיזשען:

ווען איר גייט זיכען א הויז אויף צי וואונען איז דאס א קאמפליט עמאישענעל דעסיזשען. איר מאכט זיך א מענטאל ליסט וואס איר זיכט. עריע, פראז, סייז, סוכה, פסח קיטשען, סילינג הייט אא"וו. יעדע זאך אויפן ליסט האט איר א לאנגע ביאור פארוואס יא אדער נישט.  
אנגעפאנגען מיט די עריע, איר ווילט דווקא יא וואונען נאנט צי די עלטערן זיך צי שפארן פין דארפן אליינס קאכן פיש אויף שבת, אדער איר ווילט דווקא וואונען ווייט אזוי פילט איר זיך ווי א גרעסערע אינדעפענדענט טאטע.. און אזוי אויף יעדע זאך. 
איר זיכט שוין עטליכע חדשים, אין ב"ה די ריכטיגע איז איטערגעקימען. דיין ווייב געפעלט די ספעישעס קיטשען, און זי לאווט די עקסטרע קלאזיט ספעיס. דיר געפעלט די פרייוועט ענטרענס צים ספרים צימער (מיט א דעסק פארן לעפטאפ...ששש). די עקסטעריער שמייכעלט צי דיר, קלאסיש, באלבאטיש, שטימט פערפעקט מיט דיין תורה וגדילה סטעטוס, יעדער וועט רעדן אז די האסט זיך נישט אויפגעריסן...
באטעם ליין, עס האט ענק ביידע געכאפט, דיס איז די דרים האועס יאר לאקקינג פאר.
יעצט קימט אריין די פיינענשעלס פשוט בהכרח, ווייל אויב גייט איר נישט אפירקראצן די געלט, גייט איר דאס הויז נישט באקימען.

אבער די פאלאינג חשבונות קימט נישט אריין:
מארקעט וואליא - יא איר דארפט זיכער מאכן אז איר צאלט נישט איבער, די זעלבע סיבה פארוואס איר ווילט נישט איבערצאלן אויף די פאטעיטעס אין גראסערי. און אויב קענט איר ארויסקוועטשען א גיטן דיעל איז מה טוב ומה נעים, יעדער האט ליב א דיסקאונט.
די מארקעט גייט ארויפגיין - די שטריימל וואס איך טראג קאסט היינט א טויזענטער מער (אויב נאר) ווי ווען איך האב עס געקויפט! וואס האב איך אבער דערפין? אויב גיי איך עס פארקויפן דארף איך קויפן א נייע מיט די היינטיגע פרייזן. א הויז אויף צי וואונען איז ווי א רעקל און שיך צי טראגן, איר צאלט פאר די קאנפארט. פרייזן ארויפגיין אין אראפגיין מאכט נישט אויס.
די בעסטע סעיווינגס אקאונט - נישט ממש, איך האב ליב א סעיווינגס אקאונט וואס איך האב עקסעס צי מיין געלט, נישט וואס איך דארף גיין האומלעס דערפאר.
גייסט קענען ריפיינענסען צי חתונה מאכן די קינדער - איין רגע, איך האב מיר אביסל צעמישט.. האסטי מיר נישט דשאסט געזאגט אז די ווילסט קויפן א הויז ווייל עס ווערט צים סוף אפגעצאלט, די פעימענטס גייען נישט ארויף, און מ'לעבט רואיג אויף די עלטער? אויף צי חתונה מאכן קינדער איז דא מער פראקטישע מהלכים ווי אריינצאלן אינטרעסט אין טעקסעס, אין דערנאך פארמאשקענען דאס אייגן דאך איבערן קאפ..

יא, זיי קענען אלע זיין זייטיגע, אין אפילו ווערפולע בענעפיטס, אבער זיך נארן טאר מען נישט. אייער הויז צי וואונען איז נישט קיין אינוועסטמענט. איר קויפט דאס צי באקימען די הרחבות הדעת פין זיין א אייגן באלעבאס.

אבער דא וועט איר זעהן ווינדער איבער ווינדער. נעמט ארויס די ארידשענעל ליסט, ס'שטימט נישט. איר האט טויזענט מאל געזאגט אז איר צאלט נישט מער ווי א געוויסע נאמבער, איר גייט נישט אין די עריע. אבער פליצלונג איר האט פיר הונדערט תירוצים פארוואס עס איז אנדערשט... פארוואס? דער תירוץ איז פשוט; איר האט עס ליב, איר זענט עמאישענעל עטעטשט! אלע חשבונות באקימען נייע הסבירים, און אלע "פיינענשעל בענעפיטס" ווערן אינסטענטלי עדשאסטעט טא דע סענט.

