מר. גרין האט געשריבן:verveist האט געשריבן:מר. גרין האט געשריבן:איינער וואס זיכט צו בויען זיין קרעדיט האט מיך איינט געפרעגט א שאלה און כהעל עס מיטטיילן מיטן האפענונג אז איינער האט א תשובה
ער וויל וויסן צו מיט דעם וואס ער וועט באצאלן יעדער חודש זיין מינימום באלאנס פון 25 דאלאר און דערנאך באצאלן אינטערעסט פארן באנק, צו דאס גייט הייבן זיין קרעדיט סקור ווייל למעשה גייט ער באצאלן יעדן חודש אינטערעסט און ווי באקאנט איז באצאלן א חוב פארן באנק איינער פון די שטערקסטע מהלכים פון בויען א שטארקע קרעדיט
האט איינער א קלארע תשובה?
עס"קען״ העלפען אבער די דארפסט געבען א מער פונקטלעכער משל אז מען זאל קענען קלאר ענטפערען. (בכלל שטימט עפעס נישט װאס די זאגסט װייל װען מען מאכט די מינומאם פעימענט צאלט מען מער װי בלויז אינטרעסט)
כהעל געבן די פונקטליכע פרטים:
ער וויל הייבן זיין קרעדיט דורך ניצן 100 דאלאר אויף זיין קארטעל און באצאלן בלויז 75 דאלאר און אזוי ארום אנהייבן צו צאלן די אינטערעסט פאר די 25 דאלאר, די שאלה איז אויב צאלן אינטערעסט הייבט די קרעדיט (פאררשטייט זיך אז מיטן אינגאנצען נישט באצאלן די מינימו פעימענט פארהארגעט מען די גאנצע קרעדיט די שאלה איז נאר צו און די פאל וועט עס הייבן אדער נישט)
איז אזוי דער עצם האבען קרעדיט (ד.ה. א קרעדיט קארד וכדו׳) העלפט שוין, װייל קודם דארפסט די האבען א קרעדיט היסטאריע אן דעם הייבט זיך גארנישט אן (דהיינו א גרויסער עושר װאס האט קיינמאל נישט געבארגט האט נישט קיין קרעדיט היסטארי און מען װעט איהם נישט בארגען)
צװייטענס, װי עלטער דיין קרעדיט היסטארי װערט איז בעסער (דהיינו עס איז נישט גלייך איינער װאס זיין היסטאריא האט זיך אנגעהויבען א חודש צירוק װי איינער װאס האט שוין א יאר צייט און גאר אנדערש װי איינער האט שוין 10 אדער מער יאר) דעריבער איז בעסער װי פריער אנציהייבען.
דריטענס, איז פארשטייט זיך אז די היסטארי דארף זיין פאזיטיעװ איז יעדער חודש װאס מען צאלט צייטלעך אפילו נאר די מינימאם העלפט עס די קרעדיט.
פערטענס, אזװי די אנדערע האבען שוין געשריבען מאכט גאר אסאך אויס די פראצענט פון די קרעדיט װאס די ניצט
אבער די פריערדיגע חלקים װאס זענען אויך זייער װיכטיג
(װייל בלויז פון ניצען װייניג פון דיין קרעדיט און האבען נאר א גאר קורצע היסטאריע װעט נאך נישט הייסען א גיטע קרעדיט)
נעמט אביסעל צייט און מען קען דאס נישט צואיילען משא״כ דער חלק פון ניצען װייניגער פראצענט פונעם קרעדיט ליין קען מען ממש אין א קורצע 1-2 חדשים ארויפשיסען די קרעדיט. מימילא דאס מוז מען נישט טוהן יעדער חודש, נאר א חודש צװיי איידער מען גייט אפלייען פאר א נייעם קרעדיט ליין איז גענוג דעמאלס אראפצוצאלען און עס װעט זייער שנעל ארויפשפרינגען.
אויב רעדסט די ממש פון דעם משל װאס די האסט געשריבען איז די פראצענט געװאלדיג גוט אפילו אזוי צו בלייבען װען די אפלייסט װייל $25 פון 100$ קרעדיט איז נאר א פערטעל װאס איז זייער גוט
צום שלוס װי איך האב שוין אויווען געשריבען אויב צאלסט די די מינאמאם, צאלסט אלמאל אויטימאטיש כאטש עפעס פינעם קרן אויך נאר װייניג און זייער אויסגעשלעפט, די מינאמאם איז אלמאל מער װי די ריבות אליין.
אויך אין דיין משל װעט די מינימאם זיין די גאנצע $25 װייל זיי מאכען געװענלעך נישט קיין קלענערע מינאמאם װי דעם!
הצלחה רבה