בלאט 1 פון 1

פארקויפן אנליין פאר געשעפטן

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 11:23 am
דורך המבואר
א גיט יאר חברים וידידים
איך קען ניש שרייבן אין נאך קיינמאל דא געשריבן אויפן וועלט׳ל, הגם דאס איז מער ווייניגער מיין מקור פאר נייעס אין ידועות איבער אלעם.

איך זיך שוין דא א לאנגע צייט איבער אן ענין וואס איז נוגע פאר מיין ביזנעס,(מסתם פאר אנדערע אויך) איך טרעפ ניש מזאל רעדן דא דערפון, איך זיך איינער וואס פארקויפט אנליין(עמעזאן/איבעי וכדו׳) אייטעמס פאר אנדערע געשעפטן, דהיינו יעדע סטאר האט אייטעמס וואס ער וויל פטור ווערן, צו ווייל סגייט ארויס פין סטייל, דארף מאכן פלאטץ פאר פרישע וכדו,אין ניש יעדער וואס האט א געשעפט פארשטייט צו פארקויפן זיינע אייטעמס אנליין, זיך איך איינעם וואס קען זיך גיט אויס אין טוט דאס פאר געשעפטן.

אויב איז שוין דא אזא שמיעס ביטע אנצייגן.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 12:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויב די אייטעמס זענען גוטע אייטעמס וואס מ'קען מאכן געלט אנליין וועט יעדע עמעזאן-איבעי סעללער דירעס פארקויפן...

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 2:34 pm
דורך המבואר
א דאנק פאר די וואס האבן גענטפערט אין אישי.
זיך בעסער אויסצישמיסען, איך רעד פין gold jewelry, טייערע אין ביליגערע, ווי אויך silver jewelry

יעצט פין jewelry דארפן די פיקטשערס זיין גאר גיט געכאפט,
והשנית ס׳כמעט ניש דא קיין דאבעלס דערפון, וואס פאר אנליין איז דאס א חסרון

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 3:03 pm
דורך יהיה כן
המבואר האט געשריבן:והשנית ס׳כמעט ניש דא קיין דאבעלס דערפון, וואס פאר אנליין איז דאס א חסרון

פארוואס איז עס א חסרון?

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 3:14 pm
דורך המבואר
יהיה כן האט געשריבן:
המבואר האט געשריבן:והשנית ס׳כמעט ניש דא קיין דאבעלס דערפון, וואס פאר אנליין איז דאס א חסרון

פארוואס איז עס א חסרון?

האסט למשל א קעמרע פינעם זעלבן מאדעל, האסט איינס פארקויפט לייגסטו דעם צווייטן אין אלע איפארמעשן האסטו שוין ארייגעלייגט ביים ערשטן, ווייטער ווען די האסט נאר איינס פין א אייטעם, איז נייע אינפארמעשן אין פרישע בילדער

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 4:59 pm
דורך מטעמים
אין אויכעט שוואכערע רענקינג ווייל א אייטעם רענקד הויעך אויב מען פארקויפט א סך.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 5:48 pm
דורך המבואר
לאידך גיסא קען מען אויף די אייטעמס ארויפלייגן אסאך מארקאפ ווייל סהאט ניש קיין אייטעם נאמבערס

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 6:36 pm
דורך שמיי_דריי
עס קען זיין עס איז דא.
דזשולערי איז אבער א שווערע מסכת זינט עמעזאן שפארט איצט אפ דזשולערי אקאונטס רעכטס און לינקס. אפגערעדט אז פאר די קומענדיגע צוויי יאר גייען זיי פאר קיינעם נישט עפענען די דזשולערי קאטעגאריע

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 7:50 pm
דורך יוחנן
שמיי_דריי האט געשריבן:עס קען זיין עס איז דא.
דזשולערי איז אבער א שווערע מסכת זינט עמעזאן שפארט איצט אפ דזשולערי אקאונטס רעכטס און לינקס. אפגערעדט אז פאר די קומענדיגע צוויי יאר גייען זיי פאר קיינעם נישט עפענען די דזשולערי קאטעגאריע


oy vei

how many buisnesses did you heared that amazon closed i heard from one in bp did you heared from more

not normal they could take years of work and close up in one day

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 7:56 pm
דורך יוראפ
וואס גייט דארט פאר מיט די דזשולערי דעפארטמענט?

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 10:18 pm
דורך חיים צבי
יוחנן: יוראפ:
איך ווייס פון דריי אקאונטס אין דעם קאטעגאריע וואס זיי האבן פארשפארט, מיט עטליכע חדשים צוריק האבן זיי דורכגעפירט א quality assurance program וואו יעדער דזשולערי סעלער (אחוץ די גאר גרויסע, מפי השמועה) האט געברויכט אריינשיקן צען אנגעגעבענע אייטעמס צו א third party laboratory וואס האט געדארפט באשטימען צי די אינפארמאציע אויף די דיטעיל פעידזש איז אקוראט, אסאך אקאונטס - ובתוכם עטליכע היימישע אידן - האבן דאן פארפעלט צו נאכקומען עמעזאן'ס קוואליטעטן.

דזשולערי אויף עמעזאן איז א רעלעטיוו נייע זאך, און ביז ממש לעצטענס איז געווען שווער צו איינקויפן אין דעם קאטעגאריע אויף דעם סייט, ווייל עס איז געווען א סאך דיטעיל פעידזשעס פון מערערע סעלערס פאר זייער ענליכע אייטעמס, אויך האט עמעזאן נישט געהאט א גוטע פילטער סיסטעם אין פלאץ דורך וואס מען קען פארשמעלערן א סוירטש ריזאלט, היינט צוטאג האט עמעזאן מענאווערירט מיט פארשידנארטיגע algorithms אז עס קומען כמעט נישט ארויף אין די זוך רעזולטאטן געדאפעלטע דיטעיל פעידזשעס, ווי אויך טוען זיי כסדר פארבעסערן די סוירטש פילטער, די צוויי אויבענדערמאנטע פאקטאר- בנוסף צו דעם וואס עמעזאן אליינס האט א גרויסע אויסוואל פון fine jewelry - געבן א שטארקע פוס פאר עמעזאן אין די אנליין דזשולערי מארקעט און זיי ווערן היינט פאררעכענט אלץ איינס פון די צען גרעסטע אנליין דזשולערי פארקויפער אין צפון אמעריקע, א פלאץ וואס זיי האבן נישט געהאלטן ביז פאר קארגע צוויי יאר צוריק.

וויבאלד מען קען נישט ארויפלייגן קיין אייטעמס אויף א עקזיסטירנדע פעידזש פון א צווייטע סעלער מוז יעדער מאכן זיין אייגענע פעידזש פאר יעדע אייטעם וואס מען פארקויפט, פארשטייט זיך אז דאס נעמט אסאך צייט, אויך איז מען נישט פארזיכערט אז עס וועט ארויפקומען הויעך אויפן "זוך רעזולטאטן בלאט", דעסטוועגן קען זיך עס לוינען ווייל מען לייגט ארויף א גאר געשמאקע markup.

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 10:42 pm
דורך יוראפ
שכח ר' חיים הערש פאר די באריכט