א הויז פאר אינוועסטמענט - א פיינענשעל דעסיזשען:

דאס דארף ציגיין מיט א פינקט פארקערטע אפראוטש. איר דארפט נעמען אין באטראכט אלע פיינענשעל חשבונות, איטס על אבאוט די נאמבערס, ענד אונלי אבאוט די נאמבערס.
איר דארפט שווער ארבעטן נישט צי ווערן עמאישענעל עטעטשט צים דיעל, ווייל די נגיעות וועט אייך ברענגען פאלשע חשבונות. עמאושענס ברענגט סעלעקטיוו טינקינג, ד"ה אייער סובקאנשעס וועט סעלעקטען וועלכע דיטעיל עס וויל יא פראסעסען אין וועלכע נישט, ווי אויך וועט עס אייך צישטעלן גאונישע נערעטיווס פארוואס עס לוינט זיך נאך אלטס. (מיין זוהן איז די בעסטע בחור אין ישיבה. איך רעדט אן קיין שום נגיעות...)
אלע דיטעיל ארים די דיעל איז נאר אינטערסאנט אויב קען דאס ווערן איינגעקעשט אין באנק. אויב ברענגט עס נישט נאמבערס אויפן בלעק ענד ווייט ספרעדשיט איז עס נישט רעלעוואנט. און איר דארפט ארבייטען שווער צי בלייבן באמת אבדשעקטיוו, און האלטען אלע נאמבערס קאנסערוויטיוו. 

דאס איז זייער א שווערע טשעלענש. בפרט איז עס א נסיון ווען מען הייבט אן, איר זיכט שוין חדשים א דיעל, ב"ה ענדליך געטראפען עפעס עקסטרימלי עקסייטינג, די דיעל אוו דע סענטערי, פינקט וואס איר זיכט! באקימען אן עקסעפטיד אפער, דערנאך א קאנטראקט, אייער העדרענעלים פאמפט שוין, איר זעהט שוין די רווחים פאר די אויגן. אבער האלד אן; האט איר קאלקיולעיטעד "אלע" קלאוזינג קאסט? זענט איר אין טאטש אוויא רעיטס האלטן "באמת"? גייט איר "טאקע" קענען אינקריסען רענטס אזויפיעל, און אזוי שנעל? נעם נאך א טיעפן אטעם, מאך זיכער נאך איינמאל.. די ריעל נאמבערס. 
ביי די גרויסע ריעל עסטעיט אינוועסטערס איז דאס א נערמאלע ערשיינונג. ער קען זיין אין קאנטראקט עטליכע חדשים, אוועקגעגעבן הונדערטער שעות, געספענט 20-30 אלפים אויף טערד פארטי, די באנק האט שוין געגעבן א קאמיטמענט, גערעיזט אפאר מיליאון פין אינוועסטערס, אלעס איז גרייט. אבער א פאר טאג פארן קלאוזען האט ער ערהאלטן א נייע פיעס אוו אינפארמעישן, אדער האט זיך אפעס אין די מארקעט געריקט. און ער שפאצירט אוועק פין די די גאנצע מעשה אן א בלינק. (עס אינטערסירט אים ניטאמאל זיך אויסצידרייען זעהן די פעיסעס וואס די בראוקערס מאכן אים אינטערן ריקן...).

פידבעק ענד קאמענטס וועלקאמד.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כחכם.

להוספה בעלמא, וואלט איך אויך צוגעלייגט א פארקערטע פוינט. אוודאי איז די עיקר די נומבערס, אבער מ'דארף געדענקען אז דער וואס גייט עס רענטן אדער אפקויפן, וועט יא מעגליך קוקן אויף געפיל. און אפילו די באנק וועט טיילמאל ביי קאמערשעל קוקן אויף וויאזוי די בנין זעט אויס.

דו קענסט מאכן א "חשבון" אז א 3 בעדרום יוניט באקומט אזויפיל רענט. יעצט, דו טוישט ארום די לעיאוט, און טעכניש איז עס א 3 יוניט, אבער ס'איז אומבא'טעמ'ט. קען זיין ס'לוינט זיך נאך אלס, אבער קען זיין דו גייסט נישט קענען באקומען אזויפיל רענט, גייסט עס נישט קענען אזוי שנעל אנפילן. וכדומה.

סא, ס'דארף זיין נומבערס. אבער מ'דארף קוקן אביסל אויף חיצוניות אויך.
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

ממוצע האט געשריבן:

הונדערט פראצענט.
דאס איז די גאנצע חכמה, פארשאצן די אמת'ע נאמבערס, אויב איז דאס פאקטארן וואס וועט אויסמאכן אין די רענט, וועיקענסיס, פיינענסינג. און די בעסער איר קענט דאס פארשאצן אלטס בעסער קענט איר קויפן. איר קענט אריינלייגן די זעלבע הונדערט אלפים אין א פראפערטי, אמאל איז דאס ווערד יעדע פעני, און א מאל סתם אוועקגאווארפן געלט.
אונזער פוינט איז געוועהן אז איר דארפט טאקע דאס פארשאצן טריקענערהייט, און נישט פארשוועמט ווערן דורך עקסייטמענט.
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
איינער דא מיט עקספיריענס און Chicago, Il ?
Pm me.
תודה
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
עדשיקעישאן!

ריעל עסטעיט קורסעס.
דאס איז שוין אביסל מער א האקעלע נושא, היות דאס קען עפעקטירן אידישע פרנסות. על כן וועלען מיר נאר געבן א שפיץ גאפל פרעספעקטיוו.
בכלליות זענען מיר אין א שטארקע התנגדות קעגן טיען עניטינג וואס קאסט געלט אן איר זאלט קלאר קענען אנווייזען אייער ריטענן אוו אינוועסטמענט.
אויב גייט איר צי קורס ווייל איר מיינט אז ווען איר קומט ארויס גייט איר זיין א פולקאם פראופעשענעל וואס מען גייט נאכלויפן מיט דיעלס, אין מיט איין בליק גייט איר קענען פסקענען אויב איז די דיעל גיט אדער נישט. דאן לעבט איר אין א גרויסן טעות, אין איר זאלט שוין בעטן די גארענטיט ריפאנד..
אבער אויב פארשטייט איר אז נאכן ענדיגן די קורס וועט איר נעמען אייער נאלעדש צים נעקסטן לעוועל, אין שווער ארבעטן דאס איינציקעשן, דעמאלטס איז יתכן אז עס איז נישט קיין שלעכטע געדאנק. עס קען אייך מעגלעך שפארן צייט אין ענערדשי, דאס אז איר האט באקימען אסאך אינפארמעישן אויף א גאלדענע טאץ. (הגם, איך בין נייגעריג וועלכע פין די ריעל עסטעיט מאוגעלס האבן אנגעפאנגען מיט א "קיקסטארט" קורס... מ'דארף האלטן ביים האסלען)

אויב ווילט איר א ספעציפעשע נושא זאל ווערן עדרעסט, פיל פרי טא עסק. מיר וועלן זיך בע"ה משתדל זיין צי מאכן צייט לזכות הרבים.
ריעל עסטעיט פאר Beginner
קאטשקע האט געשריבן:
דינסטאג דעצמבער 29, 2015 3:05 pm
א ערנסטע וועבסייט האב איך אנגעטראפן https://www.biggerpockets.com/ לויט ווי זיי שרייבן האבן זיי יעצט איבער 420,000 מעמבערס (מען ווערט א מעמבער דורך זיך איינשרייבן מיט א אימעיל אדרעס) און זיי העלפן ארויס מיט ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס.

זיי האבן שוין אויך ארויסגעגעבן ביכלעך צו העלפן מיט ריעל עסטעיט, איינס פון דעם מיטן נאמען "investing in real estate with no or low money down" צו טרעפן אויף עמעזאן פאר בערך 20$ http://www.amazon.com/gp/product/099071 ... GUNCN2M4SH
ריעל עסטעיט פאר Beginner
קאטשקע האט געשריבן:
מיטוואך דעצמבער 30, 2015 10:06 pm

שמעו נא רבותי חברים מומחים, אהובים למטה ונחמדים למטה, בעלי מדות ישרות בעין טוב וברוח נדיבה.
מיינע ליבע ברודער, אייוועלט שרייבער און ליינער, ווי געשריבן בתחלת האשכול ציט מיין זעהל און געפיל צו דר'ערד צו ווי מיר וועלן אלע אנקומען ביום מן הימים...

איך וויל וויסן צו איינער האט שוין פרובירט די וועג וואס איך שטודיר יעצט, אדער גיי איך אויף אומזיכערע לעכעריגע שטראזן. כ'האב זיך געמאכט א קביעות א שטונדע+ יעדן טאג צו שטודירן ריעל עסטעיט אויף biggerpockets אנגעהויבן פון די beginners guide וואס איז אנגעפולט מיט רייכע אינפארמאציע פאר מתחילים און א.א.וו. בינעך נייגעריג צו איינער ווער האט שוין דאס פרובירט און זיך פאראויס געריקט, אדער איז עס סתם ארויסגעווארפענע צייט.

נישט בחנם האב איך אנגעהויבן מיט אזא חנופה איך ערווארט עפעס אויף צוריק :wink:
גוטן חודש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 5:49 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטן חודש »

זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
אטעטשמענטס
Screenshot_20230103-030921_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230103-030921_WhatsApp.jpg (128.76 KiB) געזען 1550 מאל
Screenshot_20230103-030916_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230103-030916_WhatsApp.jpg (331.4 KiB) געזען 1550 מאל
Screenshot_20230103-030908_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230103-030908_WhatsApp.jpg (64.28 KiB) געזען 1550 מאל
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
קען מען צולייגן
ריפעירס ענד מעינטענענס
מענעדזמענט
וועיקענסיס
קעפ רעיט מן הסתם 4%-5% אנשטאט 7%
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

להבין ולהשכיל האט געשריבן:

וואס איז די שאלה בכלל? ער שרייבט דאך קלאר: סאליד בריקס...!

אפשר גיט געאייגנט פאר איינער אין די בריק ריסייקלינג ביזנעס.
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
להבין ולהשכיל האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
קען מען צולייגן
ריפעירס ענד מעינטענענס
מענעדזמענט
וועיקענסיס
קעפ רעיט מן הסתם 4%-5% אנשטאט 7%
וואס איז די שאלה בכלל? ער שרייבט דאך קלאר: סאליד בריקס...!
אפשר גיט געאייגנט פאר איינער אין די בריק ריסייקלינג ביזנעס.
:lol:
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

האבעך נישט געוואוסט אז "רילעסטעיט" טוט מען שויך אויך היינט אויף סטאטוס.
עולא
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 11:21 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולא »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלט נאמבער 3:
.

פידבעק ענד קאמענטס וועלקאמד.
שכח!
שכח!
שכח!
אפרים נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:04 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפרים נחום »

בעמבא האט געשריבן:
איז געקומען די צייט צו פארקויפן אדער נאך ווארטן אפשר דאך וועט קומען די ריכטיגע מינוט?

האמיר זיך איינגהאנדעלט א פראפעטי פון דריי יוניטס פאר פיר יאר צוריק. געקלאזט, איבערגעפרישט, איבער געגעבן פאר מענידזמענט, אריין געשטעלט טענעטס און די רעסט איז היסטערי. יעדע חודש, יעדע טענעט, אן עקסטער עבודה. ביטער שווער ארויס צו זעהן די רענט שוין עוויקטעד שוין ריפלעסט מיט אנדערע און אודך....

צופאל האט קאראנע ארויס געהאלפן די מצב ווי נישט ווי האט די גאווערמענט זיך מרחם געווען אבער דאס קומט שוין אויך צו אן ענד.

איך בין ב״ה נישט אנגעוויזען אויף די הכנסה און איך קען מיר מסתם ערלויבן צו שטופן די באן ווייטער אבער למעשה ריעל עסטעט איז בכלל נישט מיין ליין און איך האב נישט די צייט זיך אפצוגעבן דערמיט.

איז צייט צו זאגן גוד ביי און עס פארקויפן אדער ענדערש אדורך שוויצען ?
מיך האט מען אויסגעלערענט א פראפערטי וואס מדערלייגט נישט קיין געלט אפילו ממאכט נישט אויף די מינוט פארקויפט מען נישט.

אזוי ווי די זאגסט אז די ברויכסט בה נישט צוקומען צום הכנסה דערפון וואלט איך אייך מייעץ געווען קודם פראביר ארויסצונעמען דיין געלט דורך א ריפיי אויב די האסט נאכנישט, אין געב עס איבער פאר א מענעדזשמענט קאמפעני צי קעיר נעמען.
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

סארקאסטיש האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
why?????????
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

Avrumy האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
why?????????
איך האלט נישט פון אונטערהאקן פערזענליך א בראוקער׳ס סטאטוס . נאט נייס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”